בלאט 1 פון 1

טעקס שאלות

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 4:28 pm
דורך החוקר
איך זעה נישט אז עס זאל זיין אן אשכול פארדעם, וויל אין אנהייבן איינס.
די אשכול איז פאר ווער עס האט זיי וואפארא שאלה בנוגע טעקסעס, אויב איינער וויסט ביטע ארויס העלפן.

Re: טעקס שאלות

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 5:30 pm
דורך החוקר
איך האב שאלה אבער קודם א פארווארט.

ס'דא פארשידענע אופנים וויאזוי לענדער רעכענען אינקאם טעקס, לדוגמא, אמעריקא רעכנט לויט די סיטיזענשיפ, אויב ביסטו משלנו, דאן צאל פאר די פריווילעגיע (?), משא"כ אין קאנאדע צאלט מען לויט וואוינארט. ווערט אבער געבוירן א פראבלעם, ווי וועט זיין אז אן אמעריקאנער וואוינט אין קאנאדע, אמעריקא שרייט ביסט משלנו געב אהער, און קאנאדע זאגט די וואוינסט ביינונז, נו צאל, לכבוד דעם האבן אסאך לענדער א "טעקס טריטי", וואס איז געמאכט צו פריווענטן " דאבעל טעקסעשאן".

יעצט צו מיין פראגע, אויב איינער וואס וואוינט אין קאנאדע האט dual סיטיזענשיפ פון יו. עס. און קאנאדע, אבער ער האט אויך אמעריקאנער קליענטן, וויאזוי דארף ער צאלן, דאס איז זיכער אז ער דארף פיילן אין ביידע לענדער, היות יו. עס. איז בתר סיטיזענשיפ און קאנאדע גייט לפי וואוינארט, אבער ווי צאלט מען אויף די געלטער פארדינט פון אמעריקא.

Re: טעקס שאלות

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 5:00 am
דורך החוקר
געפונט זיך טאקע נישט קיין איין אקאונטענט אויף ק"ש??

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 9:18 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
אן א אמעריקאנער וואס וואוינט אין קאנאדע קען אראפ רעכענען פון זיין טענקס ביל וואס ער ברויך צאלען פאר קאנאדע. למשל אויב פאר א אמעריקע דארף ער צאלען 2 דאלער. אין פאר קאנאדע 1 דאלער איז כדי נישט צו ברויכען צאלען 2 מאהל וועט ער קענען אראפ רעכענען פון די טעקס די איין דאלער וואס ער האט געצאלט פאר קאנאדע.

Re: טעקס שאלות

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 10:03 am
דורך החוקר
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:אן א אמעריקאנער וואס וואוינט אין קאנאדע קען אראפ רעכענען פון זיין טענקס ביל וואס ער ברויך צאלען פאר קאנאדע. למשל אויב פאר א אמעריקע דארף ער צאלען 2 דאלער. אין פאר קאנאדע 1 דאלער איז כדי נישט צו ברויכען צאלען 2 מאהל וועט ער קענען אראפ רעכענען פון די טעקס די איין דאלער וואס ער האט געצאלט פאר קאנאדע.

ביסט זיכער מיט וואס די זאגסט, ווייל ווי איך פארשטיי איז די FEIE ביז $100,800 פער מענטש, מיין שאלה איז נאר אויב דאס רעכענט אריין אמעריקאנער אינקאם.

Re: טעקס שאלות

נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 10:57 pm
דורך החוקר
שאלה 1.
אויב איינער ארבייט פאר א קאמפאני אויף פעיראל, אבער אויך אויף קאמישען, איז אויס געהאלטן צו באקומען א W-2 און א 1099 אדער נאר א W-2?
מיין פראגע איז ווייל איך זעה געוויסע אונליין זאגן אז עס קען אנצונדען א רויט לעמפל ביי די אינסטאנצען, וויל איך וויסן אויב עס איז טאקע פראבלעמאטיש, לויט זיי איז עס נאר אויסגעהאלטן אויב די צוויי ארבייטס האבן ממש נישט קיין שום שייכות קיין כי הוא זה.

Re: טעקס שאלות

נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 11:02 pm
דורך החוקר
שאלה 2.
די לעצטע פאר יאר טו איך אליינס פיילן טעקס ריטורן, וויל איך וויסן אויב נאך איינער טוט עס, און אויב יא, וואס מען ניצט פאר די ריטורן, H&R, Turbo, Karma TaxUSA, וכדו', אויב איינער האט שוין גענוצט עטליכע, ביטע מיט טיילן די מעלות און חסרונות פון א יעדע איינע.

נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 11:08 pm
דורך קורקלענד
פאר אזא איינער וואס טוט שוין אליינס לוינט זיך שוין אפשר דאס צו טוהן אינגאנצן אליינס אן קיין סאפטוועיר?
כ'בין סתם נייגעריג וואס אייער סיבה דאס צו מאכן אליינס איז? צו שפארן צייט? געלט? איהר האלט אז איהר קענט מאכן א בעסערע ריטורן? די.איי.וויי טיפ מענטש? אדער גאר...?

Re: טעקס שאלות

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 9:39 am
דורך החוקר
קורקלענד האט געשריבן:פאר אזא איינער וואס טוט שוין אליינס לוינט זיך שוין אפשר דאס צו טוהן אינגאנצן אליינס אן קיין סאפטוועיר?

עס לוינט זיך נישט צו מאכן אן סאפטוועיר, עס וואלט געווען שווערער און גענומען לענגער.
קורקלענד האט געשריבן:כ'בין סתם נייגעריג וואס אייער סיבה דאס צו מאכן אליינס איז? צו שפארן צייט? געלט? איהר האלט אז איהר קענט מאכן א בעסערע ריטורן?

ביידע, סיי איך האלט אז איך קען מאכן א בעסערע ריטורן, און נישט נאר איך שפאר געלט, איך טו נאך פארדינען פון ניצן די סאפטוועיר.
בנוגע "די.איי.וויי" טיפ מענטש, זיכער מיז מען זיין אזוי, איינער וואס איז נישט, ווערט אנטמוטיגט און פארלוירן פון די אויסזענדע בארג.

נשלח: פרייטאג יאנואר 20, 2017 12:28 am
דורך שמעון וואלף
החוקר האט געשריבן:שאלה 1.
אויב איינער ארבייט פאר א קאמפאני אויף פעיראל, אבער אויך אויף קאמישען, איז אויס געהאלטן צו באקומען א W-2 און א 1099 אדער נאר א W-2?
מיין פראגע איז ווייל איך זעה געוויסע אונליין זאגן אז עס קען אנצונדען א רויט לעמפל ביי די אינסטאנצען, וויל איך וויסן אויב עס איז טאקע פראבלעמאטיש, לויט זיי איז עס נאר אויסגעהאלטן אויב די צוויי ארבייטס האבן ממש נישט קיין שום שייכות קיין כי הוא זה.


טעכניש קען עס זיין אויסגעהאלטן אבער מ'דארף האבן גאר א גוטע הסבר פארוואס א חלק איז w2 און א חלק 1099. די ארבעטער וואס באקומט די 1099 און w2 דארף נישט האבן קיין שום פראבלעם, די עמפלויער קען האבן א פראבלעם טאמער ווערט ער גע'אודיט און די איי אר עס נעמט די פאזיציע אז ס'וואלט געדארפט זיין פעיראל און וויבאלט מ'האט עס נישט איינגעגעבן אלץ פעיראל האט מען דאך נישט געצאלט פעיראל שטייער באצייטענס קומט צו שטייפע פענעלטיס.
למעשה באקומט די איי אר עס די זעלבע שטייער פון א 1099 ווי א W2, די חילוק איז נאר ווער ס'צאלט עס אריין, ביי W2 צאלט עס די עמפלויער און ביי 1099 צאלט עס די ארבעטער. האב איך לעצטענס געליינט אז טאמער גיבט מען איין אלץ 1099 ווען ס'וואלט באמת געדארפט זיין א W2, קען די IRS מחייב זיין די עמפלויער צו צאלן די שטייער אפילו טאמער די ארבעטער האט עס שוין באצאלט מיט זיין רעטורן

Re: טעקס שאלות

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 12:35 pm
דורך טמיר
וועלכע בוך איז גוט צו זיך גרייטן פאר cpa exam, אדער סתם צו לערנען tax accounting? למשל וואס נוצט cope

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 1:09 pm
דורך קורקלענד
בנוגע טעקס. זאגן אז די איי. אר. עס. וועבזייטל און פאבליקאציעס זענען זייער קלאר.
אויף אקאונטינג בכלל איז דא מערערע קאטעגאריעס און יעדע קאטעגאריע איז א מסכתא פאר זיך.
אויף אנצוהייבן און כאפן די קאנצעפט איז קהאן אקאדעמי זייער גוט.

Re: טעקס שאלות

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 1:41 pm
דורך טמיר
די irs publications - אזוי ווי אלע אלע גאווערמענט פאבליקאציעס - האט זייער אסאך פרטים ופרטי פרטים וואס איז נישט נוגע און איז ארויסגעווארפן צייט דאס אלעס צו ליינען

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 1:51 pm
דורך קורקלענד
א פאר וואכן צוריק האב איך געטראפען די אשכול אויף די באגלהעד פארום.
איך האב בעיסיקלי נאכגעזאגט די תמצית וואס כ'האב געדענקט אויף די מינוט.

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 2:05 pm
דורך קורקלענד
טמיר האט געשריבן:די irs publications - אזוי ווי אלע אלע גאווערמענט פאבליקאציעס - האט זייער אסאך פרטים ופרטי פרטים וואס איז נישט נוגע און איז ארויסגעווארפן צייט דאס אלעס צו ליינען

מ'קען נישט נעמען די גאווערמענט פאבליקאציעס אזוי לייכט סוף כל סוף יעדע ביכל וכדו' שרייבט נאך פון דארט און די פאבליקאציעס זענען די שלחן ערוך. די איינציגסטע וועג פון קענען גוט פארשטיין די אינס און אוטס איז נאר אויב מען ליינט עס פונעם פערדס מויל. נאכדעם קען מען ליינען אנדערע ביכער מיט כל מיני סטראטעגיעס.
ווען אימער מיין אקאונטענט האט געהאט סיי וועלעכע ספק אדער שאלה האב איך איהם אייביג געזעהן שנעל דאונלאודן די ריכטיגע פאבליקאציע און גלייך נאכקוקן. אלכס אנדערש האט שוין א דין פון כלי שני און ממילה ווען מען קומט אדורך א אינטערסאנטע חידוש פון א כלי שני דארף מען סייווי נאכקוקן וואו די מקור איז.

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 8:38 pm
דורך שמעון וואלף
די מקור איז די טעקס קאוד (IRC) וואס קאנגרעס שרייבט. די IRS פאבליקעישאנס איז אויך א כלי שני און נישט אייביג זענען זיי גערעכט מיט די וועג ווי זיי טייטשן איבער די געזעץ

נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2017 4:52 pm
דורך קורקלענד
שמעון וואלף האט געשריבן:די מקור איז די טעקס קאוד (IRC) וואס קאנגרעס שרייבט. די IRS פאבליקעישאנס איז אויך א כלי שני און נישט אייביג זענען זיי גערעכט מיט די וועג ווי זיי טייטשן איבער די געזעץ

פאר איינער וואס וויל זיך לערנען הלכות שטייערן איז די טעקס קאוד זייער א שוואכע מקור מפני כמה טעמים.