בלאט 1 פון 1
The Voice Season 11
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 7:32 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
פאריגע וואך אדער צוויי וואכן צוריק האט זיך אנגעפאנגן סיזען 11 פון THE VOICE. אזוי ווי אלעמאל איז אויך היי יאר דא פיר שופטים. אויסער די אלטע צוויי: לעווין און בלעיק איז היי יאר צוגעקומען פרישע בלוט די אלעמען באקאנטע דיזני גירל מיילי סירוס, און אזוי אויך די ווארעמע זינגערטע אלישא קיז. די צוויי פרויען ברענגן אריין א פרישע רוח החיים אין די שאו און לייגן אין שאטן דעם געווענליכן דאמענירער אדם לעווין.
מען זעט טאקע ביי די ערשטע פאר עפיזאדן אז לעווין איז נישט ביי זיך, ער איז אנגעצויגן ווי א אינגל אין קעמפ ביי פיעלד דעי, ווייל די גוטע קאנטעסטן וועלען ענדערש אויס איינע פון די נייע מיילי אדער אלישא און בלעיק טרייבט ליצנות פון אים. בדרך אגב אלישע גייט מיט א טורבאן און זעט אויס ווי א היימיש ווייבל צניעותדיג און איידל מען קען זאגן אז זי מאכט א קידוש השם.
דא האט איר א פאר noteworthy קליפס וואס לענ"ד קענען עס מאכן ווייט אין די שאו
אין די ערשטע צוויי קליפס מאכט בלעיק דאס גענאר פון לעווין און מיט רעכט.
https://www.youtube.com/watch?v=KMym0Wf7VGQhttps://www.youtube.com/watch?v=iXsdJGaL_K4https://www.youtube.com/watch?v=wkJrShaOaz0https://www.youtube.com/watch?v=wikX3P4eBbQ
Re: The Voice Season 11
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 8:41 pm
דורך טרויבן88
און פארשטייט זיך אז פאר דעם איז אויך דא א טעלעגראם טשענעל פאר די וואס וועלן דאס מיטהאלטן.
https://telegram.me/joinchat/ACzulkEAbyZilS2DSDjK4g
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:25 am
דורך יתרו
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 4:01 pm
דורך יתרו
ליידער ליידער נצחו ארלים את המצוקים נישט קענדי און נישט קימבערלי האבן געווינען!
איינע שאוועל וואס זינגט בערך אזווי די פרחי קינדער האט געווינען.
איך מיין אז קענעדי'ס פראבלעם איז געווען אז זי איז צופיהל געגאנגען OFF TUNE און קימבערלי'ס פראבלעם איז געווען אז זי איז איבערוואגיג, דער עולם אויף יוא טוב אין די קאממענטס זענען שרעקליך בייז.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9M-9irrzl6E[/youtube]
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 3:07 pm
דורך סאנטיאגא
יתרו האט געשריבן:ליידער ליידער נצחו ארלים את המצוקים נישט קענדי און נישט קימבערלי האבן געווינען!
איינע שאוועל וואס זינגט בערך אזווי די פרחי קינדער האט געווינען.
איך מיין אז קענעדי'ס פראבלעם איז געווען אז זי איז צופיהל געגאנגען OFF TUNE און קימבערלי'ס פראבלעם איז געווען אז זי איז איבערוואגיג, דער עולם אויף יוא טוב אין די קאממענטס זענען שרעקליך בייז.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9M-9irrzl6E[/youtube]
איך בין משוגע געגאנגען פאר קענעדי געדענק איך.
אינטערסאנט צו באמערקן אז פון 18 געווינערס זענען נאר פיר געווען טונקלהויטיג אדער געמישט. איז דא א הוה אמינא אז מעגליך האט א שחור קלענערע טשאנסן, טאקע אפשר ווייל ווייניגער מענטשן זענען נייגעריג אין די שווארצע genres ווי גאספל, סאול און R&B וואס איז נישט אזוי מעינסטריעם ווי קאנטרי און פאפ וואס שפילט אויף די רעדיא. מ'דארף אויפוואקסן אין אן אפריקאנער אמעריקאנער קלויסטער דאס באמת צו ענדזשויען, אבער טאלאנט קען יעדער ליב האבן מ'דארף נאר פארשטיין צו טאלאנט און נישט יעדער איז א מבין אויף ראנס און רעספי קוויטשעס וואס קימבערלי טוט.
מיין שיטה איז אז ס'איז נישט די וואלן וואס קלויבט דעם געווינער איך האלט ס'איז rigged פערצופאל די לעצטע פאר סיזנס כמעט זייט איך האלט מיט זענען רוב געווינערס בכלל נישט געווען טאפ זינגער פון די קאמפעטישן (און אויך גאר יונג) אין יעדע סיזן איז געווען כאטש איין אזא קאנאן ווי קימבערלי און אפילו בעסערס כ'וועל שפעטער שיקן אפאר אויב כ'וועל עס טרעפן, און רוב פון זיי האבן עס ניטאמאל דורכגעמאכט די battle rounds איך האלט ס'איז די battles וואס הארגעט די שאו, די געדאנק אז מ'מוז קאמפיטן מיט נאך א זינגער און נאר איינער קען גיין ווייטער, יא ס'איז דא steals אבער ס'איז נאריש, טראכט אריין מ'גנב'ט דעם זינגער ביז די נעקסטע ראונד, און דעמאלטס פאלן זיי ווייטער ארויס און וואס איז יעצט? סתם געשלעפט די צייט, איך שטיח מיך פאר אז די צער פון פארלירן שפעטער אריין אין די שאו איז פיל גרעסער...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 3:12 pm
דורך סאנטיאגא
נמחק