בלאט 1 פון 1
נשלח: דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:40 am
דורך שמעקעדיג
וואס איז די מטרה דערפון? איז עס א וויכטיגע צוועק? וואספארא נוצן וועט אמעריקע האבן דערפון אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן דערין?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:43 am
דורך [NAMELESS]
ס'איז אן אלטערנאטיוו צו דעם גלויבאלען אנווארעמונג פראבלעם וואס פלאגט דעם עולם הזה.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 11, 2016 9:47 am
דורך נאטירליך
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Budget_of_NASAאמעריקע גיט אויס יעדע יאר ביליאנען פאר נאסא איז דאס סתם א hobby פון א רייכע לאנד? אדער עס ליגט מער אין דעם?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:51 am
דורך ליפא
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:12 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז די מטרה דערפון? איז עס א וויכטיגע צוועק? וואספארא נוצן וועט אמעריקע האבן דערפון אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן דערין?
די לענדער וואס זענען די מערסטע פאראויס אין טעכנאלאגיע און וויסענשאפט זענען געווענטליך אויך פאראויס אין אלע אנדערע הינזיכטן וואס פארבעסערען די לעבן פאר דאס פאלק
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:09 am
דורך געוואלדיג
ווען מען רעדט פון ספעיס פארשונג איז דאס נישט נאר פארשונגען איבער די יוניווערס נאר אויך פארשונגען אינעם ספעיס, געוויסע מעדעצינען זענען שוין אזוי ערפונדן געווארן ווי אויך געוויסע הייל מיטלען, אונז קליינע מענטשעלעך האבן שוין פיל בענעפיטירט פון די ספעיס מיסיעס.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:17 pm
דורך שמעקעדיג
ספעיס מיסיעס בעצם ברענגט א געוואלדיגע נוצן פאר די מענטשהייט, מיין שאלה איז נאר געווען וואס וועלן מיר פארדינען פון שיקן אינדיווידואלע מענטשן אהין, און פארוואס לוינט זיך פאר די רעגירונג צו אינוועסטירן דערין, בפרט בעת דער דעפיציט איז שוידערליך הויך.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:23 pm
דורך שמעלקא'לע
וואס פארשטייסטו נישט? אז אמעריקע האט א פארטרעטער אין ספעיס, וועט - לשיטת הרעגירונג רעזידענץ - געהויבן ווערן די פרעסטידזש פון איר איבער די וועלט. הפנים אזוי האלטן זיי, און פאר דעם כבוד המדומה זענען זיי גרייט צו גיסן שווערע געלטער אבי מ'זאל אנקוקן די פאראייניגטע שטאטן ווי דער טאטע פון דעם אלגעמיינעם כדור העולם.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 1:26 pm
דורך שמעלקא'לע
כ'מיין אז קודם זאל מען באזעצן בלומינבורג און לעיקוואד, און נאכדעם וועט מען זען אויב עס וועט זיין ווער ס'זאל קויפן א שטיקל ארבטייל אויפן מארס. פארפאלן, דער עולם גלייכט ס'שטאט, מ'וויל בלייבן צוקוועטשט ווי סארדינ'ס אין קאנזערוון שאכטלען און צאלן רענט אינעם באבנ'ס באבן אריין, אפילו מאנסי איז נישט קיין אפציע, קומען זיי מיר פארקויפן מעשה'לעך מיט פלאנעטן? אי"ה ווען די גלאבל ווארעמינג וועט טון דאס וואס באג 2000 האט געדארפט טון (געדענקסט???...) וועלמיר זיך אלע הייבן און פארן צום לבנה...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:59 pm
דורך איך אויך
העניך האט געשריבן:(יא, די זעלבע נארישע וויסנשאפטלער וואס האלטן פון גלאבעל ווארמינג)
נשלח: פרייטאג אקטאבער 14, 2016 6:06 pm
דורך [NAMELESS]
העניך האט געשריבן:לויט רוב וויסנשאפטלער (יא, די זעלבע נארישע וויסנשאפטלער וואס האלטן פון גלאבעל ווארמינג) וועלן מענטשן עווענטועל וואוינען אויף אנדערע פלאנעטן אלס אן אלטערנאטיווע פאר אונזער וועלטל. גיין אויף מארס איז א "ריזיגער שפרינג פאר דער מענטשהייט", ווי ארמסטראנג האט געזאגט אויף דער לבנה.
viewtopic.php?f=10&t=5938#p185817
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 8:04 pm
דורך יין שרף
געוואלדיג האט געשריבן:ווען מען רעדט פון ספעיס פארשונג איז דאס נישט נאר פארשונגען איבער די יוניווערס נאר אויך פארשונגען אינעם ספעיס, געוויסע מעדעצינען זענען שוין אזוי ערפונדן געווארן ווי אויך געוויסע הייל מיטלען, אונז קליינע מענטשעלעך האבן שוין פיל בענעפיטירט פון די ספעיס מיסיעס.
תפארת שלמה פרשת האזינו, אינדאסירט די ספעיס מיסיעס לצורך רפואה.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 8:14 pm
דורך שמעקעדיג
העי יין שרף, וועלקאם בעק. פליז בלייבן דא מיט אונז!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 2:21 pm
דורך מי אני