כאפ נישט קיין הייסע לאקשען - אין חינוך הילדים
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 9:03 pm
דער וועלט זאגט א ווערטעל 'ביז צום קרעטשמע דארף מען אויך עפעס טרינקען'. כלפי מה הדברים אמורים? יעדער באזעסענע מענטש, מיט א ביסל לעבענ'ס ערפארונג, ווייסט אז דאס וואס א קינד טוט אלס קינד האט לאו דוקא א שייכות מיט וויאזוי ער וועט אויסוואקסען. צומאל ווייל ער טוט וואס ער טוט פאר אנדערע סבות ווי די געוואונטשענע, צומאל ווייל אנדערע זאכען רוקען זיך אריין, צומאל ווייל זיין מעשים זענען אוממעגליך זיך אן צו האלטען א גאנץ לעבען. עכ"פ בלייבען בלייבט עס נישט, און נישט צו דעם צילט מען ביים חינוך.
נאר וואס? דער וואס יאגט זיך צום פלייש, ער וויל שוין זע'ען עולמו בחייו, קען אמאל זיך פארגרייזען און שעפען נחת און גליק זע'ענדיג זיין צדיק'ל ווי ער פיהרט זיך אויף כזקן ורגיל. ער מיינט אז דאס איז צו וואס ער האט געשטרעבט און געצילט, און מ'האלט שוין אויף א וועג. דערווייל לא מיניה ולא מקצתיה, ואבאר דברי.
יעצט איז ב"ה אריבער א יו"ט, נישט נאר א יו"ט נאר א גאנצע תקופה פון ימים טובים. מ'האט געהאט סליחות מיט ר"ה, עשי"ת און יוכ"פ, סוכות הושע"ר און שמח"ת. געווענדליך זענען קינדער אביסל מושפע פון די סביבה און מ'זעט ביי זיי אויך דער ערנסטקייט פון די ימי הדין. שטייענדיג אין ביהמ"ד צוקוקענדיג ווי די קליינע קינדער האלטען מיט די דאווענען, זינגען מיט די נוסח ווען זיי קענען, און שפירען די ערנסטקייט פון א שלש עשרה מדות ביי נעילה, צו די פרייליכע הלל'ס אום יו"ט, קען מען מיינען אז ס'איז געקאנדזשעט, דאס קינד איז אויפ'ן ריכטיגע וועג.
דערווייל איז עס גארנישט אזוי מוכח. דאס קינד ווייסט ווייניג אויף וואס מ'דאווענט, ער פארשטייט בכלל נישט וואס מ'רעדט ביים שלש עשרה מדות, און ער האט קיינמאל נישט געהאט די דערווייטערטקייט וואס עבירות ברענגט צו א מענטש'ן צו קענען שפירען די דערהויבענקייט פון מחילת עוונות. ער טאנצט מיט וואס ער זעט ארום זיך, און דאס גיבט איהם עפעס א געפיהל צו דעם. פירוש המלות האט מען איהם נישט אויסגעלערנט, און ער ווייסט ניטאמאל אז דאס דארף ער זוכען.
א מענטש וואס איז זיך טועה אין די פשוט'ער זאך, קען זיך פארלייגען אויף די קלייניקייטען כאילו זיי זענען אלס. די סבה וואס אפילו היינו זעט מען עלטערען וואס טרייבען זייער קינדער צו דאווענען שיין, על אף אז יעדער ווייסט די מימרות פון אסאך קלוגע אידען ובתוכם דער סאטמאר רב זצ"ל, אז קינדער דאווענען נישט פון ווערען געשטופט צו דאווענען, נאר פון צוזען ווי זייער טאטע דאווענט, מ"מ זוכט מען מיט אלע מיטלען אז דאס קינד זאל דאווענען שיין און ערליך. פארוואס? ווייל ווען ס'פאסירט און די קינד דאווענט טאקע (אפט פון די אייגענע ווילען, נישט פון די טרייבונג פון טאטע'ן), שפירט דער טאטע אזוי באגליקט אז ער מיינט אז דאס איז טאקע די תכלית.
די תכלית, וואס נעמט צייט און מיה, איז אז דאס קינד זאל האבען א טעם אין דאווענען, ער זאל זיין צוגעוואוינט צו די ווערטער, ער זאל זיין נייגעריג צו וויסען פירוש המלות און ער זאל טרעפען זיין אייגענע פלאץ אין סידור און אין ביהמ"ד, אז דער דאווענען זאל זיין אן אייגענעם עבודה שבלב, מיט אן אייגענעם געפיהל.
נאר ביז צום קרעטשמע דארף מען אויך עפעס. ווען חינוך וואלט געווען בלויז אינוועסטירען און אריינלייגען און מ'וואלט גארנישט באמערקט ביז צום ערוואקסונג פון קינד, וואלט מען נישט געקענט אויסהאלטען. אונטערוועגענס דארף מען אויך עפעס זע'ען, עפעס שפירען אז דאס הארטע פעלזען צוברעקעלט זיך אביסל און עפעס וואקסט דארט. ווען נישט, ווילאנג וואלטען מיר געקענט אנגייען דערמיט? דעריבער דארף מען נישט אוועק מאכען אין גאנצען די צייטווייליגע ערשיינונגען פון 'נחת' פון קינדער, ווי זיי ליינען די פרשה צעטעל, צו זיי זינגען הויך און שיין די חומש, צו זיי דאווענען שיין אז אנדערע עלטערען טייטלען מיט זייער פינגער און זאגען פאר זייער קינדער "פארוואס דאווענסט דו נישט ווי די קליינע יחזקאל'ע דארט?"
אבער בד בבד דארף מען האלטען קאפ אז דאס איז נאר א טפל, נישט דער עיקר. נישט זוכען די געשמאקע גערויך פון די עסען אויפ'ן חשבון פון די עסען אליינס.
אזוי איז אמת ביים לערנען אויך. א מענטש דארף צו וויסען אז דאס שיין טייטלען, אדער איבערזאגען א דבר תורה ביים טיש, האט ווייניג צוטוהן מיט זיין תלמיד חכמ'שאפט אלס ערוואקסענע, און אפילו דאס קענען פרעגען א קשיא און ענטפערען א תירוץ, צו ענדיגען מסכתות אויסעווייניג מיינט נישט קיין סאך. ס'איז נאך דא א גאנצע גאנג ביז ער איז א ארטיגע זאך, און דאס זיך פארלייגען אויף די סטאנציע'ס אונטערוועגענס קען פאראורזאכען די פארקערטע אויסקומף.