בלאט 1 פון 1
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 10:13 pm
דורך הוגה
[justify]איך האב געהערט אמאל איינער זיך אויסדרוקן, ווען ער האט געענדיגט ליינען א הארצרייסנדע בראשור פון בוני עולם וואס האט תובע געווען ביים עולם צו טון יותר מכפי יכולתם צו העלפן ברענגן הייליגע נשמות פאר עלנדע פארפעלקער, האט ער געזאגט: "און ווער גייט טון פאר די נשמות וואס זענען שוין געבוירן געווארן? וואס זענען זיי שולדיג אז זיי זענען שוין דא?" כ'ווייס נישט אויב איך בין גענצליך מסכים מיט יענער אבער ער האט א פוינט.
.[/justify]
Re: אוטיסוויל האט שוין א מקוה
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:20 pm
דורך יהושע חיים
מקען די זעלבע חשבון זאגן אויף די געלט וואס מען לייגט אריין א יוראפ פאר הכנסת אורחים'ס אין יעדער צווייטע שטעטל
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:45 pm
דורך ירח בן יומו
האט מען גשנארערט געלט ביים עולם פאר דעם? אויב איז דאס געווען א פראוואטע אונטערנעמונג דארך זיין משפחה או חברים זענען זיי גערעכט. ומבשרך אל תתעלם.
Re: אוטיסוויל האט שוין א מקוה
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:48 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יהושע חיים האט געשריבן:מקען די זעלבע חשבון זאגן אויף די געלט וואס מען לייגט אריין א יוראפ פאר הכנסת אורחים'ס אין יעדער צווייטע שטעטל
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
אוודאי אזוי! מ'קויפט איין דער זכות פון געבען קאווע און ראגעלעך פאר אידען וואס האבען געקענט אפירקראצען די פאר טויזענט דאללאר פאר א נסיעה קיין ליזענסק מיט ריישע אריינגעווארפען אלס א פריבי, און מ'מיינט נאך מ'האט משחד געווען דער פון אויבען. ענדעריש מאך אלע פראדוקטען אין דיין געשעפט אביסל ביליגער און העלף ארויס דיין קאסטומערס
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:03 am
דורך קומזיץ
איך האלט נישט אז עס איז א סתירה , ליידער די מענטשן זיצן דארט אונטער די ערגסטע אומשטענדן, איז צו געבן פאר זיי עפעס וואס וועט זיי אביסל מחיה זיין איז אזוי ווי געבן ברויט אין מילך פאר איינער וואס האט נישט , ס'איז דא מענטשען וואס געבן זיך אף ספעציעל מיט יושבי חשך וצלמות גרינגער צו מאכן פאר זיי און פאר זייער משפחות, און עס מיינט נישט אז ער מיז יעצט פארעכטן אלע פראבלעמען פון כלל ישראל , איך זעה נישט ווי מ'גייט זיך ווייניגער זארגן פאר די מוסדות פון אונזערע קינדער ווייל אפאר יודן האבן געהאלפן איינעם און אוטיסוויל .
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:19 am
דורך גאנצל
אבסורדישקייט פון אן ארטיקעל אויפ'ן העכסטן פארנעם
אוודאי דארף מען זיך זארגן פאר די אלע קינדער בחורים און מיידלעך אבער דערפאר טאר שוין נישט אידן אין תפיסות האבן א מקוה זיי זיצן און שמאכטן אין טורמע און לעכצן צו כאטש קענען אויספירן ווי מער אידישקייט אויף וואס זיי זענען געקומען אויף דער וועלט אבער איין מינוט ס'איז דאך דא .........
זאג תומכי שבת מעג יא זיין אפען ? עזר למזון דארף מען אויך צומאכן ? א מין נעראקייט פון א בליק צום פלאצן, איין זאך שטויסן יעדע זאך וואס ווערט געטאן דורך די טייל מענטשן וואס איך האב נישט ליב
ביטערקייט שאין כמוהו
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:27 am
דורך סימפל
די בערני סענדער שטיצער טענה'ן אז עס איז נישט קיין יושר אז אין די זעלבע סאסייעטי איז דא געוויסע מענטשן וואס מאכן ביליאנען דאלער יעדע יאר בשעת ווען עס איז דא מיליאנען מענטשן וואס האבן נישט קיין געלט פאר ברויט און די אכט דאלער פאר נעטפליקס. די רייכע דארפן באצאלן אסאך מער טעקסעס אזוי זאל זיין גענוג געלט פאר די ארימע. זיי האבן גאנץ א שטארקע טענה. די שאלה איז אבער ביז ווי וועט מען ציען די טענה, ביז וויפיל דארפן די רייכע אוועק געבן פאר די ארימע. למעשה איז דאך נישט קיין יושר אז די מיליאנער פארט אויף זיין פראווייטע יאכט בשעת עס איז נאך א ארימע מאן וואס האט נישט קיין געלט פאר קיין נאכטמאל, סאו ביז וויפיל דארף דער עושר אוועק געבן.
מען קען פרעגן ענדליך אויף א אינגערמאן וואס גייט קויפן דאנערשטאג ביי נאכט א פעטן ווי איי פי טשאלענט שוין נאכן עסן א גראבע סאפפער, אינגערמאן, ווי קענסטו זיצן דא אין טשילן בשעת דיין שכן איז אין שפיטאל און האט נישט קיין געלט פאר די טעקסי פאר די וועג אהיים. עס איז גאנץ א גוטע טענה. אבער וואס זאל איך יעצט טון, זאל איך פארקויפן מיין קאוטש ווייל מיין שכן קען נישט באצאלן זיין מעדיקל בילס? (די באגעבא וואלט מיך גראדע נישט געבאדערט אויב מען פאר קויפט...) זאל איך נישט געבן א דאלער פאר די רחמנות אינגעל אין שול ווייל עס איז דא איינער וואס קען עס ניצן וויכטיגער? אז איך האב א חבר וואס איז אין תפיסה זאל איך איך אים נישט געבן א מקוה וואס וועט אים אזוי מחי זיין ווייל עס איז דא א וויכטיגער צוועק? און בד"וו עס איז אייביג דא א מער וויכטיגער צוועק פין די וויכטיגע צוועק ואין לדבר סוף.
מען דארף אייביג פראבירן צו העלפן א צווייטן אויפן דעמאלסדיגן מצב אן קיין לאנג פארצווייגטע חשבונות. אז יעדער וועט פראבירן צו העלפן א צווייטן אן קיין חשבונות וועט יעדער ווערן געהאלפן, און די וועלט וועט ווערן א בעסערע פלאץ.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:52 am
דורך שמעקעדיג
אזוי @סימפל, און אזוי אמת!!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:49 am
דורך berlbalaguleh
קומזיץ: איך בין מסכים מיט דיר 100%. די אלע עקזיסטירנדע סאציאלע פראבלעמען אין אידישן לעבן זענען דא און וועללן ווייטער עקזיסטירן. דאס בויען א מקוה אדער סיי וועלכע אנדערע באקוועמליכקייט פאר די ארעסטאנטן אין אוטיסוויל, אדער ערגעץ אנדערש, קומט נישט אויפ'ן חשבון פון די אנדערע פראבלעמען מיט וועלכע כלל ישראל ראנגלט זיך. ווער שמועסט נאך אז מ'ערוואט נאך עטליכע אורחים חשובים אלס נייע תושבים דארט בעז"ה בקרוב. דאס וועט אויך זיין א שטיקל בבחינת א נסיעה קיין ליזשענסק אדער אומאן. וואו ס'וועט זיין א קיבוץ פון א היימישן עולם. איך פארגין עס פאר די אידן מיט'ן גאנצן הארץ.
Re: אוטיסוויל האט שוין א מקוה
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 6:42 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די טענות פארגעסען איין נקודה. אחוץ געלט, דארף מען נוצען פראטעקציע און רעגירונג באציאונגען צו קענען בויען א מקוה פאר די ארעסטאנטען. די באציאונגען זענען באגרעניצט און מ'קען זיי נישט אויסנוצען אויף אזוי פיהל נערישקייטען ווי א מקוה אין טורמע, מיט א מנחה רעסט סטאפ פאר מענטשען וואס יאגען זיך צו פיהל צו טרעפען א מנחה אין בית מדרש אדער פארמאכען געסער און בריקען פאר'ן רבינ'ס מאטארקעיד מיט נאך אזעלכע שטותים.
ס'איז דא ערנסטע באדערפעניש'ן אין די כלל.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:32 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: מיט די בליציגע לעמפלעך פאר דעם רבינ'ס מאטארקעיד ביניך מסכים מיט דיר 100%. אבער דאווענען מנחה בציבור און מקוה אפילו אין טורמע זענען בכלל נישט קיין נארישקייטן...! אין מיין בוך...!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 11:30 am
דורך שושן פורים
אוודאי קענען מיר נישט איינטיילן פאר מענטשן וויאזוי און פאר וועמען צו פארטיילן זייערע צדקות, עס זענען פארהאן כל ערליי מינדערוויכטיגע, וויכטיגע, און גאר וויכטיגע צדקות, און יעדע מענטש האט א רעכט צו פארטיילן וואו אימער עס שמעקט איהם, אויב איינעם שמעקט אן צו פארטיילן א סעודת הושע בן בארי אויף וואל סטריט פאר די אידישע בערזע האנדלער איז ער הונדערט פראצענט בארעכטיגט אפילו אויב אין בית שמש האבן אידן נישט קיין ברויט, ולא יחרץ כלב לשונו.
די פראבלעם איז מיט די אידן וועלכע שפירן אז דאס איז נאך א (גרויסע) טריט אין די דירעקציע פון תיקון השלם, ס'טייטש אפילו די ארעסטאנטן קענען שוין זיך מטהר זיין אין א דענדראף באצירטן וואסער קעסטל, אטא די אידן פארפאסן די גאנצע פונקט, בשעת אידן האבן נישט קיין ברויט אין שטוב, בחורים און מיידלעך וואלגערן זיך אין די גאסן ווייל געוויסע האלטן אז זיי זענען נישט גענוג חשוב צו ווערן געלערנט דעם דבר השם אין זייער אינסטיטוציע, וכהנה וכהנה , און אייער תיקון השלם באשטייט פון אפאר סאה שפרענג וואסער?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:49 pm
דורך יואליש
אן אינסטיטוציע ברויך אפשר פרעגן וואס איז אינזער מיסיע און וויפיל ריסורסעס האבן מיר און וויאזוי טוהן מיר פריאריטייזן. אבער א יחיד זאל טוהן וואס אימער ס'ברענגט אים זעלבסט (דער נותן) סיפוק און פאר אנדערע (דער מקבל) א דערלייכטערונג. כי זה כל האדם. מ'קען אלעמאל פרעגן די רעטארישע פראגע "אלעס אנדערש איז שוין מסודר?" און די ענטפער איז ניין, ס'איז דא א וועלט מיט פראבלעמען און צוועקן און מעשים טובים וואס מ'קען אדרעסירן. צום סוף, טוט יעדער וואס ס'פאלט זיי איין פאר סיי וועלכע רענדאם סיבה און פאר סיי וועלכע סעלפישע סיבה ווייל זיי האבן א גיטע געפיל דערצו. ס'איז נישט א יחיד'ס דאגה צו עלימינירן הונגער און היימלאזיקייט און קענסער איידער זיי זענען מנדב אראבישע סאלאט פאר שלש סעודות און שול לעילו נשמת עתניאל בן קנז. די שפיץ איז אז וואס מאכט די וועלט דרייען און וואס פירט צו א בעסערע געזעלשאפט איז דאס פארמערן גוטס בין אדם לחברו און יעדע קליינטשיקע דבר טוב, פון א גוט מארגן ביז א פילאנטראפישע נדבה, איז מרבה שלום וטוב בעולם. אז איינער איז אויפגעשטאנען אינדערפרי און ס'איז אים בייגעפאלן אז א מקוה פאר א חסידישע איד וועט אים גרינגער מאכן די טאג אין א מצב פון קלעם, וועט אים גיבן א גיטע געפיל פון זיין פארבינדן מיט זיין טראדיציע בשעת'ן שמאכטן יארן אפגעטיילט פון פאמיליע און געמיינדע, אז ס'וועט אים גיבן די ענדילטיגע מענטשליכע געברויך: די געפיל אז איימיצער טראכט פון מיר, פארעט זיך פאר מיר, זארגט זיך פאר מיר און האט מיטגעפיל מיט מיר - דאן איז דאס בגדר א דבר טוב און איז ווערדפול צו גראטאלירט ווערן.
כנלע"ד
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 1:29 pm
דורך כוכב
איך גלייך נישט דעם גאנצן נאראטיוו פון דעם ארטיקל און כ'האב מיך שוין אסאך מאל איבערצייגט אז די אלע וואס טענה'ן "כ'גע נישט פאר בוני עולם, קודם דארף מען זארגן פאר די לעבעדיגע קינדער" געבן נישט פאר בוני עולם און נישט פאר די לעבעדיגע קינדער און די וואס געבן פאר בוני עולם געבן פאר לעבעדיגע קינדער אויך, איך האלט נישט אז איין צדקה איז אויפ'ן חשבון פון אן אנדערן און אזעלכע טענות שמעקן סתם פון מדות סדום. (מ'רעדט דאך ווען ס'איז א לעגיטימע צוועק.)
Re: אוטיסוויל האט שוין א מקוה
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 1:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביסט גערעכט לגבי צדקה, נישט לגבי פראטעקציא
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 1:41 pm
דורך הוגה
[justify]
כוכב האט געשריבן:איך גלייך נישט דעם גאנצן נאראטיוו פון דעם ארטיקל און כ'האב מיך שוין אסאך מאל איבערצייגט אז די אלע וואס טענה'ן "כ'גע נישט פאר בוני עולם, קודם דארף מען זארגן פאר די לעבעדיגע קינדער" געבן נישט פאר בוני עולם און נישט פאר די לעבעדיגע קינדער און די וואס געבן פאר בוני עולם געבן פאר לעבעדיגע קינדער אויך, איך האלט נישט אז איין צדקה איז אויפ'ן חשבון פון אן אנדערן און אזעלכע טענות שמעקן סתם פון מדות סדום. (מ'רעדט דאך ווען ס'איז א לעגיטימע צוועק.)
איך האב אלץ פארשטאנען אז די אלע וואס טענה'ן "כ'גע נישט פאר בוני עולם, קודם דארף מען זארגן פאר די לעבעדיגע קינדער" מיינען נישט צו זאגן אז מ'זאל נישט געבן פאר בוני עולם נאר ענדערש מיינען זיך אויסצורעדן אז ליידער ליידער קימערט מען זיך א מיליאן (פער דינער פון א יעדע איינציגסטע געגנט) מאל מער פאר די אומגעבוירענע ווי די געבוירענע. ועל זה ידוו כל הדווים.
.[/justify]