בלאט 1 פון 2

קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 4:42 pm
דורך [NAMELESS]
הונדערט מיליאן מענטשן זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן די דעבאטע היינט נאכט צווישן הילערי קלינטאן און דאנעלד טראמפ. דאס איז נישט ווייט פון די 115 מיליאן וואס האבן מיטגעהאלטען די גרעסטע סופערבאל אין היסטארי אין 2015, און אויך נישט ווייט פון די 125 מיליאן וואס האבן מיטגעהאלטן די ערשטע לאנדונג אויף די לבנה אין 1969!!

דאס מיינט אז היינט נאכט איז א גאר גאר היסטארישע מאמענט

Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 4:44 pm
דורך חייקל
וואו קען מען עס מיטהאלטען אן האבען א TV אדער subscription ביי איינע פון די news networks?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 4:45 pm
דורך [NAMELESS]
FoxNews.com

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 4:46 pm
דורך [NAMELESS]
מסתמא אויף youtube אויך

Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 4:46 pm
דורך טרויבן88
חייקל האט געשריבן:וואו קען מען עס מיטהאלטען אן האבען א TV אדער subscription ביי איינע פון די news networks?

viewtopic.php?p=351106#p351106

Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 4:50 pm
דורך חייקל
יישר כח טרויבען88
אויך, ווען מען ליינט Drudge קען מען אביסעל זיך connecten מיט די heat of the moment. WWW.drudgereport.com

Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 4:55 pm
דורך טרויבן88
חייקל האט געשריבן:יישר כח טרויבען88
אויך, ווען מען ליינט Drudge קען מען אביסעל זיך connecten מיט די heat of the moment. http://WWW.drudgereport.com

איך האב פיינט דעם דראדזש. ער מיט די אלע וואס האבן פארקויפט קארסערוועטיזן און אדאפטעט טראמפיזםקולטיזם

Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:04 pm
דורך טרויבן88
лпم iοوԴ האט געשריבן:הונדערט מיליאן מענטשן זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן די דעבאטע היינט נאכט צווישן הילערי קלינטאן און דאנעלד טראמפ. דאס איז נישט ווייט פון די 115 מיליאן וואס האבן מיטגעהאלטען די גרעסטע סופערבאל אין היסטארי אין 2015, און אויך נישט ווייט פון די 125 מיליאן וואס האבן מיטגעהאלטן די ערשטע לאנדונג אויף די לבנה אין 1969!!

דאס מיינט אז היינט נאכט איז א גאר גאר היסטארישע מאמענט

היסטאריש??? אז וואס? אז א גאנצע לאנד פארכט זיך אז א צידרייטער נארסיסיסט זאל נישט ווערן פרעזידענט, און מען האפט אז דער צידרייטער זאל ווערן צימאלן היינט נאכט (וואס לפי דעתי וועט נישט געשען)
צי מיר איז דאס אזוי היסטאריש ווי א ספעיס קעפסאל האט אןיפגעריסן אינמיטן ארויף גיין אין ספעיס.

Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:11 pm
דורך חייקל
די ליבעראלע האבען אים וואס פיינט צו האבען.
איך פאר מיר האב שוין מחליט געווען אז סיי מיט הילערי אדער טראמפ איז אמעריקע אין דיעפ טרובעל. די שאלה איז ,אפשר, ווער פון זיי וועט מאכען בעסערע החלטות וואס נישט איך אדער דו ווייסען. נאכמער די גאנצע פייט פון זיי צוויי האבעי גארנישט מיט אונז סייוויי, מ'רעדט פון ביליאנס אף דאללערס וואס טשיינע האט אין אמעריקע וכו'..... און אסאך אזעלכע סימילער אישוס.
ממילא האב איך נישט פיינט דראדזש אדער די פאוסט, נ. י. טיימס און וכו'
אבער איין זאך איז זעכער דראדזש ציהט גוט אן יעדעמס נערווען, בפרט ווען נעמט און באטראכט אז ער איז נאר א curator,
איין משל איז וואו ער ברענגט א לינק פון WND אז עמעזאן האט דיליטעד כמעט 2000 reviews פון הילערי'ס בוק Forward Together, ווייל ס'איז געווען צו נעגעטיוו וכו' .
עניווייס שוין צו סאך פארברענגט און אפילו נישט אין די ריכטיגע אשכול. צוריק צום ארבייט. סי יו אלל ..

Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:30 pm
דורך טרויבן88
הקיצור איך זע נישט וואס די האסט מיר געענטפערט. דראדזש האט פארקויפט קארסערוועטיזן, און האלט עס און איין פארקויפן טאג איין טאג אויס, ער שטייט נישט פאר קיין שום פרינציפ.
און א גרויסע ראיה פון??? WND איינע פון די גרעסטע משוגעים און קאנספיראציע דרייווערס, א קוזין מיט איינע פון די גרעסטע משוגעים וואס דער וועלט האט נאר אמאל געזען דעם אלעקס דזאוןס, ברוך השם אז דראדזש ברענגט שוין לינקס פון דארו אויך. נאך עפעס דערלעבט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:36 pm
דורך פליקער
מיכל סאוועדזש האט געכאפט א ריק פון WABC ווי מען האט אים אראפ געריקט, לכאורה נאר פאר א ביסל נישט פאר קיפס, אבער ווי עס זעיט אויס גייט ער מאכן א ויצעקו אז מען וועט אים ברויכן משתיק זיין.

Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:38 pm
דורך טרויבן88
פליקער האט געשריבן:מיכל סאוועדזש האט געכאפט א ריק פון WABC ווי מען האט אים אראפ געריקט, לכאורה נאר פאר א ביסל נישט פאר קיפס, אבער ווי עס זעיט אויס גייט ער מאכן א ויצעקו אז מען וועט אים ברויכן משתיק זיין.

געלויבט גאט אז מען ריקט ארום דעם צידרייטן. איך פלעג עם אמאל הערן. אוי איז עס געווען א צייט פארשווענדניש. אשאד.
אבער פאר עם איז עס א גוטע זאך, ווייל יעצט האט ער וואטער וואס צי רעדן.

און סתם אזוי ווערט ער נאר געליפטערט 2 שעה אנטקעגן 3 איבער אמעריקא.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 6:25 pm
דורך סמבטיון
איך האב פארשטאנען אז סענאר פאר היינט, ווייל זיי ריפארטן לייוו פון לאנג איילענד

Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 6:38 pm
דורך טרויבן88
סמבטיון האט געשריבן:איך האב פארשטאנען אז סענאר פאר היינט, ווייל זיי ריפארטן לייוו פון לאנג איילענד

שוין, דעס מיינט גארנישט פאר די וואס הערן ראדיא ווייסן אז סגעשענט אפט און ביי יעדע לאקאל זאך האקט מען איבער נאציאנאלע פראגראמען.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 6:44 pm
דורך פרייוויליג
עס איז אוממעגליך צו וויסן וויפיל viewers עס גייען זיין. דאס איז א טאקטיק פאראויס צו זאגן, אזוי גייען מענטשן טראכטן, אזוי? אזויפיל מענטשן גייען עס וואטשען, איך קען דאס נישט פארפאסן...

Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 6:47 pm
דורך גר ותושב
בילד

Re: קלינטאן-טראמפ דעבאטע קען זיין גרעסטע TV איווענט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 7:05 pm
דורך טרויבן88
מייקל סעוועדזש, דער קאנסערוואטיווער ראדיא קאמענטאטאר, איז פלוצלינג און אומפאראויסגעמאלדן אראפגעווארפן געווארן פון די ראדיא כוואליעס אויף "770 דאבעליו-עי-בי-סי", היינט אינמיטן זיין טעגליכן שאו. ער זאגט אז מען האט אים בכלל נישט איינגעמאלדן פון פאראויס איבער די גאנצע זאך, און ער האט עס דערקלערט אלס א פאליטישע פוטש קעגן אים, וויבאלד ער איז פרא-טראמפ.
קרעדיט @קול העולם אידיש...
נאר דער צידרייטער מאכט נייעס פון יעדע קליינע זאך. ווייל ער נישט וואס צי רעדן. נעבעך.
בילד

כדי צי מסביר זיין וואס גייט פאר לפי עניות דעתי איז אז יעדע ראדיא סטעשאן האט א רעכט אפציהאקן און ריפארטן לאקאל נייעס, 'אן' אנריפן דעם host. למשל ווען דער געז פייפ האט געפלאצט און מאנהעטן איז סעוועדזש אויך געווען אפגעהאקט, און Curtis and kuby אדער נאר איינער האט עם איבערגענומען, ביי האריקען סענדי האבן זיי אויך איבערגענומען סעוועדזש, נאר??? ער האט מסתם נישט געוויסט... סנישט דא קיין שום סיבה צי מאכן א מצב, נאר זעט אויס אז נאכן רעדן יעדן טאג 3 שעה אז ער גייט 'נישט' רעדן פון פאליטיק... נאר אז ער גייט רעדן אז ער גייט נישט רעדן וכו' פרובירט ער דאס.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 8:09 pm
דורך מאן דאמר

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 8:15 pm
דורך ליפא
גרעסטע ''פאליטיקעל'' TV איווענט, כצ''ל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 8:29 pm
דורך [NAMELESS]
ליפא האט געשריבן:גרעסטע ''פאליטיקעל'' TV איווענט, כצ''ל

ניין, ס'וועט "זיכער" זיין די גרעסטע פאליטיקעל איווענט, אבער "ס'קען" זיין די גרעסטע איווענט בכלל, אויב עס שטייגט איבער די עקספעקטעישאנס. ס'איז עקספעקטעד צו זיין 100 מיליאן צוקוקער'ס, אויב גייט עס מיט 26 מיליאן מער וועט עס אפילו איבערשטייגען די לבנה לאנדונג.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 8:40 pm
דורך ליפא
הילערי קומט אן צום דעבעיט

IMG-20160926-WA0290.jpg

ערשטע 2016 פרעזענדליכע דעבאטע LIVE

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 8:58 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 9:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'פריילעך! :פורים: :פורים2: :לאךהויך: :בייביי: :האהא: :פורים2: :פורים2: :פורים2: