בלאט 1 פון 1

למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?! (דער וועקער #5)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2016 2:27 pm
דורך [NAMELESS]
[center]למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד[/center]

[left]פון: קטלא קניא[/left]

[justify]פאַר נישט לאַנג האָב איך ערגעץ וואו געלייענט אַ סברא פאַרוואָס חסידים שטיצן טראָמפּ ווייל זיי זענען צוגעוואוינט צו אַן אויטאָריטאַרישע פיגור ווי אַ רבי, און ממילא גלייכן זיי ווען דאָס חזר'ט זיך איבער אויף דער נאַציאָנאַלער בינע.

אין אמת'ן זענען נישט אַלע חסידים טראָמפּ שטיצער, און צווישן פרומע אידן זענען אויך חסידים נישט די איינציגסטע וואָס שטיצן אים שטאַרק. עס קען זיין אַז ישיבישע/ליטווישע אידן שטיצן אים איבער זיין שנאה צו ליבעראַלע ווערדן, ווי דער "טאַבלעט" מאַגאַזין האָט געמאָלדן, און מען זעט טאַקע אַז זייער אידעאַליסטישער שטאַנדפּונקט אין "יתד נאמן" האָט נישט קיין פאַרגלייך אין דער מער פילצאָליגע חסידישע פּרעסע. חסידים זענען אַלגעמיין נישט איבער אידעאַלאָגיש און זיי זענען שטאַרק גורס לא המדרש העיקר אלא המעשה. אַז איינער וויל בויען אַ וואַנט און דער אַנדערער רעדט פון אידעאַלן ווי "ואהבת את הגר" פאַרשטייען מיר אַלע וואו די חסידישע גאַס לויפט. זייט אונזערע ערשטע יאָרן אין גלות אַמעריקע גלייכן מיר אַ כאַפּצעם איבער קהילה'ישע פּאָליצירונג, און "סטאָפּ און פריסק" האָט אויך אַ היימישער קלינג דערצו.

דאָס פאַרענטפערט אָבער נאָך נישט פאַרוואָס מיר זאָלן זיך פאַר'כּישופ'ן אין אַ מוילמאַכער ווי טראָמפּ, און לעניות דעתי איז עס אַן אומפאַרשטייעניש צו חסידים עס צו פאַרבינדן מיט אמונת צדיקים. חסידים גלייבן טאַקע אין אַ רבי צו טאַנצן אויף זיינע אייניקלעכ'ס חתונות, צו שיקן זייערע קינדער אין זיינע מוסדות, זיך צו שאָקלען ביי זיינע טישן און פון אים בעטן רפואות ישועות און נחמות, אָבער נישט אים צו טרויען מיט עקזעקיוטיווע מאַכטן ווי אַ פּרעזידענט. דאָס איז נישט צו זאָגן אַז אַ רבי האָט נישט קיין מאַכט. פון זיין קדשי קדשים קאָנטראָלירט ער די וויכטיגע פּאָסטענס אין זיינע קהילות די בכל אתר ואתר, זיינע קינדער ווערן דיינים און איידעמער ראשי ישיבות און זיינע יוצר משרתים ואשר משרתיו ווערן רייך פון אויסטיילן זייערע טובות הנאה. ממילא קען מען נישט לייקענען אַז להם הכוח והגדולה. ביים רבין אין הויף איז בלויז ער אַליין דער בעל הבית, על פיו יושק כל דבר ומי יאמר לו מה יעשה?

זייער מאַכט ליגט אָבער נישט אין דעם וואָס זיי פאַרמאָגן אייגנקייטן ווי טראָמפּ. רבי'ס זענען כמעט נישט דעמאַגאָגן. מיסטיש און גייסטעריש אוודאי, און אַז נישט מאַכן זיי כאָטש דעם אָנשטעל, נאָר ווי פּאָפּולער זיי זאָלן נישט זיין זענען זיי זעלטן פּאָפּוליסטיש. מען זעט בפירוש אויף יו־טיוב ווי גרויסע בעלנים זיי זענען צו טאַנצן, און דאָך הייבט זיך דער עולם ווען קוים זיי רירן אַ פּולקע. דער עולם זוכט ביי זיי אַמאָל אַן עצה אויף אַ מסחר, אַ וואַרעמער ניגון מהיכי תיתי, אָבער נישט פאָליטישע אָדער פּראַקטישע לעזונגען וואָס איז גורם נשיאת חן בעיני העם.

די רבי'ס זענען אויך כמעט נישט באַרימטע רעדנערס אדער זינגערס. בדרך כלל זידלען זיי נישט און שרייען נישט אויסער אַז זיי פאַרקרעכצן זיך אויף שכינתא בגלותא אָדער אויף די נסיונות פון סמאַרטפאָנס. עס ווייזט זיך כסדר אַז ווי מער מאָדנע די הנהגות זענען, איז עס אַלץ מער מסוגל צו הייסן אַ קדוש און בשנותו את טעמו ביי די חנוכה ליכט צי ווען ווערט מען באַלד אַ קדוש וטהור. אַז ער שעפּשעט ווען מען דאַרף רעדן אָדער ברומט ווען מען דאַרף זינגען האָט עס מיט מלאכים צו טון, און אַז ער רעדט זאַצן וואָס קלעבן קוים איז עס ממש שכינה מדברת מתוך גרונו.


נו, און אַז נישט דער רבי, פרעגט זיך איז וואָס יאָ? מה ענין טראָמפּ אצל הר סיני? איז אַזוי. ראשית כּל האָט ער אַ פּיסק און צו דעם דאַרף מען פאַרשטיין דעם פּיסק-כאַראַקטער. דעם פּיסק וועט איר טרעפן אין מקווה, אין קאַווע שטיבל, אויף דער גאַס, ביי אַ זכר, און וואו נאָר כּלל ישראל נעמט זיך צאַם. ער איז נישט אַ פאָרמעלער בעל דרשן און נישט אַ גרויסער דענקער אָבער דאָך האָבן פון אים מורא די הויכע שטערנס. אַמאָל וועט איר אים טרעפן אין בית־דין שטוב אַלס טוען, און אפילו די רבנים באַהאַלטן זיך פון אים. ער שרייט און ער זידלט. אים קען מען נישט אָפּווענדן ווייל ער רעדט אַזוי שנעל און הויך אַז מען קען נישט אַריינ'גנב'ן אַ וואָרט.

דער פּיסק רעדט נישט פון סברות און אידייען. ביים פּיסק איז יעדער אָדער אַ גנב און אַ שווינדלער, אָדער אַ חד בדרא און נאָך אַ משה רבינו. ער געווינט נישט מיט לאָגיק און סברות נאָר מיט דער שעפערישקייט פון זיינע אַבסורדן און נישט געשטויגענע טענות. זיין העזה פרירט איין דער קאָרטעקס, און אָדער שפּירט מען אַ קורת רוח אַז ער וואַגט זיך צו זאָגן וואָס אַנדערע האָבן מורא צו טראַכטן, אָדער ברענגט ער אויף אַ כעס פון הילפלאָזיקייט אַז מען קען אים נישט משתיק זיין.

דער פּיסק איז אָפט אַ "לוזער" פון דער ערשטער קלאַס. מענטשן האָבן פון אים הנאה ווען ער צילט נישט אין זייערע ריכטונג, אָבער אויך היטן זיי זיך נישט אַריינצופאַלן אין זיין מויל. ווען מען רעדט פון דעם פּיסק איז עס מיט אַ רחמנות'דיגן דרך־ארץ פון אַ טאַלאַנטפולן מענטש וואָס קומט אין ערגעץ נישט אָן. קיין מאַכט און אחריות וועט מען פאַרן פּיסק נישט געבן ווייל קיינער וועט אים נישט געטרויען און קיינער וועט זיך מיט אים נישט פאַרטראָגן.


טראָמפּ איז אָבער אַ זעלטענער פּיסק. נישט נאָר פאַרמאָגט ער אַ פּיסק אויף שרויפן, נאָר אויך איז ער אַ גרויסער עושר און נאָך דערצו פון ריעל עסטעיט. חסידים ואנשי מעשה קלעבן זיך צו חומר ולבנים, און אין טראָמפּ האָבן זיי געפונען אַן אומר ועושה. טראָמפּ איז אויך נישט סתם אַ סוחר פון בתים. טראָמפּ בויט אַליין געביידעס, און ווער קען דען נאָך אַזוי בויען ווי חסידים? פּונקט ווי חסידים, דאַרף טראָמפּ אויך האָבן אַ מעכטיגע געביידע וואו עס איז דאָ אַ ציבור מענטשן, און פונקט ווי חסידים מוז עס שרייען איבער די אַרומיגע פינף בלאָקס אין גאָלדענע אותיות בנשיאות דעם רבי'ן שליט"א. און ווי ביי די רבי'ס, בויעט ער נישט אַליין די בנינים מיט זיין אייגן געלט. אַנדערע מוזן געפונען די ממתקים, אָבער זיין נאָמען גייט אויפן קידוש לבנה שילד.

טראָמפּ איז נישט בלויז אַ מבין אויף בויען. ער האָט אויך אַ טעם אין דעקאָראַציע, און זיין טעם ענדלט עטוואָס אין אונזערע -- כאָטש ער שטייגט אונז איבער כפלי כפליים. זיינע לוסטרעס זענען אַזוי ברייט ווי די לוסטערס פון בעלז און סאַטמאַר אינאיינעם. מאַרמאָרשטיין אין טראָמפּ'ס באַדע צימערן מאַכן די ווענט פון אונזערע שטיבלעך און שולן כקליפת השום. דער זילבער שאַנק פון אונזערע זיסטע חלומות האָט טראָמפּ פופצן מאָל אַזוי גרויס, נאָר פון זהב טהור.

טראָמפּ איז ווי אונזערע רבי'ס און רביצינס און חסידים חלומ'ען זיך צו זיין. אונזערע רבי'ס פאָרן היינטצוטאָג מיט פּריוואַטע פליגערס געשנאָרעט פון אַ מגולח וואָס גלוסט זיך אַ חלק אין דעם רבינ'ס עולם הבא, אָדער זיי דינגען זיך אויס דריי פערטל ערשטע קלאַס אַז זיי זאָלן חלילה זיך נישט אָנזען מיט אַן אשה. טראָמפּ איז אָבער אַ בעל הבית אויף זיין אייגענעם עראָפּלאַן און ער איז אַ רוכב בערבות צו אַן אבן הפּינה, אַ חנוכת הבית, להברות את גופו הטהור, אָדער אפילו צו מאַכן ברכת החמה אויף אַ יום המעונן. זיין ביתו נאוה קודש האָט נישט בלויז אַ מקוה נאָר עס איז אַ יאַכטע שלשים אמה רחבו. וואָס ווייסן די רבי'לעך וואָס וואונטשן זיך נעבעך אָנצוקומען קיין מירון מיט אַ העליקאָפּטער? ווען טראָמפּ איז אַ רבי וואָלט ער אַזוי אָנגעקומען צו יעדער מנחה מעריב. מי לנו גדול ווי איינער פון די רשכבה"גן בדורנו וואס האָט זיך פורים אָנגעטרונקן, און אַז נכנס יין יצא סוד האָט ער געוואונטשן מיר זאָלן זיין רייך ווי טראָמפּ. ביל געיטס איז פאַר אים צו ראַפינירט, אָבער אין טראָמפּ האָט ער געפונען תורה וגדולה במקום אחד.

לאָמיר זיך נישט נאַרן -- טראָמפּ איז אונז. ער איז אונזער מאָדעל פון עשירות מיט אַ פּיסק. ביי אים זענען אמת ושקר משתמשים בערבוביא, ער פייפט זיך אָן פון קאָנסטיטוציעס, פון געזעצן און פון ריכטער, ער זאָגט צו נדרים ונדבות און ווייזט קיינעם נישט די ביכער, מען איז חושד אַז ער האָט מער חובות ווי מוסדות, אים דאַכט זיך אַז הויכע ווענט ברענגען אַ ישועה, אַז די פרעסע קריטיקירט אים איז עס ווייל מען האָט אים פיינט, אַז מען אַטאַקירט אים רעדט ער פאַר פייער און וואַסער, און ווען ס'איז כלו כל הקיצים, ערלעדיגט ער אַז זיינע שווענץ זאָלן אָנ'מקל'ען די מתנגדים. מיט דאָס אַלעס קען ער דאָך נישט עפּעס אַנדערש זיין ווי פון די תלמידי בעל שם. און אַז ער רעדט נישט צו דער זאַך איז ער הערשט פאַרדעם אַ קדוש מרחם, און מיר האַלטן זיך פעסט מיט אמונה פשוטה.

אָבער אעפ"כ אין מקרא יוצא מידי פשוטו, און עס קען גאָר זיין אַ פשוט'ער פשט: אונזער הויט איז ווייס און מיר זענען נישט קאַלעדזש-געבילדעט, און פון דאָרט ציט טראָמפּ זיין חיונה. וכמאמר החכם, אַזוי ווי עס קריסטלט זיך אַזוי אידלט זיך.[/justify]

#טרויעריג.

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2016 8:46 am
דורך שבת אחים
זייער גיט ארויסגעברענגט איין סברא פארוואס חסידים טאנצן אויף טראמפס פארענטשע און כדרכו בקודש זעהט מען אויף יעדע ווארט פונעם ארטיקל קטלא׳ס פינגער אפדרוקן מיט זיין רייכע און מליצה׳דיגע שפראך וואס איז שווער צוטרעפן נאך אזאנס אין אונזער דור דעה, אבער לאמיר לייגן אלע וויצן אין די זייט, די סיבה פארוואס היינטיגע חסידים זעהן אויג צו אויג מיט די קריסטליכע קאנסערוועטיווען ווייל זיי האבן די זעלבע רעליגעזע שטאנדפוקטן און ווידרדן ווי די קריסטן להבדיל, און זייער געטריבנע אגענדעס ווי אבאראושען, בירט קאנטראל, סטעמפ צעל ריסערוטש, הומאסעקסיואלס, ליגעלייזן מאריכוורנא, ועוד ועוד, און שטייצעך ביידע זענען גרויסע פאטריאטן פאר די אידישע מדינה וואס לויט די קריסטן וועט יוזעל אויפשטיין תחיית המתים נאר נאכדעם וואס אלע אידן וועלן וואוינען אין די הייליג לאנד.

הגם טראמפ אליינס איז ווייט פון א קריסט זעלבסט ווי איידער א אפערטוניסט איז ער דאך זייער פארטרעטער ווילאנג ער בארעדט און באשמיצט די לינקע מיט זיינע גרויסע טיפע חידושים , דעס אליינס איז גענוג פאר די רעכטע שמאלע קעפ, מ׳דארף נישט זייי גרויסער חכם צו פארקויפן לאקשן פאר מענשטען וואס גלייבן נישט אין קיין סייענס (אפילו זיי נוצן יעדע מעדעצין און טעכענעלאגיע וואס קומט דערפון),מענשטען וואס זענען נישט עדיוקעטיעט און נישט געבילדעט איז אזא פרומע מארמאן ווי גלען בעק א גאנצע מאן דהוא, און אזא צווריידטער ביגאט ווי ראוש לימבא ממש א גאון הגאונים.

אלזא פאר אלע אידן וואס שרייבן אויף אין גראסערי און אין פיש געשעפט און קענען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די טייערע ניו יארקע רענט שטיצן אויטמאטיש א פארטיי וואס ווען זיי וואלטן געקענט וואלטן זיי אנגעטוישט אלע פוד סטעמפס און בענעפיטס וואס די ארימע באקומען פאר נאך אפאר טאנקן פאר די אמעריקענע ארמיי ווייל לויט ווי איר ווייסט דאך אלע שטייט אייסעס ביי די אמעריקאנע טויערן און ס׳וועט נישט נעמען צו לאנג און די צוואנציג טויזענט יונגען מיט זייערע קעמעלעך וועלן איבערנעמן אמעריקע מיט א פן ירבה, און היות אמעריקע האט נאר 200 מילטערישע באזעס ארום די גאנצע וועלט און גענוג ארטילערי חרוב צו מאכן די גאנצע מיליקי וועי גאלאקסי פלאס רוסלאנד, אלזא זענען די רעכטע און די אומגעלערנטע קאנווינסט אז דער טראמפ וועט זיין די ריכטיגע ישועה פאר אמעריקא און צוריק נעמען די מאכט פון די ליבעראלען וואס האבן איינגעפירט ״סדום געזעצן״ ווי למשל הומאס זאלן מעגן חתונה האבן איינער מיטן צווייטן, און אז מ׳וועט דארפן מאכן אן אבאראושן וועט מען דארפן דרייווען טויזענט מייל ארויף דעם בארג צו די ליבעראלע קאנאדא.

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2016 3:36 pm
דורך ודי למבין
נאך א סיבה וואס איך טראכט איז פשוט ווייל ביידע לייקענען פאקטן און סייענס. טראמפ די סייענטיפיק פאולס און חסידים אלע אנדערע סייענס...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:23 am
דורך פידלער
ודי למבין האט געשריבן:נאך א סיבה וואס איך טראכט איז פשוט ווייל ביידע לייקענען פאקטן און סייענס. טראמפ די סייענטיפיק פאולס און חסידים אלע אנדערע סייענס...


איך זע נישט אז די אונטערשייד צום סוף זאל אויספעלן. טראמפ לייקענט אויך אלע אנדערע סייענס. Climate change, global warming, even the effectiveness of vaccinations...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:43 am
דורך berlbalaguleh
אדנירם: אזא ארטיקל ווי דו האסט דא אראפגעלייגט מוז מען לייקן., איינמאל איז נישט גענוג. נאר איך ווייס נישט ווער ס'האט געשריבן דאס ארטיקל. דו אדער קטלא קניא. אויב דו האסט עס געשריבן, ביסטו חוץ אלע אנדערע מעלות טובות שמנו חכמים. מאן חכמים חכמי ה'קאווע שטיבל, נאך אן עניוו אויכעט .
נאר פון איין סאבדזשעקט האסטו נישט גערעדט. פון זיין כל מקדש שביעי.....................און אויב דער אריגינאלער קטלא קניא האט עס געשריבן ביסטו, זאלסט מיר אנטשולדיגן א פלאגיאריזירער.(אפשר פון די שטאט פינסק.)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:46 am
דורך berlbalaguleh
אדנירם: אנטשולדיג מיר. די שורות האבן זיך מיר פארמישט אין מיין פריערדיגע תגובה. און איך קען עס נישט פאררעכטן. ס'איז אן ענין פון מעוות לא יוכל לתקון...! דו וועסט מוזן אליינס לערנען פשט אין מיינע דברי טוירעה...!

Re: למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?! (דער וועקער #5)

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2020 3:49 pm
דורך מי אני
viewtopic.php?p=443052#p443052

מ׳האלט דאך נישט אזוי ווייט פון נאכאמאל עלעקשאנס וואו ער לויפט נאכאמאל, און לכאורה האט זיך קיין סאך נישט געטוישט בנוגע היחס בין החסידים לטראמפ.

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2020 8:15 am
דורך קאך_לעפל
.

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2020 8:35 am
דורך קאך_לעפל
[justify]די פראגע פארוואס חסידים גלייכן טראמפ, איז אייגענטליך א שטארקע פראגע וואס עגבערט פאר א סאך מענטשן.

טראדיציאנאל, האבן אידן אין די פאראייניגטע שטאטן זיך אלעמאל אנגעהערט צו די דעמאקראטישער פארטיי. דער אורזאך דערפון איז נעמליך צוליב דעם, ווייל א טייל פון די ווירדן און אידיאלן פון די דאמאקראטן ענדלען אין א געוויסע זין צו די אידישע. אידן און דעמאקראטן צוגלייך - האבן א זייער א שטארקער געפיל צו אימיגראנטן און עטנישע ראסן, ביידע נעמען זיך שטענדיג אן פאר באקריוודעטע אין נויט און זיי וועלן אלעמאל העלפן נויטבאדערפטיגטע אין געברויך. אפילו ווען די דעמאקראטן האבן זיך אנגעהויבן צו טונקען אין אלערליי אומאראלישע שמוץ, א זאך וואס האט זעלבסטפארשטענדליך זייער נישט געשמעקט פאר אידן, ווארום אידן זענען דאך אן איידל און הייליג פאלק, האט דאס פארט נישט באוואויגן פאר אידן איבערצולאזן די פארטיי צו וועלכע זיי האבן זיך געטריי צוגעהאלטן פאר לאנגע גענעראציעס. אבער ווען בייזע ווינטן פון אפענע אנטיסעמיטיזים האבן זיך גענומען בוזשעווען אין די דעמאקראטישע פארטיי, הויפטזעכליך צוליב די פאלעסטינע און די מדינת ישראל קאנפליקט, האבן שוין יא מערערע אידן גענומען דעם וואנדער שטעקן אין די האנד און פארלאזט די פארטיי פאר גוט.

דאן האט אויפגעשיינט די שטערן פון דאנאלד טראמפ. עס איז נישט קיין שום צווייפל ביי קיינעם אז דער פרעזידענט איז פון די קאָנטראָווערסיאַלסטע פיגורן וועלכע האבן נאר אמאל געשפילט א ראלע אין אמעריקאנער פאליטיק. יעדער געטרייער איד וועלכע פארמאגט ג-ט אין הארצן וואלט זיך ווען געברויכט אפשאקלען מיט אפשיי פון אזא סארט פיגור ווי טראמפ, אבער צום גרויס וואונדער איז געשען פונקט קאפויער. און די פראגע איז פארוואס?

דאס ענין קען פילייכט זיין אזוי:

וואו אימער מען בלעטערט נאר אינעם תנ''ך, שטויסט מען זיך נאכאנאנד אן מיט אזעלכע נאבאלע ווירדן ווי צדק, יושר, און משפט. גערעכטיגקייט און גלייכקייט זענען געווען אלעמאל געווען פון די פונדאַמענטאלע ווירדן וואס די הייליגע נביאים האבן אומאויפהערליך געפאדערט און געמאנט פונעם אידישן נאציאן. זייער פייערדיגע רייד האבן דורכגעדרונגען די הערצער פון די אידן, און דאס האט ווארשיינליך אויסגעפארעמט דאס גייסט פונעם אידישן פאלק אויף שטענדיג. דער הארץ און מוח פון א איד ווערט אויפגעשטורעמט ביז גאר ווען היפאקריטישע אומרעכטן ווערן באגאנגען קעגן איינעם, זייער איינגעבאקענעם אידיאל פון זיך אנצונעמען פאר א באקריוודעטער ווערט דאן אויפגעפלאקערט אין זייערע הערצער, אפילו ווען עס האנדלט זיך פון אזא סארט בר נש ווי פרעזידענט טראמפ.

נאך איידער טראמפ איז אריינגעשוואוירן געווארן אין אמט אלס פרעזידענט, האבן די דעמאקראטן שוין דעקלערט א זשיהאד קעגן אים. זיי האבן הייס פארשפראכן אז זיי וועלן אנווענדן אלערליי מיטלען אים צו שטערן אויף טריט און שריט, אפגעזען אז דאס וועט אריינווארפן דאס לאנד אין כאאס. זייער ווילדע משוגענע פיינטשאפט וואס זיי פארמאגן צו אים שטייט ביי זיי פיל העכער ווי די אינטערעסן פונעם לאנד. דאס פאקט אז ער איז געזעצליך ערוועלט געווארן דורך די אמעריקאנע באפעלקערונג אלס זייער פרעזידענט מאכט נישט אויס ביי זיי. און ווי נאר ער איז ווירקליך איינגעשוואוירן געווארן, האבן די רדיפות און רשעות זיך באלד אנגעהויבן אויף א מאסשטאבליכער פארנעם, און האלט נאך אן מיט א שטארקייט ביז צום היינטיגן טאג.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט די רוסישע קאנספיראציע. די העכסטע שישקעס אינעם יוסטיץ מיניסטעריום האבן לויט אנווייזונגען פון די העכסטע שישקעס פון די אבאמא אדמיניסטראציע, קאנספירירט אין געהיים צו פארעמען דעם אמעריקאנער פרעזידענט אלס אן אנגעבליכער רוסישער שפיאן. די פאסקודניאקעס האבן גלייך פון אנהייב גוט געוואוסט אז דאס איז בלויז א הויפן פון הוילע שטירן אפפאל, פארט האט דאס זיי נישט אפגעהאלטן אנצוגיין מיט זייערע ענדלאזע אויספארשונגען, נעמליך, זיי האבן מיט גרויס רשעות געהאפט אז מיטן נאכאנאנד פארשן די נאנטע מענטשן צום פרעזידענט וועלן זיי ענווענטועל געשטרויכעלט ווערן מיט ליגנד זאגן פאר די עף.בי.איי. אדער פאר קאנגרעס, ווי ס'האט טאקע ווירקליך פאסירט. און אויב איז דאס נישט גענוג געווען, האבן די דאזיגע רשעים אויך באשלאסן זיי צו פאראורטיילן מיט די הארבסטע טורמע טערמינען וואס עס איז נאר שייך לויטן געזעץ... און ווען דער יוסטיץ מיניסטער באר דרוקט אויס זיין אנטריסונג אויף זייער פרעכע רשעות, האבן זיי נאך די פרעכהייט צו רופן פאר זיין באלדיגע רעזיגנאציע...
ווען די רוסישע קאנספיראציע איז נאך צוויי יאר געגאנגען קראכן, האט באלד נאכגעפאלגט די אימפישטמענט חאזעריי... וועלכע האט זיך אייגענטליך גוט אויסגעלאזט.

חסידים קוקן זיך צו מיט אפשיי צו די אומאויפהערליכע רשעות, די געמיינע טעטיגקייטן, די האר אויפשטעלנדע היפאקריטיע פון די דעמאקראטן, און עס רופט זיי ארויס בייז בלוט. אין רעזולטאט האבן זיי באקומען א שטארקע געפיל צום פרעזידענט. אין אנדערע ווערטער ווען די דעמאקראטן וואלטן נישט אנגעגאנגען מיט זייער אויסטערלישע רשעות וואלט ווארשיינליך קיין איין חסיד ווען נישט געשטימט פאר אזא מאן ווי דאנאלד טראמפ.... כנלע''ד.[/justify]

למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?! (דער וועקער #5)

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2020 12:38 pm
דורך מי אני
אויסצוקלארען, די היפאטעזיע מוז אננעמען אפאר פונקטן/הנחות/פרעמיסעס:

1). אז מ׳האט שוין געזעהן אז מ׳רודפ׳ט אים נאך פון פאר ער איז געווארן פרעזידענט; פון ווען ער האט אנאנסירט זיין קאנדידאטור (ווייל פון בערך דעמאלטס גייען די חסידים מיט מיט אים). דאס איז טאקע משמע אינ׳ם תגובה.

2). אז נאר די סארט אידן [חסידים או עכ״פ פרומע] וואס זענען שטארק דבוק אינ׳ם חלק הבין אדם למקום פון תנ״ך, נאר ביי זיי איז איינגעגעסן (דורי דורות) די בין אדם לחבירו אספעקט פון תנ״ך. ליבעראלע אידן [״דזשוס״] זענען ל״ד מיט מיט אים.

3). אז דאס וואס מ׳איז עובר קעגן אים בענין בין אדם לחבירו איז פראפארציאנאל מער ווי זיינע לאזונגען (צו מעשים) וואס זענען עובר אויף דעם געביט.

4). אז דאס וואס די צד שכנגד רודפ׳ט אים יעצט איז (פראפארציאנאל) מער ווי וואס עני צד שכנגד האט אלס גע׳רודפ׳ט וכו׳ דעם פרעזידענט פון דאס אנדערע פארטיי, ווי אויך אלגעמיינע היפאקריטיע וואס זי האט געטוהן וכו׳. דאס קען אריינגיין אין דעם געביט פון ראזי רעטראספעקשאן וכו׳ און אין אנדערע בייעסיס (ווענדנדיג זיך אינ׳ם אינדיווידואל׳נס פארטיי געהערעניש וכו׳), ועיין לעיל בהלינק בתגובתי הקודמת.

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2020 1:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז די ערשטע מאל איך הער אז חסידים קימערן זיך מיט נ"ך. האסט נאך א ביישפיל דערצו?

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2020 1:46 pm
דורך אישתישבי
און איך האב נישט געהערט אז חסידים זאלען קוקען מיט אפשיי אויף רשעות פין רודפ'ן א צווייטען.

Re: למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?! (דער וועקער #5)

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2020 3:31 pm
דורך מי אני

Re: למה הלכו החסידים אצל הדאנעלד?! (דער וועקער #5)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 11:18 am
דורך מי אני

נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2021 7:13 am
דורך מי אני
7CFBD495-FC97-4ADC-B3BC-586BF6A587BD.jpeg
דאס טענה׳ט די פסיכיאטאר דר. בּענדי ליִ בנוגע איינע פון די פסיכאלאגישע טעמים פארוואס טראמפּיסטן ווערן צוגעצויגן צו אים און זיין פּערסאנעליטי. אולי קען דאס יא אויך גיבן א שטיקל השוואה בנוגע פארוואס חסידים ווערן צוגעצויגן צו אים, אין דעם פארוואס זיי פיהלן אז זיי מוזן האבן א רבי א פירער א טאטע פיגור צו ערגענצן די סטרעסעס וואס די געזעלשאפטליכע ערווארטונגען וכו׳ וכו׳ שטעלן אויף זיי.

נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2021 9:01 am
דורך זופ מיט מאנדלען
דאס וואס מען האט געשריבן דא אז די סיבה פארוואס אידן נעמען זיך אן פאר טראמפ איז ווייל ער איז געווען דער נרדף איז לדעתי נישט אמת, ווייל אויב אידן נעמען זיך אן פארן נרדף מיינט עס אויטאמאטיש אז זיי זענען אנטי רודפים, דאס איז אמת אז טראמפ איז שטארק גערודפט געווארן אבער נישט דורך איין רודף, סגעווען א גאנצע חבורה פון רודפים וואס האבן לאוו דווקא געארבעט צוזאמען, יעדער האט געלייגט א פיס ווי ער האט נאר געקענט, משא"כ טראמפ איז לכאורה געווען דער גרעסטער רודף אין די היסטאריע פון אמעריקאנער פאליטיק, אפילו די דעמאקראטן האבן זיך געטראפן סקאנדאלן אויף טריט און שריט זענען זיי געקומען אונטערן נאמען פון צדק, משא"כ טראמפ האט גערודפט ווי א בולי אין חדר.

אין איין ווארט, אויב די אידן שטיצן נרדפים וואלטן זיי געוואוט פאר הילערי וויבאלד זי איז גערודפט געווארן פאר אירע אימעיל פארנאכלעסונגען.

נשלח: פרייטאג מערץ 05, 2021 10:24 am
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: פרייטאג מערץ 05, 2021 11:21 am
דורך הקטן
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:דאס וואס מען האט געשריבן דא אז די סיבה פארוואס אידן נעמען זיך אן פאר טראמפ איז ווייל ער איז געווען דער נרדף איז לדעתי נישט אמת, ווייל אויב אידן נעמען זיך אן פארן נרדף מיינט עס אויטאמאטיש אז זיי זענען אנטי רודפים, דאס איז אמת אז טראמפ איז שטארק גערודפט געווארן אבער נישט דורך איין רודף, סגעווען א גאנצע חבורה פון רודפים וואס האבן לאוו דווקא געארבעט צוזאמען, יעדער האט געלייגט א פיס ווי ער האט נאר געקענט, משא"כ טראמפ איז לכאורה געווען דער גרעסטער רודף אין די היסטאריע פון אמעריקאנער פאליטיק, אפילו די דעמאקראטן האבן זיך געטראפן סקאנדאלן אויף טריט און שריט זענען זיי געקומען אונטערן נאמען פון צדק, משא"כ טראמפ האט גערודפט ווי א בולי אין חדר.

אין איין ווארט, אויב די אידן שטיצן נרדפים וואלטן זיי געוואוט פאר הילערי וויבאלד זי איז גערודפט געווארן פאר אירע אימעיל פארנאכלעסונגען.

טראמפ איז געווען די נרדף וואס האט זיך נישט געלאזט!!!
דאס האט אים פארפיינטעט נאך מער ביי זיינע רודפים, וואס האבן ערווארטעט זיין דיימייז

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 8:33 am
דורך neumann249
someone has a pdf