דרייווערלאזע קארס, וויאזוי און אירע אפעקטן
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:21 pm
איך וויל אביסל מסביר זיין וויאזוי דער דרייווערלאזע קאר ארבעט, די ערשטע חלק וועט זיין די טעכנישע חלקים און די צווייטע חלק וויאזוי און וועלכע ארבעט עס וועט פארמעקט ווערן אזוי ווי עס וואלט קיינמאל נישט דא געווען...
איך זע ברוך השם אז דער איד האט באשריבן די וואך דרייווערלאזע קארן און אויך אביסל פון די טעכנעלאגיעס וועל איך אויך אביסל אויסברייטערן וואס ער האט געשריבן. פאר די טעכנישע דעטאלן וועל איך זיך באניצן מיט בילדער כדי מען זאל בעסער קענען פארשטיין וויאזוי עס ארבייט.
(פאר איך פאנג אן האב איך א שטיקל עקספערימענט פאר ווער עס וויל עס אויספרובירן, און דאס איז כדי צו פארשטיין אז נישט נאר וואס אונז זעען זענען די זאכן וואס קומען פאר. נעמט א רימאוט פון א עירקאנדישאן און ענליכס, עס האט אזא באלי אויבן, דאס איז א LED וואס שיינט א ליכטיגקייט צום עירקאנדישאן, איי איר זעט דאך נישט קיין ליכטיגקייט??? דערפאר נעמט א קעמערע אדער צינד אן די קעמערע פון די סמארטפאון און דריקט איינע פון די קנעפלעך שײַנט די רימאוט און די קעמערע וועט איר זעען א ליכטיגקייט, און די ליכטיגקייט קען א מענטשליכע אויג נישט אויפכאפן. און דאס הייסט ultra violet light, דאס איז וויכטיג צי זעען כדי צי פארשטיין ווען מען האנדלט מיט טעכנעלאגיע אז נישט אלעס וואס מען זעט נישט מיינט אז עס קומט נישט פאר...
נאך איין זאך וואס מען דארף איבערגיין איז די טעכנעלאגיעס וואס עס זענען דא פאר די קארן,
קודם איז דא די ראדאר וואס די פאליס ניצט אויפן ראוד, (איך וועל עס פרובירן מסביר זיין די בעסטע וואס איך קען) עס ארבעט מיט צווי חלקים, עס שיקט ארויס א שטראל דורך א קויל (ראדיא) דערנאך האט עס א מיקראפאון (MIC) , סא די קויל (frequency) לויט אויף א געוויסע שנעלקייט וואס די מאשין ווייסט, סא די קויל לויפט פאראויס און ווען עס האקט אריין אין א קאר קומט צירוק א ווידער קויל, אויב קומט צירוק די זעלבע קויל (frequency) מיינט עס אז די קאר ריקט זיך נישט, אויב קומט עס צירוק שנעלער מיינט אז די קאר קומט קעגן די ראדאר און ווי העכער די קויל (frequency) איז רעכענט עס אויס די ספיד. די זעלבע זאך פארקערט צו מעסטן ווי שנעל די קאר פארט אוועק.
דאס איז ראדאר אויף ספיד (speed),
דערנאך איז דא ראדאר פיקטשערס, (radar imagery) וואס מען נוצט פאר וועטער און מען קען עס אייביג זעען אויף די טעלעוויזיאן ווען מווייזט די וועטער, וואס ארבעט אויף די זעלבע פרינציפ.
(בדרך אגב האבן די ישראלים א ראדאר פון אמעריקא וואס קען אויפכאפן א טארגעט פון 400 מייל אוועק...)
דערנאך איז דא 'לידאר' lidar וואס מען ניצט צי מעסטן לענג, אלע מעסטער (surveyor) וואס מעסטן הייזער באניצן זיך דעם, און דאס איז לעיזער, פאליציי קען דאס אויך ניצן צי מעסטן ספיד, און דאס ארבייט אזוי ווי ראדאר, אבער נישט אז עס מעסט די שנעלקייט (ספיד) נאר עס מעסט די ווייטקייט אגאנצן צייט און אויב די קאר פארט וועט עס מעסטן ווי שנעל עס קומט דורך מעסטן די חילוק אין די ווייטקייט אגאנצע צייט.
(לתמצית ראדאר קען נאר אויפכאפן א זאך וואך ריקט זיך מיט גערודער (למשל א שטורעם) דורך די קול דערפון, און לידאר קען נאר אויפכאפן די ווייטקייט (distance) און קען אזוי אויך אויסמעסטן ספיד דורך מעסטן די חילוק און די ווייטקייט.)
אבער לכאורה קען מען דאך ניצן א קעמערע???
די ענטפער איז 'יא' און 'ניין', די הויפט פראבלעם מיט א קעמערע איז אז עס כאפט אפ א פיקטשער, אבער דער מאשין פארשטייט נישט וואס די פיקטשער איז, און קען נישט מאכן קיין חילוק צווישן א טיש און א מענטש, אבער און די לעצטערע צייט האט מען געמאכט גרויס פארשריט און די פעלד, און דאס הייסט 'אימעדזש רעקאגנישיאן' (image recognition) (IR) סאפטווער ואס קען אויפכאפן זאכן און וואס זיי זענען, אדער פארשטייט זיך אז קיינער וועט נישט נעמען די אחריות דערווייל זיך צי פארלאזן אויף קעמערעס, למשל אויב אן אראבער און א בורקע (אדער א לב טהור מעמבער) וועט וואקן אויפן גאס נעבן א שווארצע קאר, וועט די קעמערע זיך פארמישן און נישט וויסן א חילוק און דאס קען אראפקלאפן א מענטש, (בערך אזוי ווי די טעסלע איניצידענט) ממילא איז די טעכנעלאגיע נישט גרייט.
יעצט איז דא א מחלוקת הפוסקים, לויט מאסק דארף מען נישט האבן קיין לידאר אויפן קאר, און לויט גוגל דארף מען יא, אבער אפילו מאסק איז מודה אז ער וועט דארפן צילייגן א 360 דעגרי קעמערע אז זיין קאר זאל קענען פארן אליינס.
סא די גוגל קאר פארט מיט א לידאר אויפן דאך וואס האט אזוי ארויס אלעס וואס טוט זיך ארום,
דא איז בייגעלייגט א פיקטשער וויאזוי די לידאר זעט די זאכן ארום
אבער די טעסלע ניצט א לאנג דיסטענס ראדאר, וואס איז די קאליר גרין
דערנאך ניצט עס א קעמערע, קאליר בלוי
דערנאך ניצט עס אן אלטרעסאניק סענסאר ארום די קאר, קאליר געל
טעסלע טעכנעלאגיעס אלעס צוזאמען
די קעמערע פון טעסלע
די ראדאר אויפן באמפער
און יעצט צו די פאקטישע חלק גייט זיך די וועלט טוישן ווי קיינמאל בעפאר, און לטוב פון די מענטשן אבער לרעה פאר דער ארבעטער. 4.1 מיליאן קאר סערוויס דרייווערס וועלן פארלירן זייער דזשאב, 233.000.00 אין אמעריקא אליינס,
די גאנצע טראקער אינדוסטרי וועט זיך פארמאכן למחצה לשליש ולרביע, מען וועט קענען ביז א יאר צוויי ארויפלייגן א טראק אויפן I-95 און עס אפשיקן קיין ניו יארק אויב עס וועט נאכנישט זיין אינגאנצן automated, און דאס וועט קאסטן פון 3.5 מיליאן דזשאבס ביז 8.5. די שאפער פאר די עשירים וועט ווערן אפגעמעקט...
און רבותי לייגט צו א דזשאב וואס איר טראכט אז עס וועט אפגעמעקט ווערן...