בלאט 1 פון 1

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 2:00 pm
דורך שמעקעדיג
אמת נכון הדבר. פארדעם גייט דער עולם אריבער צום "עמי" מאגאזין, און אפילו דער מאמענט, וואס קען ארויפברענגען היימישע פראבלעמען צווישן די שורות.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 2:13 pm
דורך לית דין בר נש
העניך האט געשריבן:יעדער פארשטייט די פאליסי נישט צו שרייבן קיין שלעכטס וועגן היימישע אידן, אבער עס האלט היינט ביי אן אבסורד אז דער גאנצער באדייט פון א צייטונג איז פארלוירן געווארן.

הייסט די פארשטייסט אלעס סך הכל באדערט דיר אז די צייטונג האט פארלוירן זיין באדייט, נא נישט גיפערליך.

מענין לענין וועלכע מיידל שולע האט זיך פארמאכט דער אלול? מיינסט אפשר די עלפטע קלאס? אדער די מיינסט א מיידל שולע?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 7:29 am
דורך טרויבן88
[tag]העניך[/tag] איך זע ווי די שרייבס פארראט פון די היימישער מידיא, דאס איז נישט פארראט וויבאלד סאיז קיינמאל נישט געעפענט געווארן צי ריפארטן נייעס פון אונז...... (א רחמנות אויף אונז)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 10:53 am
דורך berlbalaguleh
לית דין בר נש: הער אויף נייגעריג צו מאכן דעם עולם. זאג, אויב דו ווייסט וועלכע מיידל שולע ס'האטציך פארמאכט אום אלול...!?!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 12:35 am
דורך שמעון וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן:אמת נכון הדבר. פארדעם גייט דער עולם אריבער צום "עמי" מאגאזין, און אפילו דער מאמענט, וואס קען ארויפברענגען היימישע פראבלעמען צווישן די שורות.


איך וואלט געזאגט אז פארדעם גייט דער עולם אריבער צו ק"ש און אנדערע סאשעל מידיע

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 1:44 pm
דורך Engager
ארטיקעל אין פאליש בנוגע דער ענין
http://freemorgen.com/forum/viewtopic.php?t=1217

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:00 pm
דורך Engager
C/p
אין יעדער געזעלשאפט זענען פארהאן שרייבער אין פילצאליגע ג'אנרעס און פארעמען. זשורנאליסטן, נייעס רעפארטער, נאוועליסטן, אָטארס פון קורצע מעשה'לעך, שפיל שרייבער, עסעיער, פאעטן וכו'. ליטעראטור, און מומחים זי צו פראדוצירן איז א נויטוועדיגע זאך אין אן אנטוויקלטע סאסייעטי. אין דער ארטיקל אבער וועל איך מיך באציעהן צו דער מלאכת הכתיבה, אירע מאטעריאל און מחברים - ביי אונזערע חרדישע קהילות.

אין דעם ארטיקל גיי איך טענה'ן אז מלאכת הכתיבה וואס דארף לעתים מסיומים בעיקר נאר זיין א מיטל איז ביי אונז געווארן אן עיקר – דער שרייבן איז בלויז לשם שרייבן. ווידעראום דער עיקר – צו וואס דער ליטעראטור וואלט געברויכט פירן צו – דהיינו, פרייהייט פאר דעם יחיד פון דעם עול וואס רופט זיך "טובת הכלל" – ווערט פארנאכלעסיגט. דאס ארויפארבעטן און אנטוויקלען ארט דורכ'ן שרייבן איז געווארן נאר א טפל. שרייבן איז פראסט און פשוט געווארן א ביזנעס.

די געשעפטן זענען פוהל מיט צייטונגען – יעדע קרייז, שוהל, מוסד, פארטיי און אירגון האט זיך אן אויסגאבע/גליון. עס הויבט זיך שוין אן אין ישיבה מיט די שבת תורות, פורים צייטונגען און אזוי איז מען ממשיך אין כולל מיט קונטרסים'לעך איבער א סוגיא אדער עטליכע סימנים שו"ע. שפעטער ווערט ער מיר א מגיה, א סופר, א טייפיסט, א דעזיינער אן אדווערטייזער, א בינדער, א דבר יום ביומו ארויסגעבער, א קול קורא מאכער, א פאשקעוויל מנסח אדער א צייטונג שרייבערל. בקיצור, עס איז דא פאר יעדעם אן ארט אינעם פענדל.

איי וועט איר פרעגן, נו אוודאי איז עס א ביזנעס. למה נגרע פון די גרויסע וועלט? דו פארלאנגסט מיר זאלן בחנם שרייבן?

היסטאריש, איז שרייבן און לייענען געווען רעזערווירט פאר די אויבירשטע פון שטייסל – די קעניגן, רעליגעזע גייסטליכע און העֶרן – די וואס האבן זיך געקענט ערלויבן פרייע צייט אראפצושרייבן זייערע לעבנס, זייערע געדאנקען אדער זייערע לימודים און ערפינדונגען - זענען על פי רוב געווען פינאנציעליש פארמעגליך צוליב וועלכן סיבה ס'זאל נאר נישט זיין. אין די מיטלאלטער איז עס געווען די גייסטליכע מאנקס און פרייערס אין די מאנאסטריעס און מיט דער אנקום פון די ענלייטענמענט עפאכע איז די מלאכה אריבער אויך צו די געלערנטע דענקער - פאפולערע רעספעקטפולע שרייבער וועלכע זענען על פי רוב געווען פראגרעסיוו אין זייערע השקפה - ספעציעל אויב איז שוין די געלט געווען אין די פאמיליע פון פריער - א ירושה צב"ש.

זייענדיג פארזיכערט מיט ברויט און א דאך איבערן קאפ האבן זיי מער צייט געהאט צו פוסטעווען און פארברענגען מיט די ארטס. און דאס איז נישט נאר געווען די קעיס מיט שרייבער, נאר אויך די פאעטן, ארט סקולפטארס, מעלער און פאַרבער. נאכמער, פיהלע פון די ארטס זענען פינאנצירט און געשטיצט געווארן טאקע דורך די רייכע אדללייט וועלכע האבן אן אינטערעסע געהאט אין אנטוויקלען קולטור. די איטאליענע רייכע פאמיליעס וועלכע האבן קאנטראלירט די בענק – אין די פריע ענלייטענמענט – האבן געשטיצט די מאלערייען אין פלארענס און אזוי אויך למשל שפעטער, דער דייטשער קייסער פרידריך דער גרויסער איז באקאנט געווען אלס גרויסער נדיב און שטיצער פון די ארטס אין פרייסען. אין אנדערע ווערטער, א בליעהנדע עקענאמיע האט געברענגט א רייכערע קולטור. דאס שליסט אוודאי נישט אויס די ביזנעסלייט און עליטע וואס האבן אליינס געקענט ביידע, תורה וגדולה געהאט ווי מ'זאגט. זיי האבן אי פארדינט א פארמעגן און אי אליינס געווען שרייבער, ארטיסטן און ארטיזאנס.

דערפאר טאקע, אזוי לאנג ווי עס האב עס די קאטוילישע און פראטאסטאנטישע גלחים געשריבן די נייעס באריכטן און פנקסים האבן זיי פיהל ווייניגער רעספעקט געהאט פאר אביעקטיוו ווארהייט פאר דער געשריבענער ווארט. צוריקקוקענדיג קען מען זיי פיהל ווייניגער געטרויען ווי די שפעטערדיגע ווייל נישט נאר האבן זיי געהאט א נגיעה צו שרייבן נאר וואס איז אין גאנג מיט זייערע גלויבן און וואס שטימט מיט זייערס א פארטייטשונג פון א פאסירונג נאר זיי האבן בכלל נישט געלעבט אין די עכטע וועלט - די וועלט איבער וואס זיי האבן באריכטעט. זיי האבן געלעבט פארשלאסן אין די קלויסטערס אהן קיין מושג ווי אזוי עכטע לעבן שפיהלט זיך אויס אינדרויסן – בערך אזוי ווי די היינטיגע קול קורא חתמ'ער.

מיר זעען דא צוויי סארטן שרייבער. א שרייבער וועלכער איז לאו דוקא געלערנט, איז טריי דער עסטאבעלאזירטע אויטאריטעט, האט נישט קיין אינטעלעקטואלע אויפריכטיגקייט, האט א רעליגעיזע אגענדע און פארברענט שוין אויך צייט אינאיינוועגס. א צווייטער סארט שרייבער איז עמיצער וואס איז וויסנד, איז פארזיכערט מיט געלט, איז נישט בינדענד צו רעליגעיזע דאגמעס און אויטאריטעט און שרייבט כדי צו אנטוויקלען קולטור. נאך עפעס וואס איז מחלק די צוויי איז, דער ציבור פאר וועמען זיי שרייבען. דער ערשטער שרייבט פאר אומוויסנדע ארימע פויערן און וואס אימער דער תוכן אין זיינע ווערק – טוט עס נישט ברענגען פארשריט פאר זיינע לייענער - ארויס פון זייערע איגנאראנץ און צוריקגעשטאנענקייט בעת דער צווייטער סארט שרייבט פאר א ציבור וואס בליעהט שוין פינאנציעליש און איז שוין אינמיטן א פראצעדור פון אראפווארפן די יאך פון קאראפטירטע אויטאריטעט; ער שרייבט פאר אינדיווידועלן וועלכע טוען אקטיווע שריט צו טוישן דער ביז איצטיגער קאלעקטיווער לעבנסציהל וואס האט זיך גערופן "טובת הכלל." מען זעהט בחוש אז די תוצאות פון זיין שרייבן ברענגט ווירקליכע טוישונגען צווישן די מאסן וויבאלד זיין עצם שרייבן אליינס איז א נייע בחינה; א רעוועלוציענערע סארט נייע סטיל געשרייבעכץ.

אין א געווענליכע סאסייעטי איז קענען זיך ערלויבן צייט צו שרייבן - א לוקסוס. אויסער די מיעוט וואס הויבט אן מיט א פעטראן אדער האט געלט און סטאביליטעט אין די משפחה זיך ארויפצוארבעטן און ווערן פאפולער, טוט שרייבעריי נישט אריינברענגען ווייסעך וואס. עס איז גוט פארט טיים. און פאר עמיצן צו ווערן פאפולער דארף זיין בוך קודם ארויסקומען און ביישטיין די קריטיק פאזע וכו' ביזן ער ווערט ענדליך אויפגעכאפט ווערן אלס איינער וואס יכול'ט. פארוואס איז שרייבן נישט קיין לוקרעטיוו ביזנעס אין דורכשניטליך? פשוט, שרייבן וועט נישט אויפבויען די הויז אדער מאכן וואקסן. פון שרייבן וועט די וועלט נישט אויפגעראכטן ווערן. יא, זי קען טוישן מיינונגען אבער אז מען איז ביזי איבערלעבן האט מען קיין צייט נישט צו נעמען א בוך אין האנט. אז עמיצער איז אן עילו און ער וואקסט אויף אין א מדינה ווי סאציאלע מאביליטי איז ערמוטיגט, וועט מען אים שטיצן און שפעטער אז ער ווערט אן אקאדעמיקער טוט די אוניווערסיטעט, די רעגירונג אדער פריוואטע פינאנצירער אינטרעסירט אין זיין ארבעט, פאנדן זיינע פראיעקטן.

אננעמען א מלאכה ווי שרייבן אדער ארבעטן מיט ביכער אדער סיי וועלכע לייברערי סייענס וואלט געברויכט באצאלן ווייניגער ווי ארבעטן אין א סופערמארקערט אדער רעסטאראנט סערווער, פארוואס? ווייל אזוי איז אין די גרויסע וועלט. ביי אונז זענען די יוצרות פארדרייט און עס קומט פון דער גרונטליגענדען גרייזיגע רול אז "לערנען איז וויכטיקער ווי עסן." ווען א קינד גיבט אפ דער גגנב'טע אפיקון בעט דאס א סעט מחזורים ענדערש ווי א טייערע סעודה אין א רעסטאראנט. א נייע גמ' יעדע זמן איז וויכטיגער ווי א נייע קליידל אדער קאמפיוטער געים יעדע זמן.

איז פארוואס טאקע זאלן מיר זיי טאלערירן? האָ די העלל ברויך שרייבערס? שרייבערס און צייטונג רעדאקטערס זיצן און פוסטעווען, פארברענגען די צייט מיט לייענען און עסן זיך אהן אויף אונזערע טאשן און לעבנס, מה לי ולצרה הזאת? אזא סטעיטמענט צו זאגן איז נאריש. אוודאי דארף מען שרייבערס און ארטיסטן. אז מען קומט אהיים פון א שווערע טאג/וואך ארבעט, דארף מען האבן מיט וואס זיך צו דערקוויקן און דעם מח אפרוען. מיר ברויכן ראל-מאדעלס און מחנכים פאר אונזערע קינדער און מערסט וויכטיק נייטיקן מיר זיך אין העלדן וואס פארמירן אונזערע ווירדן, נאראטיווס און סאַגאַס אלס א סאסייעטי. רעכט דענקער וואס שטייען אויף די וואַך אז סאסייעטי זאל נישט איין טאג מיסברויכט ווערן דורך א כאפטע קארופטירטע מושלים אין שפיץ. קומט אויס, אז מיר די איינפאכע בירגער וואס שוויצן פאר אונזער געלט, האלטן אויס די פאר מזל'דיגע אין הויך-עשעלאן אין אויסטויש פאר זייערע ווערק.

אויך שטעלט זיך ארויס אז ליטעראטור און פאעזע פון דרייסטע דענקער, וועלכע באשאפט אידיעלאגיע און העלפט פארמירן נייע באוועגונגען קען פונאנדערגעטיילט ווערן פון אזעלכע סארט פראדוקציעס וועלכע זענען געציהלט צו אנטוויקלען קולטור אויף א מילדערן אופן פאר א שוין בליענדע געזעלשאפט, א שטייגער ווי טאבלוידס, טעאטערן, נאוועלן און מאוויס.

ובכן, גייט מיין טענה זיין אז פאראויסצוטרייבן קולטור איז א וויכטיגע זאך אבער נאר נאכדעם וואס די אלגעמיינע לאגע פון דער המון עם גייט שוין צו בעסערונג; ווען טויש איז שוין אין שוואונג. ארטס איז נייטיק פאר א מדינה אבער אזוי ווי שניי וועט זיך נאר אנכאפן אויף א רייפע באדן – נאכדעם וואס די ראדיקאלע נון-ביזנעס מאטיווירטע ארטס און ליטעראטור האט אויפגעטון דאס איריגע. קודם דארף געשען אן אידעלאגישע און מאטריעלע טשעינדזש, מאניפעסטירט אין פראדוקציע, און אין כלליות'דיגע און אויך פרטיות'דיגע לעבנס פארבעסערונג. קודם דארף איך א דאך איבערן קאפ און נאכדעם וועל איך מיך זארגן פאר אן ארכיטעקט איר אויסצופוצן.

אלזא צוריקקערענדיג זיך צו די נקודות וואס מיר האבן אויבן אנגערירט. וואס איז דער פראבלעם מיט אונזערע שרייבער און פארוואס נישט מאכן א ביזנעס דערפון?

געווענליך איז עס, ווי מער געלערנט און וויסענד דער שרייבער איז, ווי מער ראוי צו פאפולאזירן געדאנקען, די מער פראגרעסיוו און פאראויס טראכטענדיג ער איז. אלזא שטעלט זיך א פראגע פארוואס זענען אונזערע שרייבער אזוי הינטערשטעליק אין מאדערן וועג פון טראכטן און אפי' די וואס הייסן שוין אויפגעקלערט – איז דאס נאר א מאטריאליסטישע, קאפוטאליסטישע און פאליטיש געטריבענע אפענקייט? ווען עס קומט צו עסענציעלע אידעעס און נאטורליכע וויסענשאפטן אין אידישקייט צו אין מילי דעלמא זענען זיי נישט צופיהל ווייניגער פארמאכט פון די פני הדור.

נאך א פראגע, און איך האב דאס שוין לייכט דערמאנט אויבן: פארוואס איז דאס אז בתוך קהילתינו הקדושות, בשעת ווען דער פשוטער מאן בלוטיגט פאר פרנסה פאר א משפחה ברוכת ילדים און האט קוים צייט צו אטעמען אראפצונעמען אביסל צייט פאר זיך – יאווען זיך גליונות צייטונגען און כל מיני ליטעראטור, אין אידיש ענגליש און לה"ק, אין יעדן שולכ'ל, געגנט און קרייז ווי שוועמלעך נאך א רעגן? ווי האבן די אלע שרייבערלעך צייט? אויף וועמענס קעשענע לעבן זיי? ווער האלט זיי אויף? וואס איז זייער ציהל? זענען זיי אלע טאקע אזעלעכיגע צדיקים וצדקניות, שומרי משמרת הקודש, עסקנים ועסקניות ווי זיי שטעלן זיך אהער?

אויך וועט עמיצער טענה'ן: איז דא געזעצן ווער ס'מעג שרייבן? וואו איז דאס געהערט געווארן? אויב א מענטש קען זיך ערלויבן זאל ער שרייבן! וואס זענען די סימנים אז א קולטור איז רייף מען זאל מעגן שרייבן סתם פאר אינטערטעימענט?

ובכן, אין א קולטור ווי תורה לערנען איז חשוב און ארבעטן אראפגעקוקט – דארף מען זיין קריעיטיוו און איבערגעקלוגט כדי איבערצולעבן – דערפאר אנשטאט ארבעטן איז דא א וועג ארויס. וויבאלד אונזערע קהילות איז איינגעטיילט אין קלאסן ווען עס קומט צו רעליגעיזע כאראקטערען, זענען דערפאר דא רעסטרוקציעס אויף סאשעל מאביליטי. אזעלכע פראזעס ווי מעלין בקודש ואין יורדין, "נו, ס'פאסט נישט צו ארבעטן" און "ער איז א כלי קודש" טוען אפשפיגלען די ארויפגעקוקטע פערזאנען אין אונזער געזעלשאפט. אלע זענען מחשיב דעם בן תורה וואס מאכט א יד אחת מיט דער עושר און צוזאמען פארעמען די צוויי אן עליטע. אלזא איז שוין באמת נישט קיין נפקא מינא צו ער קען באמת נישט ארבעטן, ער איז אן עצלן אדער קומט טאקע פון א קוימען קערער משפחה, עס איז שטענדיג דא א וועג נישט צו דארפן ארבעטן און דאך איבערלעבן בעסער ווי דער פשוטער איד. מען ווערט אדער דער 'ת"ח' אין ספרי קודש, דער פאליטיקאנט/עסקן אין די היימישע נייעס באריכטן אדער סופר ומוכר ספר"ק(און אין די זעלבע צייט קען מען בהסתר בלייבן אן אנליין בלאגער...)

די סיבה פארוואס די פשוטע מענטש האט צייט צו קויפן צייטונגען און דורכדעם פארזיכערן אז די "אלע" צייטונגען למיניהם זאלן בלייבן לעבן איז ווייל דער שרייבער קען בעסער נאגן פונעם נדיב און אים לאזט דער רבי מער צורוה ווען מ'כאפט אים מיט די הויזן אראפגעצויגן מיט א נישט כשר'ע טעלעפאן אינעווענדיג, ווייל ער דער שרייבער באזיצט די פאווער פון וויסענשאפט. דער שרייבער האט דער כח צו האלטן די אבריגע פון די קאמיוניטי פארשלאסן און איגנאראנט פון דרויסנדע קולטור און אין עקסטעסי - תחת שבטו פון כ"ק אדמו"ר שליט"א. ד.מ. אז דער פשוטער מענטש קאמפענסעיט מיט זיין פרייהייט ברויכענדיג שוויצן פאר די שרייבערס' צייט אנברענגעניש. אויב איז דא איין כיטרער מין צווישן אונזערע נוגשים איז עס דער אידישער צייטונג שרייבערל.

די רבנים און כלי קודש ווי אין יעדער סאסייעטי זענען ע"פ רוב אומוויסנד, אונפאסנד און אונפעהאיג אין דער עולם המעשה. אבער אנדערש ווי אין יעדע סאסייעטי טרעטן זיי נישט ארויס אין דער וועלט בכלל – דערפאר איז דער מלאכת הכתיבה סינאנימעס מיט די רבנישע קולטור. דער וואס האט די צייט צו נעמען דעם שרייבן פראפעסיע אין די הענט איז ווי דער מאנק אין די מיטלאלטער - פארשלאסן אין מאנאסטיר. ער האט קיין וויסטן אהנונג וואס טוט זיך אין די ריעל וועלט. ניטאמאל איז זיין אגענדע לש"ש ווייל ער מיינט עס נאך ווייניגער ערנסט ווי דער רב. דער שרייבערל איז א פלעינער היפאקריט וואס נוצט עס אויס עולם גולם'ס תמימות בלויז פאר זיין קעשענע און פרידאם אף טיים. כדי צו סורווייון אין אזא אינסולאר קולטור בתוך קולטור מוזן ער ווייטער פרעדיגן איגנאראנץ און שרייבן אין מאמע לשון כדי צו האלטן דעם לייענער ארעסטירט.

ווער דער פשוטער זאל וויסן וויפיהל מער דער שרייבער מאכט...פארוואס? בלויז ווייל ער איז א קינד פון דער שיינער איד פון שטאט, דער בן תורה'ס א זוהן, צו פון א משפחה פון כלי קודש. פשיהא, זיין טאטע האט שוין געלעבט אויף קהל'ס קאסע, און אזוי האבן זיינע קינדער צייט געהאט צו פוסטעווען און זיך אנזעטיגן מיט ביכער אין די יוגנט נאר צו קענען אויפצווואקסן א פוסטע שרייבערל וואס פירט זיין אוידיענץ אין ערגעץ.

מען מיינט אז מען לייענט דער שטערן און מאמענט און מען וואקסט אן אויפגעקלערטער. הגע בעצמך, וואס איז געווען זיין אויפטוה? זיין ביזנעס איינפאל? ער וועט לייענען די גויאישע ניוז-פעיפערס און איבערטייטשן אין אידיש פאר גרונם און פייבוש. אזוי לייכט איז צו ארבעטן אויף דיר? אזוי פויל ביזטו אז דו קענסט נישט אויסלערנען זיך אביסעלע ענגליש לייענען? אפשר צענזורירט ער? דו כאפסט נישט אז ער לייזט אויף דיין פוילקייט און איגנאראנץ? זיי נישט קיין בהמה און גיי לייען אלץ במקור ראשון. אוודאי וועט ער האקן אויף גויאישקייטן און מחזק זיין די רבנים וועלכע זענען להשמיד אויף עדיוקעישן. אויב וועסטו זיך לערנען ענגליש וועט ער דאך פארלירן זיינע קונים.

מען דארף נישט קיין חכם זיין נאר ארומצוקוקן זיך און זען אז מיר פראדאצירן נאך דערווייל גארנישט אחוץ געלט וואַשער און אונזער מאטריעלן לעבן איז אין דורכשניט גארנישט אזוי פויגלדיג. א טייערע מעשה. רעד שוין נישט ווי צוריקגעבליבן מיר זענען אין דער אינטעלעקטואלער תחום, אין די בחירות וואס מיר און אונזערע קינדער מאכן - אין קאמפאריסאן צו אונזערע שכנים. וואו זענען די בעלי מלאכה און די פעלד ארבעטער? וואו זענען די דאקטורים און באנקירער? וואו זענען די עקזעביציעס, קאנצערטן, מאוויס, און טעאטערס? וואו זענען די צייטונגען און בוך פובלישינגס?