איז דא א מוסד וואס הייבט אן דעם טאג צענע עעלעווע??
- קנאקעדיג
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 45
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 17, 2016 4:08 am
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל
איז דא א מוסד וואס הייבט אן דעם טאג צענע עעלעווע??
איך מיט'ן ווייב קערן נישט וואס די ץוריקעלעם איז זאלן זיי אפילו לערנען מיינע קינדער צו ווארפן צוויבל אויף טאטי מאמי. אויב הייבן זיי אן דעם טאג אויב דער באס קומט נאך צען שיק איך אהין. הייב אן 10 ענדיג 5, דאס איז סך בעסער. פארוואס האקט מען נישט אויף.דעם חלק סיסטעם? פארוואס דארפן איך אויפשטיין זיבענע פארטאגס??
אל תסתכל בניקניק אלא במה שיש בו.
מיר האבן אן אנדערע ניק מיט איבער 1500 תגובות, מילא האט נישט מורא צו רעאגירן אדער לייקן קנאקעדיג, כ'בין נישט ניי דא!
מיר האבן אן אנדערע ניק מיט איבער 1500 תגובות, מילא האט נישט מורא צו רעאגירן אדער לייקן קנאקעדיג, כ'בין נישט ניי דא!
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
לכאורה וויבאלד די קינדער זאלן זיין ארויס פון דער הויז איידער די מאמע דארף גיין צו איר ארבעט, דאס זעלביגע קומט דאס קינד קומט אהיים נאך די מאמע.
דער אמת דו ביסט גערעכט, היינו גייט מען שלאפען סאך שפעטער ווי אמאל, אבער אויפשטיין ווילן די מנהלים אין דער זעלבע צייט. פארשטייט זיך עס ווענט זיך אויפן יארגאנג.
אין דער אלטער היים איז מען געגאנגען שלאפען בערך זעקס אזייגער אוודאי האט מען געקענט אויפשטיין 8 שעה שפעטער 'חצות', אפילו דער וואס איז שוין אויפגעשטאנען ארום 3 פארטאגס איז שוין געוועהן כמעט נאך א 10 שעה שלאף!!!

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קנאקעדיג: ווען דיינע קינדערלעך וועללן אויפוואקסן אי"ה און זיי וועללן גיין זוכן א דזשאב. אבער מיט די קאנדישן אז מ'דארף אנהייבן זיך אויסקראצן ערשט 11 אזייגער פארטאגס. האביך מורא אז זיי וועללן ח"ו בלייבן ביים זוכן. חוץ 2 ארבעטס פלעצער פון וואס איך טראכט. איינס איז דער שנאר-אפיס פון ח-- לא---. און די 2'טע איז די פ--- געשעפט אין בארא פארק. אין די ערשטע מוסד קומען די באטשי'ס אריין ערשט פון 11 אזייגער און שפעטער צו זיצן און שפילן זיך מיט'ן קאמפיוטער. אונטערהאלטנדיג זיך מיט א גלעזל קאווע.
אין די 2'טע, וועלכעס איז א געשעפט אויף די ביזי 13'טע עוועניו. די בעלי בתים קומען ערשט אריין אין געשעפט אום 11:30 בערך. און זיי מאכן אויף די געיט בניחותא. ווי גלייך זיי טוען עמיצן א טובה אז זיי מאכן אויף די געשעפט בכלל. זיי מוזן זיין גרויסע בעלי ביטחון ווייל איך האב אליינס געזעהן עטליכע קאסטומערס וועלכע האבן געוואלט גיין אין זייער געשעפט איינקויפן. אבער ס'איז געווען פארשפארט. זענען זיי געגאנגען צו די קאמפעטישן אויפ'ן זעלבן בלאק...