בלאט 1 פון 1

כותל המערבי צוריק פארכאפט..

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:09 pm
דורך שעפטל
נאך א האלבע יאר וואס די UNESCO האט אנגענומען אז די הר הבית באלאנגט פאר די אראבער, האבן 24* לענדער געשטימט פאר די רעזעלוציע אז די הר הבית מיטן כותל המערבי באלאנגט פאר די אראבער. (זעקס** לענדער האבן געשטימט דערקעגן, און 26*** נישט געשטימט)

אין אמעריקע האט טעד קרוז מיט נאך 39 לעגעסלאטיווע מעמבערס געשיקט א בריוו צו די עקזעקיוטיוו באורד פון די יו ען, ווי זיי פארדאמען די פסק..

אין ארץ ישראל האט דער פרעימיער מיניסטער נתניהו אנגערופן דעם פסק "אבסורד", צולייגענדיגצו זאגן אז מדינת ישראל האט נישט מיטן הר הבית איז ווי מ'זאגט אז כינע האט גארנישט מיטן 'גרויסן וואנט' און מצרים מיט די פיראמידן" דער פרעזידענט ראובן ריבלין האט דאס גאר אנגערופן "א פארשעמונג". און קאלטור מיניסטער רגב האט צוגעלייגט "שאנדפול און אנטי-סעמיטיש".
נתניהו האט געטוויט: וואס איז ווייטער? די יו ען גייט אפווענדן די קאנעקשאן צווישן פינאט באדער און דזשעלי...?

יעצט בלייבט איבער די אבעי' צו די סאטמארע חסידים וועלן צוריק אנהייבן צו שטראמען צום כותל איינמאל ס'ליגט שוין נישט ביי די ציונים ימ"ש, אדער א פסק איז א פסק, און די "לדעתי, לדעתי" גייט אן ביז משיח'ס טאג (כלשון קדשו)

*Algeria, Bangladesh, Brazil, Chad, China, Dominican Republic, Egypt, Iran, Lebanon, Malaysia, Morocco, Mauritius, Mexico, Mozambique, Nicaragua, Nigeria, Oman, Pakistan, Qatar, Russia, Senegal, South Africa, Sudan and Vietnam.

Estonia, Germany, Lithuania, The Netherlands, United Kingdom and United States**.

*** Albania, Argentina, Cameroon, El Salvador, France, Ghana, Greece, Guinea, Haiti, India, Italy, Ivory Coast, Japan, Kenya, Nepal, Paraguay, Saint Vincent and Nevis, Slovenia, South Korea, Spain, Sri Lanka, Sweden, Togo, Trinidad and Tobago, Uganda and Ukraine. Serbia and Turkmenistan.