בלאט 1 פון 1

דזשארדזש וואשינגטאן און 'אמרו לפני מלכיות' (דער וועקער #5)

נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2016 1:04 pm
דורך [NAMELESS]
[center]א.[/center]
רבותי, דאס איז עס, מיר שטייען דא פאר א מלחמה. די שלאכט גייט זיך אפשפילן פאר אונזערע אויגן, און מיר זענען גאר די פארוויקלטע אינעם שלאכט. א שלאכט צווישן דעם קטיגור און סניגור, צווישן שרי אומות העולם, צווישן דעם יצר טוב און יצר הרע. "מלאכים יחפזון וחיל ורעדה יאחזון, ויאמרו: הנה יום הדין!... וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון".

אין צענטער פונעם פארכטיגן טאג, שטייט מיט שטאלץ דער געשלענגלטער הארן. דער זעלבער שופר וואס רופט אויס צו מלחמה (ישעי' יח, ג): "כל ישבי תבל ושכני ארץ, כנשא נס הרים תראו, וכתקע שופר תשמעו", דער זעלבער שופר וואס ציטערט אויף מענטשן וואס הערן איר קול (עמוס ג, ו): "אם יתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו", [און דערפאר פירן מיר זיך איר צו הערן גאנץ חודש אלול], דער זעלבער שופר וואס דינט די מערסט היסטארישע מאמענטן אין כלל ישראל'ס היסטאריע, ווי מעמד מתן תורה (שמות יט, יט): "ויהי קול השפר הולך וחזק מאד, משה ידבר והאלקים יעננו בקול", און ווי קיבוץ גליות דורך משיח צדקנו (ישעי' כז, יג): "והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול, ובאו האבדים... והשתחוו לה' בהר הקדש בירושלים", אט דער זעלבער שופר פארנעמט היינט א נייע גאר אינטרעסאנטע תפקיד.

א תפקיד וואס מיר ערפילן אין א טאג וואס מיר שטייען מיט אנגסט און ציטער האפענענדיג פאר א כתיבה טובה, א תפקיד וואס פאדערט א נייע בליק אויפן שופר'ס אויפגאבע, א תפקיד וואס געבט אונז שטארקייט אנשטאט אומזיכערקייט, א תפקיד פון אויפנעמען א קעניג (תהלים צח, ו): "בחצצרות וקול שופר הריעו לפני המלך ה'". חז"ל ערקלערן אונז די טיפקייט פון איר באדייט, דורכן געבן א טעם פארוואס מיר זאגן 'מלכיות, זכרונות, און שופרות' אום ראש השנה (מסכת ראש השנה ל"ד ע"ב): "אמר הקב"ה, אמרו לפני בר"ה מלכיות זכרונות ושופרות. מלכיות - כדי שתמליכוני עליכם, זכרונות - כדי שיבא לפני זכרוניכם לטובה, ובמה – בשופר".

טראצדעם וואס בפשטות זעט מען נישט קיין קלארע שייכות [אפילו אין גמרא] צווישן דעם שופר און דער ענין פון 'מלכיות', איז אבער פשוט אז אריינקריכנדיג בעומק הענינים זענען זיי ביידע פארבינדן בקשר בל ינותק. מיר פארשטייען אוודאי אז אין דעם טאג וואס גאט ווידערהאלט זיין מלוכה אויפן וועלט, איז צייט צו פייערן זיין קרוינונגס טאג מיט שופר שאלונגען, ווי עס פאסט פאר א קעניג.

אבער וויאזוי קענען מיר דאס טון אט אין דעם זעלבן טאג וואס מיר שטייען אויס א שרעקעדיגע אורטייל: "מי יחיה ומי ימות, מי בקצו ומי לא בקצו..."?! אויב שלמה המלך, דער חכם מכל אדם, האט פארשטאנען אז (קהלת ג, ד): "עת לבכות ועת לשחוק, עת ספוד ועת רקוד", דאן וויאזוי קענען מיר פאראייניגן די צוויי עקסטרעמען, זיך פרייען מיטן קרוינונג פונעם קעניג, ווען מיר ציטערן פאר אונזער אורטייל?!

נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2016 1:09 pm
דורך [NAMELESS]
[center]ב.[/center]
אין יאר 1775 למספרם, האט אויסגעבראכן די אמעריקאנע רעוואלוציע אקעגן די בריטישע קעניגרייך, וואס האט שטארק בא'עוול'ט די קאלאניעס אינערהאלב אמעריקע. די רעוואלוציע איז שנעל פארוואנדלט געווארן אין א 'מלחמת עצמאות', ווען נאך א בלוטיגע אכט יאר פון קריגערייען איז אמעריקע געווארן זעלבסטשטענדיג, ערוויילנדיג איר מלחמה העלד, דזשארדזש וואשינגטאן, פאר איר ערשטער פרעזידענט.

[center]
דזשארדזש וואשינגטאן.jpg
[/center]
דזשארדזש וואשינגטאן איז טאקע געווען א נאבעלער שטאטסמאן, און גלייכצייטיג א בארימטער אידן פריינט, אבער אנדערש ווי מענטשן מיינען – האט ער אסאך געדארפט שוויצן במשך די מלחמה צו געווינען זיין פארדינטע רעספעקט און אנערקענונג, סיי צווישן די אנדערע גענעראלן אינערהאלב די אמעריקאנע רעוואלוציע, און סיי אינעם אמעריקאנעם קאנגרעס וואס איז געווען היבש סקעפטיש אין זיינע מעגליכקייטן ווי אין זיינע כוונות. עווענטועל איז ער אבער געווארן דער ארויסגערופענער גלענצענדער פירער, און 'טאטע פון אמעריקע', לדורות עולם.

[center]***[/center]

דריי יאר נאכן אנהייב פונעם קריג, האט וואשינגטאן אויפגענומען דעם בארימטן גענעראל טשארלס לי [Charles Lee] אנצופירן דעם שלאכט אין מאנמאוט' [Monmouth], ניו דזשערסי. טשארלס לי איז געווען אן ענגלישער במקורו, אבער האט עמיגרירט קיין אמעריקע און האט זיך שנעל אנגעשלאסן אין די רעוואלוציאנערן אקעגן די בריטישע מלוכה. ער איז געווען א בארימטער מיליטער מאן נאך פון פריער, און איז אויפגענומען געווארן אלס צווייטער אין ראנג נאך וואשינגטאן זעלבסט. דאס האט שטארק געציפט לי'ן, וואס איז ווירקליך געווען מער ערפארן און געלערנט אין מיליטערישע אנגעלעגנהייטן ווי וואשינגטאן, און ער האט געגלייבט אז מ'וועט אים אויפנעמען אלס הויפט קאמאנדיר.

[center]
שלאכט פון מאנמאוט.jpg
[/center]
פארט האט ער ווייטער אנגעהאלטן זיין אמט, און אינעם ערשטן שלאכט אין לאנג איילענד און אין ניו יארק, האט ער ארויסגעוויזן גרויס פעאיגקייט, און לויט מאנכע איז אים צו פארדאנקן דאס אז וואשינגטאן האט דאן נישט פארלוירן דאס גאנצע מיליטער. פארט אבער האט ער נישט געקענט אראפשלינגען די ביטערע פיל, און דריי יאר שפעטער, ביים בארימטן שלאכט פון מאנמאוט', ווען ער האט געדארפט אנצופירן דעם שלאכט, האט ער אנגעהויבן מאכן קונצן. ער האט זיך שנעל צוריקגעצויגן מיט זיינע סאלדאטן, און בעצם – נישט געהאלטן ביים פאלגן דעם הויפט קאמאנדיר דזשארדזש וואשינגטאן.

[center]
טשארלס לי.jpg
[/center]
ווען וואשינגטאן האט ערהאלטן די ידיעות איבער זיין אומפאלגזאמקייט, האט ער אים עפנטליך געפרעגט דערוועגן. אנשטאט איינצומאכן אדער לפחות זיך פארענטפערן, האט ער געענטפערט וואשינגטאן מיט א טראציגקייט. דאס האט אים געקאסט א טייערע פרייז: וואשינגטאן האט אים עפנטליך אראפגעריסן די מונדירן. לי האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, און האט ווידער זיך אויפגעפירט מיט אראגאנץ קעגן דעם הויפט קאמאנדיר, נישט האלטנדיג ביים פאלגן וואשינגטאן, אויף וואס לי איז ארעסטירט געווארן.

ער איז געפונען געווארן שולדיג אין קריגס געריכט, און איז סוספענדירט געווארן פון דער ארמיי פאר א יאר צייט. נאכן יאר האט ער ווידער געשריבן באליידיגונגס בריוו אויף וואשינגטאן, און האט אים מיאוס אראפגעריסן אויף א פערזענליכן אופן. דאן האט אים דער קאנגרעס גענצליך ארויסגעווארפן פון דער ארמיי, און האט גענצליך פארלוירן זיין סימפאטיע ביים אמעריקאנעם פאלק – וואס ער האט פריער געהאט אויף א שטארקן פארנעם, זייענדיג סיי א גלענצנדע גענעראל, סיי א העלד וואס איז פארוואונדעט געווארן אין שלאכט, און סיי א קריגס געפאנגענער ביי די ענגלענדער.

[center]***[/center]

ביזן היינטיגן טאג זענען דא מיינונגס פארשידנהייטן צווישן היסטאריקער, אויב לי איז געווען גערעכט מיט זיין החלטה צוריקצוטרעטן פון שלאכט, אדער נישט. געוויסע טענה'ן אז ער איז גאר געווען א פאררעטער ווילנדיג איבערגעבן אמעריקע פאר די בריטישע זעלנער, אבער אסאך טענה'ן אז ער איז גאר געווען גענצליך גערעכט. זיינע אייגענע טענות וואלטן אים געוויס געהאלפן אין זיין שווערע לאגע, נאכן ווערן ארונטערגעריסן דורך וואשינגטאן.

אבער ער איז באגאנגען איין פאטאלע טעות: ער האט זיך נישט געקענט אונטערווארפן אונטער וואשינגטאן. ווען וואשינגטאן איז געווען בארינגלט מיט שונאים און ענגלישע סימפאטיקער מבית ומחוץ, האט ער געדארפט האבן זיין מיליטער גענצליך אונטער זיין דירעקטע השפעה. אראפצורייסן וואשינגטאן פערזענליך, איז געווען אן ארויסטריט וואס האט נישט געקענט פארשוויגן ווערן. דאס וואלט געקענט חרוב מאכן די רעוואלוציע מער פון אלע אנדערע פראבלעמען. דערפאר איז זיין עוולה וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט נאכן ווערן אראפגעריסן דורך וואשינגטאן, געווען פילפאכיג ערגער פון זיין [מעגליכע] עוולה וואס ער איז באגאנגען אויפן שלאכטפעלד גופא.

אן עוולה איז אן עוולה, און אן עוולה קען מען פארצייען און פארדייען, אבער אמווייניגסטנס ווארף דיך אונטער דעם העכערן אויטאריטעט! פארשטיי די חובת השעה, מ'דארף יעצט נייטיג אן איין איינציגן מנהיג!

נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2016 1:12 pm
דורך [NAMELESS]
[center]ג.[/center]
עס איז באקאנט די מעשה מיטן חסיד'ישן רבי, וואס האט געשיקט זיינע תלמידים צום קרעטשמער נאכצוקוקן וויאזוי ער פירט זיך ערב ראש השנה. די תלמידים האבן געמיינט אז דא גייט זיך אנטפלעקן נאך א למ"ד וא"ו'ניק, אבער זיי האבן שנעל איינגעזען אז דער איד איז גאר א פשוט'ער פארגרעבטער דארפס איד. זיי האבן אויסגעווארט מיט וואונדער צו זען 'וואס איז דא צו זען'.

עווענטועל האט דער איד אויפגעמאכט א בוך, וואו ער האט אראפגעשריבן אלע זיינע עבירות פונעם יאר. זיי זענען געווען היבש גראבע עבירות... דער איד האט פארגעליינט הויך וואס ער האט אלץ שלעכטס געטון דורכן יאר, און האט זיך מתוודה געווען צו גאט. ווען ער האט פארענדיגט די 'שווארצע ליסטע', האט ער ממשיך געווען: "טייערע באשעפער, איך בין טאקע נישט געווען גוט און ערליך דורכן יאר, אבער צו האסטו מיר דען יא געגעבן אלעס וואס איך דארף? ווען אינמיטן ווינטער איז נישט געווען קיין געלט אין שטוב און מיר האבן געציטערט פאר קעלט, ווען אלעקסיי האט מיר אנגעבריקעט ווייל איך בין א 'דזשיד', ווען מיין טייערע טאכטער'ל איז קראנק געווארן, א.א.וו., צו האסטו מיר דען געגעבן אזא געשמאקע יאר, און נאר איך בין געווען שלעכט?".

די תלמידים האבן זיך צוגעהערט מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם, און דער איד האט ממשיך געווען: "טייערע באשעפער, איך האב זיך נישט אויפגעפירט ווי עס באדארף צו זיין, אבער דו האסט מיר אויך נישט געגעבן אלעס וואס איך דארף. לאמיר מאכן א געשעפט, איך בין דיר מוחל און דו זיי מיר מוחל, און לאמיר צוזאמען האבן א גוט געבענטשטע יאר וואו מיר וועלן ביידע זיין בעסער" - - -

דאן איז דער איד אריין אין אן עקסטאז, און פרייליכערהייט געמאכט א 'שהכל' אויף זיין גוטן 'הסכם' מיטן באשעפער.

די גרויסע בעלי השגה ובעלי מדריגה, די תלמידים פונעם חסיד'ישן רבי'ן, האבן שוין נישט געדארפט קיין הסברים. זיי האבן שוין גוט פארשטאנען דאס וואס דער פשוט'ער איד האט משיג געווען, און וואס זיי האבן זיך געקענט ארויסלערנען דערפון.

[center]***[/center]

מיר קענען זיך אפלערנען דערפון א נייע נקודה: דער באשעפער דארף פון דיר א גרעסערע התייחסות צו זיין הנהגה, ווי צו דיינע מעשים. דיינע מעשים קענען נאך פארשוויגן ווערן, ווילאנג דו אנערקענסט אין זיין הנהגה, דיינע מעשים קענען זיך פארמעקן דורך תשובה, זיך איבערקערן דורך תשובה מאהבה, און אוועקגעשטופט ווערן דורך אנהייבן טוישן הנהגות. אבער איין זאך טוישט זיך נישט: "הוא היה והוא הווה, והוא יהיה בתפארה". דער אייבערשטער איז דער בורא כל הנשמות והוא באחד ומי ישיבנו, און דיין תפקיד אויפן וועלט איז צו אנערקענען זיין געטליכקייט, און זיך פרובירן צו פירן לויט זיין ווילן.

איינמאל א יאר איז אונזער תפקיד אט דאס: "אמרו לפני מלכיות, כדי שתמליכוני עליכם!". דער הויפט קאמאנדיר האט זעלנער, קאמאנדירן, גענעראלן, און יעדער פארזינדיגט זיך אמאל קעגן אים (קהלת ז, כ): "כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא". דער באשעפער פאדערט נישט פון אונז צו זיין מלאכים וואס זינדיגן נישט, נאר מענטשן וואס אנערקענען אז זיי האבן זיך פארזינדיגט צום אלמעכטיגן. איינמאל מיר אנערקענען דאס, איז די פארצייאונג גאנץ גרינג.

מיר, דאס אידישע פאלק, האבן א באזונדערע פליכט אויפן וועלט (שמות יט, ו): "ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש". א כהן איז דער וואס דינט גאט, און איז כביכול דער מתווך צווישן דעם פשוט'ן מענטש און גאט. ער לערנט אויס דאס פאלק, ער הייבט אויף דעם פשוט'ן מענטש פון זיין מגושמ'דיגע וועלטל, און ער צייגט אים וואס איז טוב און וואס איז רע. דאס זעלביגע דינט כלל ישראל אלס 'ממלכת כהנים' פאר די אלגעמיינע וועלט, און אונזער תפקיד איז צו דערהייבן די גאנצע וועלט צו א העכערע מצב, פיזיש און גייסטיש, "לתקן עולם במלכות שד-י".

ווען מיר ערפילן אונזער תפקיד אויפן וועלט, זענען מיר אייגנטליך ממליך דעם באשעפער אויפן וועלט. ווען מיר זענען אים ממליך און מיר ווארפן זיך אונטער דעם קעניג, דאן איז דער אייבערשטער שנעל מוחל אונזערע עבירות וואס מיר האבן געטון דורכאויס דעם פארלאפענעם יאר.

אט דאס איז וואס דער באשעפער בעט פון אונז אום ראש השנה: "אמרו לפני מלכיות – כדי שתמליכוני עליכם", דאס ברענגט אונז אויטאמאטיש צום נעקסטן שטאפל: "זכרונות – כדי שיבא לפני זכרונכם לטובה". ביי ביידע פון די זאכן איז די אויספיר אייניג: "ובמה? בשופר". דאס פאסירט מיטן זעלבן שופר וואס ווערט געווענליך באנוצט אלס אפשרעקונגס מיטל, און אלס רופער צום שלאכט. ווייל גאט געבט אונז צוויי מהלכים: אדער זיך שלאגן מיטן משטין, אדער ממליך זיין דעם באשעפער. דורכן ממליך זיין דעם באשעפער קרויזן מיר אויס דעם שלאכט – מיר ווערן פארצייהט דורכן אנערקענען אין גאטס מלוכה.


ויתנו לך כתר מלוכה!

Re: דזשארדזש וואשינגטאן און 'אמרו לפני מלכיות'

נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2016 1:27 pm
דורך פליקער
א געוואלדיגע דערהער, שיין צאמגעשטעלט

Re: דזשארדזש וואשינגטאן און 'אמרו לפני מלכיות'

נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2016 2:02 pm
דורך ביליג
Wow
דאס איז ממש משזר פון זעקס פעדימער !
אין מלך בלא עם -דו שרייבסט און איך לייק x3 !
א "כתיבה" וחתימה-(לייק) טובה

נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2016 3:19 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם: ייש"כ. די מעשה'לע וואס דו ברענגסט אראפ אין חלק ג' איז א קלאסישע חסיד'ישע מעשה. און זי טוט פערסאניפיצירן די נקודת התמצית פון תורת החסידות...! ווייל אט דאס איז דאך געווען דער הויפט אויפטוה פונ'ם בעש"ט הק'. אויפצו הייבן און מחשיב זיין דעם פשוט'ן איד מיט זיין אמונה פשוטה און תמימות'דיגע עבודת ה' און, לפענ"ד דאס מיינט דער פסוק ווען מ'זאגט נאך אויף געוויסע רבי'ס אז זיי האבן געזאגט אז ס'איז ..."נשתכח/ה תורת הבעש"ט"...ווייל לויט די היינטיגע הנהגה און סאציאלע נארמען איז דאך דאס אזוי ווייט פון די אריגינאלע איידיע כרחוק מזרח ממערב. ס'וואלט געדארפט טאקע אויפשטיין א 2'טער מנהיג (חסיד'יש אר אדהערווייז) וועלכער זאלל האבן דעם קוראזש און אויפפרישן די הנהגה פון בעש"ט...!
נאר ליידער אין די אויסגערופענע עיר ה'טעירעה יצ"ו געפונען זיך נישט קיין קאנדידאטן אויף אט דעם מנהיגות וועלכע זאללן זיין רעוואלוציאנערן אויפ'ן פארנעם פון בעש"ט הק'. ווייל אז זיי קענען אומפארשעמטערהייט זאגן (אינ'ם פראצעס פון ארגאניזירן די אזוי-גערופענע..."אסיפת כלל ישראל"...) אויף א גרויסע און טייערע גרופע פון חסידים אז זיי זענען נישט קיין חלק פון כלל ישראל...זענען זיי ביי מיר נישט קיין מנהיגים. און איך האב פארלוירן מיין גאנצן רעספעקט וואס כ'האב געהאט פאר זיי. וה' יאיר עינינו. און ס'זאלל מקוים ווערן די ברכה וואס אונז זאגן ביי מוסף...ברוך אתה ה' שומע קול תרועת עמו ישראל ברחמים...כתיבה וחתימה טובה...!

Re: דזשארדזש וואשינגטאן און 'אמרו לפני מלכיות'

נשלח: זונטאג אקטאבער 02, 2016 4:21 pm
דורך חייקל
שש, א יישר כח פאר די חיזוק און דברי תורה וואס געבט אונז אלע די כח צו זיך צו שטעלן צום יום הדין מיט א זיכערקייט, רואיגקייט און שמחה אז מיר האבען זכותים. וואו אונז אלע ווייסען אז אינזער רצונות איז נאר גוט, אבער דער שאור שבעיסה.... לאזט עס נישט ארויסברענגען בפועל. און איך גלייב באמת אז אידער איד פרוביררט באמת מיט די כוחות וואס ער ארויסציברענגען א בעסערע זיך, ער זאל זיין א שענערע אתרוג...

בערל, איך בין מסכים מיט דיר. However, as painful as it is, זענען מיר נאך אלץ אינטער זיייער הנהגה, א חלק איז דירעקט און א חלק איז אימדירעקט. דאס יאר איז שוין צייט צו איינבעטן ביים רבונו של עולם אונז צו געבן די כח און אחדות, נאך בעסער וואו פון וואשינגטאן'ס אן קיין איין ווידערשפענונג און אוודאי נישט וואו לי'ס, צו טוהן אויף למעשה צו טוישען די structure אויף די סאסייעטי און אויפפרישען די אמתדיגע כח, און שיינקייט פין א יעדע איד. און נאכמער עפענען די אלע פארשטיינערטע הערצער וואס זענען געווארען פארמאכט (דורכ'ן דערשטיקען די ווייטגליכע געפילען) אלץ א פועל יוצא פון די abuse דורך אינזער סאסייעטי, (וואס אימדיירעקט האבען אלע שווייגערס און בענעפיטערס א חלק דערין.)
און גאט זאל עפענען די שכל פון די מנהיגים אז זיי זאלען זיך אליינס נישט וייטוהן און abusen און אוודאי נישט אן אנדערער.

תכלה שנה וקללותיה און תחל שנה וברכותיה.
אלץ וואס מען דארף צו טוישען פון תכלה צו תחל איז איין אות וואס האט די זעלבע הברה, נאר אן אנדערע צורה (.180 turn degree ) און בליק(הבנה).... ודו"ק

א גוט געבענטשט יאר פאר אלע קאווע שטיבעל מיטגלידער.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 9:24 am
דורך [NAMELESS]
דאס איז די המשך, בנוגע 'דער וועקער' #5.

[center]ד.[/center]
אינעם היינטיגן נומער פון "דער וועקער" אנטפלעקט זיך א הערליכע בילד: איבער צוויי מנינים ארטיקלן איבער כל ערליי נושאים, א שלל פון טיפזיניגע און היקף'דיגע מאמרים, אזויווי הארץ רייסנדע ערהאבענע געפילן וואס רייסן זיך ארויס פון טיפן הארץ.

איינער איז מקשר חז"ל מיט די געדאנק פון די.ען.עי. און א צווייטער איז מקשר איינשטיין מיט חודש תשרי, איינער זוכט ריינקייט אין היימישע זשורנאליזם און א צווייטער זוכט ריינקייט אין חינוך פון אונזערע קינדערלעך, איינער דערציילט איבער הגאון רבי משה פיינשטיין און א צווייטער דערציילט איבער הגאון רבי משה וואלפסאן, א.א.וו.

הצד השוה שבהם, אז אלע ווילן זיך דערנענטערן צום מקור האמת – כי אתה אלקים אמת ודבריך אמת וקיים לעד, ו"חותמו של הקב"ה אמת" (מסכת שבת נ"ה ע"א).


אין אט דעם גרויסן טאג, "זה היום תחילת מעשיך", זעען מיר פאר די אויגן דער עיקר ציל: "לתקן עולם במלכות שד-י". אין שמו"ע זעען מיר נישט קיין בקשות פאר מחילת עוונות, און ניטאמאל קיין בקשות פאר א גוט געבענטשטע יאר, נאר בקשות אז גאטס מלוכה זאל אנערקענט ווערן: "וידע כל פעול כי אתה פעלתו, ויבין כל יצור כי אתה יצרתו, ויאמר כל אשר נשמה באפו – ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה".

ווילאנג מיר לעבן מיטן באוואוסטזיין אז מיר זענען עבדי ה', ווילאנג מיר אנערקענען אז גאט איז אונזער קעניג און מיר ווארפן זיך אונטער אים, קענען מיר זיין פארזיכערט אז גאט וועט אונז פארצייען פאר אונזערע מיסברויכן דורכן יאר.

ווייל אונזער תפקיד איז נישט צו זיין מלאכים, נאר מענטשן וואס פרובירן צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ, און זיך – פאר א בעסערע מענטש, און די צוויי זאכן – דורכן אנערקענען אז "יש מנהיג לבירה".


בברכת כתיבה וחתימה טובה, ושנה טובה ומתוקה.

Re: דזשארדזש וואשינגטאן און 'אמרו לפני מלכיות' (דער וועקער #

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 10:58 am
דורך נעגעל וואסער
@אדנירם נאכאמאל געליינט. פלעין הערליך.
כ'גיי אי"ה בעטן היי יאר ראש השנה אז די זאלסט צוריק קומען אונז ווייטער מהנה זיין כמקדם. כאטשיג איינמאל א חודש כאשר דברת לאמר.

Re: דזשארדזש וואשינגטאן און 'אמרו לפני מלכיות' (דער וועקער #

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 11:00 am
דורך דער גאלדענער אדלער
נעגעל וואסער האט געשריבן:@אדנירם נאכאמאל געליינט. פלעין הערליך.
כ'גיי אי"ה בעטן היי יאר ראש השנה אז די זאלסט צוריק קומען אונז ווייטער מהנה זיין כמקדם. כאטשיג איינמאל א חודש כאשר דברת לאמר.
אז דו בעטס שוין יא, פארוואס נאר איינמאל א חודש?? ווייסט נישט, אז מ'בעט בעט מען שוין פאר עשירות!!