בלאט 1 פון 1

משלי קל ב'

נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:18 pm
דורך קל וחומר
א. בכה רבי ואמר יש קונה עולמו בשעה אחת. בכה קל ואמר יש מאבד עולמו ברגע אחד.

ב. ס'ווערד די דורכפאל פאר די לעקציע וואס דאס ברענגט.

ג. ווען צייט איז וואס היילט איז נישט דא וואו זיך צו יאגן.

ד. מבני בניו של המן למדו תורה בב"ב מיינט נישט אז לומדי תורה זאלן ווערן ב"ב של המן.

ה. דער דמיון איז א גאר גוטע געצייג ווען מ'ווייסט וויזוי עס צו ניצן.

ו. ווען פלאן א' איז צופאלן ווערט פלאן ב' פלאן א'.

ז. הער אויף אפצולאכן ווייל דו ווייסט נישט וואו דאס גייט זיך אפשטעלן.

ח. ווען דו רעדסט איבער יענעם, כאפ אויף די טאקטיקן וואס דו ניצט אז דו זאלסט וויסן ווען יענער טוט דאס מיט דיר.

ט. האלב פון דיין חכמה ליגט אין דיין ענוה.

י. ווען דיין מוטער וואלט געשאנקן דיין פאטער די מאס אהבה וואס זי האט דיר געשאנקן וואלט זי דיר נישט געברויכט שענקן אזוי פיל.

יא. נישט די קאמערע כאפט דעם בילד, דער מענטש אונטערן קאמערע כאפט עס.

יב. אין ספק מוציא מידי ודאי. כסיל אומר אין ספק עוה"ב מוציא מידי ודאי עוה"ז, חכם אומר אין ספק הנאת החיים מוציא מידי ודאי מיתה.

יג. א מענטש קען אמאל פארלירן, מאך זיכער נישט 'זיך' צו פארלירן.

יד. די וועלט איז טאקע הבל, אבער 'גאט' האט באשאפן די הבל.

טו. דער גאוותן כאפט נישט אז מיט ענוה וואלט ער געווען מער מושלם.

טז. נויטיגסט זיך אין א גוט ווארט? גיב עס פאר יענעם!

יז. די ארגסטע טעראריסטישע אקטן ווערן געטוען 'בדרכי נועם'.

יח. צו דערגיין די סיבה פארוואס מענטשן טוען זאכן אן א סיבה, ברויך נישט קיין סיבה.

יט. ווען די שונא קוקט אין דיין ריכטונג, מאך זיכער ער זאל נישט האבן אויף וואס צו קוקן.

כ. א מענטש אנע פריינט איז נישט קיין פיינט.

כא. די וועלט זאגט אז נישט אלס וואס מען טראכט ברויך מען זאגן. קל זאגט אז נישט אלס וואס מען טראכט ברויך מען טראכטן.

כב. געלט קויפט טאקע נישט שמחה. כאטש זאל די עצבות זיין מיט געלט.

כג. גאוה איז א פארזוך צו פארדעקן די פעלערן, ווי גרעסער די גאוה אלס גרעסער איז די דראנג.

כד. נישט פארהאן קיין גרעסערע צמצום ווי 'ווערן' אן אויפגעקלערטער.

כה. ווען דער גאוותן וואלט געוואוסט וויפול בזיון די גאוה ברענגט אים וואלט ער קיינמאל מער נישט געדארפט ארבעטן אויף ענוה.

כו. די טיעפקייט פונעם פשטן איז אומדערגרייכבאר.

כז. מאך דיך ביז דו ווערסט. געדענק אבער פון וואו דו קומסט, גיי נישט אהין.

כח. עצלות איז די שווערסטע מכה, נישט קיין שטופ אויף ארויס.

כט. די איינציגע אמת וואס איך הער אויף מיר איז ווען מיין ווייב רעדט פון איר מאן.

ל. זעה אז דיין שונא'ס שוואכקייט זאל זיין דיין שטארקייט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:33 pm
דורך [NAMELESS]
הערליך, הערליך שיין!

כ'וואלט באמת געדארפט אפשרייבן מער דברי שבח, אבער וואס זאל איך זאגן אז כבר הורה חכם:
קל וחומר האט געשריבן:די איינציגע אמת וואס איך הער אויף מיר איז ווען מיין ווייב רעדט פון איר מאן.

און איך - בין נישט דיין ווייב...

Re: משלי קל ב'

נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:34 pm
דורך טמיר
הפלא ופלא איינס ביי איינס! דארפסט מאכן נומערן מען זאל קענען מפלפל זיין

נשלח: דינסטאג אקטאבער 11, 2016 12:40 am
דורך געוואלדיג
מתוק מדבש, טיפע ענינים, א גוטע הכנה פאר יוהכ״פ.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 11, 2016 12:45 am
דורך נאטירליך
So deep
דאס רינט אזוי ארויס פון דיר, דאס איז שוין גארנישט קיין קל

נשלח: דינסטאג אקטאבער 11, 2016 12:51 am
דורך קאצקע ציקער
אסאך זענען אזוי פסיכאלאגיש און טיף! דו האסט אסאך אין דיר!!

ספעציעל אות י און אות כג

Re: משלי קל ב'

נשלח: מיטוואך אקטאבער 12, 2016 8:59 pm
דורך קל וחומר
טמיר האט געשריבן:הפלא ופלא איינס ביי איינס! דארפסט מאכן נומערן מען זאל קענען מפלפל זיין

גענומערט.
יעצט לאמיך זעהן דעם פלפול [emoji12]