בלאט 1 פון 1

אבל היפאקריטן אנחנו!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 12:25 am
דורך נח בער
בס"ד

אנגעוויזן אויף די גאווערמענט!

צווישן די אלע מעסעדזשעס וועלכע זענען ארומגעשיקט געווארן איבער די ארעסטן פון דינסטאג פר' נצבים, האט איינער ארויסגעברענגט גאנץ א גוטן פוינט אז ליידער קאסט דאס לעבן אזוי טייער, און טעקסעס זענען אזוי הויך, און מען מוז מאכן אזוי ווייניג געלט צו באקומען גאווערמענט הילף, אז געוויסע מענטשן קענען פשוט נישט דורכקומען דעם טאג מיט'ן ארבעטן הונדערט פראצענט לעגאל.

ביים לייענען דעם מעסעדזש האב איך זיך געמאכט א חשבון הנפש און אריינגעטראכט: ווען אבאמא האט געטומלט איבער די ריזיגע העלט קעיר קאסטן אין אמעריקע און וויאזוי מענטשן קענען זיך עס נישט עפארדן און גייען באנקראט אדער שטארבן אין די גאסן, האט אונזער קאמיוניטי זיך אנגעשלאסן אין די אנטי-אבאמא מאוומענט, און געשריגן אז מיר ווילן נישט אז די גאווערמענט זאל אריינרעדן אין אונזער העלט קעיר.

וואספארא טראגישע איראניע: אונזער קאמיוניטי איז פון די גרעסטע מעדיקעיד געניסער אין אמעריקע. לויט די ארענדזש קאונטי סאשעל סערוויסעס דעפארטמענט זענען ארום ניינציג פראצענט קרית יואל'ער אידן אויף מעדיקעיד. אידן נעמען גאווערמענט העלט קעיר ווייל זיי קענען זיך נישט עפארדן צו באצאלן די ריזיגע העלט קעיר קאסטן. איז וואס האבן מיר כפויי טובה געטאן ווען אבאמא האט געוואלט העלפן אזעלכע מענטשן ווי אונז? מיר האבן אים באזינגען און באשריגן און זיך אנגעשלאסן אין די קעגנערס פון אבאמאקעיר. מיר האבן דאס געטאן וויסנדיג זייער גוט אז אונזער ציבור קען נישט לעבן אן קיין מעדיקעיד הילף! מיר האבן דאס געטאן וויסנדיג זייער גוט אז אונזערע מיטל-קלאס פארדינערס קענען בשום אופן נישט עפארדן צו באצאלן העלט אינשורענס! מיר האבן דאס געטאן וויסנדיג זייער גוט אז כאטש א חלק מעדיקעיד געניסערס מוזן אריינגעבן פאלשע אינפארמאציע כדי צו קענען באקומען מעדיקעיד.

רבותי, אין די אפיסעס פון די אטוירני דזשענעראלס פון ראקלענד און ארענדזש קאונטיס (און לעצטנס האבן זיי דאס אויך אנגעפאנגען אין ברוקלין) ליגן הונדערטער קעיסעס פון יונגעלייט וועלכע זענען אונטער אינוועסטיגעישאן פאר מעדיקעיד פראוד. די 'גוטהארציגע' אינוועסטיגעיטארס אפערן דיעלס פאר די מענטשן וועלכע פאלן אריין אין זייערע נעצן, צו באצאלן צענדליגער אדער הונדערטער טויזנטער דאלאר, און מסכים זיין מער נישט צו באקומען קיין שום גאווערמענט פראגראמען. עס האט שוין ביז היינט אפגעקאסט מיליאנען דאלארן אין אידישע געלטער, און דאס זענען שוין די מזל'דיגע, ווייל פון צייט צו צייט זענען זיי מחליט דורכצופירן ארעסטן למען ישמעו ויראו, און יענע וואס ווערן ארעסטירט ליידן ריזיגע בזיונות חוץ פון די שווערע קנסות.

אבאמא האט פרובירט צו העלפן די מענטשן וואס קענען זיך נישט עפארדן צו באצאלן העלט קעיר, אבער מיר, היפאקריטן, האבן זיך געזארגט אז ס'וועט שאטן פאר אמעריקע'ס העלט קעיר סיסטעם, ווען רוב רובם פון אונז זענען אויף מעדיקעיד אדער אנדערע גאווערמענט העלט קעיר פראגראמען. מיר האבן פארשריגן אבאמא'ן אלס היטלער און סטאלין צוזאמען.

למעשה איז אבאמא'ס אריגינעלער העלט קעיר פלאן דראמאטיש איינגעצוימט געווארן, אונטער געפערליכע פרעשור פון די רעפובליקענס, און מיט די הילף פון אזעלכע מעדיקעיד-געניסער קאמיוניטיס ווי אונזער'ס וועלכע האבן פראטעסטירט אין די גאסן, און געשריגן
Keep the government out of my Medicaid!...

צוליב דעם גרויסן דרוק האט אבאמא למעשה נישט איינגעפירט קיין יוניווערסעל העלט קעיר. אנשטאט האט ער אויסגעברייטערט מעדיקעיד און געגעבן סאבסידיס פאר די איבעריגע – אויך באוואוסט אלס אבאמאקעיר – ווייט נישט קיין סאלושאן פאר מענטשן וואס קענען נישט עפארדן צו באצאלן די ריזיגע העלט קעיר קאסטן, אזוי ווי אונזערע מיטל-קלאס אידן.

דער רעזולטאט איז אז מעדיקעיד איז יעצט איינע פון די הויפט אישוס וועלכע ווערן גענוצט קעגן אונזער קאמיוניטי, וויבאלד אונזערע שכנים שרייען אז מיר גנב'ען זייערע טעקסעס צו געניסן אומלעגאל פון מעדיקעיד, און מיר קענען ניטאמאל אויפברענגען די טענה אז אונזער קאמיוניטי קען נישט סערווייוון אן קיין גאווערמענט העלט קעיר, ווייל אונזער קאמיוניטי איז דאך געווען קעגן גאווערמענט העלט קעיר!

אונזערע אידישע ברידער אין קאנאדע, ענגלאנד, בעלגיע און חרדי'שע ברידער אין ארץ ישראל, האבן ב"ה נישט דעם פראבלעם; זיי באקומען באצאלט העלט קעיר פון זייערע גאווערמענטס. קיינער שרייט נישט אז ניינציג פראצענט פרומע אידן זענען אויף גאווערמענט העלט קעיר, וויבאלד הונדערט פראצענט אידן זענען אויף גאווערמענט העלט קעיר – לעגאל!

אונזערע אידישע ברידער אין קאנאדע, ענגלאנד, בעלגיע און חרדי'שע ברידער אין ארץ ישראל דרייען זיך נישט ארום מיט פחד פון די מעדיקעיד פראוד אינוועסטיגעיטארס. אונזערע אידישע ברידער אין קאנאדע, ענגלאנד, בעלגיע און חרדי'שע ברידער אין ארץ ישראל ליידן נישט קיין שלאפלאזע נעכט טראכטנדיג פון וואו צו באצאלן הונדערטער טויזנטער דאלאר אין קנסות.

א קאמיוניטי וואס איז אזוי מין אנגעוויזן אויף גאווערמענט העלט קעיר האט געזאלט "שאָטן אפּ" ווען זייער גאווערמענט פרובירט זיי צו העלפן דורכ'ן אויסברייטערן העלט קעיר צו קאווערן יעדן איינעם, אפילו ווען דער מענטש וואס האט עס געאפערט האט אזא שרעקעדיגן נאמען ווי באראק אבאמא, און אפילו ווען די מענטשן וואס זענען קעגן דעם זענען אזוי cool ווי די רעפובליקענס. ניין, מיר האבן נישט געדארפט אפקויפן די אלע נארישע קאנספיראציע טעאריעס איבער די שרעקליכע צרות וואס יוניווערסעל העלט קעיר קען ברענגען.

יא, מיר וואלטן געדארפט איינשפאנען אונזערע עסקנים און שתדלנים און ארגאניזאציעס און זיי שיקן קיין וואשינגטאן צו קלאפן אויף טירן און טויערן און שתדל'ען אז קאנגרעס זאל עפראוון פרי העלט קעיר כאטש פאר מיטל-קלאס מענטשן, אזוי אז אונזערע אידעלעך וואס קענען נישט דורכשטופן דעם טאג זאלן קענען געניסן פון פרי העלט קעיר – לעגאל!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 12:37 am
דורך יואב
דיין נקודה איז אמת, אבער וואס איז בכלל דאס גענעראליזירן דא דעם קאמיונעטי. וואו איז געווען פראטעסטן קעגן דעם? יא, כ'ווייס דאנאלד גלייכט די poorly educated, און די poorly educated גלייכן אים. ס'איז פארשטענדליך פארוואס א סך חסידים זענען טראמפ שטיצער אדער קאנסערוואטיוון. ערשטנס אבער, ווען ס'קומט צו וואויטן מיין איך אז מ'שטיצט געווענליך — פון קאמיונעטי אויס — די דעמאקראטן. זיכער אזוי אויף דעם לאקאלן און סטעיט לעוועל. די צוויי סענאטארן פון ניו יארק, שומער און דזשילעברענד, האבן געהאט די שטיצע פון חסידישע גרופעס, און זיי וואלטן עני טיים געשטימט פאר יונעווערסל העלטה-קעיר.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 9:19 am
דורך נח בער
אונזער קאמיוניטי איז געווען אויסגעשפראכן קעגן אבאמאקעיר און זיך געלאזט הערן דורך פעיסבוק און טוויטער און עדיטאריעלס אין די אנגלא-אידישע צייטונגען, ווי דזשואיש פרעס, יתד אא"וו. חוץ מזה, אונזערע ארגאניזאציעס וועלכע קעמפן פאר אונזער קאמיוניטי אין וואשינגטאן, ווי די אגודה און אנדערע, זענען אין בעסטן פאל געזיצן שטיל און אין ערגסטן פאל זיך אנגעשלאסן אין די קעגנערס פון אבאמא, אנשטאט פייטן פאר גאווערמענט העלט קעיר וואס זאל קאווערן פולי אן קיין משונה'דיגע דעדאקטעבלס אונזערע מיטל-קלאס אידן וואס קענען זיך נישט רירן אן מעדיקעיד. איך ווייס אז אונזער קאמיוניטי אליין קען נישט טוישן וואשינגטאן, אבער מיר האבן א כח משפיע צו זיין אויף זייער אסאך בילס, און עט ליעסט וואלטן מיר נישט אויסגעקוקט יעצט ווי פאלנע היפאקריטן וואס זענען קעגן עקספענדן גאווערמענט העלט קעיר פאר מענטשן וואס קענען עס נישט עפארדן, ווען רוב רובם פון אונזער קאמיוניטי איז דערויף.

איין סענאטאר וואס איז געווען דירעקט רעספאנסיבל איינצוצוימען אבאמאקעיר איז געווען דזשאסעף ליבערמאן, וועלכער איז געווען די זעכציגסטע שטימע אינעם סענאט ווי באקאנט, און ער האט געסטראשעט מיט א פיליבאסטער אויב די גאווערמענט גרינדעט אן אייגענע העלט אינשורענס פירמע צו קאנקורירן מיט די פריוואטע העלט אינשורענס, און עווענטועל קאווערן מיטל-קלאס אמעריקאנער. אזא ליבערמאן וואלט ווען איינגערוט ווען ער באקומט א פארלאנג פון די פרומע ארגאניזאציעס איינצורוען.

אנשטאט לעגאליזירן גאווערמענט העלט קעיר פאר אונזערע מיטל-קלאס אידן וואס קענען נישט סערווייוון אן דעם האבן מיר אויסגעקליבן דעם וועג פון קרימינאליזירן גאווערמענט העלט קעיר פאר אונזערע מיטל-קלאס אידן וואס קענען נישט סערווייוון אן דעם.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 12:45 pm
דורך פליקער
זייער א גיט קעפל, אבל מיר זענען סאך גרעסערע היפאקריטן ווי פאר נישט שטיפן אבאמא קעיר.

ווען איך באקום די דער איד טעיגלעך און איך זיך מיט א פארגרעסערינגס לופע אויב דערמאנט מען וועגן עפעס א איבערפאל פון די גאווערמענט אויף דריי פאר פעלקער, אך ווי פראדיקטעבל איז אז מען זעיט דארט גארנישט דערמאנט, איז 6 אידן ארעסטירט נישט קיין ברעיקינג נוז, ברויכען זיי וועין נישט ארויסלייגן א ספעציעלע מיטן טאג אימעיל. די תירוץ איז ניין עס איז נישט גלייך צי שרייבן אזעלכע זאכן, איך וואלט געוועט אז נישט דער איד מיט די מיליאנע בלעטער, נישט די בלאט טראץ די פארגרעסערטע נומער לכבוד העפי נו יער, וועלן זיי נישט האבן קיין פלאץ אריין צי לייגן קיין איין איינציג ווארט וועיגן די שוידערליכע איבערפאל וואס וואלט זיכער פארמיטן געווארן ווען זיי לערנען וועין אויס דעם עולם אז מען טאר נישט האבן קיין צעינליגע בננינים אויב וויל מען מעדיקעיד.
יא אבער עס וועט זיין געניג פלאץ צי זינגען די ניגון באבוד רשעים רינה אויף פערעס'ס פטירה, ווער וויל וועטן.
ווי פלעיג באב גרענט וויינען די סיק ארר געטינג סיקער.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 2:21 pm
דורך לית דין בר נש
פליקער יא עס איז א ברעיקינג ניוס אבער עס איז דא אזא זאך ווי כבוד הבריאות מען טוט נישט אויס מענטשן נאקעט אפילו זיי זענען באגאנגען אן עוולה
דער איד וועט אי"ה שרייבן אז מען טאר נישט נעמען מעדיקעיד ווען מען האט בילדינגס, ווען דרור גייט מאכן אן אסיפה אויפצוקלערן די היימישע עולם, דעמאלס וועט עס דער איד שיין באשרייבן אבער נישט אויפן חשבון פון זעקס מענטשן וואס האבן מסתמא דרייסיג קינדער all together

סליחה

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 2:29 pm
דורך פליקער
לית דין בר נש האט געשריבן:פליקער יא עס איז א ברעיקינג ניוס אבער עס איז דא אזא זאך ווי כבוד הבריאות מען טוט נישט אויס מענטשן נאקעט אפילו זיי זענען באגאנגען אן עוולה
דער איד וועט אי"ה שרייבן אז מען טאר נישט נעמען מעדיקעיד ווען מען האט בילדינגס, ווען דרור גייט מאכן אן אסיפה אויפצוקלערן די היימישע עולם, דעמאלס וועט עס דער איד שיין באשרייבן אבער נישט אויפן חשבון פון זעקס מענטשן וואס האבן מסתמא דרייסיג קינדער all together

סליחה

ווער האט געזאגט מען זאל לייגען נעימען, דאס איז בכלל נישט געווען מיין פארלאנג, אבער אז מען וואלט געשריבן בערך אזוי,
FBI אויף א בליץ באזיך אין וויליאמסבורג
וויליאמסבורג- און ליכט פון א אויספארשונג וואס איז שילדיג און א מאסן ארעסט, איז די סיבה אנגעגעבן ציליב וואס די פעדעראלע אגענטורען זענען חושד (פארשטייט זיך אימשילדיג) אז מען האט געפעלטשעוועט די אינקאם און צוגעזאגט אז מען פארדינט די נויטיגע סכום צי זיין ערלויבט צי ווערן באצאלט די מעדיקאל אינשורענס דורך די שטאט וואס באשטימט געלטער פאר ארימע, און מיר פאדערן גלייכצייטיג אויף די עולם למען ידעו, מען זאל נישט פריוון זאגן אז מען איז ארעם ווען מען איז נישט, ווייל די נבירה איז זייער זייער גרויס און אלע קינדערלעך פון גרויס ביז קליין זאלן ענדערש נאך געלט גיין ווי זאגן ליגענט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 2:36 pm
דורך לית דין בר נש
די לייק איז פשוט פאר דיין לעצטע שורה וואס האט מיר געמאכט אויספלאצן משום איזה סיבה שהוא
אבער די פארשטייסט אפילו מען גייט נישט שרייבן קיין נעמען גייסט די און איך און נאך צענדליגע מענטשן וואס האבן נאך נישט גיהערט דער מעשה יעצט, וויסן וועגן וועם מען רעדט און מיין הארץ זאגט מיר אז עס גייט וויי טוהן מענטשן
ממילא וועט מען עס איבערלאזן אויף דרור'ס איווענט וואס דעמאלטס וועט מען שרייבן אז מען האט שוין ארעסטירט היימישע אידן אויף דער זאכן וכו'

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 2:39 pm
דורך berlbalaguleh
פליקער: אבער די שטארקע נקודה דא איז דער זה לעומת זה. די סארט נייעס (פון די ארעסטן, ל"ע) וועט דער איד און דער בלאט בשום אין אופן נישט רעפארטן. לא ישמע ולא יפקד ולא יזכר. אבער די באבוד רשעים רינה זייט וועט אי"ה זיין מיט קידוש לבנה אותיות. כדי מקיים צו זיין דעם פסוק (כ'וועיס נאכנישט וועלכן) אז די ערשטע בלאט דארף זיך רעדן בגנות הציונים. און פון אט די סחורה איז ב"ה דא בשפע גדול... :lol: :roll:

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:20 pm
דורך שמעקעדיג
בערל !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! :shock: :shock:

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:39 pm
דורך יעקב מענטש
פליקער האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:פליקער יא עס איז א ברעיקינג ניוס אבער עס איז דא אזא זאך ווי כבוד הבריאות מען טוט נישט אויס מענטשן נאקעט אפילו זיי זענען באגאנגען אן עוולה
דער איד וועט אי"ה שרייבן אז מען טאר נישט נעמען מעדיקעיד ווען מען האט בילדינגס, ווען דרור גייט מאכן אן אסיפה אויפצוקלערן די היימישע עולם, דעמאלס וועט עס דער איד שיין באשרייבן אבער נישט אויפן חשבון פון זעקס מענטשן וואס האבן מסתמא דרייסיג קינדער all together

סליחה

ווער האט געזאגט מען זאל לייגען נעימען, דאס איז בכלל נישט געווען מיין פארלאנג, אבער אז מען וואלט געשריבן בערך אזוי,
FBI אויף א בליץ באזיך אין וויליאמסבורג
וויליאמסבורג- און ליכט פון א אויספארשונג וואס איז שילדיג און א מאסן ארעסט, איז די סיבה אנגעגעבן ציליב וואס די פעדעראלע אגענטורען זענען חושד (פארשטייט זיך אימשילדיג) אז מען האט געפעלטשעוועט די אינקאם און צוגעזאגט אז מען פארדינט די נויטיגע סכום צי זיין ערלויבט צי ווערן באצאלט די מעדיקאל אינשורענס דורך די שטאט וואס באשטימט געלטער פאר ארימע, און מיר פאדערן גלייכצייטיג אויף די עולם למען ידעו, מען זאל נישט פריוון זאגן אז מען איז ארעם ווען מען איז נישט, ווייל די נבירה איז זייער זייער גרויס און אלע קינדערלעך פון גרויס ביז קליין זאלן ענדערש נאך געלט גיין ווי זאגן ליגענט.

דו האלטסט אז ס'פעלט אפי' אויס צו רעפארטירן ? צייג מיר א איד אין וויליאמסבורג וואס ווייסט נאכנישט וועגן די ארעסטן?

אונטערשטע שורה, מ'דארף זיין סענסיטיוו צו די פאמיליעס.

Re: אבל היפאקריטן אנחנו!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:46 pm
דורך פליקער
אהא איך מאך א דיל דו ווייס מיר וועלכע נייעס זיי ריפארטן וואס איך ווייס נישט, מיר קוקן דיר אויס כסוסים, מיר ווייסן די סיבה פארוואס עס איז נישט ריפארטעט, און עס איז נישט ציליב וואס דער איד שטעלט זיך פאר אז מיר ווייסן שוין דערפון, און יא עס איז נייעס וואס איז ווערט א אפשאצינג, ווייל ווער גייט פארציילן פאר דעם פליפ פאון איד אז מען טאר נישט גנבענען, און לויט ווי עס זעיט אויס מיינען זיי שוין אז עס איז יד ישראל על עליונה און מען מעיג שוין אפילו מארדען, מען ברויך מאכן א אנאנס, אזא גלות אלערט, אז משיח איז נאך נישטא.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:57 pm
דורך יעקב מענטש
פליקער האט געשריבן:אהא איך מאך א דיל דו ווייס מיר וועלכע נייעס זיי ריפארטן וואס איך ווייס נישט, מיר קוקן דיר אויס כסוסים, מיר ווייסן די סיבה פארוואס עס איז נישט ריפארטעט, און עס איז נישט ציליב וואס דער איד שטעלט זיך פאר אז מיר ווייסן שוין דערפון, און יא עס איז נייעס וואס איז ווערט א אפשאצינג, ווייל ווער גייט פארציילן פאר דעם פליפ פאון איד אז מען טאר נישט גנבענען, און לויט ווי עס זעיט אויס מיינען זיי שוין אז עס איז יד ישראל על עליונה און מען מעיג שוין אפילו מארדען, מען ברויך מאכן א אנאנס, אזא גלות אלערט, אז משיח איז נאך נישטא.

צדיק, האסט מיך שלעכט פארשטאנען, מיין נקודה איז געווען אז ס'פעלט נישט אויס צו פאבליצירן אן awareness, די מוסר השכל איז מובן מאיליו, (און פארוועם נישט, וועט קיין עד אין די איד/בלאט נישט קיין סאך העלפן) און פון אנדערע זייט מאכט דאס זייער אומבאקוועם פאר די באטרעפענדע.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 4:43 pm
דורך מאטי
דאס אז מיר פארמאגן קינדער געבענטשטע פאמיליעס איז אפשר אויך א פאקטאר וואס גיט אונז א בארעכטיגונג צו לעבן אויף פראגראמען? ס'איז פשוט סטאטיסטיש אז ס'זאל זיין א גרעסערע אחוז.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 7:56 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:בערל !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! :shock: :shock:

וואס דארף דאס צו מיינען...?. זאג עפעס...! נאכדעם 'עמיר זיך דינגען צו כ'האב דיך יא, אדער נישט גוט פארשטאנען

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:10 pm
דורך נולד מאוחר

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:10 pm
דורך דולה ומשקה
כמעט דער איינציגסטער וואס איז ארויס בגלוי ראש לטובת אבאמא'ס אבאמאקעיר איז געוועהן עזרא פריעדלאנדער, מיט א לאנגע באשרייבונג אויף "וואס איז נייעס" און שפעטער אויף "JDN" דאכציך. ער האט דארט געשריבען בערך וואס [tag]נח בער[/tag] און אנדערע האבן געשריבען און די קאמענטס דארט האבן איהם שטארק אראפגעריסען.