בלאט 1 פון 1
Re: 2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 9:11 am
דורך טמיר
די טוירם שטוינענד איז פאסיג פאר די ביקורת המקרא חברה. אונז חרידים ווייסן שוין פון לאנג אז די תורה איז די זעלבע פון 3500 יאר צוריק
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:36 am
דורך berlbalaguleh
העניך: שנויי נוסחאות און די מגילות ים המלח זענען אינגאנצן נישט קיין פארגלייך. ווייל ביי די מגילות ים המלח איז נישט נאר אייצלנע ווערטער אנדערש ווי אין די תורה המסורה לנו. נאר אפילו דער קאנטעקסט איז נישט די זעלבע אין רוב פלעצער ביי די מגילות ים המלח. דאס נעמט נישט אוועק פון דעם וויכטיגקייט פון דעם געפינס. אבער קיין תורה שבכתב איז עס זיכער נישט...!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:37 am
דורך יואליש
די ארטיקל נאטירט אז ס'איז דערווייל א מחלוקה אויב ס'איז פון די ערשטע יאר הונדערט (לויט עקספערטן אויף כתב) אדער פון די דריטע יאר הונדערט (לויט קארבאן דעיטינג). מ'רעדט יעצט פון צוויי קאפיטלעך פון אנפאנג ויקרא. אבער מיט די נייע טעכנעלאגיע, האפן זיי, וועט מען קענען דעשעפירן אנדערע מאניוסקריפטס פון אנדערע פלעצער וועלכע מ'האט אויך ביז יעצט נישט געקענט ליינען.
כ'בין זייער נייגעריג אויב זיי האבן ממש די ערשטע פסוק פון ויקרא. כ'האב מאל געזעהן איימיצער זאגן אז די אל"ף זעירא איז צוליב א שינו הנוסח, ווי מאנכע ספרי תורה האבן נישט פארמאגט די אל"ף בכלל.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:39 am
דורך [NAMELESS]
מען רעדט בסך הכל פון צוויי קאפיטלעך אין ויקרא, דאס ווייזט נאר אז די צוויי פרקים האבן שוין עקסיזטירט אין אונזער גירסא פאר צוויי טויזענט יאר נישט אז די גאנצע תורה צוזאמען איז געווען אין אונזער גירסא.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:49 am
דורך [NAMELESS]
ריכטיג, די היינטיגע נוסח המסורה איז אוועקגעשטעלט געווארן אין שנת אלף למספרם, דאס איז נאכאלץ עלטער
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:55 am
דורך יואליש
קלאר אז ס'איז א אטעם פארכאפענדע אנדעקונג!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 11:00 am
דורך [NAMELESS]
די עיקר חידוש איז אז דאס איז די ערשטע מאנוסקריפט וואס איז לגמרי דומה צו אונזער מסורה, א זאך וואס מען האט נאכנישט געטראפן ביז היינט
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 4:55 pm
דורך רוסישער
יואליש האט געשריבן:
כ'בין זייער נייגעריג אויב זיי האבן ממש די ערשטע פסוק פון ויקרא. כ'האב מאל געזעהן איימיצער זאגן אז די אל"ף זעירא איז צוליב א שינו הנוסח, ווי מאנכע ספרי תורה האבן נישט פארמאגט די אל"ף בכלל.
ס'איז פון פסוק ב' ביז ח'
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 5:46 pm
דורך יואליש
רוסישער האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:
כ'בין זייער נייגעריג אויב זיי האבן ממש די ערשטע פסוק פון ויקרא. כ'האב מאל געזעהן איימיצער זאגן אז די אל"ף זעירא איז צוליב א שינו הנוסח, ווי מאנכע ספרי תורה האבן נישט פארמאגט די אל"ף בכלל.
ס'איז פון פסוק ב' ביז ח'
Re: 2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 9:44 am
דורך פערינא
רוסישער האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:
כ'בין זייער נייגעריג אויב זיי האבן ממש די ערשטע פסוק פון ויקרא. כ'האב מאל געזעהן איימיצער זאגן אז די אל"ף זעירא איז צוליב א שינו הנוסח, ווי מאנכע ספרי תורה האבן נישט פארמאגט די אל"ף בכלל.
ס'איז פון פסוק ב' ביז ח'
ווי קען מען זען די שיפרירטע ווערטער? פון פסוק ב פאנגט זיך די מגילה אן ביי "אדם די יקריב" אדער פון די אנפאנג פסוק "דבר אל בני ישראל ואמרת אליהם"? אויב פעלט פסוק א מיט די ערשטע ווערטער פון פסוק ב זעט עס מער אויס ווי א כוהנים manual ווי א חלק פון חומש.
Re: 2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 12:25 pm
דורך פערינא
ווי ס'איז געלעגען בשעת ס'איז פארברענט געווארן האט נישט קיין שייכות מיט די אומשטענדן פון די סופר וואס האט עס געשריבן. ניין?
Re: 2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 12:27 pm
דורך פערינא
Re: 2,000-יעריגע תורה איז אקוראט דער נוסח המסורה!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 2:48 pm
דורך פערינא