בלאט 1 פון 1

פארוואס נאר אידן זענען באזארגט איבער דעם יום הדין, ר"ה

נשלח: דינסטאג אקטאבער 04, 2016 8:56 pm
דורך berlbalaguleh
זאגנדיג די תפילות און פיוטים פון היום הרת עולם און ...ועל המדינות בו ייאמר, איזו לחרב, ואיזו לרעב. אויך אין ונתנה תוקף וואו ס'שטייט ...מי בחרב, מי בחיה, מי ברעב, ומי במגפה...דעם פארגאנגענעם יו"ט, האביך אזוי אריינגעטראכט אז די אלע אויסגערעכנטע מצבים טוען דאך אפעקטירן די גאנצע וועלט. נישט נאר אידן. אלע ברואים פון די וועלט. אפגעזעהן פון רעליגיע אדער ראסע. פארוואס זעהט מען נישט אדער מ'הערט פון א באוועגונג אדער לכה"פ א גרויפ פון מענטשן וועלכע זאללן זיין באזארגט איבער דעם גורל פון די מענטשהייט אין דעם קומענדיגן יאר. און דאס איז דאך א באשטעטיגטער פאקט אז די אלע פענאמענאלע געשעענישן זענען דאך אויף א גלאבאלן פארנעם. די ערדציטערנישן אין איטאליע, טערקיי אדער איראן. די פארפלייצונגען און צונאמי'ס אין טאילאנד און אויך אין די פאראייניגטע שטאטן. ס'זענען דא געוויסע סטעיטס וועלכע ליידן דאס גאנצע קיילעכיגע יאר אדער גאר די לעצטע 2 יאר פון שטענדיגע פארפלייצונגען. און טויזנטער מענטשנ'ס לעבן איז איינגעשטעלט. איז מיר א גרויסע פלא אז קיינער. ממש קיינער, אויסער די אידן זענען באזארגט איבער דעם מצב פון די וועלט אין דעם בעפארשטייענדן יאר...!
ווער ס'ווייסט פון א לאנד, שטאט, באוועגונג אדער גרופ פון די אלגעמיינע וועלט'ס באפעלקערונג וועלכע ווייזן ארויס זארג, אדער ארגאניזירן א יום תפילה אין די 2 טעג פון ר"ה, זאלל עס ביטע אהערברענגען אדער לינקן צו די אינפארמאציע.
אויך. ווער ס'קען אפשר מסביר זיין א מאטיוו פארוואס דאס איז אזוי, ווערט געבעטן צו שרייבן און קלאר מאכן דעם אינטרעסאנטן מצב...!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 04, 2016 9:10 pm
דורך החוקר
איך קלער אז די פשוט'סטע סיבה איז לכאורה אז רוב וועלט גלייבט פשוט נישט, אפילו אויב ער גלייבט אין גאט גלייבט ער אין נישט אין פרטי' ודקדוקי', מבילא מוז נישט זיין אז ער האלט אז היינט איז טאקע א יום הדין.
פונקט ווי ווען איינער זאל שרייען אז מארגען איז דומס דעי, וועסטו אין אויסלאכן.

Re: פארוואס נאר אידן זענען באזארגט איבער דעם יום הדין, ר"ה

נשלח: דינסטאג אקטאבער 04, 2016 9:26 pm
דורך [NAMELESS]
זיי פארלאזן זיך אז אידן זענען אין אלגעמיין די בעסטע לויערס...

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אקטאבער 04, 2016 9:31 pm
דורך נולד מאוחר
זיי ווייסען נישט חז"ל זיי האבן נאר די (בייבל)מקרא.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 04, 2016 10:05 pm
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר: ס'זענען דא גרופס, ספעציעל צווישן די עוואנגעליסטן וועלכע זענען יא אינפארמירט פון די דרשות חז"ל. ס'איז מיר טאקע א וואונדער אויב זיי זענען יא באזארגט איבער די וועלט'ס געשעענישן וועלכע ווערן געמשפט' אום ר"ה...!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 04, 2016 11:01 pm
דורך ביבער
מיר וואונדערט אויך פארוואס מיר אידן זענען נישט באזארגט ביים אראבישן מוהאראם (גראדע היי יאר איז עס אויסגעפאלן א' דר"ה) אין אום יאנואר דעם ערשטן. פארוואס איז עס אזוי?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 04, 2016 11:20 pm
דורך [NAMELESS]
ע"פ פשטות, די ברירה פון תשובה טון און די צען טעג איז געגעבן געווארן עקסלוסיוועלי צו די אידן. און ס'קומט זיך זיי ווייל זיי האבן א באנטש תרי"ג מצוות מיט מנהגים ענינים און תקנות וכו', נישט ווי די גוים וואס האבן נאר 7 'לאגישע' מצוות.

Re: פארוואס נאר אידן זענען באזארגט איבער דעם יום הדין, ר"ה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 9:07 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין זכרונות פארענטפערט מען די קשיא. כי חק לישראל הוא... מיר זענען בעלעבאטים אויף די סוד. דער גויישע נייע יאר האט נישט מיט יום הדין, אפילו לפי שטותם, ממילא מאכט נישט אויס.
עכ"פ אשרינו מה טוב חלקינו, אז די געלעגענהייט צו טוישען די פסק איז אין אונזער הענט און מיר זענען יודעים לפתות את יוצרם בתרועה מיט אלע אנדערע קונצען וואס מיר האבען.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 10:46 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: אבער די תוצאות. די אויסגאנג פון די 2טעג טוט דאך אפעקטירן די גאנצע וועלט. זאללן זיי כאטש ארויסווייזן זארג איבער זייער גורל אין דעם קומענדיגן יאר...! איינער פון די מגיבים האט געפרעגט (רעטאריש) פארוואס מיר אידן טוען נישט אבזערווירן דעם אראבישן רעליגיעזן אפצייכענונגס טאג. דאס ווייזט אז ער האט נישט געכאפט די פונדאמענטאלע פראגע וואס איז געפרעגט געווארן. ס'איז נישט אן ענין פון אנערקענען און אפצייכענען די צערעמאניעס פון א צווייטע רעליגיע. ס'איז דאך א פאקט (פאר די מאמינים בה', פארשטייצעך) אז אין דעם טאג ווערן אפגעמשפט' און פארזיגלט דער גורל פון א סאך לענדער פון די וועלט. פארוואס זאללן דען די פארשידענע פעלקער נישט זיין באזארגט איבער זייער גורל...?!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 10:48 am
דורך berlbalaguleh
בן אדם: ראה תשובתי ל'ליטוו...!

Re: פארוואס נאר אידן זענען באזארגט איבער דעם יום הדין, ר"ה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 3:24 am
דורך צוויקל
נולד מאוחר האט געשריבן:זיי ווייסען נישט חז"ל זיי האבן נאר די (בייבל)מקרא.

דאס איז לכאורה די ריכטיגע סיבה פארוואס די גוים טראכטן נישט פונעם יום הדין,
זייער גאנצע חלק וואס זיי ווייסן פון יודן איז נאר די בייבל און אין די בייבל שטייט נישט וועגן ראש השנה

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 12:37 pm
דורך berlbalaguleh
צוויקל: אזוי ווי כ'האב שוין געענטפערט פאר איינעם פון די מגיבים, אז ס'זענען פארהאן גרופס פון גויים,ספעציעל צווישן די עוואנגעליסטן וועלכע זענען יא באהאוונט אין די דרשות חז"ל כמעט אויף 100%. ס'דא גרופס פון גויים וועלכע ווייסן אלע פרטים פון שמיטה, מיט די דרשות חז"ל וגדולי האחרונים. (אפילו וואס ס'איז נוגע די עליות און ירידות פון די וועלט'ס סטאק מארקעטס.) אויך ווייסן זיי דעם חילוק פון די דרשות חז"ל און להבדיל די קראים, איבער ווען צו האלטן שבועות. זיי ווייסן די חילוקים פון די דרשות אויפ'ן פסוק..."ממחרת השבת"... נאר אריינצוגיין אין דעם סאבדזשעקט באריכות איז סחורה פאר אן אנדער'ן אשכול. ואכמ"ל.

Re: פארוואס נאר אידן זענען באזארגט איבער דעם יום הדין, ר"ה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:50 pm
דורך צוויקל
פון וואס איך האב גערעדט איז פון די אלוועלטלעכע גוי וואס ווייסט נישט צו זאגן וואס ראש השנה איז,

אבער בנוגע דעי גוים וואס ווייסן יא האב איך טאקע נישט קיין תירוץ
די ציבור איז מכובד אריין צו קומען.

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 1:18 am
דורך berlbalaguleh
איך האב אין אמת'ן געוואלט דאס אריינלייגן אין די פתיחת האשכול. אז די העדליין איז נאר פאר די וועלכע זענען מאמינים. אבער נישט פאר די אויפגעקלערטע. פי' אפיקורסים ואינם מאמינים בה' ובאמיתת תורתו. ווייל די וועלכע זענען נישט קיין מאמינים פארשטייען בכלל נישט די פראגע און ס'אינטרעסירט זיי נישט. אויף ענגליש זאגט מען אז ס'איז...Below contempt...!
אזוי ווי איינער פון די מגיבים האט טאקע געפרעגט (רעטאריש) פארוואס זאללן אידן נישט סעלעברעיטן די אראבישע חגא...?! איז דער פשט פון דעם אז ער און די גאנצע גרופ וועלכע האבן דעם זעלבן געדאנקענגאנג זענען בכלל נישט תופס די מיינונג פון די פראגע.
דאס קען אפשר זיין איינס פון די סיבות (חוץ נאך אנדערע) פארוואס דער אשכול ציעט אן אזוי שוואך... :?