דיסקלעימער: דער פאלגענדער אפהאנדלונג קומט פון די JP אפדעיטס ("פיינע נייעס") אימעיל. עס קוקט מיר אויס גאר אינטרעסאנט און באלערנד, און איך ברענג עס דא אראפ (מיט געציילטע תיקונים) לתועלת הקוראים.
דער באריכט איז געשריבן געווארן דורכ'ן באקאנטן שריפטשטעלער הרב יואל אשר לאבין הי"ו.
איך זוך נישט סתם צו קאפירן יענעמ'ס ארבעט, אלזא אויב עס געפעלט אויך סיינט אייך ארויף די די אימעיל ליסטע.
=====================================
א דורכדרינגליכע בליק איבער די וועלט און מיטל מזרח
פון די JP אנאליסטן שטאב
=====================================
א ברייטע בליק איבער די וועלטס געשעענישן, די אומרוען און עקסטרעמע טוישן אין די מיטל מזרח, און די גרויסע שאלה: גייט די וועלט ערגער, אדער ווערט זי בעסער?
פארוואס זענען אונזערע רעגירונגען אזוי פארגעשריטן און די מיטל-מזרח אזוי צוריקגעשטאנען?
מיר זענען צוגעוואוינט צו קוקן אויף די מצב וויאזוי מיר לעבן אז דאס איז די מאדערנע לעבנסשטייגער, און דאן איז דא די "אמאליגע צייטן". מיר קוקן אן די וועלט פון אונזער פרעספעקטיוו און מיר זעען פראגרעס און פארשריט, און דאס גיבט אונז די געפיל אז די וועלט איז געגאנגען פאראויס.
אבער אז מען גיט א גרונטליכע בליק אויף די גלאבאלע ארענע, זעהט מען אז די הנחה איז זייער אויבערפלעכליך, שטח און צייט זענען פארקניפט איינס אין די אנדערע, און אין פאקט איז יעצט "אמאליגע צייטן" אין אנדערע ווינקלען. יעדע סארט הערשאפט אדער פירערשאפט וואס מיר ווייסן פון היסטאריע, יעדע תקופה וואס איז אמאל געווען, עקזיסטירט נאך היינט צו טאג אין אנדערע פארמען און אין אנדערע פלעצער.
פארשריט געשעהט אנדערש אין יעדע טייל פון וועלט, און יעדע פארום פון פירערשאפט. צי איז עס דיקטאטור, צי שבטים פירערשאפט, צי קעניגרייך איז נאך ערגעצוואו פארהאן. עס זענען דא ווינקלען ווי מענטשן שפייזן זיך נאך פון יעגן בעלי חיים און קלייבן פון די ביימער, פלעצער ווי דאס לעבן ווערט געפירט מיט טיפע איבערצייגונג אין אור-אלטע מיטאלאגיעס, קולטורן ווי געצן דינעריי שפרודלט.
אין געוויסע טיילן פון די וועלט לעבט מען יעצט גענוי אזוי ווי אין די פינסטערע מיטל-אלטער, בעת אין די זעלבע צייט טוט מען אפאר מייל אוועק פון די פלעצער שיקן אסטראנאטן צום ספעיס.
די מיטל-מזרח -– היסטאריע שפילט זיך איבער
מיר מאכן די הקדמה צו אן אנאליז איבער'ן מיטל מזרח ווייל דאס איז א וויכטיגע נקודה צו פארשטיין ווען מען רעדט וועגן דעם מיטל-מזרח. מיר באטראכטן די סיטואציע אין מיטל-מזרח און עס איז אונז שווער צו נעמען אין קאפ אריין אז מענטשן קעמפן נאך היינט מיט די זעלבע מאס גרויזאמקייט און ברוטאליטעט וואס מיר קענען נאר פון ליינען אין היסטאריע ביכער.
דער תירוץ איז אז יא, און זיי זענען נישט אזוי אנדערש ווי אונז, נאר ביי זיי איז יעצט דאס וואס מיר קענען אלס אמאליגע צייטן. פאר אונז, מענטשן פון די מערב וועלט, האט גענומען טויזנטער יארן צו זיך אנטוויקלען און אנקומען צו די שטאפל אין ציוויליזאציע וואו מיר געפינען זיך.
מיר זענען שוין געווען דארט! מיר קומען אויך פון רעליגיע מלחמות, היסטאריע שפילט זיך איבער. אייראפע האט פאר טויזנטער יארן אויסגעזעהן גענוי אזוי ווי די מיטל-מזרח זעהט יעצט אויס. די מארש צו פארשריט איז אייביג דורך טייכן פון בלוט וואס ברענגט אלע צדדים צו די איבערצייגונג אז בלוט פארגיסונג איז א פראבלעם, און נישט קיין לעזונג.
אבער ווען מיר קוקן אויף די מיטל-מזרח דארף מען וויסן אז די מערב וועלט איז אסאך צו "פארדאנקען" פאר די כאאס וואס שפילט זיך אפ דארט. די סיטואציע אין מיטל מזרח איז א טייל פון די געשיכטע פון מענטשליכע רצון צו אקופירן און אייננעמען. זי איז – אזוי ווי איבעראל – די געשיכטע פון מענטשן וואס אנטוויקלען זיך פון דארפישע לעבן, פון שבטים, צו שטעט, צו פאליטיק, צו דאמינאנץ, וואס ווערט באגלייט מיט קאמפליקאציעס, מלחמות און ענדלאזע קליינע דעטאלן וואס מען דארף קענען זייער גוט צו קענען האבן די גאנצע בילד.
די אנהייב פונעם חורבן
אלע צרות הייבן זיך אן ווען מענטשן קומען פון אינדרויסן און ווילן אלעס אייננעמען און נישט לאזן הערשאפט זאל זיך לאזן פארמירן נאטורליך. געזונטע סאסייעטיס בויען זיך פון אונטן ארויף, מענטשן שטעלן אויס זייער לעבן און זייער פירערשאפט. זאכן אנטוויקלען זיך אויפן לאקאלן שטייגער באזירט אויף געאגראפיע, אפשטאם און ביזנעס. אבער ווען מאכטן פון דערווייטנס זוכן צו איבערקלוגן די בריאה און ארויפצווינגען הערשאפט פון דערווייטנס איז די רעזולטאט אייביג כאאטיש.
די מיטל מזרח האט פארמאגט די סאמע ערשטע ציוויליזאציעס אין היסטאריע, ווי שומר – די פלאץ ווי שריפט און שפראך האט זיך צום סאמע ערשטן אנטוויקלט, מעסאפאטאמיע און עגיפטן.
אין די אנפאנג פון די מיטל אלטער יארן איז נישט געווען קיין קלארע ליניע וואו עס ענדיגט זיך אייראפע און וואו עס הייבט זיך אן די מיטל מזרח, ווייל גריכנלאנד, איטאליע, ארץ ישראל און סיריע זענען אלע געווען אונטער קריסטליכע אקופאציע און האבן באלאנגט אונטער די רוימישע און דאן די ביזאנטישע הערשאפט.
די לעצטע פאר הונדערט יאר האבן די די טערקישע "אטאמאן" אימפעריע באהערשט דעם גאנצן מיטל מזרח, אויסשפרייטנדיג איר טעריטאריע פון גריכנלאנד וואס גרעניצט זיך מיט אייראפע, ביז עגיפטן, ליביע, סיריע, איראק און פאלעסטינע. די גאנצע שטח איז נאכנישט געווען אפילו גערופן מיט נעמען, די וועלט האט עס בלויז געקענט אלס די גרויסע זאמדיגע שטח ווי עס וואוינען אראבער און ווי עס איז אמאל געווען די גרויסע מצרים און ארץ ישראל. די פלאץ איז געווען צעטיילט אין דיסטריקטס, אבער נישט אין קיין מסודר'דיגע לענדער. מענטשן און פעלקער האבן דארטן געוואוינט אן קיין דעטאלירטע בירגערשאפט אדער עטנישע אנהענגערשאפט.
מיט בלויז אכציג יאר צוריק איז נאכנישט געווען קיין ארגאניזירטע לענדער אין די גאנצע שטח. די אטאמאן אימפעריע האט פון איר ווינקל אין אינסטאמבול געהערשט איבער ריזיגע שטחים אין אייראפע, אראביע, אפריקע. פראווינצן און שבטים.
די ערשטע וועלט מלחמה טוישט אלעס
ביים וועלט מלחמה ווען די גאנצע וועלט האט זיך געטוישט, ווייניג האט דער בחור אין סאראיעווא וועלכער האט געשלעפט דאס צינגל פונעם ביקס אום יוני 1914 און געשאסן דעם אויסטרא-אונגארישן פרינץ, געוואוסט אז ער גייט טוישן די גאנצע וועלט פאר אייביג. ווען די אייראפעאישע כחות האבן זיך געקריגט, עסטרייך-אונגארן מיט דייטשלאנד, אקעגן פראנקרייך, בריטאניע און רוסלאנד.
ווען די אליאירטע כחות, פראנקרייך און בריטאניע האבן באזיגט די עסטרייך-אונגארישע, דייטשע און טערקישע קאאליציע האט מען צענומען די גרויסע אטאמאן אימפעריע און זיי צוגענומען אלעס.
נו, וואס טוט מען מיט אזא גרויסע און ווייטע שטח וואס איז געפאלן צו זייער האנט? אייראפע האט אנגעהויבן זיך טינקען אין די מיטל-מזרח בלאטע, זיי זענען געקומען מיט זייערע געדאנקען און רעגירונג מעטאדן אימפארטירט פון אייראפע, אזאנס וואס שטימט נישט מיט די שבטים קולטור אין וועלכע די ארטיגע באפעלקערונג האט געלעבט, יעדע איינציגע שריט וואס די מערב וועלט האט געטון אין מיטל-מזרח פראסקעט צוריק אין פנים און ברענגט נאר מאסיווע דורכפעלער. אזוי אז סיי וועלכע נייע עצה און לעזונג זעהט אויס טראגי-קאמיש, וויסנדיג אז אין די ענדע וועט זי צוריקשטויסן.
די ערשטע און הויפט שולדיגער אין די מיטל-מזרח זענען די בריטישע און פראנצויזישע ביוראקראטן וואס ווערן גערופן די "סייקס-פיקאו קאמיסיע" ווי א גרופע בריטישע און אדעללייט, אנגעפירט פון מארק סייקס פון ענגלאנד און שארל פראנסווא דזשארדזש פיקאו פון פראנקרייך, האבן זיך אוועקגעזעצט צו "אויסמענטשלען" און אוועקשטעלן די גרעניצן פון מיטל-מזרח.
די סייקס פיקאו קאמיסיע
עס איז געווען אום 1916 אין די תקופה פונעם ערשטן וועלטס-קריג, ווען די צוויי קאלאניאליסטישע כוחות האבן צעטיילט צווישן זיך אייראפע, פלאנירנדיג וואס צו טון ביים צוזאמענפאל פון די טערקישע אטאמאן אימפעריע וועמען זיי גייען באזיגן, נאכדעם ווי די טערקן האבן זיך צוזאמענגעשטעלט מיטן גערמאנישן פיינט.
די טערקן וועלכע האבן דאן געהערשט איבער דעם גאנצע ראיאן האבן געהאט איינגעשטעלט א גאר געלונגענע וועג וויאזוי צו הערשן, זיי האבן זיך כמעט נישט אריינגעמישט אין לאקאלע אנגעלעגנהייטן און געלאזט יעדע ראיאן געפירט ווערן דורך די ארטיגע שבטים און פראקטיצירן זייערע אייגענע טראדיציעס. אבער די אייראפעאישע קאלאניאליסטן וואס האבן דאן קאנטראלירט כמעט די גאנצע וועלט האבן אייביג געהאלטן אז זיי זענען גענוג ראפינירט, און פארשטייען וויאזוי צו מאדערנעזירן דעם ראיאן.
זיי האבן געוואלט די ערשטע זאך אוועקשטעלט נאציאנאלע גרעניצן אזוי ווי אין אייראפע, אנשטאט די ביז יעצטיגע סיסטעם וואס די גאנצע ראיאן איז געווען צוטיילט דורך פאמיליע און שבט, און מיט א גלייכגילטיגע לייכטזיניגקייט האבן זיי מחליט געווען צו שפילן מיט לענדער, ווי מען שפילט מיט לעגא שטיקלעך. פאר דעם צוועק האבן זיי אויסגעקליבן זייערע לאיאלע פריינט צווישן די אראבער און באשלאסן זיי צו שענקען הערשאפט. זיי פראנקרייך און בריטאניע האבן צוטיילט דעם מיטל מזרח צווישן זיך, לבנון סיריע און טערקיי איז געגאנגען צו פראנקרייך, ווען ירדן, איראק און ארץ ישראל איז געגאנגען אונטער די שירעם פון די בריטישע אימפעריע. אבער וויבאלד זיי האבן געוואוסט אז זיי וועלן נישט קענען אליין דירעקט הערשן אויף אזויפיל מיליאנען אראבער, האבן זיי אויסגעקליבן עטליכע אראבישע וויכטיגע מענטשן, יחסנים און מיליטערלייט און זיי געשטעלט אין שפיץ פון די פריש פארמירטע לענדער.
די ביוראקראטן האבן זיך נישט אמת'דיג געזארגט פאר די ריכטיגע סיטואציע, די שבטים צעטיילונג, די קולטור אויפן שטח. די לעוואנט איז געווען באזעצט מיט מוסלמענער, שאיאטן, סוניס, קורדן, אלאוויס, אידן, קריסטן און יאזידן. אבער די אימפעריאליסטן האבן נישט אריינגעלייגט די צייט און כח צו זיצן מיט שבטים פירער, באטראכטן די סיטואציע, און אוועקשטעלן רעגירונגען לויט די עטנישע צעטיילונגען. צו וואס זיך מטריח זיין? די ביוראקראטן זענען געזיצן איבער מאפעס אין א צימער אנגעפילט מיט רויך פון ציגארן, און פראסט און שלימזל'דיג צעטיילט די וועלט.
די קורדן אלס א ביישפיל
אלס ביישפיל פון די היסטארישע קאטעסטראפע וואס זיי האבן אנגעברענגט אויף דעם געגנט, לאמיר נעמען די קורדישע פאלק. א גרויסע פאלק מיט א אייגענע טראדיציע און קולטור וואס זיצט צווישן די אראבער, און אנטשאט זיי געבן א אייגענע אטאנאמיע זענען זיי געווארן צעטיילט צווישן סיריע איראק, טערקיי און איראן. דאן האבן זיי גענומען א חלק פון די געגענט היסטאריש באקאנט אלס "פאלעסטינע" און עס א נאמען געגעבן "טראנס-ירדן", טראץ וואס זי איז געווען קולטורעל און עטניש א פאלעסטינער זאך.
זיי האבן איבערגעגעבן די מלוכה אין ירדן פאר א מיטגליד פון די "האשאם" פאמיליע פון סאודי אראביע, א מאכטפולע פאמליע וואס ציהט זייער אפשטאם פון דעם מוסלעמענער "נביא" מוחמד, און זיי האבן באצייכנט די פאמיליע אלס "קעניגליכע פאמליע".
די פראנצויזן האבן זיך געלערנט די טאקטיקן פון די ענגלענדער און האבן גענומען א פירער פון די עלאווי-שיאטישע מינאריטעט און ארויפגעצווינגען איבער די לאנד וואס מען האט א נאמען געגעבן סיריע, ווי די גרויסע מערהייט סוני איינוואוינער שפירן באקריוודעט.
די מערב וועלט האט אריינגעלייגט אסאך כחות און פארגאסן אסאך בלוט אז די דאזיגע צעטיילונג, וואס איז באזירט אויף קאלאניאליסטישע אינטערעסן און בכלל נישט באזירט אויף קיין עטנישע און קולטור צעטיילונגען; אבער אלעס פראסקעט צוריק אין פנים אריין ווען אלע גרעניצן אין מיטל מזרח זענען גענצליך צעווארפן און עס אנטוויקלען זיך נייע גרעניצן ווי די קורדן ווילן גרינדן אן אייגן לאנד, ווי אראבישע און מולסמענישע פאטריאטן ווילן מאכן די גאנצע מיטל מזרח פאר איין גרויסע אראבישע איסלאמישע לאנד. און ווי גארנישט איז זיכער.
אין די מערב וועלט לענדער איז פארהאן א פובליק סקול סיסטעם און א סאפיסטיקירטע מידיא וואס דינט ווי א שמעלץ טאפ וואס נעמט אלע קולטורן און פאראייניגט זיי צו די נאציאנאלע נאראטיוו. דאס האלט צונויף באזונדערע קאמיוניטיס און געמיינדעס און מאכט זיי פאר איין לאנד. אבער אין יענע טייל פון די וועלט ארבעטן נאך זאכן אנדערש. די שבטים עלטסטע און רעליגיע פרעדיגער האבן דאס ווארט און ארטי-פישעל פאראייניגונגען ברענגט קאטאסטראפע און אנגעצויגענקייט.
די מערב וועלט האט ווייטער געמאכט די ביטערע טעות ווען זי האט געזוכט צו באקעמפן רוסלאנד'ס אויסשפרייטונג און דעריבער געקעמפט אין אפגאניסטאן, און אזוי ארום געגרינדעט די טאליבאן און אל קאידא, און אזוי געלייגט די ערשטע קערנדלעך פון טעראר.
די אומגעבעטענע טובה פון דעמאקראטיע
די מערב וועלט האט ווייטער זיך איינגערעדט אז די שיינע אידעאלאגיע פון דעמאקראטיע איז די וועלט אנשויאונג וואס אויך די אראבישע וועלט מוז אדאפטירן און אזוי האבן זיי זיך געלאזט נארן פון אראבישע בעלי דמיונות און קאנספיראציע טעאריקער אז אויב די מערב וועט אינטערווענירן וועלן ארויפקומען וואוילע פירער און איראק וועט אויסזעהן ווי דענמארק. דאס אראפווארפן סאדאם כוסעין האט געמאכט א דיקטאטורישע לאנד פאר א פייער באל וואס פארציקט די גאנצע ראיאן. דאס שטופן פאר וואלן אין די פאלעסטינער געביטן האבן געברענגט כאמאס צו מאכט, די שטיצן דאס אראפווארפן דיקטאטורן האט ארויפגעברענגט די מוסלמענער ברודערשאפט וואס ווערט טאקע יעצט ווידער דערדרוקט, דאס קאמף קעגן ליביעס דעספאט קאדאפי האט אומסטאביליזירט ליביע און יעצט הערשן פרימיטיווע גרויזאמע מענטשן פרעסער איבער גרויסע חלקים פון מיטל מזרח.
די אימפעריאליסטישע כחות וואס האבן נישט מיטגעארבעט מיט די נאטורליכע מציאות אויפן שטח, נאר ארויפגעצווינגען גרעניצן און הערשאפטן אין אן אדמת נכר.
ווי שטייט די וועלט אין די יעצטיגע טעג
זינט אמעריקע איז אריין אין די מלחמה אין אפגאניסטאן און שפעטער אין איראק האבן זאכן אנגעהויבן גיין שלעכט. די אראבישע פרילינג איז געווארן א קאלטע פארפרוירענע ווינטער, און די מיטל מזרח האט אין בלויז אפאר יאר זיך טאטאל געטוישט. די איסלאמישע כאליפאט – באקאנט אלס אייסיס - וואס באשטייט פון ווילדע סוניס וואס חלום'ען פון א אוטאקראטיע (רעליגיע הערשאפט) איבערן גאנצן מיטל מזרח, האבן איינגענומען ריזן שטחים אין איראק, סיריע, ליביע, תימן און זוכן צו אויסברייטערן זיך מער און מער.
די גרעסטע חורבן איז אין סיריע, וואס ווערט מער און מער צעפיצלט. פון ווען עס האט זיך אנגעהויבן די אויפשטאנד אקעגן אסאד אום מערץ 2011 זענען שוין געהארגעט געווארן מער פון א האלב מיליאן מענטשן, מענער פרויען און קינדער, איבער א מיליאן פארוואונדעט, צווישן זיי אסאך שווער קראנקע, און אזויפיל ווי צוועלף מיליאן פליטים וואס זענען אנטלאפן מיט די נשמה אין די הענט. א טייל פון זיי פילן אן אייראפע אדער וואנדערן איבער די וועלט. און אסאך פליטים אין סיריע זעלבסט, וואס זוכן אין די געפלאגטע לאנד פאר א עטוואס רוהיג ווינקל.
אין פאקט איז דאס לאנד סיריע שוין א פארגאנגענהייט. עס איז געווארן א אנארכיסטישע בלוט באד וואס איז צעטיילט אין ראיאנען און אין יעדע פלאץ קריגן זיך אנדערע באנדעס מיט אנדערע אגענדעס. די אסאד רעזשים קעמפט אקעגן ליבעראלע דעמאקראטיע קעמפער און עקסטרעמיסטישע דזשיהאד באנדעס אין די זעלבע צייט.
אין די הויפטשטאט דמשק האלט נאך אסאד אן זיין מאכט און אין די צפון מערב שטח וואס פארמאגט א רוב פון אלעוויטס. אין די איבעריגע סיריע הערשט א קאקטעיל פון כחות, פון די איבערגעבליבענע שפלינטערס פון על-קאידא, גיווהאט אל נוסרא, די פרייע סיריע מיליטער וואס איז מערב געשטימט, און די רוב איז ביי די אייסיס מאכטן, די איסלאמישע כאליפאט וואס הערשט היינט אויף א גרויסע שטח איבער סיריע-איראק און ליביע.
די אינפראסטרוקטור איז טאטאל חרוב, עלעקטעריק, וואסער, אפלויף, שטראזן, באנען, אלעס איז חרוב ונחרב. הונדערטער טויזנטער געביידעס זענען צעריסן פון באמבע אויפרייסן און קוילן לעכער. אסאך בנינים שטייען האלב איינגעפאלן און זיי קענען יעדע רגע פאלן און ברענגען נאך קרבנות.
אין די מערסט חרוב'ע ערטער זעהט מען אומגליקליכע קינדערלעך זיך וואלגערן. מיליאנען קינדערלעך אין סיריע לעבן נאך אין די ברוכווארג.
איבערבויען סיריע, אפילו אויב מען זאל אמאל זוכה זיין צו רוהיגקייט אין די ראיאן, וועט אפקאסטן הונדערטער ביליאנען דאלארן און עס איז שווער צו פארשטיין ווער אין די וועלט קען זיין די כח וואס זאל וועלן אוועקשטעלן אזא פראיעקט, דעריבער איז זייער שווער צו זעהן סיי-וואספארא עתיד פאר סיריע.
די לעצטע פאר וואכן איז די געפעכט קאנצעטרירט אין די אינדוסטריע שטאט אלעפאו – וואס איז די גרעסטע שטאט אין סיריע – ווי די כחות פון באשאר אסאד אינאיינעם מיט רוסלאנד הערן נישט אויף האמערן און באמבארדירן איבער די שטאט פרובירנדיג צו מארדן די אויפשטענדלער. יעדן טאג ווערן געהרגעט הונדערטער אומשולדיגע מענטשן וואס זייער איינציגע זינד איז אז זיי וואוינען אין די נישט ריכטיגע פלאץ.
די מיטל-מזרח איז צעפיצלט
אין בלויז עטליכע יאר האבן זיך זאכן אזוי דראמאטיש געטוישט. גרויסע גרעניצן זענען צעבלאזן ווי א זייפנבלאז צום צארן פון אפאר יונגע ווילדע פאנאטיקער, וועלכע ווערן געטריבן פון אומסטאבילע הארמאנען און פאנאטישע רעליגיעזע דמיונות. די ערשיינונג פון אייסיס האט צעווארפן נישט בלויז די גרעניצן פון לענדער, נאר אויך פון קלארע דאגמעס און לאנג יעריגע צעטיילונגען פון גוט און שלעכטס. קיינער ווייסט נישט ווער איז גוט און ווער איז שלעכט. לענדער וואס זענען ביז לעצטנס געווען מערב פריינטליך, ווי עגיפטן און טערקיי, די צוויי גרעסטע מיטל מזרח לענדער, זענען פלוצים געפאלן צום עקסטרעם רעליגעזן לאגער. איראן, דער נאצי רעזשים פון נעכטן איז גאר א לעגיטימער שותף צו באקעמפן א פיל גרעסערן מאנסטער, אייסיס. על קאידא מאכט געשעפטן מיט מדינת ישראל אקעגן אסאד. טערקיי קומט אריין אין די קריג, נישט צו באקעמפן אייסיס, נאר באקעמפן זייער אייגענע באקריוודעטע שונא, די קורדן.
איסלאם וואס האט באזיגט מיטל מזרח, איז צום סוף באזיגט געווארן אינעם מיטל מזרח, טאקע צוליב א עקסטרעמיסטישן צוגאנג צו אט יענע רעליגיע. און אט יעצט פליסט א טייך פון איסלאמישע פליטים, אסאך פון זיי מיט א שטאלצע פאן פון עקסטרעם איסלאם אין די הענט, אין א פארקערטע קרייץ צוג צו די קריסטליכע אייראפע, די וויגעלע פון מערב וועלט אידעאלן און דעמאקראטיע. אייראפעאישע יוניאן ווערט צעביסלעך "איסלאמישע יוניאן" ווען מעטשעטן און שאריא געריכט הייזער נעמען איבער די מוזעאומען, קאפע הייזער און קולטור צענטערן.
די אומבאהאלפנקייט פון די פאסט-מאדערנער מערב וועלט
די מערב וועלט, די וועלכע האט געשאנקען די וועלט די אידעאל פון דעמאקראטיע גייט אריבער א גאר מאדנע אויפוואכונג, ווען זי רייט אין א ליבעראלע רייזע ווי מען וועקט זיך אויף פון אוניווערסאלע אמת'ן, שטאלצע דאגמעס און זיכערע אידעעלאגיעס, און מען זעהן אנשטאט קליינע שטיקלעך אמת איבעראל, מען זעהט די שיינקייט פונעם פרעמדן, די עקזאטישקייט, און מען אנערקענט אין יענעמס פרעספעקטיוו פון אמת. אבער די דאזיגע רעלאטיווע מאראליטעט און אייגענע אומזיכערהייט האט אוועקגעבלאזן די געדאנק פוון פארשפרייטן די מערב וועלט לעכטיגקייט און מאכן דאס לאנד א שמעלץ טאפ צו אויפקאכן מענטשן באזירט אויף אן אידעעלאגיע, צו א מולטי קולטור גייסט ווי יעדער איז די זעלבע חשוב, דער ריז און דער זשוליק.
אט די סארט ליבעראליזם האט פראדוצירט די ערשיינונג פון "פאליטיקעל קארעקטנעס" וואס גייט האנט ביי האנט מיט מולטי-קולטוריליזם. לויט די נייע תורה פון די ליבעראלן דארף יעדער ווייסער מאן זיך שפירן שולדיג, און זיך אליין זעהן אלס דער קאלאניאליסט, אימפעריאליסט, קאפיטאליסט, קנעכט האנדלער, בלוט דימאנטן גראבער. וואס דאס ברענגט דערצו אז זיי מוזן איבער געבן אלעס וואס פארן מערב איז הייליג, צו ווילדע בארבארישע קאניבאלישע שבטים, וואס ווילן צודעקן די וועלט מיט א שווארצע כידזשאב וואס זאל פארטונקלען די אויגן.
נאר אזא מערב קען לאזן סאודי אראביע, די געבורט ארט פון טעראריזם און די היים פון קארופציע, רציחה, רדיפות קעגן יעדן, דיקטאטור און רשעות. די לאנד וואס האט ערפינדן עקסטרעם איסלאם, די קארופטירטע ממזרים וואס הענגען יונג און אלט פאר מחשבות זרות, זיי פירן אן די וועלטס "מענטשליכע רעכטן ארגענאזאציע" פון די פאראייניגטע נאציאנען, זיי קריטיקירן מדינת ישראל פארן נישט רעספעקטירן פרייהייט פון רעליגיע און פארן נישט געבן די בעסטע משפט פאר טעראריסטן.
דער געריבענער טייגער רייטער צאר פוטין זעהט די אראפגעקלאפטע גייסט וואס אבאמא בלאזט, די "וויכטיגע" זאכן מיט וואס אבאמא, און אויטאמאטיש די צענטראלע מידיא און דער פויפסט, א נייער נאכטאנצער צום קלויסטער פון ליבעראליזם, זענען קלימאט טויש, חומרות אין סאציאלע יוסטיץ, הייפערפארזיכטיגקייט מיט גלייכבערעכטיגונג, לעגאליזירן דראגס, לעגיטימירן אלטערנאטיווע פאמיליע ווערטן, און אזעלכע דקות'דיגע ליבעראלע ווינטשן... ער זעהט נישט די דריטע וועלט מלחמה וואס ברענט. פוטין מארשירט אריין און האקט שטיקער, מיט זיינע אייגענע אגענדעס, צו האלטן זייער הינטל דער בוטשער אסאד אין אמט.
פוטין בענעפיטירט פון די כאאס
די כאאטישע מצב האט גערופן פאר רוסלאנד, וואס בענקט זיך צו אירע אלטע גוטע טעג אלס א אינטערנאציאנאלע שפילער וואס גלייכט צו מאכן מלחמות און קאמאנדעווען, צו אריינקומען און נעמען א פירערשאפט ראלע.
רוסלאנד איז אריינגעקומען אין די וואקיום וואס אמעריקע האט איבערגעלאזט, ווען נאך יארן פון קאמפן אין אפגאניסטאן און איראק איז שוין אמעריקע מיד פון זעהן זעלנער אין זעקלעך, און דער פרעזידענט וואס גלייבט נישט אין מיליטערישע מאכט, האט אנשטאט טון עפעס שטייף, אוועקגעשטעלט אן אולטימאטום אז סיריע מוז אויפגעבן איר כעמישע וואפן, אבער זינט דעמאטס האט שוין אמעריקע פארוואסערט די אולטימאטום, אפיציעל האט רוסלאנד פארזיכערט אז סיריע טראגט אוועק אירע כעמישע ארסענאלן, אבער אין פאקט נוצט נאך אסאד כעמישע וואפן קעגן זיינע בירגער ביזן היינטיגן טאג!
רוסלאנד איז זייער באקוועם און אקטיוו אין די שטח. רוסישע פליגערס קורסירן אויף די הימלען. ווען אסאד האט שוין געהאלטן ביים פאלן האט אים רוסלאנד צוריקגעשטעלט אויף די פיס, מושטירט זעלנער און באוואפענט פון קאפ ביז פיס. רוסישע שטארקע באמבעס און אויך באמבעס וואס קענען אריינדרינגען אין בונקערס, האגלען איבער די קעפ.
נאך צענדליגער יארן פון קאנקורענץ ווער זאל דאמינירן די מיטל מזרח אמעריקע אדער רוסלאנד, איז אמעריקע אין א ריקצוג ווען דער קאמפסלוסטיגער פוטין מאכט פרישע בונדן און דאמינירט די טעריטאריע.
איראן'ס כחות ביים שוועל פון ארץ ישראל
רוסלאנד האט זיך משדך געווען מיט א גאר פראבלעמאטישע כח אין די ראיאן, איראן. רוסישע פליגערס זענען געזעהן געווארן פליען פון איראן, ווי זיי זענען קענטליך באקוועם, קיין סיריע.
איראן? דער טראבל מעיקער פון אייער-נעכטן, דער וואס אויף אירע גאסן איז די נאציאנאלע געזאנג "טויט צו אמעריקע" איז מיט געריבענע מאנעוורעס געווארן די וועלטס ליבלינג. דער רעזשים וואס האט ערפינדן טעראר און איר באגלייט, איז געווארן די מאמע טערעזא פון די ראיאן, דער בואנעס איירעס באמבארדידער איז געווארן די סטאביליזירנדע וועלט מאכט אין די מיטל מזרח שאך שפיל.
איראן איז ביז א יאר צוריק געווען צעקלאפט און דערנידערט, יעצט אבער, נאך די איראן דיעל און מיט די צעברעקלטע מיטל מזרח, איז די איסלאמישע לאנד וואס האט געוויזן די וועג פון איסלאמישע איאטאלעס פירערשאפט, א שטארקע כח אין די ראיאן.
אמעריקע האט געשאנקען פאר איראן קרוב צו צוויי ביליאן דאלאר, און איראן האט א שטיקל קעש פלוס צו קענען אנהאלטן איר ראלע אין די אלע מלחמות אין תימן, סיריע און איראק, זי זאל קענען שטיצן איר סעטאליט ארגענאזאציע "חיזבאלא" און העלפן די שאיטישע כחות איבער די וועלט.
איראן שטייט באקוועם ביים גרעניץ פון מדינת ישראל. טריט אוועק פונעם חרמון אויף די גולן הויכן, ביי די קוניעטערא גרעניץ שטייען איראנישע כחות האנט ביי האנט מיט חיזבאלא.
איראן, די לאנד וואס ביז אפאר יאר צוריק, נאך שטייפע אמעריקאנער געפירטע עקאנאמישע באיאקאטן איז געשטאנען ביי גסיסה, לעבט און לאכט, זי איז געווארן צוריק א ראיאנאלע מאכט. איראן האט אריינגעברענגט כחות פון אפגאניסטאן און איראק וואו זי איז אקטיוו, און קעמפט אין סיריע. איראן האלט אן אויג אויף אפגאניסטאן וואו אמעריקע האלט נאך אן כח, אפגאניסטאן איז רייך מיט נאטורליכע אוצרות און זי קוקט מיט גלוסטעניש צו אריינקריכן אהין.
איראן ארבעט מיט רוסלאנד, און קעגן רוסלאנד, ווער עס זאל האבן מער שליטה אין די געגנט, און צוזאמען לאכן זיי פון אמעריקע.
רוסלאנד איז אן אלטע לאנד וואס האלט זיך נישט צוריק פון קעמפן פאר אביסל כבוד און מאכט, אין די צייט וואס מאמענטאל זענען די אמעריקאנער די וואס ווילן ס"ה אביסל מנוחה און אונטערהאלטונג.
אמעריקע, שוין פארטעמפט נאך אזויפיל קאמפליקאציעס זינט די אנהייב פון די מלחמה אין אפגאניסטאן וואס האט אין א דאמינא געפירט צו די חורבן אין מיטל-מזרח, איז שוין מיד און פארמאטערט. די ליבעראלן פון איין זייט קאמפיינען קעגן מיליטערישע כחות, און די ליבערטאריאנען און די וואס ווילן אמעריקע זאלן נישט קעמפן יענעמס מלחמות, און אמעריקע איז געבליבן אומרעלעוואנט אין די ראיאן, און די שכנים ווייסן אז אמעריקע איז מער נישט די כח וואס דאמינירט.
וואס וועט זיין ווייטער אמעריקעס ראלע אין די מיטל-מזרח?
גערי דזשאנסאן וואס האט געפרעגט "ווי איז אלעפאו" וועט נישט זיין פרעזידענט. אויב פרוי קלינטאן וועט זיין פרעזידענט וועט זי געוויס לייגן אסאך געוויכט אויף די מיטל-מזרח. זי קען די פלאץ גאר גרונטליך און איז נאנט מיט אלע הויפט שפילערס פאר די לעצטע קרוב צו דרייסיג יאר.
ביל קלינטאן איז געווען דער וואס האט אויסגעהאמערט די שלום אין מיטל מזרח צווישן מדינת ישראל און ירדן און שפעטער צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער און האט אסאך ערפארונג אין די מיטל מזרח וועט זייער מעגליך זיין פארמישט אין א קלינטאן אדמיניסטראציע מיטל מזרח דאקטרינע.
זי וועט מעגליך זיין מער אגרעסיוו ווי איר פארגייער. אנדערש ווי אבאמא וואס איז א האלבער פאציפיסט און א פולשטענדיגער ליבעראלער אידעאלאג, איז קלינטאן אסאך מער מיליטעריסטיש.
עס איז ווערד צו באמערקן אז פאקטיש איז א דאנק הילערי קלינטאן צושטאנד געקומען די גאר שטייפע סאנקציעס קעגן איראן, זי איז די וואס האט מאביליזירט אלע וועלט מאכטן צו קאאפערירן אויף שטרענגע סאנקציעס וואס האבן גענצליך אפגעשטעלט די איראנער עקאנאמיע, ביז זי איז געקומען צום פארהאנדלונגס-טיש ווי עס איז עווענטועל אויסגעהאמערט געווארן די "איראן דיעל" דורך איר נאכפאלגער דשאן קערי.
אונטער א קלינטאן אדמיניסטראציע וועלן ווארשיינליך די קורדן ווערן מושטירט און באוואפנט, אזוי ווי זי האט געזאגט ביי די לעצטע פרעזידענטליכע דעבאטע. אבער דאס וועט קומען מיט א פרייז פון אנהייבן פרישע אומרוען מיט טערקיי און איראן וואס קעמפן קעגן די קורדן, עס איז שווער צו גלייבן, אבער ווי מיר ווייסן איז שווער צו אוועקשטעלן הנחות. די מדבר זאמד לאזט נישט שטעלן קיין קלארע ליניעס.
ארץ ישראל באלאגערט
די ווערטער "די מצב פון די אידן אין ארץ ישראל" זעהט שוין אויס ווי אויסגעדראשענע רייד וואס דערשרעקט קיינעם נישט, ווייל מיט אלע שרעקענישן פון טעראר טונעלן און קאטיושא ראקעטן הערן מיר נישט פון זיי קיין באזונדערע זארג.
אבער דאס איז א פאלשע בילד, א בארוהיגונגס נעפל וואס שטערט פון זעהן די גרויסע סכנה. די אידן דארטן האבן שוין דורכגעלעבט אסאך גרויסע סכנות, און דעריבער קוקן זיי אזוי אן אויך וואס עס געשעהט יעצט. אבער אין פאקט איז די מצב ארום, ווען סיריע איז שוין צעשטיקלט און ווערט באהערשט אביסל דורך אייסיס, אביסל דורך איראן און חיזבאלא און אביסל דורך אל-קאידא, לבנון וואקלט זיך און אייסיס רוקט זיך אריין. ירדן איז גאר שוואך און עס איז נישט קלאר וויאזוי זאכן וועלן זיך ענדיגן דארטן, אין עזה גייט פאר געשלעג צווישן כאמאס און אייסיס סימפאטיקער, און אין יהודה ושומרון איז די לעצטע ביסל כמו-דעמאקראטישע כח פון די פאלעסטינער אויטאריטעט אין א מצב פון גסיסה, ווען די חלל ווארט צו ווערן אנגעפילט דורך פינסטערע כחות.
ארץ ישראל איז ארומגענומען מיט עזה, סיריע, לבנון, מצרים און די ים. און די איינציגער פריינט וואס שלאגט נישט, נאר ביי א ווילדע האריקעין, איז דער ים. די גרעסטע יעצטיגע געפאר איז פון סיריע, וואו ארץ ישראל ווערט נאנטער און נאנטער צו ווערן אריינגעשלעפט אין א בלוטיגע מולסמענער קאמף אן קיין וועג ארויס.
אן אלטער כלל אין עקסטרעמיזם לויטעט אז עקסטרעמיזם האט נישט קיין שיעור, און צו יעדע עקסטרעמיסטישע קלימאקס וועט אייביג אפירשפראצן א גרעסערער עקסטרעמיסט וואס וועט גאר פארפירן אז דער נעכטיגער שפיץ עקסטרעמיסט איז זאגאר א מאדערנער און לחלוטין נישט גענוג אויסגעשפראכן.
אט אזוי האלט מען אין די מיטל-מזרח ווען מדינת ישראל בענקט זיך נאך אירע נעכטיגע פיינט, די פינסטערע עקסטרעמיסטן פון כאמאס און אפילו גאוואט אל נוסרא, וואס דאס איז לאקאלע אל-קאידא מיליציע, איז מאדערניזירט קעגן די גאר פינסטערע אייסיס עלעמענטן.
איינוואוינער אין רמת הגולן אין ארץ ישראל זעען ווי איבער די שטעטלעך און דערפלעך ארום טוישן זיך די פענער, איין טאג פלאטערט די גיווהאט אל נוסרא פאן און איין טאג די פאן פון חיזבאלא, שפעטער הערט מען אז אייסיס מאכט פארשריט און גרייט זיך צו מארדן אלע כופרים וואס דאווענען אן אנדערע נוסח פון אים אדער וואס האבן אויסגעלאסענע הידזשאב'ס.
דאס איז א טראגי-קאמישער מציאות וואס חזר'ט זיך איבער אין פארשידענע אנדערע ערטער און געלעגענהייטן. אל-קאידא איז געווארן געגרינדעט און געשטיצט דורך אמעריקע, צו אונטערגראבן די רוסישע כח אין אפגאניסטאן. זי האט זיך נאר אויפגעוועקט ווען איר געוועזענער פריינט האט אביסל צו שנעל געלאנדעט אויף אן אומפאסיגן פלאץ אין מאנהעטן.
מדינת ישראל האט געשטיצט כאמאס, ווייל דאס איז געווען א כח צו אונטערלייגן פיסלעך צום ארכי-שונא יאסיר אראפאט. שפעטער האט זיך די רעדל א דריי געטון און געווארן דער שרעקליכער סכנה ווען אראפאט און די פאלעסטינער אויטאריטעט איז דער פריינט מיט וועמען מען פארהאנדלט.
מדינת ישראל אין איר מערסטע אוממעגליכע מאמענטן, א פרוכטבארע אינזל פון צעשראקענע מענטשן אין א מדבר פון וואנזיניגקייט און מארד. זי איז ארומגענומען מיט באנדיטן וואס שארפן ציין, אינמיטן א מלחמה צווישן צוויי פשטים אין איסלאם, סוני מיט שיאיט. די וועלט אבער שארפט אן די שפאקטיוון צו זעהן ווי עמיצער בויעט צו א סוכה אין א הייזקע אין שומרון, און פארגעסט צו זעהן טייכן בלוט אפאר טריט אהינציר אין סיריע. אייראפע באצייכנט די פראדוקציע פון רמת הגולן אלס אקופירטע געביטן וואס דארף געגעבן ווערן צו סיריע. אההא, צו אל קאידא, אדער צו אייסיס?
וואס גייט דא זיין, וועט די מיטל-מזרח זיין א חורבן און רוים וועט פאלן נאך מעקא. עקסטרעם איסלאם וועט איבערלאזן די פארברענטע מיטל-מזרח צו גיין פארברענען אייראפע..
וועלן די מיטל-מזרח פליטים טוישן אייראפע?
די ימים זענען רויט פון בלוט פון געזינקענע פליטים, נישט בלויז פון סיריע, נאר פון גאנץ מיטל מזרח און אפריקע. שיפלעך קומען אן יעדן טאג קיין אייראפע, מענטשן קומען דורך עגיפטן, דורך ליביע און טערקיי מען פילט אן גריכנלאנד און איטאליע, און גייען צו סקאנדינאוויע, פראנקרייך און דייטשלאנד.
א גרויסע פראצענט קומט נישט צו ווערן מאדערניזירט און ווערן באקוועם אין אייראפע, נאר מער מיט א צוגאנג פון א איסלאמישע כח וואס פילט אן די קריסטליכע אייראפע.
דאס ברענגט צו שווערע קאמפליקאציעס. דאס ברענגט גאנצע געגענטער וואו שאריא איז די דאמינירנדע קאוד און די פאליציי איז אומבאהאלפן. עס ברענגט אזעלכע פלעצער ווי בריסל צו ווערן א היים פאר עקסטרעמע איסלאמישע באנדעס און צו פארמערטע טעראר אטאקעס.
איז דאס בלויז א שווערע דורכגאנג וואס וועט זיך פארשטילערן ווען מען וועט בעסער מאכן פאר די פליטים, אדער איז אייראפע נאאיוו און די קרייץ-ציגלער קומען צוריק קיין אייראפע?
עס איז שווער צו זאגן, אבער די אויפשטייג פון רעכטע פארטייען וואס זייער הויפט פלאטפארמע איז די פחד פון די אימיגראנטן, ווייזט אז די אייראפעאישע באפעקלערונג איז זיכער באזארגט.
אויך אין אמעריקע איז עס געווארן א גרויסע נושא. די דילעמא איז גרויס, רוב פון זיי זענען מענטשן וואס זוכן בלויז א דאך איבערן קאפ, אבער עס קומען מענטשן מיט פינסטערע מאטיוון צו ארויפצווינגען איסלאם. אסאך פון די פליטים זוכן בלויז אביסל מנוחה און עסן, אבער די איסלאמישע האבן זיכער די טראדיציאנאלע בליק איבער פריש אייננעמען די קריסטליכע לענדער ווי איסלאם איז אמאל געווען דאמינירענד.
וואס וועט צום סוף געשעהן אין מיטל-מזרח
דאס איז די שווערע שאלה וואס קיינער קען נישט ענטפערן. אז מען הערט די רעטאריק פון דאנאלד טראמפ, וועלכער נוצט די אנטי-עסטאבלישמענט פעסימיזם ליניע צו זיגן, הערט מען אז אלעס איז שלעכט. "אמעריקע האט פארגעסן וויאזוי צו זיגן", די רעכטע אין אייראפע שרייען אז די אי-יו, אייראפע יוניאן ווערט די איי-יו, איסלאמיק יוניאן. די רעליגיע געטריבענע אגרעסיווע אימיגראנטן נעמען איין שטח נאך שטח און אינאיינעם מיט די עקסטרעמע נאכגיביגקייט פון די לינקע וועט אייראפע פאלן.
אבער די פאר'עקשנ'טע ענדלאזע אפטימיסטן גלייבן אז די לאנגע פארצויגענע בלוטיגע אראביש ספרינג וועט נאר ברענגען גוטס אין די ענדע, לענדער וואס זענען באזירט אויף קאליאניליסטישע חשבונות און נישט אויף קיין קולטור גרונטן וועלן פאלן, נאך א צייט פון עקסטרעמע איסלאם וועט א נארמאלע ווירטשאפט אפירקומען און ברענגען שלום און פארשריט.
די אפטימיסטן צייגן אן אז די עתיד פון די עקאנאמיע ליגט נישט אין אויל, נאכדעם ווי אלטערנאטיווע ענערגיע ווערט מער און מער פאפולער, סאלאר ענערגיע און אנדערע פארמען פון ריינע ענערגיע וועט לאזן די שעיכן און אוליגארכן אין מיטל מזרח, וואס פינאנצירן עקסטרעמע איסלאם, אונטערשטעליג. סיליקאן וואלי וועט באזיגן די פערסישע גאלף און ווער עס וועט וועלן האבן לעגיטימע באציאונגען מיט די מערב און זיך אנשליסן אין די וועלט געיעג וועט זיין שטארק. באפרייען די פרויען צום ארבעטס-קראפט וועט ווערן מער און מער קריטיש וויכטיג און די דיסידענטן וואס ווילן פרייהייט וועלן זיך מערן און אריינברענגען מער און מער לענדער אין די לאגער פון דעמאקראטיע און שלום.
די וועלט רוקט זיך צום גוטן
די וועלט ווערט קלאר בעסער. מענטשן פלעגן שטארבן גאר יונג, און מיליאנען מענטשן זענען געשטאבן פון הונגער און מחלות. די וועלט האט געהאט א ביליאן מענטשן מיט אפאר הונדערט יאר צוריק, יעצט איז דא כמעט אכט ביליאן!
יעדער גרויסער היסטאריקער זעהט עס, און ווי דזשעימס גאלד ענדיגט זיין לעגענדארער בוך "די בוך פון מענטשהייט" שרייבט ער אין א פאעם: "פון די לאבראדור ביז די קאראל ים, האבן מיר געלעבט פריי-לאז ביטער און איינגעצוימט. מיר האבן געטיילט אונזער בודקע מיט קרעץ און קעץ. און מיר האבן פארלוירן די קינדער פון קרענק. אבער דאן האט מענטשהייט ערפינדן פארע, וואקסינס און פרייע וואלן, מען האט אנגעהויבן לעבן לענגער און בעסער. מיר האבן געווארפן פון אמט די צארן און הערשער, מיר האבן געשיקט מענטשן און געצייג צו די הימלען און אין אונזערע צעלו האבן מיר געטראפן אונזער גורל, אונזער גענעס. יא, די וועלט איז נאך גרויזאם, אבער עס איז געווען אמאל אסאך ערגער, אלעס איז אקעי ביז יעצט".
היסטאריקער צייכענען אן אויף א גאר אינטערסאנטע שטיקל דאטא, נעמליך אז אויב צעטיילט מען די היסטאריע אין פעריאדן פון הונדערט יאר, איז די פאקט אז אין די לעצטע יאר-הונדערט פון זענען ערמארדעט געווארן ווייניגער מענטש ווי אין סיי וועלכע פעריאד פון הונדערט יאר! און דאס טראץ די גרויסע מאסן רציחות פון די צוויי וועלט מלחמות, די רציחות אין אינדיע, כינע, די רייניגונגען אין רוסלאנד, די עפידעמיע פון עיטש-איי-ווי און די הונגער אין אוקריינא. דאס טייטשט אז טראץ וואס לייענענדיג טרויעריגע נייעס זעהט אויס אז זאכן זענען שלעכט, איז אבער דער פאקט אז פארשריט ראטעוועט די וועלט, און מיר גייען אין די גוטע דירעקציע.
עס זענען טאקע פארהאן היינט מלחמות, אבער אז אזא ריזיגע קאנטינענט ווי אייראפע וואס האט במשך טויזנטער יארן געהאט טויזנטער מלחמות צווישן שכנים, צווישן קליינע לענדער און שטעט, האט שוין נישט געהאט קיין עכטע מלחמה פאר לאנגע יארן, זאגט דאס זייער פיל אויף די וועלטס עתיד. אז קאאפעראציע און פרידן וועט איבערנעמען געוואלדטאטן און ווילדקייט, און די פלוס פון אינפארמאציע וועט אויסראטן קארופציע און טראגן די וועלט צו א בעסערע פלאץ.
עס לייגט זיך אויפן שכל צו זיין אפטימיסטיש, אז אין די ענדע וועט שלום ווייטער הערשן, און די יעציגע כאאס אין די מיטל-מזרח קען געזען ווערן אזוי ווי די צוויי וועלט קריגן וואס האבן צוריסן אייראפע און עווענטועל געפירט דערצו אז די וועלט איז געווארן נמאס פון מלחמות, עס איז די האפענונג פון די גאנצע וועלט אז די פעלקער אין מיטל-מזרח וועלן זיך אויפוועקן פון די קאשמאר אין וועלכע זיי געפונען זיך יעצט און פון פריש איינטיילן די גרעניצן און איינשטעלן א סיסטעם וואס זאל פארזיכערן רואיגקייט און וואוקס פאר דעם גאנצן ראיאן.
די וועלט שפאקולירט וואס די עתיד וועט זיין, אבער מיר אידן ווייסן אז לב מלכים ושרים ביד ה', און צווישן די יום טוב ווען עס איז "על המדינות בו ייאמר איזה לחרב ואיזה לשלום" און דעם יום טוב ווען מען איז מקריב קרבנות פאר די פרידן פון פעלקער, האפן מיר אז די וועלט וועט ווערן פארראכטן, לתקן עולם במלכות ש-ד-י.
.