בלאט 1 פון 3

"אמונת צדיקים" אין מופתים, עד היכן

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 4:31 pm
דורך יעקב מענטש
אפגעטיילט פון דא

די סיבה פארוואס מ'קויפט די מעשיות אן קיין ערענסטע פעקט טשעקינג, איז ווייל די מופתים זענען א מציאות, כידוע די מעשה פונעם ריבניצער וואס האט מחיה מתים געווען א קינד ביי א ברית (ע"פ עדות עצמו וואס ער האט עס פארציילט פאר זיין גבאי'ן רויטמאן, און ע"פ עדותו של ר' מענדל פוטערפאס וואס איז געוון אנוועזנד דערביי). במילא, אויב דער ריבניצער האט באוויזן תחיית המתים, פארוואס זאל איך נישט גלייבן אז דער מהר"ל האט געקענט באשאפן א גולם? אדער אז רבי איציקל האט פארנערט די גרעניץ וועכטער און געמאכט א זמירות פאר א פאספארט ?

וואס מאכט די עולה פון פאבליצירן פאלשע מעשיות אסאך גרעסער, וויבאלד ער דעקט זיך מיט די נאמנות פון די אמת'ע מעשיות וואס זענען געשעהן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 5:20 pm
דורך [NAMELESS]
און דו גלייבסט דעם ריבניצער?
(איך האלט נישט ער איז געווען א ליגנער ח"ו אבער כ'האב א חשד אז ער האט געהאט עפעס אן ענין מיט גזמאות - א שטייגער ווי אפטא רב זי"ע).

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 5:31 pm
דורך יעקב מענטש
בן אדם האט געשריבן:און דו גלייבסט דעם ריבניצער?
.

absolutely,
און ר' מענדל פוטערפאס ז"ל איז אויך נישט געווען קיין פשוטער איד, ער האט דעמאלטס געזאגט פארן ריבניצער אז ביי דעם נעקסטן ברית זאל ער זיך זוכן א צווייטן סנדק, ווייל די הימילישע מעשיות זענען נישט פאר זיינע כוחות.

אויב איך געדענק גוט, האבן זיי געמאכט דעם ברית בשעת דער טאטע איז געווען אוועק פון שטוב ווייל ער האט נישט געלאזט אידישן דאס קינד.

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 6:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איינער האט געלייגט א פעדער אונטער'ן קינד'ס נאז צו זע'ען צו ער איז טויט טאקע, כדי די קונץ זאל געלונגען? און ווי אזוי שטארבט א קינד אזוי שנעל פון א ברית? טאמער ס'הערט נישט אויף צו בלוטיגען, האט מען א פאר מינוט צו זיין א רופא חולים איידער א מחיה מתים.

בקיצור די מעשה דארף מען אויך נישט גלויבען, און זיכער נישט טופח ע"מ להטפיח אויף אנדערע מעשה'ס.

די גולם מעשה איז סתם נעריש, כמבואר בכמה מקומות אין שטיבעל. דאס אז מ'קען מאכען א גולם איז א גמרא. כפי די סימנים איז עס נישט צו שווער מיט קבלה מעשית, מ'דארף קיין גרויסע צדיק נישט זיין. וואס איז דער ענין פון די שקרים? צום סוף ווען מ'ווערט געוואויער אז ס'איז ליגענט, מיינט מען שוין אז קיין העכער'ס איז בכלל נישט פארהאנען.

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 8:50 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: אויב ס'איז אמת אז מיט קבלה מעשית איז נישט זייער שווער צו באשאפן א גולם. איז פארוואס זעה(ן) מיר נישט אז ס'זאללן זיך ארומדרייען א סאך גולמות. אונז זענען דאך ב"ה געבענטשט מיט א שפע פון בעלי מקובלים דאהי אין אמעריקע. און אוודאי אין ארץ ישראל. ס'דא באבא'ס און אנדערע מיני מקובלים לרחצה. ווען איך קען קבלה וואלט איך מיר באשאפן לכה"פ. 2 גולמות מיך צו באדינען. איינער זאלל גיין אין גראסערי, ארויסטראגן די גארביטש,אנצינדן די בוילער אנהייב ווינטער. די אנדערער זאלל טראגן מיין טלית ותפילין אין ביהמ"ד. אן אפשר אויך א גולמ'טע,זי זאלל באקן פאטעיטא קוגל און מאכן געפילטע פיש. און טון די לאנדרי...! נאר אזוי ווי איך קען ניט קיין קבלה מעשית. און אפילו קבלה תיאורתית קען איך אויך נישט, מוז איך לאזן מיין ווייב קאכן און טון לאנדרי. און שיקן מיינע קינדער אין גראסערי... :lol: :roll:

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 9:00 pm
דורך mevakesh
בערל בדיעבד זענען די ווייב און קיננדער גאנץ פיין אלץ גולמים נישט אזוי?

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2016 9:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קבליסטען זענען גרייט צו שפילען מיט מענטשען, אבער צו מאכען א גולם פאדערט אביסל ארבעט, ווי אויך זענען זיי גלויביקער'ס אויך. שפילען מיט קבלה למעשה למעשה האבען זיי מורא. ווער ווייסט ווי מ'עט נוקם זיין פון די אומבאוואוסטע כוחות? איינער איז געווען וואס איז מפורסם מיט זין אומערליכקייט און זיין נעמען געלט פאר מופתים מיט קונץ ארבעט, וואס האט געלעבט א פריצישע לעבען אויפ'ן נאמען פון זיין זיידע'ס, און ער האט געהאט א מיאוס'ע סוף, ודי בזה.

שרעק זיך נישט, ער איז נישט געווען חסידיש.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 12:23 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט: אויב ס'איז אמת אז מיט קבלה מעשית איז נישט זייער שווער צו באשאפן א גולם. איז פארוואס זעה(ן) מיר נישט אז ס'זאללן זיך ארומדרייען א סאך גולמות. אונז זענען דאך ב"ה געבענטשט מיט א שפע פון בעלי מקובלים :lol: :roll:


יא יא, גולמים קען איעדער באשאפן, אריינלייגען די נשמה אין די גולם איז ווי די באבאס פארהאנקענען זיך

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 12:24 am
דורך וואלווי
mevakesh האט געשריבן:בערל בדיעבד זענען די ווייב און קיננדער גאנץ פיין אלץ גולמים נישט אזוי?


אסאך מאל בדיעבד אויך נישט...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 12:26 am
דורך שמערל
דאס אז דער ריבניצער האט געקענט מחיה מתים זיין אז אודאי נישט קיין מציאות, סך הכל א פאנטאסטישע מופת אן קיין שום וועג וויאזוי צו מברר זיין די קראנטקייט דערפון.

וואס איז אבער יא א מציאות איז אז דער ריבניצער איז געווען דירעקט א שלעכטער מוהל וואס האט נישט געטארט על פי שכל והלכה צורירן צו קינדער, און אויב שוין יא א מופת וואלט שיין געווען ווען ער קען ווען באווייזן די וואונדער זיך אויסצולערנען מל'ן שיין און שנעל ווי א מענטש, און קינדער זאלן נישט אויסגיין אינטער זיינע הענט.

פון דעם בלעטל "א טעם אין שבת"

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 12:32 am
דורך ירח בן יומו
:lol: :lol: :lol: Capture.JPG

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 12:33 am
דורך [NAMELESS]
ירח בן יומו האט געשריבן:
:lol: :lol: :lol: Capture.JPG

הייסט אז אין בעלז האט מען נישט געהאלטן פון די ריבניצער?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 12:36 am
דורך [NAMELESS]
שמערל האט געשריבן:דאס אז דער ריבניצער האט געקענט מחיה מתים זיין אז אודאי נישט קיין מציאות, סך הכל א פאנטאסטישע מופת אן קיין שום וועג וויאזוי צו מברר זיין די קראנטקייט דערפון.

וואס איז אבער יא א מציאות איז אז דער ריבניצער איז געווען דירעקט א שלעכטער מוהל וואס האט נישט געטארט על פי שכל והלכה צורירן צו קינדער, און אויב שוין יא א מופת וואלט שיין געווען ווען ער קען ווען באווייזן די וואונדער זיך אויסצולערנען מל'ן שיין און שנעל ווי א מענטש, און קינדער זאלן נישט אויסגיין אינטער זיינע הענט.

וואס איז טאקע פשט אז בחייו האט קיינער עם נישט פארגעהאלטן פון די אלע הונדערטע אידן וואס האבן מיט געהאלטן זיינע בריתות? האט יעדער געהאט דעמאלטס א הארץ פון שטיין??

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 12:45 am
דורך געוואלדיג
[tag]שמערל[/tag] דאס אז מען קען נישט אויפווייזן מאכט דאס נאכנישט א זיכערע אויס מציאות,

און לדברך אז ער איז געווען אזא שלעכטער מוהל, איז טאקע יא א מופת אז די וועם ער האט גע׳מל׳עט האבן געבוירן .קינדער

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 2:10 am
דורך דער דאס
בן אדם האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז בחייו האט קיינער עם נישט פארגעהאלטן פון די אלע הונדערטע אידן וואס האבן מיט געהאלטן זיינע בריתות? האט יעדער געהאט דעמאלטס א הארץ פון שטיין??


האב איך געהערט אזא מעשה, א גרויסע רבי איז געווען אמאל סנדק ווען ריבניצע רבי איז געווען מוהל, נאך די ברית רופט ער זיך אן, איך בין אויך א מוהל.. האט אים דער ריבניצער געפרעגט אויב אזוי פארוואס מל'ט איר נישט? האט ער געזאגט, 'ווייל איך קען נישט..'

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 5:22 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רמי קאהן שרייט חי וקיים אז ער איז א וועלטס מומחה אין מילה און דער ריבניצער איז געווען אן ערשט קלאסיגע מוהל. גיי ווייס.

אבער דער תחיית המתים מעשה איז אזוי ווייט פון מסתבר אז מ'דארף עפעס אן עכטע ראיה דערצו, וכמו שהקשיתי למעלה. פון די אלע רעבישע מעשה'ס זעט מען כמעט קיינמאל א תחיית המתים מעשה. אפילו די שקרנים האבען אזוינס נישט ממציא געווען.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 9:28 am
דורך שמערל
געוואלדיג האט געשריבן:[tag]שמערל[/tag] דאס אז מען קען נישט אויפווייזן מאכט דאס נאכנישט א זיכערע אויס מציאות,

און לדברך אז ער איז געווען אזא שלעכטער מוהל, איז טאקע יא א מופת אז די וועם ער האט גע׳מל׳עט האבן געבוירן .קינדער

א מציאות איז עפעס וואס איז ברור פאר הינדערט פראצענט. עפעס וואס מען קען נישט אויפווייזן איז זיכער נישט קיין מציאות.

דאס אז ער איז געווען א שלעכטער מוהל איז נישט עפעס וואס איך זאג, נאר איך זאג עס לשיטתיהו פון די בעלי מספרי המעשה אז ער האט שיעור געשאכטן א קינד. וואס אויף דעם פרעג איך, אויב איז ער שוין יא געווען א בעל מופת, פארוואס האט ער נישט געקענט באווייזן אזא מופת ווי ר' ישראל דוד וויינבערגער וואס האט באוויזן צו מל'ן טויזענטער קינדער מיט א אויסטערלישער געשיקטקייט אן קיין שום אינצידענטן?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 2:46 pm
דורך יעקב מענטש
איך האב נישט געזאגט אז ס'איז דא עמפירישע עווידענס אז די מעשה האט פאקטיש פאסירט, (און אויב גייען מיר אראפ דעם ראוד קענען מיר אויסמעקן אלע היסטאריע ביכער פון פאר די יו טוב עפאכע ווי יעדע געשעעניש ווערט רעקארדירט,) אבער ביי מיר איז פונקט גענוג אז אזא מסירת נפש איד ווי דער ריבניצער ז"ל (וואס איז געווען מלומד בניסים, ס'איז דא צאללאזע מעשיות) האט דאס אליינס פארציילט, עס צו אקצעפטירן אלץ אמת, (נאכדערצו אז ס'איז דא עידי ראיה ר' מענדל פוטערפאס ז"ל).

מ'איז לכאורה נישט עובר אויף קיין איינע פון די 13 אני מאמין'ס אויב מ'גלויבט נישט אין די מעשה, אבער 'שכלדיג' זעה איך נישט פארוואס ווען א איד וואס איז נישט מוחזק שקרן אדער בעל דמיון, און לעבט ווי א מלאך, דערציילט דיר עפעס וואס איז איבערנאטורליך זאלסטו אים נישט וועלן גלייבן?, נאכדערצו ווען זיין גאנצער עקזיסטענץ איז געווען ממש ניסים.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 3:38 pm
דורך יואליש
יעקב מענטש האט געשריבן:די סיבה פארוואס מ'קויפט די מעשיות אן קיין ערענסטע פעקט טשעקינג, איז ווייל די מופתים זענען א מציאות, כידוע די מעשה פונעם ריבניצער וואס האט מחיה מתים געווען א קינד ביי א ברית


יעקב מענטש האט געשריבן:... ביי מיר איז פונקט גענוג אז אזא מסירת נפש איד ווי דער ריבניצער ז"ל (וואס איז געווען מלומד בניסים, ס'איז דא צאללאזע מעשיות)...


כ'מיין אז דאס איז זייער circular. לאמיר אנהייבן פון אנפאנג, וואס האט געפעסט פעקט טשעקינג אז אלעס אנדערש ברויך שוין נישט?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 4:10 pm
דורך [NAMELESS]
שמערל האט געשריבן: א מציאות איז עפעס וואס איז ברור פאר הינדערט פראצענט. עפעס וואס מען קען נישט אויפווייזן איז זיכער נישט קיין מציאות.


איר קענט מיר אפשר אויפווייזן די מציאות פון אזא הגיון?...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 4:43 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב געהערט אז די סאטמאר רבי האט געבעטן דעם ריבניצער ער זאל נישט מאכן אזויפיל מופתים, דאס מייינט אז דער סאטמאר רבי האט מודה געווען אין זיינע מופתים...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 4:53 pm
דורך [NAMELESS]
איז דא היינט א באבא אין ארץ ישראל וואס באווייזט מופתים? איך דארף א ישועה עמערדזשענסי, please help me

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2016 7:21 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
וויפיל ביסטו גרייט צו באצאלן?