בלאט 1 פון 1

קטלא קניא: אנה אלך מרוחך

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 4:03 pm
דורך בן תמליון
איך ווייס אז מסביר זיין א פאעזיע איז אן איפכא מסתברא אבער דאך קען איינער זאגן א פירוש וואס ר' קטלא זאגט דא



אנה אלך מרוחך


וווּ אַהין זאָל איך גיין
אויסגעקוועטשט יעדן קליק
געזען אַלע פריינד
וועם מיין פנים איז זיי פרעמד
זיך באַגרוסט
מיטן פּאָסטקעסטל
און דער חידוש פון אין כּל חדש
וווּ זאָל איך גיין
אַז אין מיר איז פּוסטער
מיטן אפשר פון גאָרנישט געפונען
גיי ווער נתגלה
אויף אַ מכובדיקן מעת לעת
און כּרת ביזן קבר
שרייבן וועסטו אַ מכה
חוץ אַ פאַרשטויבטן פּשט
אויף
וווּ אַהין זאָל איך גיין

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 4:08 pm
דורך ידען
אאיך ווייס נישט א פירוש יעצט אבער א ענפער אויף זיין שאלה, וווווו ער זאל גיין? אהער אין קאווע שטיבל.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 4:21 pm
דורך לאדיך אפ
די פירוש איז פשוט. ער שמועס אויס אז ער קען נישט אנטפלעקן זיין אידענטיטי.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 7:25 pm
דורך zamel
בן תמליון האט געשריבן:גיי ווער נתגלה
אויף אַ מכובדיקן מעת לעת
און כּרת ביזן קבר


אוי ווי דאס ציפט, זאל ער נאר ווערן נתגלה, אלע זיינע קינדער און אייניקלעך וועלן ווערן ארויסגעווארפן פון די מוסדות און ווי אויך פון סאסייעטי.