בלאט 1 פון 2
אישי פארמעסט
נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 2:26 pm
דורך [NAMELESS]
איך הויב אן מן הסתם ווי דער לוזער פונעם פארמעסט, נעמענדיג אין באטראכט אז איך בין שוין באלד פיהר יאר אקטיוו אין שטיבל... אבער פארט, ביטע שטעלט ארויף אייערע סקרינשאטס און לאמיר זעהן.
צוועלף פון מיינע אישי'ס זענען אויטאמאטישע (ווען מען האט מיר געטעגט), ביטע באצייכנט אויך וויפיהל פון אייערע זענען אויטאמאטיש (אויב איר קענט זיי ציילן).
נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 2:48 pm
דורך שמעקעדיג
אויפן אנדערן עקסטרעם, דא איז מיין סקרינשאט..
נעמט אין באטראכט אז ביים ערהאלטן א לייק באקום איך "נישט" קיין אישי (נאך א מזל...)
ווען איך ווער געטעגט, מעק איך תיכף אויס מיין הודעה כדי צו לאזן פלאץ פאר וויכטיגערע הודעות. ממילא דער מספר פון מיין סקרינשאט איז חוץ איבער (לכה"פ) הונדערט מאל טעג'ן...
אויך איז וויכטיג צו באציכענען אז איך האב שוין אזויפיל געמעקט במשך די יארן (איך האב געדארפט מאכן פלאץ פאר נייע הודעות ווען דער מאקסימום איז געווען 400, 600 וכו'), מסתמא אפאר הונדערט זיכער וואס איז שוין געמעקט געווארן.
ואידך זיל גמור..........
.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 2:49 pm
דורך ביבער
אבי ס'נישט קיין אישתי פארמעסט
נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 3:10 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט בין איך דער לוזער... קיינמאל פארמעקט, כ'באקום נישט קיין לייק אישי'ס נאר פון טעג'ן (אישי'ס ערהאלטן באדאנקונגען, פארהאלטענישען, און סתם קאפ פארדרייענישן)
נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 3:48 pm
דורך [NAMELESS]
בן אדם האט געשריבן:יעצט בין איך דער לוזער... קיינמאל פארמעקט, כ'באקום נישט קיין לייק אישי'ס נאר פון טעג'ן (אישי'ס ערהאלטן באדאנקונגען, פארהאלטענישען, און סתם קאפ פארדרייענישן)
אויב פארגלייכט מען דאס מיט די צייט זינט מען האט זיך איינגעשריבן דא בין איך נאכאלץ דער לוזער.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 4:01 pm
דורך געוואלדיג
איך באקום נישט קיין אישי ווען מען לייקט מיר, איך פראביר צו מעקן מיינע אישי'ס ווען איך ווער געטעגט
נשלח: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 4:05 pm
דורך [NAMELESS]
כ'קען ליידער נישט מאכן קיין סקרינשאטס, ווייל פון מיין אלט-פארזעצטע קאמפיוטער [יא יא, גרויסע קנאקער שרייבט פון אן אלטער כלי] ארבעט עפעס נישט די סקרינשאט קנעפל.
אלנפאלס, ווער ס'גלייבט מיין ווארט, האב איך שוין געדארפט פארמעקן הונדערטער מודעות כדי צו מאכן פלאץ פאר פרישע. כ'באקום נאר מודעות פון טעג'ן, נישט פון לייקס [כ'אמאזל, קוק מיין לייקס מספר...], און אפילו אזוי גיסט מיין אישי קעסטל איבער יעדע פאר וואכן. אה, און כ'בין נישטא קיין פאר יאר, נאר א קנאפע אנדערטהאלבן יאר...
ס'איז מיר באמת א קאפוויי ווען כ'דארף כסדר איבערגיין די אלטע אישי'ס און זען וואס איז שוין נישט אינטרעסאנט אוועקצולייגן לזכרון עולם...
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 9:58 pm
דורך זבולון
איין בילד רעדט מער ווי טויזנטער אישי'ס.
איבער 100 טויזנט (!!!) אישי'ס, כ"י.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:50 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם: איך האב 2 הערות אויף דיין תגובה פון פארגאנגענעם פרייטיג. ווי די משנה זאגט דאך טאקע...."אל תסתכל בקנקן, אלא במה שיש בו"...!
כ'האב געטראכט צו גיין נאך געלט אין ביהמ"ד שומרי שבת צו שאפן געלט פאר דיר פאר א נייעם קאמפיוטער סיסטעם...
הערה שנייה: דו שטרענגסט דיך נישט איבער מיט עניוות...!...

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 10:40 am
דורך וואלווי
זבולון האט געשריבן:איין בילד רעדט מער ווי טויזנטער אישי'ס.
איבער 100 טויזנט (!!!) אישי'ס, כ"י.
השם יעזור אז די אישי'ס זאלען נתהפך ווערען צי גילדען
Re: אישי פארמעסט
נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 11:31 am
דורך פליקער
אדנירם האט געשריבן:כ'קען ליידער נישט מאכן קיין סקרינשאטס, ווייל פון מיין אלט-פארזעצטע קאמפיוטער [יא יא, גרויסע קנאקער שרייבט פון אן אלטער כלי] ארבעט עפעס נישט די סקרינשאט קנעפל.
שש, ווינדאוס פארמאכט א פראגראם וואס הייסט snip דאס איז א מאסט, יעדער מיז דאס וויסן, עס כאפט אפ די בילד גענוי ווי מען וויל און איך גלייב אז שש'ס קאפיוטער פארמאגט אויך די פראגראם.
נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:29 pm
דורך שמעקעדיג
זבולון וואס איז טאקע פשט פון דיין בילד?
נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 1:05 pm
דורך זבולון
שמעקעדיג האט געשריבן:זבולון וואס איז טאקע פשט פון דיין בילד?
איך וועל דיר לאזן אריינבליקן אין מיין אישי קעסטל:
נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 1:11 pm
דורך שמעקעדיג
LOL
גיב מיר ביטע ארויס וואס מנשה פיליפ שרייבט וועגן דעם רבי'ן...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 11:41 pm
דורך זבולון
.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 11:41 pm
דורך זבולון
שמעקעדיג האט געשריבן:LOL
גיב מיר ביטע ארויס וואס מנשה פיליפ שרייבט וועגן דעם רבי'ן...

דא האסטו:
נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 11:41 pm
דורך זבולון
.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 11:49 am
דורך קאצקע ציקער
איינער איז דא אייזן אין פאטא שאפ...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 4:57 pm
דורך זבולון
קאצקע ציקער האט געשריבן:איינער איז דא אייזן אין פאטא שאפ...
נעע, ס׳איז נישט קיין פאטאשאפ. סאיז פשוטע HTML editing.
Re: אישי פארמעסט
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 5:09 pm
דורך קלוגע יודל
זבולון האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:איינער איז דא אייזן אין פאטא שאפ...
נעע, ס׳איז נישט קיין פאטאשאפ. סאיז פשוטע HTML editing.
עס איז זייער א גרינגע זאך צו טוען.
אין קראם, רעכט קליק וועט ארויף קומען אן אפציע inspect element, קוועטשט דערויף, וועט ארויף קומען אויף די לינקע זייט אלע די אינפארמאציע פון די בלאט, גריבעל אביסל טיפער וועסטו טרעפן ווי אריינצושרייבן וויפיהל אישי'ס די האסט, למשל אויב די האסט 56 אישי'ס זיך ווי עס שטייט אין די html די נומער 56 פראביר עס צו טוישן, און זעה וואס עס געשעהט.קענסט דארט שרייבן וויפיהל די ווילסט.
רוב זאכן קען מען טוישן דארו ביי די HTML, פאר געוויסע זאכן דארף מען קענען אביסל HTML, אביר פאר רוב זאכן נישט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 8:39 pm
דורך קאצקע ציקער
דוקא אויף א PC?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 10:17 pm
דורך קליגער אינגערמאן
לייג אריין די לינק אין אדרעס באר
קוד: וועל אויס אלע
javascript:document.body.contentEditable='true'; document.designMode='on'; void 0
Re: אישי פארמעסט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 1:24 am
דורך קלוגע יודל
קאצקע ציקער האט געשריבן:דוקא אויף א PC?
יא