בלאט 1 פון 3

קאווע שטיבל פרעזענטירט: "אסיף" (וועקער #6, חשון תשע"ז)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:13 am
דורך [NAMELESS]
ברוך ה' שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!

עס איז מיר א גרויס כבוד צו פרעזענטירן פאר אייך דעם לאנג ערווארטעטן מעכטיגן אויסגאבע "אסיף" - א פראיעקט פון "דער וועקער" (חשון תשע"ז), מעשי ידיהם להתפאר פון אונזערע באליבטע פריינט, די סאמע געלונגענסטע מוחות און בעסטע פעדער'ס פון 'קאווע שטיבל', און גראפירט דורכן גלגול חדש פונעם באקאנטן ארטיסט - החכם [tag]פיקאסא[/tag] הי"ו. ווי אויך קומט א דאנק פאר החברים היקרים [tag]שמעקעדיג[/tag], [tag]ליפא[/tag], [tag]פליקער[/tag] און [tag]אבטולמוס[/tag], פאר זייער הילף.


א באזונדערע שמחה דריקן מיר אויס מיטן ערשיינונג פונעם יעצטיגן 'אסיף' אויסגאבע, וואס איז ענדערש ראוי לאיצטלא 'בוך', באשטייענדיג פון גאנצע 220 זייטן, און איז אנגעפאקט מיט 21 הערליך-שיינע אטעם-פארכאפנדע לענגערע ארטיקלן.


איך קען נישט גענוג באטאנען די אומערמידליכע ארבעט און אומצאליגע שעות וואס איז אריינגעגאנגען דערינען, און מיר האפן אז איר וועט אלע הנאה האבן דערפון. גלייכצייטיג ווילן מיר בעטן, עס איז אן עבירה אז די רייכע קאלירן זאלן פארלוירן גיין, פרינט ביטע ארויס דעם שיינעם זשורנאל "אסיף/דער וועקער" אין א קאלירטן פארמאט פאר אייער פולער הנאה.


מיר האפן אז עס איז שוין יעצט דא די מעגליכקייט עס צו באשטעלן אויף עמעזאן, אבער צומאל מאכן זיי קונצן ביז ס'ווערט ארויפגעלייגט, און אין אזא פאל וועט עס גאר בקרוב זיין אויף עמעזאן [קאלירט, און שווארץ/ווייס], און וועט באזונדער געמאלדן ווערן.

גלייכצייטיג טוען מיר בעטן, אונזער הארעוואניע וועט זיך אויסצאלן נאר אויב עס וועט דערגרייכן וואס ווייטער מעגליך. זאל זיך יעדער פארנעמען דאס צו שיקן ווייטער פאר וועם ער קען נאר, כדי דאס זאל האבן א הילכיגע ווידערקלאנג אין גאס.


ליינט און האט הנאה!



ווי עס וואונטשט,
אייער פריינט - אדנירם

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:18 am
דורך [NAMELESS]
אנווייזונג וויאזוי ארויסצופרינטן דעם זשורנאל אלס BOOKLET [געשריבן אין ענגליש, צוליב די פילע ענגלישע טערמינען]:

[left]Under Page Sizing & Handling, choose Booklet
Select Auto-Rotate Pages to automatically rotate each page, if you don't have an auto rotate printer, folow the instruction on screen
IMPORTANT: make sure binding is set to RIGHT[/left]

ליינט דא מער דעטאלירט, מיט בילדער.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:19 am
דורך [NAMELESS]
ענדליך איז מען געקומען צום שכל: ניין דאלאר.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:21 am
דורך שמעלקא'לע
געקומען צום שכל, און צום טאש...
:like :like :like

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:23 am
דורך [NAMELESS]
בעפאר מ'רעדט זיך איין אז איינער איז 'געקומען צום שכל', לאמיך דא שנעל קלארשטעלן.

צו דרוקן אזא ריזן אויסגאבע, א בוך פון 220 זייטן, קאסט אונז אזויפיל געלט אז מ'מוז בעטן 9 דאלער. פאקטיש קומען נישט אריין רווחים פון אזא פרייז, און מיר טוען דאס אויסדריקליך נאר צו סערווירן די לייענער.

צו 'שטיצן' די מוסדות, קען מען שיקן געלט אין פעיפעל...
דורכן צאלן די ניין דאלער שטיצט מען נישט די רעדאקציע אפילו בפרוטה אחת! ס'איז נאר לזכות את הרבים.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:28 am
דורך שמעלקא'לע
אדנירם האט געשריבן:בעפאר מ'רעדט זיך איין אז איינער איז 'געקומען צום שכל', לאמיך דא שנעל קלארשטעלן.

צו דרוקן אזא ריזן אויסגאבע, א בוך פון 220 זייטן, קאסט אונז אזויפיל געלט אז מ'מוז בעטן 9 דאלער. פאקטיש קומען נישט אריין רווחים פון אזא פרייז, און מיר טוען דאס אויסדריקליך נאר צו סערווירן די לייענער.

צו 'שטיצן' די מוסדות, קען מען שיקן געלט אין פעיפעל...
דורכן צאלן די ניין דאלער שטיצט מען נישט די רעדאקציע אפילו בפרוטה אחת! ס'איז נאר לזכות את הרבים.

אדרבא ואדרבא הרב שש, אפשר דערציילסטו אונז אביסל איבער די השתלשלות פונעם אסיף, וויאזוי ס'גייט צו די קלויבן ארטיקלען, רעדאקטירן, גראפיקירן און דרוקן, אז מיר זאלן טאקע אביסל בעסער פארשטיין צו שעצן די שווערע ארבעט און צולייגן נאך אפאר גרייצער צום קעסע פונעם מוסדות?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:30 am
דורך [NAMELESS]
קלארשטעלונג: איך מיין דא לטובה! "שכל" מיין איך טאקע אקוראט דאס וואס שש זאגט דא, ס'איז נישט געווען יושר ביז היינט און איך האלט אז מען וואלט דאס שוין געמוזט בעטן ביים ערשטן וועקער.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:36 am
דורך כוכב
אויסנאך רייכער תוכן, און הערליכע גראפיקס.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:47 am
דורך Bpjew
גייט זיין ביי 49?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:51 am
דורך רויטע וואנצעס
היינט איז ביי מיר "חג ה'אסיף"!


הערליך, משוגע, מורא'דיג, געוואלדיג, טאלאנט, גראפיקס, אויסלייג, היסטאריש, פיקאסא, אדנירם.

אאפס.. שיעור פארגעסן:

א ריזן יישר כח!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:57 am
דורך רויטע וואנצעס
שש, אפילו וועסט שיסן איינעם אויף פיפטע עוועניו, וועל איך נאך אלץ בלייבן א חסיד פון דיר.

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "אסיף" (וועקער #6, חשון תשע"ז)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:58 am
דורך קל וחומר
רויטע וואנצעס האט געשריבן:שש, אפילו וועסט שיסן איינעם אויף פיפטע עוועניו, וועל איך נאך אלץ בלייבן א חסיד פון דיר.

סיידן אויב ער שיסט דיך...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:59 am
דורך פליקער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:היינט איז ביי מיר "חג ה'אסיף"!


הערליך, משוגע, מורא'דיג, געוואלדיג, טאלאנט, גראפיקס, אויסלייג, היסטאריש, פיקאסא, אדנירם.

אאפס.. שיעור פארגעסן:

א ריזן יישר כח!

איך גיי נישט ארבייטן היינט, פארוואס נישט עלעקשן דעי פרעגט מיר איינער, ניין עס איז חג האסיף, ווד"פ, אה מסתם וואוסטו פאר טראמפ.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 12:02 pm
דורך [NAMELESS]
Bpjew האט געשריבן:גייט זיין ביי 49?

יא.

אי"ה ביז צוויי-דריי טעג ארום, האפן מיר אז עס וועט שוין זיין צו באקומען ביים ניוז סטענד.

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "אסיף" (וועקער #6, חשון תשע"ז)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 12:08 pm
דורך קל וחומר
אזא אויסגאבע איז נאך אין אידישע היסטאריע נישט געווען!

סיי מצד די מאס רייכע ארטיקלן.

סיי מצד די סאמע בעסטע שרייבער.

סיי מצד די אפענקייט צו כמעט אלע סארט תוכן (וואס אידישקייט דולט, כמובן).

סיי מצד די רייכע און ריינע גראפיקס.

סיי מצד די פאקט אז עס איז בחינם על אף די ביטער שווערע ארבעט פון די רעדאקטירער.

"דער אויסגאבע מאכט היסטאריע!"

בואו ונחזיק טובה למוציאי לאור את ההר הטוב והלבנון הזה ע"י השתתפות בממון יותר כפי יכלתנו כדי שנוכל לקבל עוד מן הטוב והמטיב הזאת.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 12:34 pm
דורך [NAMELESS]
אין א פריידיגער אנטוויקלונג וויל איך דא מעלדן פארן גאנצן עולם, אז מיר האלטן אינמיטן מסדר זיין א פלאץ אין וויליאמסבורג וואו מ'זאל קענען קויפן דעם מעכטיגן אויסגאבע 'אסיף'.

סטעי טונד פאר ווייטערדיגע פרטים!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 12:42 pm
דורך שמעלקא'לע
און וואס איז מיט אפסטעיט?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 12:44 pm
דורך ווייל אזוי
וואס טוט זיך מיט מאנסי?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 3:26 pm
דורך ירח בן יומו
אדנירם האט געשריבן:אין א פריידיגער אנטוויקלונג וויל איך דא מעלדן פארן גאנצן עולם, אז מיר האלטן אינמיטן מסדר זיין א פלאץ אין וויליאמסבורג וואו מ'זאל קענען קויפן דעם מעכטיגן אויסגאבע 'אסיף'.

סטעי טונד פאר ווייטערדיגע פרטים!

איך מיין אז צימערמאן איז א גוטע אדרעס. ער וועט זיכער מסכים זיין צו פארשפרייטן זיין בילד און ווארט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 5:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיט גרויס פרייד קען איך מעלדען אז מ'קען קויפען דער נייעם וועקער אויף עמעזאן.

די קאלירטע ווערזיע קען מען קויפען דא

דער שווארץ און ווייס ווערזיע קען מען קויפען דא

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 5:39 pm
דורך שמעקעדיג
Currently Unavailable

No price

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 5:49 pm
דורך הוגה
[justify]איך האב דערווייל נאכנישט געהאט א געלעגנהייט צו ליינען די ארטיקלן (אויסער מיינע צוויי) אבער איך בין שנעל אריבער די גאנצע חיבור און עס איז עפעס אויסערגווענטליך! די שלל פון נושאים וואס ווערן דא געדעקט מיט אזא ברייטקייט טרעפט מען נישט ערגעץ אנדערש. די אויסשטעל און גראפיקס איז הערליך שיין, פול מיט אויסנאם געניאלע איידיעס. עס דערקענט זיך אז עס ליגט דערין א געוואלד מיט ארבייט און פראפעסיאננאליזם. דער [tag]פיקאסא[/tag] איז אן ארטיסט איינס אין דער וועלט!

א גרויסע יישר כח פארן מנהל הפרויקט [tag]אדנירם[/tag], עוסק לילות כימים למען הצלחת הוועקער בשלימות און פאר אלע מיטארבייטער.


.[/justify]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 6:01 pm
דורך מאטי
גם אני מצטרף לכל הנ"ל.. שש דו ביזט א חידוש אין די בריאה.

בד"וו דארפסט אפדעיטן דיין חתימה.