בלאט 1 פון 1
די גרויסע נס
נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 4:27 pm
דורך שמעלקא'לע
שוין יארן יארן וואס איך בין אין פאניק, אבער הודו לה' דאס יאר האט פאסירט די גרויסער נס! א גוטע בשורה פון די ווייטע פארווארפענע קאלטע אנטיסעמיטישע אוקריינע, מער ספעציפיש די הייליג שטאט עיר יפה נוף משוש כל הארץ וואס אקאמאדירט די סאמע מערסטע אידישע געסט אין ראש השנה, עיר הקודש אומאן. א פרייד האט מיר באהערשט, צוזאמען מיט גאנץ כלל ישראל, אז ב"ה קיינער איז נישט דערטראנקען געווארן אינעם מערדערישן רוישיגן טייך!!!!!
נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 4:32 pm
דורך ביבער
א ספעציעלע דאנק פאר די
FBI...
די גרויסע נס...
נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:25 pm
דורך שמעלקא'לע
יא, ומי לנו גדול פון "דא אלל טרעוול" וואס האבן ממש געראטעוועט די מצב און געבראכן א רעקארד פון יארן בלי גוזמא! גראדע האמיר אויך באמערקט אז עס איז נישט געווען קיינע אנטיסעמיטישע אינצידענטן און גניבות אדער איבערפאלן ווי יאר יערליך. יא, דאס יאר האט זיך ב"ה אנגעהויבן מיטן רעכטן פיס, תחל שנה וברכותיה!!!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 10:08 pm
דורך אייז קריעם
Re: די גרויסע נס
נשלח: דינסטאג אקטאבער 11, 2016 2:06 am
דורך צוויקל
איך בין דארט געווען און אומן פאר ראש השנה מיט א קבוצה יונגעלייט יעדער איינער ביים אריינפארן און אומן האט געוואלט וויסן ווי איז די טייך ווי יעדער דערטרענקט זיך ראש השנה,
יעצט נאך ראש השנה איז אינטערסאנט צו הערן אז קיינער האט זיך נישט דערטראנקען דאס קען זיין אונזערע תפילות האבן אויפגעטוהן
Sent from my SM-G930T using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:28 am
דורך שמעלקא'לע
יא ממש אזוי. עס איז טאקע א פלא. זעט אויס אז ס'האט אפשר צו טון מיט דעם וואס עס איז נישט געווען 3 טעג יו"ט אזויווי די ליצטע פאר יאר, אזוי איז דער עולם נישט געגאנגען "אזווי" ליידיג, עד כדי להמית במים אשר בנחל... אבער ב"ה אז ס'האט פאסירט. גראדע ווי איך פארשטיי האבן דיין קבוצה אינגעלייט באזוכט אומאן ס'ערשטע מאל, אויב זיי האבן נאכנישט געוויסט וואו דער טייך געפינט זיך. אויב כ'מעג וויסן: וואס האט זיי געברענגט קיין אומאן? מה נשתנה ראש השנה הזה מכל ראשי השנה???
נשלח: מיטוואך אפריל 19, 2017 11:07 pm
דורך יודישע שרייבער
אייז קריעם האט געשריבן:http://jewishnews.timesofisrael.com/chabad-rabbi-severely-beaten-in-ukraine/
בד"ה, אוועק עטליכע טעג צוריק, [הי"ד?].