בלאט 1 פון 2

נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 11:13 am
דורך [NAMELESS]
קלארע צעטעל ארויסצופרינטען פאר כפרות מיט געלט

Re: נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 08, 2016 10:00 pm
דורך חייקל
א יישר כח פאר די נוסח. I guess די נוסח פאר די פאמיליע און אויב די ווייב איז א מעוברת האסטו בכוונה אויסגעלאזט, ווייל די ווייבער האבען נאכנישט די אור to be OK מיטן שלאגען מיט געלט.

Re: נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט

נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 6:44 am
דורך yachad
וויפיל געלט דארף מען ניצן?


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 4:13 am
דורך ציבעלע-קיגל
yachad האט געשריבן:וויפיל געלט דארף מען ניצן?


Sent from my iPhone using Tapatalk


וויפיהל דו ווילסט... אבער טוה עס שנעל פאר די רעבנים וועלען אגויסגעבען א קול קורא אז מען מוז נוצען $180.00 און דאס געב נאר פאר זיי און אויב נישט איז מען נישט יוצא

Re: נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט

נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 1:59 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
https://donate.yadlachim.org/cell.asp?r ... mukaElul16


זיי כאפן זיך צי דערצי..!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 2:08 pm
דורך ציבעלע-קיגל
יב הלוי סאלאווייטשיק האט געשריבן:https://donate.yadlachim.org/cell.asp?ref=AmukaElul16-VIN-banner-mobile-Berditchev&utm_source=VIN&utm_medium=banner&utm_content=mobile&utm_term=Berditchev&utm_campaign=AmukaElul16


זיי כאפן זיך צי דערצי..!


איך זיך א לויער (עורך דין) איך פאדער קאמישאן

Re: נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 7:00 pm
דורך נעגעל וואסער
yachad האט געשריבן:וויפיל געלט דארף מען ניצן?


Sent from my iPhone using Tapatalk

איך האב געזעהן אין ספר הליכות משה, פסקים פון ר' משה פיינשטיין ז"ל, אז ס'איז מסתבר אז ס'דארף זיין גענוג געלד כשיעור סעודת עני.

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 8:13 pm
דורך [NAMELESS]
און נאכדעם נוצט מען די געלט פאר סעודת עיו"כ אזוי ווי די כפרה פלייש, ניין?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 10:51 pm
דורך גלויבער

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:31 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2019 5:50 am
דורך [NAMELESS]
.

Re: נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 11:39 am
דורך צפור בודד
איך בין מחמיר אויף דרכי האמורי שוין א שיינע פאר יאר.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 12:00 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך מיין אז היי יאר גיי איך שלאגן מיט א מענטש, אינאיינוועגס וועל איך שוין מקיים זיין דעם פסוק "כל חרם אשר יחרם מן האדם לא יפדה מות יומת" כפשוטו ממש...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 12:33 pm
דורך מצפצף
שלאגן מיט א מענטש איז אויך א ענין ווייל א מענטש ווערט אויך אנגערופן'גבר'...
[center][/center]

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 1:42 pm
דורך מנחם ציון
צפור בודד האט געשריבן:איך בין מחמיר אויף דרכי האמורי שוין א שיינע פאר יאר.

שלאגן מיט געלט איז נישט קיין דרכי אמורי?

Re: נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:24 pm
דורך צפור בודד
מנחם ציון האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:איך בין מחמיר אויף דרכי האמורי שוין א שיינע פאר יאר.

שלאגן מיט געלט איז נישט קיין דרכי אמורי?
שלאגן מיט הינער איז און דערפאר בין איך מחמיר צו שלאגן מיט געלט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 2:50 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פארוואס איז געלט ווייניגער דרכי האמורי ווי א האן? אויב עפעס פארקערט, אז מ'זאל זיך אויסלייזן פון עברות דורך שחט'ן א פייגל טרעפט מען אין די תורה (חטאת העוף), זיך אויסלייזן דורך געלט איז דרכי האמורי. פארשטייט זיך אז לכתחילה זאל מען שחט'ן א מענטש, בדיעבד איז א האן אויך גוט, אבער ח"ו נישט נוצן קיין געלט ווייל ס'איז דרכי האמורי.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 3:08 pm
דורך צפור בודד
מיט א האן איז פאגאניזם, משא"כ מיט געלט איז אזויווי האומר סלע זו לצדקה ע"מ שיחיה בני, אדער וחטאך בצדקה פרוק.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 3:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
און איך זאג פארקערט, האומר סלע זו לצדקה איז פאגאניזם (זוגות שטייט אויך אין גמרא), שחט'ן א בעל חי איז אזויווי א קרבן (שעיר לעזאזל?). Change my mind

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:59 pm
דורך מנחם ציון
ביידע האבן מקורות אין די תורה
עיין ערך מחצית השקל כופר נפשו
ועיין ערך קרבן

Re: נוסח כפרות פאר ווער ס'שלאגט מיט געלט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 5:58 pm
דורך צפור בודד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און איך זאג פארקערט, האומר סלע זו לצדקה איז פאגאניזם (זוגות שטייט אויך אין גמרא), שחט'ן א בעל חי איז אזויווי א קרבן (שעיר לעזאזל?). Change my mind
אויף די פילאזאפישע חילוקים וועל איך לאזן אנדערע ענטפערן, נאר א פשוטע ענטפער, אויף כפרות איז דא דער באקאנטער סימן אין שו"ע פון איין סעיף משא"כ שעיר לעזאזל איז א פרשה אין דער תורה (כאטש אין תורה שטייט נישט זה תחת זה אזויווי כפרות),

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 6:19 pm
דורך רביה''ק זי''ע
הייסט עס אז יעצט איז דער שולחן ערוך דער מעסטער, פונעם רמ"א האסטו פארגעסן? כ'האב נישט געוואוסט אז דו ביזט א ספרדי. :D

די פילאזאפישע חילוקים איז אירעלעוואנט צו אידישקייט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 12:01 pm
דורך פארווע חסיד
איך בין נישט אזוי באקאנט פונקטליך מיט די טעמים מנהגים מקורות, אבער מיר וואונדערט שטארק פארוואס מען מאכט עס נישט אויף שטילערע געסלעך אדער בעק יארדס (איך רעד נישט אפי' יעצט פין קעיר נעמען בעסער), נישט צו ציעהן פרעמדע אויפמערקזאקייט, און צו האלטן אונזער שכונה אביסעלע ריינער
ווי ווייט מיין פארשטאנד גייט איז עס נישט א זאך וואס ברויך עקסטרע פרסום אין מיטלען צי ציען מענטשען זאלען עס ווילען קויפען, טא פארוואס קען מען עס נישט מאכן באשיידען אפי' די ביסט 100% גערעכט....
באט אגעין איך בין נישט אזוי באקאנט אפשר שטייט אזוי אז עס מוז זיין לעיני כל, כי הוא חכמתם ובינתכם לעיני העמים דווקא..??