בלאט 1 פון 1

דריי מאל געוואונטשן (אסיף/וועקער #6)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 12:49 pm
דורך [NAMELESS]
[center]א.[/center]

שיקאגא, אלול תשמ"ט.

'עס איז שוין 9:45 ביינאכט, פופצן מינוט נאך אונזער אפגעשמועסטער "אפוינטמענט", וואס גייט דא פאר?', האט דאקטאר ד. געטראכט צו זיך, היבש גערעגט אויפן 'צווייטן צד' וואס האט זיך נישט צוגעשטעלט צום אפגעשמועסטן צייט.

צען אזייגער ביינאכט, האט דער דאקטאר - א יעקישער פערזאן - זיך אזוי גערעגט, אז ער האט אנגערופן זיין ווייב און איר געזאגט, אז ער קומט שוין אהיים. "א חוצפה! מ'געבט מיר א צייט – 9:30, איך בין שוין דא געווען פינף מינוט פריער, און למעשה זענען זיי שוין א האלבע שעה שפעט! גענוג איז גענוג".

זיין ווייב'ס אנטווארט איז געווען קורץ, אבער שארף: "האנני, יו אר נאט קאמינג האום ביפאר יו טאלק טו הים! ביי ביי!" - - -

[center]***[/center]
דאקטאר ד. [נאמען געהיטן אין רעדאקציע. איך ווייס ווער דער מדובר איז], אן 'איינשלעפער', אדער בעסער באקאנט מיטן ענגלישן טיטל - אן anesthesiologist, אין איינע פון די בארימטע שפיטעלער אין שיקאגא, איז אן ארטאדאקסישער איד, א יעקישער אפשטאמיגער און היבש פארביסענער מתנגד. ער קען נישט קיין רבי'ס, ער גלייכט נישט קיין חסידים, און זעט זיי טאקע קוים פאר די אויגן.

ער איז אן ערליכער איד, א שטול-פארטרעטער פארן געווענליכן בעל קורא, און א קובע עתים לתורה.

אבער קובע עתים לתורה איז ער נאר אדאנק א מעשה שהיה, און דייקא א חסיד'ישע רבי איז שולדיג אין אים מאכן קובע זיין עתים לתורה.

[center]***[/center]
"מיר האלטן שוין איבער צען יאר נאכן חתונה, און מיר האבן נאכנישט זוכה געווען צו א בן זכר. איך האב געהערט אז א גרויסע צדיק איז דא אין שטאט, גיי ביטע אריין צו אים און נעם א ברכה אז מיר זאלן האבן א יונגעלע בעיבי" – נאום, מרת ד. צו איר מאן דער דאקטאר.

ער האט רעאגירט מיט א געלעכטער: "א ראביי? א 'חאסידיק ראביי'? מיינסט טאקע אז ער קען עפעס אנוואונטשן? זיין ברכה איז עפעס מער ווערד ווי א צווייטנס ברכה? איי'ם נאט גאואינג טו דעט ראביי, דזשאסט פארגעט עבאוט איט!".

איר שארפע בליק האט אים פארשטיין געגעבן, אז דאסמאל וועט זי נישט נאכגעבן.

ווי אין די ביכלעך פון די 'דערציילונגען פון צדיקים', געמאהלט דורך הכטקופף. ממש אזוי האט זיך דא איבערגעשפילט אפאר הונדערט יאר נאך די מעשיות פון דעם בעש"ט זעלבסט.

ער לאכט פון רבי'ס, גלייבט נישט אין קיין מופתים, און זי – א תמימות'דיגע אידענע, ווייסט נישט פון קיין חכמות, האט אמונת צדיקים, און שטופט דעם מאן נגד רצונו – "גיי נעם א ברכה פונעם רבי'ן"!

און אזוי האט זיך דאקטאר ד. געטראפן רופן דעם גבאי'ן פון רבי'ן, צו מאכן אן אפוינטמענט ווען ער זאל קענען אריינגיין צום רבי'ן פאר א ברכה. די זמן איז אפגעשמועסט געווארן אויף מוצאי שב"ק, 9:30 ביינאכט.

ביים גבאי'ן האט עס געמיינט, נישט פריער. ביים דאקטאר האט עס געמיינט, נישט שפעטער.

[center]***[/center]
ווען דער יעקישער דאקטאר איז אנגעקומען פינף מינוט פריער פונעם אפגעשמועסטן צייט, האט ער אייגנטליך ארויסגעגעבן זיין אידענטיטעט ווי ווייניג ער האט ארויס דעם חסיד'ישן סיסטעם. אבער אפילו ווען ער וואלט נישט געווען אזא יעקע, קען מען רואיג אננעמען אז ער וואלט געווען שאקירט צו דארפן ווארטן אפאר שעה – נאכן באקומען אן אפגעשמועסטן צייט פאר אן אפוינטמענט.

אבער אט דאס איז וואס עס פאסירט, ווען מ'דארף אריינגיין צו – דעם היינט צוטאגיקן זקן צדיקי הדור - דער סקולענער רבי שליט"א [דאן נאך א היבש יונגער רבי, עטליכע יאר נאך זיין טאטנס פטירה].

ווען דאס פאסירט צו אזא יעקע ווי אונזער דאקטאר ד. גייט ער זיך רעגן דערויף עד היום הזה, זיבן און צוואנציג יאר שפעטער...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 12:51 pm
דורך [NAMELESS]
[center]ב.[/center]

דער זייגער קלאפט 10:30 ביינאכט.

אין א געווענליכן נאכט, שלאפט שוין גאנץ משפחת ד. אזוי שפעט. ווי רעגולערע מאדערן-ארטאדאקסישע אידן, איז א טאג – טאג, און נאכט – נאכט. קיינע שמחות, טיי אווענטן, מלוה מלכה'ס, דיננער'ס, און וואכנאכטס. אבער יעצט איז שוין 10:30, און מ'זעט נישט קיין צייכן און קיין שפיר פון קענען אריינגיין צום רבי'ן.

אייגנטליך, ווען ער איז אנגעקומען צום 'אפגעשמועסטן אפוינטמענט' איבער א שעה צוריק, האט ער געזען ווי עס זענען שוין דא זיבן אידן בעפאר אים... אבער די זייגער ריקט זיך שנעלער ווי די שורה.

אויפגעברויזט און מיד האט זיך דאקטאר ד. געווענדעט צום גבאי'ן, אויסגיסן זיין כעס אויפן 'אוממענטשליכקייט' פון אים אויפהאלטן א שעה! ווייניג וואס האט ער געוואוסט, אז ער איז נאכנישט האלבוועגס פאריבער מיטן ווארטן...

דער גבאי האט אים פרובירט מסביר צו זיין וויאזוי עס ארבעט אין א חסיד'ישע הויף: "אויב קומט איר 9:30 האט איר א שאנס אריינצוגיין צום רבי'ן, אויב נישט – קען מען בכלל נישט אריינקומען. חוץ מזה, מיר זענען גרייט אין צייט, אבער דער רבי איז א הייליגער איד און מיר קענען אים נישט אויסרעכענען. ווען ער איז גרייט אויפצונעמען מענטשן – לאזן מיר אריין די מענטשן אויפן פלאץ".

[center]***[/center]
ווי א טיגער אין שטייג, האט זיך דאקטאר ד. ארומגעדרייט אין ווארט צימער.

די גאנצע רבי געגייעכץ איז זרה לרוחו, ער גלייבט נישט אז ער וועט דא עפעס אויפטון בכלל, ער גייט נאר צוליב זיין ווייב'ס געבעטן וואס ער קען נישט אפזאגן, און דא דארף ער ווארטן אזוי לאנג? אין זיין לעבן האט ער נאכנישט געדארפט ווארט אזוי לאנג, נאכדערצו ביי אן 'אפוינטמענט'.

עס איז געווארן 11:00, דערנאך 11:30, שפעטער 12:00, און ווייטער 12:30. דער גבאי האט שוין באקומען זיין פארציע אפאר מאל, און האט געוואוסט אז ער האט אריינגעביסן אין א זויערן עפל. א יעקע און א מתנגד – א פאטאלע צאמשטויס.

12:45 האט זיך די טיר געעפנט, און דער דאקטאר איז א סקעפטישער אריין צום צדיק מיט א צעטל, א 'קוויטל', און א ספעציעלע בקשה זוכה צו זיין צו א בן זכר.

דער סקולענער רבי שליט"א האט אויפגעהויבן זיינע אויגן. זיי האבן געשיינט מיט איידלקייט און ליבשאפט. מיט זיין שטילן קול האט ער געפרעגט פונעם דאקטאר:

- "איר האט טעלעוויזיע אינדערהיים?".

- "יא".

- "איר זענט קובע עתים לתורה?".

- "ניין, איך בין א דאקטאר און א פארנומענער מענטש".

דער צדיק האט איינגעזינקן אין זיינע געדאנקן פאר א וויילע. א שטיקל חרדת קודש האט באנומען דעם יעקישן ארטאדאקסישן איד. דער רבי דאגה'ט פאר זיין רוחניות, קלערט ניטאמאל פון גשמיות.

ענדליך האט דער רבי אויפגעהויבן זיין קאפ, און אים ארויסגעזאגט דייטליכע דיבורים:

- "איר זאלט אויפהערן צו קוקן טעלעוויזיע, און איר זאלט קובע זיין עתים לתורה כאטש איין מאל א וואך. דער אייבערשטער וועט העלפן אז איר וועט האבן א יונגעלע!".

- "אמן", האט דער דאקטאר געענטפערט מיט קענטיגער איבערראשונג.

און דער רבי האט איינגעדרימלט.

[center]***[/center]
דער יעקישער איד, ווי נאר א יעקער, האט זיך אויסגעדרייט מיטן חשבון אהיימצוגיין. 'איך בין גוט מיד, איך זע אז דער רבי איז מיד און דרימלט, גיימער אהיים'.

א קלאפ אין פלייצע.

דער גבאי זאגט אים, אז אויב דער רבי האט אים נאכנישט אפגעזעגנט, זאל ער בלייבן ביז ווען דער רבי וועט אים אפזעגענען. דער רבי וועט זיך שנעל אויפכאפן פונעם דרימל, און אים אפגעזעגענען.

אויב שוין געווארט ביז יעצט, נו, וועט מען שוין צואווארטן נאך אביסל...

ווען דער רבי האט זיך דערוועקט נאך אפאר מינוט, האט ער אים ווידעראמאל אנגעוואונטשן:

- "איר זאלט אויפהערן צו קוקן טעלעוויזיע, און איר זאלט קובע זיין עתים לתורה כאטש איין מאל א וואך, און דער אייבערשטער וועט העלפן אז איר וועט האבן א יונגעלע!".

"אמן", האט דער איד געענטפערט א צווייט מאל, און דער רבי האט ווידער איינגעדרימלט - - -

[center]***[/center]
פארוואס האט פונקט דער יעקע זוכה געווען צו אזא מעשה?...

מיט ערנפורכט איז דער דאקטאר פארבליבן ווארטן א צווייט מאל, ביז דער רבי וועט זיך דערוועקן און אים אפגעזעגענען.

נאך אפאר מינוט, האט זיך דער רבי ווידער ערוועקט, און אנגעוואונטשן צום דריטן מאל:

- "איר זאלט אויפהערן צו קוקן טעלעוויזיע, און איר זאלט קובע זיין עתים לתורה כאטש איין מאל א וואך, און דער אייבערשטער וועט העלפן אז איר וועט האבן א יונגעלע!".

"אמן", האט דער איד געענטפערט.

דער רבי האט אים אפגעזעגנט, און דער איד איז אהיים דערציילן פאר זיין ווייב את כל אשר קרהו בדרך - - -

מיט אן ערנסטקייט האט דער איד גענצליך ארויסגעווארפן די טעלעוויזיע פון שטוב, און האט ערליכערהייט אנגעהויבן קובע זיין עתים לתורה מדי שבוע בשבוע.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 12:54 pm
דורך [NAMELESS]
[center]ג.[/center]

שיקאגא, חודש אב תש"נ.

"מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב", האבן זיך געהערט צווישנרופן ביים עולם.

די טעלעפאן ליניעס האבן געקלינגען אן אויפהער, און טרערן האבן געפלאסן אן אויפהער.

דאקטאר ד. און זיין ווייב האבן דאס ערשטע מאל זוכה געווען צו האלטן זייער אייגענעם בן זכר אויף די שויס.

ניין, נישט קיין 'בן זכר'.

נאר א "דרילינג-יונגלעך"!

נישט אדורך קיין יאר זינט די ברכה פון סקולענער רבי שליט"א, און די פארל איז אויפגעראכטן געווארן, מיט דאס וואס זיי האבן ארויסגעקוקט דערויף אזויפיל פיינפולע יארן.

[center]***[/center]
די נייע קימפעטארין איז געווען די ערשטע זיך צו אריענטירן:

- "דער רבי האט דיר אנגעוואונטשן פונקטליך דריי מאל מיט א בן זכר. עס איז אונז געווען אומפארשטענדליך פארוואס ער האט איבערגעוואונטשן די ברכה אזויפיל מאל. אבער יעצט פארשטיי איך אז דער רבי האט אונז אייגנטליך אנגעוואונטשן א דרילינג יונגלעך!".

ער האט מסכים געווען.

פון א יעקישער שטאנפונקט, 'שטימט' טאקע אז דער רבי וואונטשט פונקטליך דריי מאל פאר דריי קינדערלעך - - -

[center]***[/center]
א בשורה טובה האט זיך פארשפרייט אין די גאסן פון שיקאגא.

צדיק בא לעיר. סקולענער רבי וועט נאכאמאל קומען באשיינען די שטאט.

סקולען.jpg

דאקטאר ד. פארשטייט וואס ער האט יעצט צו טון. ער דארף אריינגיין צום רבי'ן זיך באדאנקן פאר די ברכה, און אים דערציילן איבער זיין געדריטלטע ישועה וואס איז אזוי וואונדערליך געקומען צו זיין שטוב.

דער גבאי האט אים דער ערשטער דערקענט... יא יא, דאס איז דער יעקישער פראפעסיאנאל וואס האט אים פאריגעס מאל אראפגעדרייט די קאפ, פארוואס דער רבי נעמט אים נישט אויף צום באשטימטן צייט פונעם 'אפוינטמענט'...

אבער דאסמאל האט דער דאקטאר אויסגעזען פרייליך, און איז צוגעגאנגען צום גבאי'ן פרעגן אויב ער קען אריינקומען צום רבי'ן, נישט אויסזאגנדיג פארן גבאי'ן פארוואס ער וויל אריינגיין.

דער גבאי האט אים געפרעגט מיט א פשטות:

- "איר ווילט אריינגיין דערציילן פארן רבי'ן אז איר האט געהאט א דרילינג?".

בום!

- "וויאזוי ווייסט איר דערפון? איר האט געהערט פון מיין מעשה?".

- "ניין" האט דער גבאי גוטמוטיג געשמייכלט. "איך קען אבער דעם רבי'נס הלוך ילך, אויב דער רבי האט דיר דריי מאל אנגעוואונטשן און דו קומסט יעצט צוריק, מוז זיין אז דו קומסט אים דערציילן אז דו האסט געהאט א דרילינג. דאס איז וואס עס געשעט ווען דער רבי וואונטשט אזוי אינטרעסאנט, איבער און איבער - דריי מאל".

[center]***[/center]
דער איד, נאך היינט א מתנגד, האט אבער אנערקענט אז 'סקולענער רבי איז סאמפטינג עלס'...

אדאנק זיין ארויסווארפן די טעלעוויזיע פון שטוב, און קובע זיין עתים לתורה, האט זיך צוביסלעך מער געטוישט זיין שטוב, און היינט צוטאגס לערנט ער יעדן איינציגסטן טאג, פירט א תורה'דיגע שטוב, און האט זוכה געווען צו קינדער בני תורה.


------
[הערת הכותב: ידיד נפשי הרב גי"ל איז געווען דעם יו"ט סוכות אין שיקאגא. זייענדיג א חסיד'ישער איד מיט שטריימל און בעקיטשע, און דאווענענדיג אין זעלבן ביהמ"ד ווי דער דאקטאר ד. האבן אים געוויסע מתפללים דארט געזאגט אז ער זאל כאפן א שמועס מיטן דאקטאר, וואס האט געהאט גאר א וואונדערליכער מופת מיטן סקולענער רבי.

"אבער זיי געווארנט" – האבן זיי אים צוגעלייגט. "ער איז נאך היינט א מתנגד, און ס'איז אזא בעל כרחו יענה אמן אויף די מעשה. שלעפ עס ארויס פון אים אומדירעקט".

ער האט געכאפט א שמועס מיטן דאקטאר איבער הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א, די מופתים וואס מ'הענגט אן אין אים, און פון דארט איז ער שטייטליך אריבער ביז ער האט באוויזן צו רעדן איבערן סקולענער רבי.

די מעשה האט ער דערציילט פאר הרב גי"ל, ווען זיין אידענע – וואס האט אים צוגעשטופט אריינצוגיין צום רבי'ן – זיצט נעבן אים, און צוזאמען האבן זיי ארויפגעברענגט זכרונות.

א מעשה וואס האט פאסירט מיט א יעקע, וואס איז נאך היינט נישט קיין חסידים ליבהאבער, און איז א פראפעסיאנאלער דאקטאר, האט א געוויסע משנה חשיבות לעומת א מעשה וואס א שוואנץ האט געקענט אויסטראכטן להגדיל המצב, און דערפאר האב איך מחליט געווען עס צו פאראייביגן און מפרסם זיין צום ערשטן מאל].

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 9:16 am
דורך איך אויך
רק להעיר אז 27 יאר צוריק איז הצדיק מסקולעני שליט''א געווען ווייט פון א יונגער רבי.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 11:06 am
דורך moshav zekeinim
איך גלייב נישט די מעשה. קען זיין ער האט געהאט א דרילינג, און קען זיין אז ער איז אריין פריער צום סקולענער רבי׳ן, אבער דער גאנצע דראמא אינצווישן איז פאנטאזיע.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 11:11 am
דורך moshav zekeinim
מסתמה האט דער גבאי, שוין נאכן וויסן פון יענעם׳ס דרילינג , "דערמאנט" דעם דאקטאר וויאזוי און וויפיל מאל דער רבי האט געווינטשן.

א נארישער קינדערישע מעשה. א בושה דאס מפרסם צו זיין.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 11:20 am
דורך רויטע וואנצעס
שיינע מעשה, הערליך באשריבן. יישר כח!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 11:23 am
דורך [NAMELESS]
Dear Moshav,

Thanks for your comments & suggestions, we'll review it ASAP and we'll take it in consideration. Meanwhile don't hesitate to leave your replies all over the web with much joy.

Re: דריי מאל געוואונטשן (אסיף/וועקער #6)

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 8:25 am
דורך טאמבל סאס
About one in six IVF pregnancies result in a multiple birth. This is very high compared with natural conceptions of twins which occur in about 1 in 80! births.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 8:33 am
דורך [NAMELESS]
It's part of the moifes

Re: דריי מאל געוואונטשן (אסיף/וועקער #6)

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 8:42 am
דורך טאמבל סאס
Mofit or motif? Yes, it's שש'S motif.

That's the whole point of the article and I wonder whether Moshav ignored it. Even if somebody isn't aware of this fact, when they read that the doctor wasn't touched, it should make them question and realise that the reason lies with the medical aspect. It's a beautiful example of an article tailored to its reader, depending on how they think.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 9:00 am
דורך [NAMELESS]
Doctor doesn't always belong in the picture. And by paying attention to the fact that he could of have 2 boys or 4 but he had 3 - the same amount the rebbe repeated his broche.

Re: דריי מאל געוואונטשן (אסיף/וועקער #6)

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 10:16 am
דורך טאמבל סאס
That's why the Rebbe wishes 3 times only some of the time but twice, all the time. His Gabay keeps חשבון.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: דריי מאל געוואונטשן (אסיף/וועקער #6)

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 10:20 am
דורך טאמבל סאס
Also, if he were kind enough to give him a heads up on the number why not already tell him the sexes too?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 11:16 am
דורך איך אויך
ויש להקשות בדוחק...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 12:31 am
דורך שמעקעדיג
ביטע נישט פארדרייען מיט אידישע יש להקשות בדוחק, דא שרייבט מען אויסדרוקליך ענגליש!

שש, א הערליכע מעשה.