בלאט 1 פון 1

ווייטאג

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 5:27 pm
דורך mevakesh
דער זעהל
ווערט געהל
פון ווייטאג
נישט נייטוג
מען איז דערין
כמוכה שחין
מיינט א בארג
דערווייל גאר קארג
ווען עס איז מיר
טרעפט נישט א טיהר
ווי מען גייט
ארויס פון נויט
עס איז פארמאכט
פארלוירענע שלאכט
נישט דא צום האפן
צום ארויסגאנג צו קריכן
ווען אדוירעך
נישט דא קיין מארך
אלעס אילוזיע
מיט א קלארע וויזיע
וואס איז די שטער
צו מיר איך קלער
נישט געזען פריער
דעם יעצטיגען ציור

Re: ווייטאג

נשלח: דינסטאג אקטאבער 04, 2016 10:51 pm
דורך קוימען קערער
פנים טונקל
אינגאנצן צוקלאפט
זיצט אין ווינקל
אין יאוש פארכאפט

געבויגן רוקן
צוקנייטשטע שטערן
וויל נישט קוקן
ניטאמאל הערן

פון מיין פלייצע
אוועק נעם דיין האנט
דיין גוטע עצה
מיר נישט אינטרעסאנט

מצב איז ביטער
די מח לויפט ווילד
עס כאפט א ציטער
געפילן פון שולד

וואס וועט דא זיין
ווען נעמט שוין אן עק
די צרות און פיין
ווען גייט עס אוועק

צו לוינט דאס לעבן
ווען דאס איז איר פלאג
אלץ אוועקגעבן
וואס נאר איך פארמאג

קיינמאל אין פרידן
עסן מיין ברויט
אין בעט א מידן
אריינפאלן ווי טויט

פאר יענעמ'ס בליק
לעבן ווי א גביר
אן קוקן צוריק
צו לוינט עס פאר מיר

וואס בעט איך שוין וואס
אתכם הסליחה
געבטס מיר נאר דאס
א קליינטשיגע, ביסעלע, טראפעלע... מנוחה.