בלאט 1 פון 1

מיין באזוך אין אומאן ראש השנה תשע"ז

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 10:30 am
דורך רויטע וואנצעס
נאך יארן פון "מניעות" בין איך ענדליך אויפן פליגער צו אומאן אויף ראש השנה תשע"ז.

ווען מ'גייט שרייבן פון אומאן איז שווער צו וויסן וואו אנצוהייבן און וואו צו ענדיגן. אומאן איז נישט אן עקספירענס וואס מ'קען שרייבן מסודר. אומאן איז א מיש מאש פון אלע מיני מענטשען, געפילן, גשמיות, רוחניות און פאלפל באלס. אומאן איז א פלאץ וואו אהבת ה', אהבת הצדיק און אהבת ישראל נעמען אויף די זעלבע קליינע פלאץ אין הארץ און מח. אומאן איז אן עקספירענס וואס געבט האפענונג אויף א טאג פון שלום ואחדות צווישן אלע חלקים פון כלל ישראל, און לאזט איבער די מיטלעבער מיט נאסע אויגן פון אהבה, שמחה און דערהויבנקייט.

אין די פאלגענדע הודעות וועל איך באריכטן מיין וואך אין אומאן די פארגאנגענע ראש השנה. איך וועל שריייבן וואס כ'האב געזעהן און געהערט פון פארשידענע חבורות וואו איך האב מיך אריינגעשווערצט מיט רשות אדער אן רשות. פון די סאטמערע, ביז די מתנחל'ישע קעמפינג סייטס. פון די קומזיצן ביז די שיעורים און דרשות און אלעס אינצווישן.