דער קעיס פאר בכלל נישט שטימען אין די וואלן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4540 מאל

דער קעיס פאר בכלל נישט שטימען אין די וואלן

שליחה דורך העניך »

אסאך איז געשען אין דער פאליטישער וועלט זינט כ'האב געשריבן אז נישט שטימען פאר הילערי קלינטאן אדער דאנאלד טראמפ איז נישט קיין לאגישער אפציע.

דער #נעווער_טראמפ און #נעווער_קלינטאן טעות

כ'האב דעמאלט גע'טענה'ט אז א לאגישער מענטש דארף קענען מאכן א באשלוס אפילו צווישן צוויי אומבא'טעמ'טע אפציעס, און אויסוועלן די אפציע וואס איז ווייניגער שלעכט. עס איז נישט יתכן אז ביידע קאנדידאטן זאלן זיין גענוי די זעלבע שלעכט, איז אלזא וויכטיג אז מ'זאל זיך אוועקזעצן מיט ישוב הדעת און אריינטראכטן ווער עס איז דער "ווייניגערער פון צוויי שלעכטס" – לעסער אוו טו איוועלס בלע"ז. אזוי האב איך דעמאלט געטראכט.

נאר דאס לעבן איז א "ווארק אין פראגרעס" און מ'לערנט זיך וויאזוי אנצוקוקן זאכן מיט נייע פערספעקטיוון, און אויך דא האב איך אנגעפאנגען איינזען דעם אנדערן צד. קודם כל, ווער זאגט אז מ'קען נישט זאגן אז ביידע זענען גענוי די זעלבע שלעכט? די צוויי קאנדידאטן טויגן נישט פאר גענצליך אנדערע סיבות. פארוואס זאל עס דען זיין אזוי פשוט אז מ'זאל קענען גרינג מחליט זיין ווער עס איז ערגער. וואס איז ערגער, א פארפוילטע באנאנע אדער פארשימלטע ברויט? כ'קען הערן סברות לכאן או לכאן, און אוודאי איז עס נישט אזוי גרינג צו קומען צו א באשלוס.

אלזא, יא, כ'קען הערן די סברא אז ביידע קאנדידאטן זענען געפערליך, און ליבערשט נישט שטימען פאר קיינעם פון זיי.

נאך א סברא קעגן שטימען פאר סיי וועמען פון די קאנדידאטן: לאמיר זיך נישט נארן, טראץ דעם וואס יעדער רעדט פון דער וויכטיגקייט פון גיין שטימען איז דער שאנס אז כ'וועל געווינען א לאטערי מסתמא גרעסער ווי אז איך וועל האבן די שטימע וואס וועט דעצידירן די אויסגאנג פון די וואלן. אפילו לאמיר זאגן כ'האב מחליט געווען אז קלינטאן איז עטוואס בעסער ווי טראמפ, איז דער חילוק אפשר נישט אזוי גרויס אז כ'זאל נעמען די מי צו גיין שטימען אויפ'ן שאנס אז מיין שטימע וועט זיין דאס וואס מאכט דעם דיפערענץ.

כ'נעם ניטאמאל די מי צו צאלן א דאלאר פאר דעם שאנס צו געווינען צענדליגער מיליאנען אין דער לאטערי, זאל איך נעמען די מי צו גיין שטימען פאר דעם מיקראסקאפיש-קליינעם שאנס אז אפשר וועל איך דעצידירן די וואלן?

איינמאל מ'אנערקענט אז גיין שטימען איז בעצם אן אקט פון גאר קליינעם אימפאקט, פארוואס זאל איך נישט שפירן גוט ביי מיר אז איך האב נישט קיין חלק אין ארויפשטעלן פלוני אדער פלונית אויפ'ן פרעזידענטליכן בענקל? פארוואס זאל איך נישט קענען האבן די הנאה אז ווען כ'וועל מיך עסן דאס געזונט מיט די מיאוס'ע אקטן פון דעם קומענדיגן פרעזידענט זאל איך קענען זאגן, שלום עלי נפשי – דאס האט גארנישט מיט מיר?

דערפאר, הער איך שטארק די סברא אויף בכלל נישט גיין שטימען אין די קומענדיגע וואלן. איך אליין וועל יא גיין שטימען פאר הילערי קלינטאן, הגם כ'האלט אז זי איז א גאר פעלערהאפטיגע קאנדידאטקע, איז זי אבער פיל בעסער פון איר קעגנער – גענוג מיך ארויסצושלעפן צו דער שטים-בודקע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום העניך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר