קענסער קאפיטל דריי (דער וועקער 5)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 5:49 pm
קענסער קאפיטל 1 די הקדמה,
קענסער קאפיטל 2
[center]דריטע קאפיטל:
די היסטאריע פון קענסער און אירע הייל-מיטלען
וואס מער שניידן אלס בעסער![/center]
ביז הונדערט זעכציג יאר צוריק איז געווען אנגענומען, אז א קענסער צעל איז א צעל וואס ווערט באשאפן אלס א קענסער צעל, דאס הייסט אז אויף א וועג האט זיך עס אריינגעכאפט, אדער איז אזוי באשאפן געווארן, דעריבער איז געווען די מהלך פון זוכן די רפואה אינגאנצן אויף די נישט ריכטיגע רעלסן.
אין יאר 1855 האט א וויסנשאפטלער מיטן נאמען רודאלף ווערקאה (1821-1902 Rudolf Virchow) געמאכט א דורכברוך, ווען ער האט פובליצירט א פאפיר, אז יעדע קענסער צעל קומט פון אן אנדערע צעל, דאס הייסט אז א קענסער צעל איז געווען א געהעריגע צעל, ביז עס איז פלוצלינג געווארן א קענסער צעל, פון דאן און ווייטער האט זיך געטוישט די רפואה צו קענסער, אז היות א קענסער צעל איז א פארדארבענע צעל וואס מאכט פראבלעמען, איז די 'פריימערי רפואה' א מעסער, מען ברויך עס אויסשניידן.
אין יאר 1868 איז געווען איינער, א כירורג, וואס איז ארויסגעשטאנען פון אלע אנדערע דאקטוירים ווייל ער איז געווען גאר אגרעסיוו, ממילא האבן אלע אויגן געקוקט אויפן יונגען ענערגישן דאקטאר וויליאם האלסטעד (1852-1922 William Stewart Halsted). ער האט פראקטיצירט אין דזשאן האפקינס שפיטאל אין באלטימאר, און ער האט פארפירט קעגן אלע אנדערע דאקטוירים אז די סיבה פארוואס מען לעבט נישט איבער קענסער, איז ווייל די דאקטוירים האבן מורא צו שניידן ווי עס ברויך צו זיין.
ער פלעגט שניידן זייער אסאך בריסט קענסער טומערס, גענומען דעם טומער און פארשניטן, און צו זיין וואונדער האט ער געזען אז נאך א שטיק צייט קומען די פרויען צוריק מיט בריסט קענסער. "אהא" - האט ער געטראכט צו זיך - "שניידן מער מיינט היילן מער, מן הסתם איז דא עטליכע קענסער צעלן וואס מיידן אויס די שארף פונעם מעסער, מוז מען שניידן עפעס מער ווי די טומער". דאן איז נולד געווארן די טערמין - "מעסטעקטאמי".
אבער קיין סאך האט עס נישט געהאלפן, און עס איז צוריקגעקומען ביז א קורצע צייט, דאן האט זיך דער אגרעסיווער דאקטאר גענומען שניידן מיט א שמיץ אריבער, און ער האט דאס א נאמען געגעבן "ראדיקאל-מעסטעקטאמי", ווי מען נעמט אראפ די גאנצע בריסט מיט אלעס דערינטער, דאן איז דאס געפארן צו "סופער-ראדיקאל", און פון דארט צו "אולטרא-ראדיקאל". בקיצור, ער האט שוין געהאט פארשניטן די גאנצע בריסט און די מוסקולן אונטערן ארעם, און געלאזט דעם פרוי בלויז מיט די ריפן איבערגעדעקט מיט הויט. פארשטייט זיך ווי מער ער האט געשניטן, אלס מער פרויען האבן איבערגעלעבט.
ער האט אפגעלערנט, אז די קענסער וואקסט פון די טומער אויף ארויס, גענוי ווי ווען דו גיסט וואסער אויף איין פלאץ וועט זיך די וואסער ריקן ווייטער און ווייטער. ממילא האט ער פארשטאנען אז ווי מער מען שניידט אלס מער שאנסן האט מען, און ער האט ווייטער פארשריגן די אלע האזלעך-דאקטוירים וואס האבן נישט די קוראזש צו שניידן אן א שיעור און אן אן ערך. ער האט אפגעלערנט די סוקסעס פון די וואס לעבן איבער אז דאס איז קרעדיט צו זיין קוראזש, אבער ער האט נישט געוואוסט אז די סיבה פון די וואס לעבן איבער, איז נאר ווייל זייער טומער איז נאכנישט אזוי שטארק פארשפרייט, און פאר די דאזיגע פרויען וואלט א קלענערע אפעראציע אויך גענוג געווען.
אבער קיינער האט זיך נישט געטרויעט צו עפענען דאס מויל. פרויען וואס האבן געציטערט פאר זייער לעבן, האבן זיך אונטערגעלייגט אונטער'ן מעסער אן קיין שום שאלה, זיי האבן נאכנישט געוואוסט אויב עס איז קענסער און זיי האבן שוין אונטערגעשריבן אז זיי זענען גרייט פארן אפעראציע אויב עס איז קענסער. דאס איז טייטש, אז ווען דער כירורג עפנט אויף און ציפט אראפ א שטיקל פאר "פאטאלאדזשי", און ער שרייט אריין אין אפערירונג-צימער דאס ווארט 'קענסער', דאן איז גלייך אראפ מיט די גאנצע בריסטן מיט אלעס דערינטער.
ווי די ווערטל איז דאן ארום געגאנגען: ווען איז די פרוי געוואויר געווארן צו עס איז געווען קענסער צו נישט? ווען זי איז אויפגעשטאנען פונעם אפעראציע האט זי געקוקט אויפן זייגער, אויב איז געווען צוועלף אזייגער דאן איז עס בסדר, אויב אבער איז שוין דרייע דאן האט זי מער נישט קיין בריסטן און איז פארקריפלט פאר אייביג ר"ל - אויב זי וועט בכלל איבערלעבן.
די גרעסטע צרה איז אבער נאכאלץ געווען אז עס האט נישט געארבעט. רוב פרויען - חוץ די גאר קליינע צאל וואס האבן נאכנישט געהאט קיין שטארקע מאטעסטעסי - זענען געשטארבן.
[center]פארברענען מיט ראדיאציע[/center]
אין יאר 1896 האט א דאקטאר מיט'ן נאמען עמיאל גרובעי (1875-1960 Emil Grubbe) פובליצירט א פרישע מעטאד, וואס ער האט אויספרובירט ביי זיך אינדערהיים אויף א שטארבנדע פרוי מיט בריסט קענסער. ער האט געצילט מיט א היימיש געמאכטע עקסרעי מאשין אויף די בריסטן פון די פרוי, ער האט דאס געטון פאר צוואנציג טאג אין איין צי, און ער האט געהאלטן אז ער גייט פארברענען דעם טומער, און צו זיין וואונדער איז דער טומער געווארן קלענער.
די וועלט האט אויפגעשאקלט, עס איז דא א נייע רפואה וואס דארף נישט פארקריפלען דעם פרוי. ער האט דאס אנגערופן 'די הייסע מעסער איבער די קאלטע מעסער'.
מען האט געברענט און מער געברענט, עס האבן זיך פארמירט אין 1900 אזעלכע ראדיאם קליניקס ווי מענטשן מיט טומערס האבן זיך געשטעלט פאר א סעסיע רעדיאציע. די פראבלעמען האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, מענטשן האבן פון דעם זעלבסט באקומען קענסער. עס האט מיט די צייט אויך פארברענט די הויט צעלן, געברענגט ראדיאציע פארגיפטונג, און על כולם האט עס נישט געהאלפן, אלע זענען נאכאלץ געשטארבן פריער אדער שפעטער פון קענסער, און אויך די אלע טריעטמענטס אפילו רעדיקאל-אפעראציע האט נישט געהאלפן גארנישט פאר לוקימיע אדער אנדער סיסטעמיק קענסערס ווי לימפאמע, ועוד.
[center]פארבן די קענסער צעלן אנדערש ווי די אנדערע צעלן[/center]
צוריק צו יאר 1870, איז געוועין א ביאלאגיסט מיטן נאמען פאול ערליק (1854-1915 Paul Ehrlich), ער איז געווען צוגענאגלט צו א מיקראסקאפ. אים איז אריין א שגעון אין קאפ אז ער ברויך קודם פארבן קענסער, ער מוז זען אויב עס איז דא א מין פארב, וואס ווען מען פארבן צעלן זאל נאר געפארבט ווערן די קענסער צעלן און נישט די איבעריגע.
ער האט געהאלטן, אז איינמאל מען טרעפט א כעמיקאל וואס קלעבט נאר צום קענסער, וועט עס זיין א קליין שפרינגעלע ביז מען וועט קענען צולייגן א סם וואס זאל אויך דער'הרג'ענען דעם ספעציפישן צעל.
אין זיין לאבראטאריע האט ער פרובירט אן א שיעור פארבן אויף אן א שיעור צעלן, ביז ער האט געמאכט א דורכברוך. ער האט געטראפן א פארב פאר א געוויסע צעל, און פארפאסט אויך די סם דערפאר, און איז באוואוסט ביז'ן היינטיגן טאג פאר די מעדעצין "סאלווארסען" פאר די מחלה "סיפילעס", און ער האט דערפאר געווינען די נאבעל פרייז.
אין די העכסטע צייט פון די ערשטע וועלט-מלחמה, אינעם יאר 1919, ווען די מלחמה האט געפלאקערט אויפ'ן גרעסטן פארנעם, איז געווען אן אטאקע אויפן פראנט. עס זענען געווען איבער אכט טויזנט סאלדאטן אויפ'ן פראנט, און גארנישט האט נישט אויסגעזען אויסערגעווענליך. דער שונא האט געווארפן אזעלכע מאדנע באמבעלעך, אבער אויבן-אויף איז נישט געווען קיין גרויסע פארלוסטן, די געשלעגן זענען ווייטער אנגעגאנגען אונטער די שלייער פון א מאדנעם רויעך, ביז פלוצלינג האבן די סאלדאטן אנגעהויבן פון זיך אליין צו שטארבן, זיי זענען געפאלן איינס ביי איינס, אלע זענען בלינד געווארן אדער געשטארבן, אדער ביידע. עס איז געווען פחדימ'דיג, ווייל קיין פשר איז נישט געווען.
מען האט גענומען עטליכע גופים פאר טעסטינג און אטאפסי'ס צו דערגיין וואס עס האט פאסירט, און מען האט אנטדעקט אז די באמבע איז געווען א גאז אטאקע, און נישט סתם א גאז, נאר א סם המות'דיגע גאז וואס הייסט "מאסטערד גאז". נאך איין וואונדערליכע זאך האבן די צוויי דאקטוירים עדווארד און העלען קרומבאר [Edward and Helen Krumbhaar] אנטדעקט, אז די סאלדאטן זענען געווען ריין פון ווייסע בלוט צעלן, די מאסטערד גאז אטאקע האט פארלענדעט אלע ווייסע בלוט צעלן ביז'ן לעצטן צעל, ויהי לפלא.
אנשטאט צו כאפן וואס דא איז אנטדעקט געווארן, איז דאס פארזיגלט געווארן. די מלחמה איז אדורך, און די שטודיע איז ווי פארגעסן געווארן.
נאך א מלחמה איז געקומען אויפן וועלט - די צווייטע וועלטס קריג. אין יאר 1942 אינעם הויכפונקט פונעם צווייטן וועלטס קריג, ווען אלעס איז געווען פארדעכטיגט, האט מען געזאמלט מאסטערד גאז וואס מען האט נישט גענוצט למעשה, נאר עס איז געווען גרייט על כל צרה שלא תבוא. דאן זענען געווען צוויי פריינט אלפערד גילמאן (1908-1984 .Alfred Gilman, Sr). און לואיס גודמאן 1906-2000 Louis S. Goodman, וואס זענען געווען פארמעקאליגיסטן און כעמיסטן, און במשך די מלחמה זענען זיי געווען פארנומען מיטן פארשן פאר'ן מיליטער, און זיי האבן געהאט צוטריט צו פארשונגען אויף די גאז.
זיי האבן אנגעשטאלפערט אינעם אנטדעקונג פונעם מאסטערד גאז אטאקע ביים ערשטן וועלטס קריג, און זענען זיי געקומען צום החלטה אז מען ברויך מאכן א שטודיע אויף מייז און דערנאך אויף א מענטש. די מייז שטודיע האט אויסגעזען גוט, און אין אוגוסט 1942 האבן זיי אנגעהויבן א שטודיע אויף א מאן - גראדע א דאקטער, א "טאקעסיק" כירורג מיטן נאמען גוסטאף לינסקאג - וואס האט געליטן אויף לימפאמע. דערפאר האבן די צוויי געמאכט די שטודיע אויף אים, און מען האט אים געגעבן "ניטראגען מאסטערד" אלס א מעדעצין, און עס האט וואונדערליך אריינגעלייגט דעם פאציענט אין רימישן, עס האט אים גענצליך געהיילט דורך אויסראטן אלע קענסער צעלן. פאקטיש האט נישט גענומען קיין סאך חדשים, און דער פאציענט איז געשטארבן פון קענסער, אבער זיי האבן דאקומענטירט גענוי דער שטודיע וואס איז געבליבן קלאסיפיצירט ביז נאך די מלחמה.
אויך איז געווען נאך אן עפיזאד במשך די מלחמה, ווען מען האט בטעות אראפגעלאזט מאסטערד גאז אויף סאלדאטן ביי אן אנגריף העכער די שטאט 'בערי' - א שטעטעלע אין איטאליע, פון וואס סאלדאטן זענען געשטארבן, און נאך אן אונטערזוכונג אויף די איבערלעבער און די שטארבער האט מען אויך געטראפן נאר גאר קליינע צאלן פון ווייסע בלוט צעלן.
דאן איז אויך קלאר און באשטעטיגט געווארן די פאקט, אז עס איז פארהאן א כעמיקאל וואס זאל נאר ארבעטן אויף איין צעל און פריי לאזן אנדערע, וואס איז דאן נאך געווען גאר פרימיטיוו, ווייל זיי האבן נישט פארשטאנען די טיפקייט פון וואס זיי זעען. נאר דאס איז קלאר געווארן, אז דער וועג וויאזוי צו היילן קענסער וועט זיין דורך א געוויסע כעמיקאל וואס איז נאך דערווייל נישט ערפינדן געווארן, אבער דער ערשטער קרעדיטירטער קימא טעראפי ווערט געגעבן פאר די צוויי אויבנ-דערמאנטע דאקטוירים.
פאר די קאפיטל בארייכערט מיט בילדער וועט איר ברויכן קוקן אינעם וועקער # 5. איך וויל זיך טאקע דא ספעציעל באדאנקען פאר אלע וואס נעמען אנטייל אין די שווערע הארעוואניע דאס צו ערמעגליכן.
אין קומענדיגן קאפיטל, וועלן מיר אי"ה אריבערגיין צום תקופה ווען 'קימא טעראפי' איז אריינגעקומען אלס בעסטער און ווירקזאמסטער מעטאד זיך צו שלאגן מיטן 'קענסער'. און מיר וועלן אדורכטון איר היסטאריע און די חכמה וואס ליגט אונטער איר.