בלאט 1 פון 1

הושענה כנה משוררת ויושע

נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 11:20 am
דורך moshav zekeinim
יעצט פאר סוכות, דער יו"ט פון גוט מוטיגקייט און משפחה׳ישע פארברענגען, א צייט ווען עס הערשט א אחדות צווישן אידישע ברודער, און אלע צרות ישראל ווערן ווי איינגעשלינגען אין די גרינס פון די דופטיגע סכך און ד׳ מינים, מען לאנדעט עפעס אין א גן עדן וואס הייסט סוכות. אלע אידן ווערן פלוצים באטראכט ווי ליבליכע גוטמוטיגע ברודער.

איך וואלט נישט געוואלט צושטערן דאס ריינע געפיל, דער חדוה ואהבה. רעדט מען ווען פון צרות הטבע וואלט איך געזאגט נו, איין מאל א יאר מעג דער חג הטבע מאכן פארגעסן די צרות הטבע. אבער אז עס האנדלט זיך פון צרות וועלעכע ווערן אנגעווערטשאפט דורך טאקע אט די אפעציעלע ליבליכע ברודער וועלעכע לויפן ארום בשמחה של מצווה בודק זיין זייער אתרוג, בויען דעם סוכה, איז נישט מן היושר אז עס זאל פארגעסן ווערן. פון די טבע פאדערט מען נישט קיין גערעכטיגקייט, אבער פון מענטשן בעלי דעת יא.

מיר דארפן אין באטראכט נעמען, מיט וועלעכע סארט מענטשן פרייען זיך מיר ארום די בלעטער?! זענען טאקע די אלע בלעטער זיכערס אזעלעכע גוטסהייטיגע מענטשן? זיי שמייכלען, זאגן אויפגעלייגטע ערב סוכות ווערטלעך און אויסדרוקן, אוודאי, זיי גייען אהיים צו האניג קוכן מיט טשיקן זופ און א ווייב און געזינדל, ערקאנדישן מיט ספרי פנינים לסוכות. אבער וויפיל פון זיי האבן אנדערן׳ס משפחות געלייגט צוגרינד? וויפיל שנאה און האס צווישן מענטשהייט האבן אט די איינגענעמע מענטשן פארשפרייט. זאל מען עס יעצט בעידן חדותא פארגעסן? אבער פארוואס? אז צוליב די מענטשן זיצן עלטערן אפגעריסן פון זייערע טייערסטע, אדער ראנגלען זיך מיט ביטער ווי דער טויט שלום בית פראבלעמען, צוליב זיי זענען לעבן׳ס אין געזונט פארשניטן געווארן פון צער ועגמת נפש?! וויפיל אידן קענען קיין ארבע מינים מער נישט אנקוקן מגודל הכאב פון זיך דערמאנען וואס זיי האבן פארלוירן, אנגעווערטשאפט מיט רמה און הפקרות דורך אט די שמייליגע אתרוג האנטערס וועלעכע זענען במשך'ן יאר מענטשן האנטערס.

ניין, לאזט נישט דעם ליבליכן אתרוג הדומה ללב, שלום מאכן מיט אזעלעכע וואס האבן ארויס געשניטן דעם אתרוג, דער הארץ, פון אזויפיל משפחות, אזעלעכע וואס האבן די ריח פון הדסים פארוואנדלט און שטעכיגע שפיזן.

האלטנדיג דאס באצויבערנסטע און ליבליכסטע אין די הענט, געדענקען מיר צושרייען פאר כנות און גערעכטיגקייט.

הושענה כנה משוררת ויושע.

Re: הושענה כנה משוררת ויושע

נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 1:58 pm
דורך טמיר
א ייש"כ פארן זאגן פשט אין די ווערטער.
לעצם הענין, מיין איך אז דו בלאזט היבש אויף. איך קען נישט צופיל מענטשן, אבער פון די פאר הונדערט לערך וואס איך קען, ווייס איך נישט פון קיין איינער וואס זאל זיין פארנומען צו צאפן דאס בלוט פון אנדערע אידן

נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 2:19 pm
דורך moshav zekeinim
ר׳ איד עס איז זייער נישט ריכטוג פון דיר סתם אוועק צו מאכן מיין וויי געשריי וואס איז א געשריי פון א רבים און ידוע לכל. טויזנטע צעבראכנע נפשות טייטלען מיט די פינגער אויף יעניגע היימישע וועלעכע האבן זיי בזדון צעגרינד געלייגט דאס לעבן, און דו קומסט מיט א לא ראינו פארטושונג. "איך האב נישט געזעהן קיין שלעכטע היימישע! זאג מיר נאר, וואס פונקטליך ווילסטו זעהן? מען רעדט דאך דא פון מעשה ערמה און מיניפולאציע.

נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 3:20 pm
דורך וואלווי
moshav zekeinim האט געשריבן:ניין, לאזט נישט דעם ליבליכן אתרוג הדומה ללב, שלום מאכן מיט אזעלעכע וואס האבן ארויס געשניטן דעם אתרוג, דער הארץ, פון אזויפיל משפחות, אזעלעכע וואס האבן די ריח פון הדסים פארוואנדלט און שטעכיגע שפיזן.


אזוי רעדענדיג פון די רמזי הלולב איז ידוע די רייד פון מדרש (ויקרא רבה ל' י"ב):

פרי עץ הדר אלו ישראל, מה אתרוג זה יש בו טעם ויש בו ריח כך ישראל יש בהם בני אדם שיש בהם תורה ויש בהם מעשים טובים. כפות תמרים אלו ישראל, מה התמרה הזו יש בה טעם ואין בה ריח כך הם ישראל יש בהם בני אדם שיש בהם תורה ואין בהם מעשים טובים. וענף עץ עבות אלו ישראל, מה הדס זה יש בו ריח ואין בו טעם כך ישראל יש בהם בני אדם שיש בהם מעשים טובים ואין בהם תורה. וערבי נחל אלו ישראל, מה ערבה זו אין בה לא טעם ולא ריח כך הן ישראל יש בהן בני אדם שאין בהן לא תורה ולא מעשים טובים. ומה הקב"ה עושה להן, לאבדן אי איפשר, אלא אמ' הקב"ה יוקשרו כולן אגודה אחת והן מכפרים אלו על אלו.

מושב! געדענק אז די ענין פון צוזאם בינדען אלע מינים וואס איז מרמז אויף אלע יודען און אויף אחדות גייט ביידע וועגען.

גערעכט מיר דארפען זיך האלטען מיט אחדות מיט די אלע וואס האבען נישט מצוות און מעשים טובים לא טעם וריח, ריח ולא טעם, טעם ולא ריח, ריח וטעם וכו' וכו' און פארגונען איינער דער צווייטער. אבער דעס איז נישט נאר געזאגט געווארן פאר די טעם וריח יודען זיך צי פארבינדען מיט לא טעם וריח יודען, ס'איז אויך געזאגט געווארן פאר די לא טעם ולא ריח יודען צו פארגונען די טעם וריח יודען זיי צו פארשטיין און געבען פלאץ פאר זייער אויסקוק, און אפילו זיי זענען זיך טועה דארף מען זיי אויך סובל זיין.

אחדות, הארץ, געפולען, פארגעבען, פארגינען, איז א טו וועי סטריט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 4:52 pm
דורך אייז קריעם
נעם דעם אתרוג און דאוון פאר די מענטשן וואס האבן דיך אוועקגעלייקט, זיי זענען צוקלאפטע ברואים. נעם יעדנס לעבן און צונעם עס וועסטו זעהן וואס האט זיי צוגעברענגט צו עקטן אזוי.

כנה משוררת ויושע זיי זענען די אמת'ע רחמנות וואס דארפן א ישועה.

געט יאר עקט טאגעדער און סטאפ ביאינג ע וויקטים.