בלאט 1 פון 1
געזאגט און געזאגט, און גארנישט געזאגט
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 12:37 pm
דורך שמעקעדיג
עס מאכט זיך פון צייט צו צייט אז איך לייען עפעס אין א אויסגאבע, און איך קען נישט ארויסקריכן וואס זיי האבן געזאגט (בבחי' בלא בלא בלא). עס שפירט כמעט ווי פארלוירן 2 מינוט פון לעבן לבטלה.
איך וועל פרובירן מעתיק זיין אזעלכע שטיקלעך, אולי וועט מיר איינער קענען מסביר זיין, אפשר ליגט עפעס צווישן די שורות וואס איך באמערק נישט...
.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 1:14 pm
דורך ליפא
דער שרייבער וועט זיין סורפרייזט אז דו האסט דאס בכלל געליינט. ס'דא זאכן וואס זענען נישט געמאכט צו ליינען, מ'קען נאר נישט לאזן די פאפיר ליידיג
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 2:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך האב מיך שוין אנגעשטאפלט אין ערשטן ווארט פונעם העדליין, "ענגע" אסיפה. מיר אינטערעסירט שטארק וויאזוי ס'דארט ענג געווארן. דא זענען מיינע ספיקות'דיגע צדדים:
א) ס'איז ענג געווען ווייל די אסיפה איז אפגעהאלטן געווארן אין א ענגע צימער.
ב) ס'איז ענג געווען ווייל ס'איז בעצם געווען א גרויסע צימער אבער גאר אסאך מענטשן.
ג) ס'איז געווען א מיטל'מעסיגער צימער מיט א מיטל'מעסיגער עולם, אבער בעלי בשר היו.
ד) די בעלי דרשנים דארט זענען געווען ענגע בעלי דעת.
ה) ס'איז פארגעקומען שנעל, אין א ענגע סכום פון צייט.
ו) די בענקלעך זענען נאך פון אלט'ן חדר וואו די ענגשאפט קען נישט ענהאלטן סייז 48 און ארויף.
ז) ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די דירות אין לעיקוואד זענען באלד אזוי ענג ווי די וומסב"ג דירות.
ח) די רוחניות'דיגע פרטים מ'האט געשמועסט, איז צו ענג מאכן דעם עולם.
אפשר זאל מען אריינשיקן די פראגן אלס א בריוו צום רעדאקציע נעקסטע וואך.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 4:03 pm
דורך איך אויך
דיין לעצטע שורה מיט ליפא'ס אבזערוואציע היינו הך ודו''ק.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 2:57 am
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס: ייש"כ פאר דעם הומאריסטישן פירוש אויף דעם אויסדרוק..."ענגע אסיפה"...אבער לפענ"ד קומט דער אויסדרוק צו זאגן אז ס'איז אן אסיפה וואו נאר וויכטיגע מענטשן באטייליגן זיך. נישט דער המון אדער פשוטי עם. אזוי ווי רש"י הק' זאגט אויפ'ן פסוק אין פ' במדבר.."קרואי מועד, אנשי שם"...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 7:30 am
דורך איך אויך
אה.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:19 pm
דורך וואלווי
וויכטיגע רוחניות'דיגע פרטים בנוגע דעם עתיד הישוב און לעקוואד...
א ביטערע געלעכטער. ס'וועט נאך קומען א טאג וואס מ'וועט שרייען אז רביה"ק האט מיט מסירות נפש אוועקגעשטעלט יודישקייט און מ'טאר זיך נישט אוועק ריקען א קוצו של יוד און ווער עס טוט אנדערש איז א פורץ גדר באתרא דמר אין מ'דארף עם אינטערברענגען. בלא בלא בלא.
אויב מען נישטערט אין ארכיווען פון ניו יארק סיטי קען מען זען אז די געגענט וויליאמסבורג האט געהאט ארטאדאקסישע יודישע איינוואוינער נאך פאר יהדות החרדית איז אראפ פון שיף נאכען קריג וואס האבען געפירט א לעבען על פי שו"ע א יעדער לפי דרכו ומורה דרכו. איין טאג וועט מען גאר נאך צווינגען אנדערע געגטער אין לעקוואד זיך נוהג זיין לויט די הייליגע מסורה הנהוג מקדמת דנא...