א קרבן פון יענע מעשה – 'יענע מלמד' (וועקער 6)
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 12:17 pm
[justify]אברמי איז געווען א נאנטע חבר מיינע. אברמי איז געווען א פיינע איידעלע יונגל מיט א געוואלדיגע התמדה און אומשאצבארע כשרונות. אברמי איז געווען א געשמאקע לעבעדיגע יונגל מיט וועמען מ'האט געאמפערט זיך צו חבר'ן און שפילן. אברמי האט אויפגעלאכטן און אויפגעלעבט א צימער אין וועלכע ער האט נאר אריינגעטרעטן. איך שרייב אז אברמי איז "געווען", ווייל אברמי איז שוין ליידער מער נישט דא. אברמי איז צו אונזער ווייטאג אוועקגעריסן געווארן פון אונז צוויי מאל, איין מאל אין כתה ט' און נאך אמאל ביי די ניינצן יאר.
לאמיר אייך דא מיטטיילן דברים כהווייתן.
אזויווי איך האב שוין געשריבן, אברמי איז געווען אן אויסערגעווענטליך קינד מיט שטארקע כשרונות, באליבט ביי אלע זיינע מלמדים און חברים. ווען מען פרעגט ווען איינעם דעמאלטס וויאזוי אברמי'ס לעבן וועט אויסזעהן אין די צוקונפט, וואלט מען אייך געענטפערט אז ער וועט זיין אדער א מגי"ש אין א ישיבה גדולה, אדער גאר א ראש ישיבה, און אויב עס וועט אים זיין באשערט אריינצוגיין אין מסחר וועט אים די הצלחה זיכער שיינען.
ער איז געווען דער בעסטע קינד אין קלאס. ער האט אבער אויך געהאט די כאראקטאר צו קענען פון צייט צו צייט אונטערדרייען עפעס א גוט שטיקל. ער האט געהארעוועט בשעת די סדרים ווי אויך ביינאכט און שבת קודש מיט א התמדה רבה, אבער ביי לאנטש און ביי ריסעס האט ער געהאצקעט ווי די בעסטע פון אונז. ער האט באקומען א הונדערט אויף א יעדע בחינה, געקענט פערפעקט ביי א יעדע פארהער, געווען אלעמאל באצייטענס און ער איז אויך געווען די בעסטע ביי ספארטס, גלחים און ביי קאפס-ענד-ראבערס.
אברמי איז געווען א גאר פרייליכע קינד, אלעמאל האט ער געהאט א לכה"פ א שמייכל אויפן פנים און א לאך אויף די ליפן. דאס איז טראץ דעם וואס ער האט נישט געהאט די גרינגסטע לעבן. איך וויל נישט אריינגיין אין צופיל פרטים, אבער זיין משפחה איז נישט געווען פון די רייכסטע, ווייט פון דעם, אויך נישט פון די מכובד'יגסטע (רייך מיט כבוד גייט דאך צוזאמען). זיי האבן געוואוינט אין א ביליגע גוי'אישע געגנט ווייט ארויס פון די היימישע געגנט. אבער דאס האט נישט געהאט קיין שום השפעה אויף זיין אנגעזעענקייט אין די כתה. צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות איז ער געווען פאררעכנט פון די פירער פון די קלאס.
אלעס איז פיין געפארן מיט אברמי, עס האט אים געווארט א גלענצענדע צוקונפט ברוחניות ובגשמיות. עס האט אים ערווארטעט גרינגע ישיבה יארן, א שיינע שידוך, און לכאורה אויך א פיינע פראדוקטיווע לעבן ברענגנדיג א משפחה מיט קינדער און מן הסתם אייניקלעך כיוצא בו. יא, אלעס איז פיין געפארן ביז....
ביז כתה ט'!
אין כתה ט' איז אונזער קלאס אריין צו א מלמד, א איד א גרויסע תלמיד חכם, אן אמת'ע ערליכע איד אבער א שרעקליכע טשעפעניאק און א גרויסע שלעגער. דער מלמד איז געווען א געשמאקע מלמד, ער האט זיך כסדר געוויצלט אין זיין קלאס און די קינדער האבן אסאך געלעאכט און געהאט fun. דאס איז אויסער אויב דו ביסט געווען unfortunate צו זיין פון זיינע צוויי דריי יערליכע קרבנות. א יעדעס יאר האט דער מלמד זיך געכאפט א צוויי דריי קינדער וועם ער איז דערגאנגן די יארן עד דכדוכו של נפש, גערודפ'ט, חוזק געמאכט און געשלאגן מכות אן קיין רחמנות.
דאס יאר איז אברמי געווען זיין קרבן, אבער נישט סתם א קרבן, נאר א קרבן עולה כליל תקטר.
וועט איר זיך דאך אוודאי וואונדערן וואס איז שייך צו טשעפענען און חוזק מאכן פון אברמי? ער איז דאך אזא געשמאקע לעבעדיגע קינד, ער קען גוט לערנען, ער איז א מתמיד און א אהוב לכל. וואס איז שוין דא צו רודפ'ן אזא קינד? דער ענטפער איז אז אברמי האט געהאט אביסל א פאני קוויטשעדיגע קול. מיר זענען שוין אלע געווען צוגעוואוינט דערצו פון אלס קליינע קינדער און מיר האבן עס כמעט נישט באמערקט. אמאל אמאל האט א קינד געקענט פאר א וויץ עס נאכמאכן, אבער עס איז געמאכט געווארן אויף א פריינטליכע אופן (וואס איז אויך נישט ריכטיג).
דער מלמד האט כמעט פון די ערשטע טאג אנגעהויבן צו נאכמאכן אברמי'ס שטימע אין קלאס און חוזק מאכן דערפון. פארשטייט זיך אז די קינדער האבן געוואלט געפעלן דעם רבי, האבן זיי מיטגעלאכט מיט די וויץ, און אברמי אליינס האט אויך מיטגעלאכט. וואס דען זאל ער טון? עס פאסט דאך נישט אז א קינד זאל וויינען. און ער האט גוט געוואוסט אז אויב ער וויינט, וועט ער סך הכל געבן פאר די רבי נאך עפעס צו שפעטן פון אים.
דאס איז אזוי אנגעגאנגן א גאנצע יאר כמעט אן אויפהער. אברמי, זייענדיג די ציל-ברעט פון חוזק וליצנות האט אנגעהויבן צו שפילן די clown ראלע וואס זיין רבי האט אים געגעבן, ער פלעגט אליינס שפעטן פון זיין קול און מאכן מאדנע קוויטשעדיגע קולות סיי ביי הפסקה און אמאל אינמיטן קלאס. ווען ער האט דאס געטון האט די רבי אים גלייך מעניש געווען, צומאל מיט מכות אכזריות. וואס הייסט? א רבי מעג מאכן א וויץ, א קינד טאר נישט.
די אלע רדיפות האבן נישט אפגעשטעלט אברמי'ס התמדה און געשמאקקייט, און ביים סוף פון כתה ט', ביי די יונגע בליענדע עלטער פון דרייצן יאר, האט זיך אברמי פארהערט גאנץ מסכת גיטין (האלב דערפון מיט תוספות) בע"פ ישר והפוך, און מען האט אים נישט געקענט כאפן ביי איין טעות. דער פארהער איז פארגעקומען בפני קהל ועדה, די מנהלים ומלמדים און קינדער פון די חדר זענען אלע געזעצן דארט מיט אפענע מיילער, און נישט געקענט גלייבן וואס זיי זעען און הערן.
אבער ביי סוף פון כתה ט' האט מען שוין אנגעהויבן דערקענען עפעס אן ענדערונג אין אברמי.
אברמי איז שוין געווען דער clown, אברמי מיט די פאני שטימע. אברמי האט זיך נאריש געמאכט אסאך. ביים סוף פונעם יאר,פון איין טאג צום אנדערע, האט זיך אברמי'ס שטימע געטוישט צו אן ערוואקסענע גראבע שטימע. די קאנטראסט פונעם טויש פון קוויטשעדיגס צו א גראבע באסס האט נאר געגעבן נאך שטאפיר פארן מלמד חוזק צו מאכן פון אברמי. דער מלמד האט אויך געשפעט פון אברמי'ס עלטערנס פרנסה, וואס איז נישט געווען בדרך כבוד לויט די קאמיוניטי'ס סטאנדארטן.
די קינדער פון די כיתה האבן שוין דעמאלס אנגעמערקט אז עפעס גייט פאר מיט אברמי, עפעס דראסטיש געשעהט צו אים און מיר האבן אלע דעמאלס פארשטאנען אז עס איז א דירעקטע תוצאה פון דער חשוב'ער מלמד'ס רדיפות.
די שטארקע תוצאות האבן זיך אבער הערשט ארויסגעוויזן דעם קומענדע יאר ווען מ'איז אריבער צו ישיבה קטנה. אברמי איז געווארן א צוריקגעצויגענע בחור, ער איז שוין נישט געווען די בעסטע פון די קלאס. ער פלעגט נאך ווערטלן פון צייט צו צייט אבער עס איז מער געווען א ביטערע געלעכטער.
די חברים וואס האבן געדענקט 'דער אברמי פון אמאל', האבן זיך ווייטער גע'חבר'ט מיט אברמי ווי געהעריג, און האבן אים פארשטאנען אז ער האט מיטגעמאכט א שווערע יאר. די מגי"ש ומחנכים פון די ישיבה קטנה האבן אבער נאר געקענט דעם נייעם אברמי און זיי האבן גארנישט געוואוסט איבער זיין פאריעריגע מיטמאכענישן. זיי האבן ס"ה געזעהן א פוילע בחור, א לץ וואס האלט ביי גארנישט, און זיי האבן אים באהאנדלט ווי אזאנס, און דאס האט נאר צוגעגאסן זאלץ צו די אפענע וואונדן.
מיר יונגע בחורים האבן געזעהן ווי דער בחור ווערט פריש גע'שחט'ן פון טאג צו טאג, מיר האבן געזעהן ווי אונזער אברמי גייט צוגרונד, אבער וואס האבן מיר געקענט טון?
ביז צום סוף פון די ערשטע יאר אין ישיבה קטנה, איז אברמי ל"ע אריבער – וואס האט אויסגעזעהן צו אונז ווי – א גענצליכע נערוון בראך, פון וועלכע ער האט זיך קיינמאל נישט ערהוילט. בעסער ארויסצוברענגען לאמיך זאגן, אז די טייערע ליכטיגע געשמאקע געלונגענע אברמי האט אנגעהויבן זיין יציאת נשמה ביי די דרייצן, און עס האט זיך פארצויגן ביז די ניינצן.
דורכאויס די ישיבה קטנה וגדולה יארן האט אברמי'ס צושטאנד געהאט עליות וירידות. עס זענען אדורך גאנצע חדשים וואס מיר האבן אים נישט געזעהן פאר די אויגן, מיר האבן זיך פארגעשטעלט אז ער איז אין א גייסטישער אנשטאלט. דערנאך האט ער זיך געקענט דרייען פאר חדשים בין כותלי הישיבה. איין טאג האט ער געלערנט פלייסיג, און די נעקסטע טאג איז ער געזעצן אליינס אין א שטילע צימער מיט א בוך אדער א צייטונג. ביי אונז חברים איז ער אבער אלעמאל געבליבן אונזער חבר אברמי פון די כיתה.
טרערן קומען מיר אין די אויגן ווען איך דערמאן מיך יענע שווארצע נאכט, ארום איינס אדער צוויי אזייגער פארטאגס באקום איך א טעלעפאן רוף פון א חבר מיינע. דערשראקענערהייט הייב איך אויף די טעלעפאן און ער זאגט: "ס'איז דערנאך מיט אברמי"! כאילו מיר האבן געווארט פאר דער טעלעפאן קאל פאר די לעצטע זעקס יאר.
ער האט מיר נישט געדארפט זאגן וויאזוי אברמי איז געגאנגען, איך האב גוט געוואוסט אז ער איז נישט אוועק פון א לונגען-אנטצינדונג, איך האב געוואוסט אז ער איז נישט אוועק פון "יענע מחלה". אברמי איז אוועק פון "יענע מלמד"!!!
יענער נאכט האב איך שוין קיין אויג נישט צוגעמאכט. איך האב נאך יענע טאג געהאט א פיינע שמועס מיט אברמי. איך האב נישט געקענט אויפהערן וויינען. איך האב געוואוסט אז אברמי איז סוכ"ס אנגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה נאך א שווערע זעקס יארן פון זיין פארשטויסן און פארוואגלט. איך האב געוויינט פאר אלע צרות וואס אברמי האט מיטגעמאכט די אלע יארן. איך האב געוויינט פאר די רדיפות וואס אברמי האט געכאפט אין כיתה ט' און מיר האבן אים נישט געקענט העלפן. איך האב געוויינט פאר דער געוואלדיגע אברמי מיט זיינע קינדער און קומענדע דורות וואס וועלן נישט זיין.
די נעקסטע טאג ביי די הארצרייסנדע לויה, האבן זיינע הונדערטער חברים וידידים און קרובי משפחה אים באגלייט צום לעצטן רו ארט. נאכן קבורה אין פעלד האבן מיר זיך צוזאמגענומען א גרופע חברים, און פאררופן אן אסיפה אויף יענע נאכט, וואו מען וועט זיך אדורכשמועסן וואס מיר חברים קענען טון צו פאראייביגן אברמי'ס זכרון.
[center] [/center]
ביי די אסיפה איז ארויפגעברענגט געווארן א געניאלע הצעה, צו וואס מיר האבן אלע מסכים געווען. מיר וועלן אלע שאפן געלט און אויפשטעלן אן ארגעניזאציע, וואס וועט צושטעלן אזעלכע מומחים ווי סאציאלע ארבעטערס וכדומה אין די חדרים און ישיבות. זייער ארבייט וועט זיין צו דערקענען ווען א קינד אדער א בחור גייט דורך אזעלכע פראבלעמען ורדיפות אדער אנדערע עמאציאנאלע פראבלעמען, וואס קענען צופירן צו אזעלכע תוצאות אזויווי ביי אברמי, און זיי וועלן ארויסהעלפן די קינדער גענוג פרי און באצייטנס, ווען עס איז נאך מעגליך אינגאנצן צו פאררעכטן. (היינטיגע טעג פארמאגן שוין אסאך מוסדות אזעלכע איינגעשטעלטע, אבער דעמאלס איז עס נישט געווען בנמצא).
מיר האבן זיך אדורכגעשמועסט מיט פראפעסיאנאלן, און אויסגעארבעט פונקטליכע פלענער וויאזוי עס אויסצושטעלן. ווי נאר מיר האבן אבער אנגעהויבן צו רעדן צו די מנהלי וראשי המוסד, האבן מיר באלד געזעהן אז עס איז נישט דא מיט וועם צו גיין צום טיש, זיי האבן נישט געהאלטן ביים מיטארבעטן. עס איז מעגליך אז די סיבה איז געווען, ווייל זיי האבן מורא געהאט אז עס גייט זיי קאסטן געלט, אדער האבן זיי פשוט נישט געוואלט אז ניינצן און צוואנציג יעריגע ראצערס זאלן זיי איינטיילן וואס צו טון. מער מסתבר איז, אז ווי געווענטליך האבן די ראשי המוסד מורא געהאט פונעם "זיך נישט רירן קיין זיז כל שהוא פונעם אלטע דרך".
מיר זענען געווען מורא'דיג צובראכן דערפון. מיר האבן שוין מקריב געווען איין קרבן משלנו צוליב דער מהלך, און איבער די יארן זענען מערערע קרבנות אומגעקומען פון אט דעם אלטן דרך. וויפיל איז די שיעור? אבער היות מיר האבן געזעהן אז ס'נישט דא מיט וועם צו רעדן, האבן מיר מחליט געווען צו לאזן שרייבן א ספר תורה לזכרונו פון אונזער אומפארגעסליכע אברמי.
איבער א יאר פרשת שופטים האט מען פארענדיגט שרייבן דעם ספר תורה, און מען האט אריינגעפירט די ספר תורה ברוב פאר והדר בתופים ובמחולות, צום בית המדרש פונעם ישיבה ווי אברמי האט געלערנט און זיך געדרייט אין די לעצטע יארן פון זיין קורצע לעבן. מיר - חברים פון אברמי - האבן זיך גאר שטארק געפרייט מיט דעם הכנסת ספר תורה, מיר האבן געפילט אז דאס איז די ווייניגסטע וואס מיר האבן געקענט טון לזכרונו ולעילוי נשמתו.
שבת צופרי פרשת שופטים איז פארגעקומען א געשעעניש וואס האט צוטרייסלט דעם גאנצן ציבור, נישט נאר די בחורים און איינגעשטעלטע פון די ישיבה, נאר אלע וואס באלאנגען צו דער קהלה, ווי אויך סתם מענטשן אין די גאס האבן גערעדט פון דעם מיט גרויס אויפשוידערונג. בשעת קריאת התורה, ווען מען האט דאס ערשטע מאל געליינט אין אברמי'ס ספר תורה האט זיך דער בעל קורא פלוצלינג אפגעשטעלט אינמיטן ליינען, ווייל מ'האט געטראפן טעות וואס איז באלד נתברר געווארן אלץ א טעות וואס פסל'ט די גאנצע ספר תורה.
ווען מ'האט זיך צוגעשטופט צו זען דעם טעות, האט מען געזעהן אז עס איז אין די פסוק: "וְעָנוּ וְאָמְרוּ יָדֵינוּ לֹא שָׁפְכוּ אֶת הַדָּם הַזֶּה".
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
(די גאנצע געשיכטע איז אמת, ויותר ממה שקראתי לפניכם קען מען נישט שרייבן מפני הכבוד. קליינע מינדערוויכטיגע דעטאלן קענען זיין געטוישט צוליב דעם וואס עס זענען שוין פאראיבער א שיינע פאר יאר זייט די געשיכטע).
.[/justify]