בלאט 1 פון 1
"האספו" - ואגידה לכם (אסיף/וועקער #6)
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 1:13 pm
דורך [NAMELESS]
[center]א.[/center]
די וואך הייבט זיך אן די פרשה מיט איינע פון די עשרה נסיונות שבהן נתנסה אברהם אבינו. דער באשעפער זאגט פאר אברהם [דאן, נאך 'אברם'], דער מייסד האומה הישראלית, ווי פאלגענד (בראשית יב, א): "לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך, אל הארץ אשר אראך". מיר אלע ווייסן אז דער נסיון איז געווען, די באפעל פון גיין צום אומבאוואוסטן עתיד; "אל הארץ אשר אראך", אזא בחינה פון 'פארלאז דיך אויף מיר'.
אבער אריינקלערנדיג דערין, איז אביסל שווער צו פארשטיין פארוואס טאקע האט אים דער באשעפער געגעבן אזא נסיון. סתם גיין זען אויב אברהם וועט זיך טאקע ארויסלאזן 'אל הלא נודע', מיט בטחון אז דער באשעפער וועט אים נישט פארלאזן?!
אבער וואס מאכט בעצם פיל שווערער צו פארשטיין דעם 'נסיון', איז די המשך פון גאטס ווערטער צו אים (שם, ב-ג): "ואעשך לגוי גדול, ואברכך, ואגדלה שמך, והיה ברכה: ואברכה מברכיך, ומקללך אאר, ונברכו בך כל משפחת האדמה".
אברהם אבינו באקומט א הבטחה מן השמים, אז אויב ער וועט נאר גיין 'אל הארץ אשר אראך', וועט ער באקומען אלעס גוטס אויף א גאלדענעם טאץ. ער וועט אויפשטעלן א גרויס פאלק, ער וועט זיין געבענטשט און האבן אן אנגעזעענעם נאמען, דער עולם וועט זיך וואונטשן צו זוכה זיין צו דאס וואס ער וועט זוכה זיין. און נישט פארגעסן, אברהם אבינו גייט יעצט גאר אריבער א 'נסיון'. צו ווערן א מולטי-מיליאנער, וועלט בארימט, און א ראש השבט, איז קיין קונץ צו גיין וואו אימער, ווען דער סוף וועט זיין אז 'ונברכו בך כל משפחות האדמה'.
[center]***[/center]
מיט דעם איז דער נסיון טאקע אויך אנדערש פון אלע אנדערע נסיונות.
ווען אברהם אבינו טאנצט אריין אין פייער אין אור-כשדים, גייט ער אריין מיט מסירות נפש גרייט אויף קידוש ה'.
ווען ער ווארפט ארויס זיין עלטסטן קינד ישמעאל פון הויז, שניידט ער ארויס א שטיק פון זיין עצם וועזן, צוליב דעם דבר ה'.
ווען ער האט צרות מיט פרעה און אבימלך צוליב זיין ווייב שרה'ס הערליכן אויסזען, ליידט ער ווייטער צוליב'ן פאלגן גאט.
ענדגילטיג ווען ער גייט שחט'ן זיין באליבטן יצחק, האלט ער ביים שפיץ פון 'הקרבה', אלץ כדי צו טון דעם רצון ה'.
ווידער דא, געבט אים גאט א לאנגע ליסטע פון גוטע זאכן מיט וואס ער איבערצייגט אים אז ס'לוינט זיך צו קומען 'אל הארץ אשר אראך'. וואס איז דער נסיון?!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 1:14 pm
דורך [NAMELESS]
[center]ב'.[/center]
ערב סוכות, ב' אלפים רנ"ה לבריאת העולם.
אפאר הונדערט מענטשן זענען געשטאנען איבער זיין בעט. אלע פון זיי - זיינע משפחה מיטגלידער, קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך.
די 'חמולה', גערופן ישראלים/איזרעאלייטס, האבן זיך פארזאמלט ביים בעט פון זייער באליבטן ראש המשפחה, "ראש שבטי ישראל אתה" (שמואל-א טו, יז), יעקב אבינו - "בחיר האבות" (מדרש שכל טוב בראשית לג), וואס מאכט וועלטס היסטאריע זייענדיג קראנק בעפאר זיין טויט. יעצט האט יעקב זיי גערופן צו זיין בעט, זיי אנצואוואונטשן בעפאר זיין פטירה, און זיי צו געבן לעצט מינוטיגע דברי הדרכה.
א טויט שטילקייט האט באנומען דעם הונדערטער קעפיגער עולם, ווען דער הונדערט-זיבן-און-פערציג יעריגער ראש המשפחה האט אנגעהויבן צו רעדן (בראשית מט, א-ב): "האספו ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם באחרית הימים: הקבצו ושמעו בני יעקב, ושמעו אל ישראל אביכם". דער אלטער נביא ה' גרייט זיך צו זאגן סודות פונעם עתיד, 'את אשר יקרא אתכם באחרית הימים'. דער גרויסער ציבור שטייט מיט אנגעשפיצטע אויערן גרייט צו הערן דעם דבר ה', ווען פלוצלינג האט יעקב פארגעזעצט (שם, ג): "ראובן בכרי אתה, כחי וראשית אוני"...
חז"ל ערקלערן אונז וואס עס האט זיך דאן אפגעטון אין זיין צימער (מסכת פסחים נ"ו ע"א): "ביקש יעקב לגלות לבניו קץ הימין, ונסתלקה ממנו שכינה. אמר שמא חס ושלום יש במטתי פסול... אמרו לו בניו (דברים ו, ד): "שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד", אמרו 'כשם שאין בלבך אלא אחד, כך אין בלבנו אלא אחד'. באותה שעה פתח יעקב אבינו ואמר: 'ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד'". זיי האבן טאקע בארואיגט זייער טאטן, אבער זיי האבן נישט געהערט דעם 'קץ הימין'. זיי האבן נישט זוכה געווען.
אינטרעסאנט איז, זייער ענטפער צו יעקב אבינו'ס חשש: 'שמא ח"ו יש במטתי פסול'. דערויף ענטפערן זיי מיט א פסוק: 'שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד'. ווען יעקב הערט זייער ענטפער, אינארירט ער דעם פאקט אז 'נסתלקה ממנו שכינה', נאר זאגט גלייך 'ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד', און זעצט פאר מיטן רעדן צו אלע צוועלף קינדער – די שבטי י-ה. עס איז קלאר, אז דא ליגט עפעס א טיפערע באדייט, וואס איז פארגעקומען אין די ווערטער אויסטויש פון יעקב און זיינע קינדער.
[center]***[/center]
אין תורת החסידות איז באוואוסט דער טייטש, אז יעקב אבינו האט געגעבן א הדרכה פאר זיינע קינדער וויאזוי צו לעבן 'באחרית הימים', דורך 'האספו' און 'הקבצו'. מיטן לעבן צוזאמען, פאראייניגט אין א ציל, וועט מען קענען אדורכגיין אלע סארטן נסיונות און שווארצע טעג פון 'באחרית הימים'.
וואס איז נישט אזוי באוואוסט איז, אז דאס איז אייגנטליך אן אפענעם מדרש רבה אויפן פלאץ (פצ"ח ס"ב): "ורבנן אמרי, צוה אותן על המחלוקת. א"ל: תהון כולכון אסיפה אחת, הה"ד (יחזקאל לז, טז): "ואתה בן אדם קח לך עץ אחד, וכתוב עליו ליהודה ולבני ישראל חברו", חברו כתיב, נעשו בני ישראל אגודה אחת - התקינו עצמן לגאולה, מה כתיב אחריו (שם, כב): "ועשיתי אתם לגוי אחד" וגו'".
דאס הייסט, אז חז"ל דרשנ'ען א פסוק אין יחזקאל, אז דורכדעם וואס כלל ישראל וועט זיך האלטן באחדות, אזויווי דער 'כתיב' פון "ולבני ישראל חבריו" איז – 'חברו', דורכדעם וועט מען זוכה זיין צום גאולה. און דאס איז וואס יעקב אבינו האט יעצט געזאגט פאר זיינע קינדער, קיינע 'גילויי קץ', נאר א פשוט'ע פראקטישע נקודה: דורכן זיך האלטן צוזאמען, דורכן 'האספו', וועט מען אדורכשוויצן אלע שווערע זמנים פון 'באחרית הימים', און זוכה זיין צום גאולה.
עס בלייבט נאר שווער איין זאך: פארוואס האט יעקב אבינו מחליט געווען אויסצוזאגן דעם 'זמן קץ הימין'? אדער לחלופין, פארוואס האט ער זיך יעצט געזארגט און אנגעהויבן געבן עצות וואס וועלן זיין נוגע 'באחרית הימים', כדי זוכה צו זיין צום גאולה.
[center]***[/center]
מיר וועלן פרובירן משלב צו זיין די צוויי אויבנדערמאנטע מהלכים אין חז"ל, איבערן טייטש פון יעקב'ס עפענונגס רייד: 'האספו ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם באחרית הימים', אין א בחינה פון (מסכת עירובין י"ג ע"ב): "אלו ואלו דברי אלקים חיים".
יעקב אבינו זיצט אין מצרים, און זעט פשוט'ע פאקטן. אפאר הונדערט פרעמדע מענטשן זענען דא אין א לאנד, מיט וועמען זיי האבן נישט קיין קולטוריעזן שייכות, קליידן זיך נישט און רופן זיך נישט ווי אנדערע עגיפטער, וואוינען זאגאר אין אן אייגענעם געגענט, און איבער אלס – זיי זענען גאר שטארק איינפלוסרייך אינעם קעניגרייך און אין די העכערע פענסטער פון די רעגירונג.
דער פשוט'ער אפטייטש דערפון איז: מיר מארשירן צו א קאטאסטראפע. דער טיפערער באדייט איז: גאט ערפילט יעצט די ערשטע שלב אין זיין שרעקליכע צוזאג צו אברהם אבינו ביים 'ברית בין הבתרים' (בראשית טו, יג): "ידע תדע כי גר יהיה זרעך בארץ לא להם, ועבדום וענו אתם ארבע מאות שנה". יעקב זעט א שווארצע כמארע וואס לאזט זיך אראפ אויף זיינע קינדערלעך, און ער דארף זיי געבן הדרכה וואס זאל זיי באגלייטן אין זייער ביטערן שיקזאל פון 'ועבדום וענו אותם'.
יעקב אבינו ווייסט אויך, אז דער גלות וועט זיי באגלייטן ביי אלע אנדערע גלויות, ביז אונזער יעצטיגן צוויי טויזנט יעריגן גלות. צרה רודפת צרה, און מיר דארפן די פאסיגע חיזוק וואס זאל אונז שטארקן אין יעדן ביטערן סיטואציע.
'ביקש יעקב לגלות את קץ הימין', יעקב ווייסט אז אויב ער גייט זאגן ווען משיח וועט קומען, וועט מען שוין אויפנעמען אלע ביטערע מצבים פיל גרינגער. מיר לעבן מיט א ציל, מיר ווייסן ווער ס'וועט עס דערלעבן און ווער ס'וועט קודם נהנה זיין מזיו השכינה אין גן עדן. די רגע מיר זענען קלאר מיט א דאטום, פאלט אוועק האלב פונעם ביטערן הרגשה. אבער גאט געבט אונז א נסיון: 'נסתלקה ממנו השכינה', ווען זאכן זענען אזוי קלאר איז עס נישט קיין קונץ, חלק פונעם גלות איז דער הרגשה פון 'וואס וועט זיין מארגן'.
יעקב אבינו דערשרעקט זיך אבער, 'שמא ח"ו יש במטתי פסול', און דערפאר איז נסתלקה השכינה. וועלן זיי בכלל זוכה זיין צו א גאולה? אפשר וועלן זיי זיין פסול? אפשר וועלן זיי פארפאלן גיין? די קינדער בארואיגן דעם טאטן מיטן זאגן הויך: 'שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד'. מיר האבן א מסורה וואס מיר וועלן ווייטער איבערגעבן מיט מסירות נפש פאר אונזערע קינדער, און זיי פאר זייערע קינדער, ביזן 'קץ הימין'. דאס איז דער יסוד וואס פאראייניגט דעם 'גוי אחד' מיטן 'ה' אחד'.
מיר ווייסן פון נאך א פסוק וואס ברענגט ארויס דעם 'ה' אחד', און דאסמאל א פסוק פון האפענונג (זכרי' יד, ט): "והיה ה' למלך על כל הארץ, ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד". ביז יענער 'ה' אחד' וועט צושטאנד קומען, חזר'ן מיר זיך איין טעגליך, בייטאג און ביינאכט, אז אפילו יעצט אז 'ה' אלקינו ה' אחד'. יעקב האט דא דערהערט די געוואלדיגע נקודה וואס וועט צוזאמענהאלטן גאנץ כלל ישראל אין סיי וואספארא מצב. מיט גרויס עקסטאז האט ער צוריקגעשעפשעט: 'ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד'. גאטס קעניגרייך וואס וועט אנטפלעקט ווערן בביאת משיח, איז שוין יעצט געלויבט דורך דאס אידישע פאלק, און דאס איז וואס מאכט זיי גרייט פארן גאולה.
אנשטאט דעם פריערדיגן געדאנק פון מודיע זיין ווען עס גייט זיין דער קץ הימין, זאגט יעצט יעקב אנדערע דיבורים. א נייע מהלך וויאזוי אדורכצומאכן אלע סארטן מצבים און פראבלעמען, פיזיש ווי גייסטיש, דורכאויס דעם ביטערן גלות: טייערע קינדערלעך, 'האספו', זייטס באחדות, קומטס ענק צאם, שמועסטס אדורך ענקערע פראבלעמען, הערטס עצות און מהלכים פון אנדערע, לאזטס ענק נישט פון 'אנגענומענע נארמען' וואס דערשטיקן ענקערע פראבלעמען, זייטס אפן צו הערן און דערהערן דברים מחודשים, ווייל דאס – און נאר דאס – גייט ענק צאמהאלטן באחרית הימים, און נאר אזוי וועט עטס זוכה זיין צום גאולה שלימה.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 1:14 pm
דורך [NAMELESS]
[center]ג.[/center]
עס זאגט זיך אזוי גרינג, עס טוט זיך אזוי שווער.
מיר אלע ווייסן פונקטליך וואס 'נישט'. וואס טויג נישט אין מיין יעצטיגן מצב, וואס שטימט נישט אין מיינע אויגן פון וואס מ'האט מיר געלערנט ביז יעצט, וואספארא סאציאלע נארמען זענען אבסורד און אומריכטיג, און פארוואס די היימישע סיסטעם איז נישט בסדר.
ווען מ'האט אביסל מער כח און מח, קען מען אפילו וויסן וואס 'יא'. וואס דארף איך יא צו טון, וועמען דארף איך יא אויסצוהערן, וועלכע מהלך החיים ווי השקפת החיים שטימט יא אין מיינע אויגן, און וואספארא טריט איך דארף נעמען זיך ארויסצוזען פון מיין אומבאקוועמע לעכל. די געשמאקע 'מדבר זאמד' וואס מאכט באקוועם – אבער גלייכצייטיג בלינד.
אבער פון מחשבה לידי מעשה, איז שוין ביטער שווער.
[center]***[/center]
מיר ווייסן קלאר, אז נאכן אריינשפרינגען אין וואסער, וועלן מיר שפאלטן דעם ים. דער ים איז נישט צו גרויס און נישט צו טיף, פאר דער וואס קען גוט שווימען. און דער וואס קען נישט שווימען, קען זיך לערנען שווימען.
אבער באקוועם, איז עס נישט.
וואסער איז נאס, קאלט, און דיק. מדבר זאמד איז ווייך, און ווארים. אוי ווי געשמאק זיך איינצוהילן און קרעכצן און בלייבן אין מדבר.
איי אין מדבר ווערט מען פארטריקנט, און מעבר לים איז דא כל טוב וטוב? אבער אין מדבר איז באקוועם, צייטווייליג.
דאס איז דער מין 'מענטש'.
[center]***[/center]
"לך לך מארצך, וממולדתך, ומבית אביך" - דאס איז דער נסיון. ווידער דער אויספיר, "אל הארץ אשר אראך", איז שוין נישט אזוי שווער.
מיט א קולטור פון נמרוד, א טאטן תרח, און א פלאץ ווי כשדים, פארשטייט יעדער אז די גן עדן ליגט ערגעץ אנדערש. 'אל הארץ אשר אראך'. סיי וואו אימער, איז א בעסערע פלאץ ווי אן אדורכגעפוילטע פלאץ אין וואס מ'האט זיך געבאדן ביז יעצט. וואו איך גיי נאר לאנדן, איז בעסער ווי פארבלייבן אין מדבר.
אבער... דער "לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך" איז דאך אזוי שווער, אזוי אומבאקוועם, אזוי קעגן דעם טבע האדם.
יא, איך ווייס אז ס'טויג נישט, איך ווייס אז ס'איז אדורכגעפוילט, איך ווייס אז איך דארף נעמען שריט, איך ווייס אז (מסכת ע"ז י"ז ע"א): "אין הדבר תלוי אלא בי", איך ווייס אז דער אומבאוואוסטער ציל איז בעסער ווי דער אומגינסטיגער באוואוסטער הווה. אבער א מענטש האט ליב צו הויערן און זיך אויסטריקענען צוביסלעך. אריינשפרינגען אין ים? וויפיל נחשון בן עמינדב'ס זענען דא?!
מיר, אייניקלעך וואס שטאלצירן מיטן זיידן און מייסד האומה הישראלית, כאפן נישט אז אייגנטליך מיט אט די ווערטער 'לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך', הייבט זיך אן דאס אידישער פאלק. מיר זענען נישט בני תרח, מיר הייבן אן א נייע מציאות אדאנק זיין אריינשפרינגען אין ים: אוועק פון עבר, אוועק פון תרח, נמרוד, און די גאנצע איינגעגעסענע סיסטעם וואס טויג נישט!
דאס איז דער נסיון!
מיר אלע ווייסן, אז נאכן אדורכגיין דעם ים, ביים אנדערן זייט ברעג, ווארט אונז אפ דעם "ואעשך לגוי גדול, ואברכך, ואגדלה שמך, והיה ברכה... ונברכו בך כל משפחת האדמה". דער וואס מוטשעט זיך, דער וואס לאזט זיך נישט, דער וואס שטעלט זיך אויף די אייגענע פיס, דער וואס האט א ריכטיגע אמונה בה' מתוך אהבה והבנה, און דער וואס גלייבט אין אמת, שלום, און אהבת הבריות, דער גייט עווענטועל האבן א געשמאקן לעבן ברוחניות ובגשמיות, אפילו מיר ווייסן נישט פונקטליך 'וויאזוי' אנצוקומען צום ציל.
פארט אבער איז עס א נסיון, ווייל דער "לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך" איז פארט אזא שטארקע פאקטאר אין א מענטשנס לעבן, אז פאקטיש וואגן זיך ווייניג צו טון וואס איז ריכטיג, און אויספירן דעם פסוק.
אבער אזוי, און נאר אזוי, שאפט זיך א כלל ישראל! נאר מיט א טיפער איבערצייגונג אינעם אמת, א ריכטיגער אבזערוואציע אינעם כלליות'דיגן דורכגעפאלענעם מצב, און גרייטקייט צו גיין 'אל הארץ אשר אראך', הגם די פרייז איז ארויסגיין פונעם באקוועמען מדבר, נאר אזוי גייט מען אין די דרכים פון אברהם אבינו, און נאר מיט דעם נסיון וואס ער איז בייגעקומען – האט זיך אייגנטליך אנגעהויבן די מציאות פון א נייע פאלק.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 1:15 pm
דורך [NAMELESS]
[center]ד.[/center]
דריי מאל א יאר האבן די אידן געפייערט א יום טוב: חג הפסח, חג השבועות, און חג הסוכות. א מער אומבאוואוסטער נאמען פאר סוכות איז 'חג האסיף', ווי עס שטייט אין פסוק (שמות לד, כב): "וחג שבעת תעשה לך בכורי קציר חטים, וחג האסיף תקופת השנה". עס איז אנגערופן געווארן 'חג האסיף', ווייל דאן האט מען איינגעזאמלט די תבואה אין הויז, און עס איז געווען א געוואלדיגע שמחה, ובפרט אין אזא לאנד פון אגריקולטור ווי ארץ ישראל.
דער פסוק נוצט אבער א לשון 'תקופת השנה' פארן חג האסיף. איר באדייט איז, אז יעצט איז אפגעצייכנט געווארן א נייע תקופה, א נייע יאר. און דער אמת איז, אז דאס איז נישט נאר געווען אינעם קאלענדער ביים אנהייב פונעם נייעם יאר – חודש תשרי, נאר עס איז אויך געווען א נייע תקופה פון אנהייבן א פרישע צירקל, פון איינפלאנצן און איינזייען וואס האט זיך געענדיגט - נאך א גאנצע יאר ארבעט - מיט א פרישע 'חג האסיף'.
מיר האבן לכתחילה געפלאנט ארויסצוקומען מיטן פאלגענדן אויסגאבע, לכבוד חג האסיף העעל"ט. אבער דער (ירמי' ח, יג): "אסוף אסיפם" האט געדויערט מער צייט. פארט אבער, צייכענען מיר יעצט אפ א 'תקופת חצי-שנה' זינט עס איז ערשינען דער ערשטער זשורנאל פון "דער וועקער", וואס איז אויך ראוי לאותה איצטלא – צו הייסן "אסיף".
[center]***[/center]
"האספו ואגידה לכם", גיבט אונז דער זיידע יעקב הדרכה. "האלטס ענק צאם, רעדסט ענק צונויף, לאזטס ענק הערן, מעורר זיין, וועקן און זיך דערוועקן". ניין, מיר ווייסן נישט דער קץ הימין, דער עתיד איז אומקלאר, מיר ווייסן אז וואס 'יא' איז לוטה בערפל – "אל הארץ אשר אראך".
מיר דארפן אבער וויסן וויאזוי מיר קענען זיך האלטן אין צומישטע צייטן, אין צייטן וואס עס איז (מסכת סוטה מ"ט ע"ב, מסכת סנהדרין צ"ז ע"א): "פני הדור כפני כלב" – א סימן אז מיר האלטן בעפאר ביאת משיח. פון איין זייט דארפן מיר געדענקן גאטס ציווי און נסיון פארן מייסד האומה: "לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך", און פון די אנדערע זייט דארפן מיר געדענקן די יסוד וואס דער אבי השבטים האט געזאגט: "האספו"!
עס איז זייער שווער צו שפרייזן אליינס, אבער מיר קענען דאס טון מיט א כח הכלל. מיר קענען זאגן 'האספו', מיר קענען מאכן א 'האספו', מיר קענען ארויסברענגען אונזער 'לך לך' דורך הערן וואס אחים לדעה האבן צו זאגן, און מיר קענען ארויסברענגען אונזער 'אל הארץ אשר אראך' מיטן 'אסיף'.
דאס איז א וועג וויאזוי מיר קענען זיך מחזק זיין אין אזעלכע טעג, און אויסווארטן אויפן קלארקייט וואס וועט געוויס נאכקומען ביים גאולה שלימה בביאת משיח.
[center]***[/center]
מיר האלטן דא דעם "אסיף" אין די הענט, און מיר זעען א וואונדערבארע יצירה: זעקס מאל וואס מיר האבן זוכה געווען צו ערוועקן דעם דעת הקהל צו וויכטיגע נקודות, זעקס מאל וואס דער 'עורו ישנים משנתכם' איז געווען א יסוד וואס האט באגלייט דעם 'וועקער', און צום זעקסטן מאל ערשיינט א בליץ וואס באלייכט דעם האריזאנט: די גרעסטע לייבן אין אידישע שפראך האבן אנטיילגענומען אין א ריזן פראיעקט, אפצושרייבן אינטרעסאנטע ארטיקלן מיט א אידישן גייסט, און וואס זענען נוגע צו אונזער היימישן לעבן – לטב ולמוטב.
פון א לעבנס ביאגראפיע אויף הרב יונתן זאקס און זיינע שיטות, ביז א היסטארישע באשרייבונג אויף די ספרד'ישע אידן אין אמעריקע. פון א לעבנס ביאגראפיע אויף חיים גראדע און זיין שייכות מיטן חזון איש, ביז די היסטאריע פון אידישן שפראך אין אמעריקע. פון היסטאריע פון מעדעצין ביז גאט פון אברם. פון א באזוך אין ת"ת אור עולם, ביז א געשריי 'דער קעניג גייט נאקעט'. פון א שרעקליכע מעשה פון 'יענע מלמד', ביז א קאפיטל היסטאריע איבער 'יענע מעשה'. פון א נבואת זעם פון ישעי' הנביא, ביז א געשריי קעגן ראדיקאליזם במחנינו. פון די ארגאניזאציע 'פראיעקט מקום', ביז מהלכים אין 'שמחת תמיד'. פון סיריער פליטים אין אייראפע, ביז א שמועס מיט א צומישטער יונגערמאן. פון דער ראדימנער פראצעס, ביזן רבי וואס האט דריי מאל געוואונטשן.
אלע ארטיקלן און באאבאכטונגען, זענען גאר גאר געלונגענע ווערק וואס וואלטן געווען גענוג חשוב צו באנעמען דעם 'אויבנאן' פון סיי וועלכן אידישן אויסגאבע. אלע ארטיקלן זענען אויפשאקלנד, יעדעס איינע אין איר קאטעגאריע. טראצדעם וואס צומאל זענען זיי 'געווענליכע' סארט ארטיקלן, זענען זיי יוצאי דופן מיט זייער געוואגטקייט און מקוריות'דיגע מהלך המחשבה - שוין אפגערעדט זייער ברייטקייט, טיפקייט און לשון לימודים.
די גאר געלונגענע ווערק, פארוואנדלן דעם 'אסיף' אין אן אידישן אויסגאבע וואס איר'ס גלייכן איז נאכנישט געזען געווארן ביז יעצט. דאס מאכט אונז טראכטן, אז ווען ערליכע אידן נעמען זיך צאם און אנשטאט זאגן (ישעי' כב, יג): "אכל ושתה כי מחר נמות", זאגן זיי "האספו", האבן מיר די נויטיגע צוגאנג און האפענונג צו גיין אינעם אויסגעטרעטענעם וועג פונעם ערשטן אלטוועלטליכער 'אויבער-חכם' בשעתו, אונזער זיידע אברהם, וואס האט נאכגעפאלגט דעם באפעל: "לך לך מארצך, וממולדתך, ומבית אביך, אל הארץ אשר אראך".
לאמיר טאקע האפן, אז דער באשעפער וועט אונז געבן דאס וואס ער האט אים אויך צוגעזאגט: "ואעשך לגוי גדול, ואברכך, ואגדלה שמך, והיה ברכה: ואברכה מברכיך, ומקללך אאר, ונברכו בך כל משפחת האדמה", און דאס זאל אונז באגלייטן, ביז אונזער 'האספו' וואס מיר האלטן אן אין די צומישטע פינסטערע צייטן פון 'באחרית הימים', וועט זיין דער גורם צום גאולה שלימה בקרוב, אמן.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 7:23 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געגלייבט אז ווייניג וועלן כאפן, און כ'האב מיך נישט גענארט...
דעם עדיטאריעל האב איך געשריבן מיט א 'באהאלטענע רמז'. איך וויל יעצט מקיים זיין דעם 'לך לך מארצך' וגו', עד הסוף. יחידה לייחדך. ניטאמאל ק"ש זאל זיין מיין וועגווייזער...
פארט אבער, אדאנק ק"ש האב איך מיך באקענט מיט חברים, וואס זענען מיר מער צום הארץ ווי יוגנד חברים, ביהמ"ד חברים, ת"ת וישיבה חברים, וכו'. מיט די ידידים בלב ובנפש האלט איך אן אזא שטארקע קשר, אז מיין געדאנק פון 'האספו' גייט ארויף אויף זיי.
---
ער וועט מיך אפשר אפילו הרג'ענען, ווייל כ'שרייב דאס ללא ידיעתו, אבער השקט לא אוכל: ידידי הדגול [tag]רויטע וואנצעס[/tag] שליט"א, איז מיין נענסטע ידיד אויף דעם כדור [אויף אנדערע וועלטן האב איך אסאך ידידים, מלאכים און מגידים, לדעת האומרים אז כ'בין מער מאשין ווי מענטש... ]. איין רויטע איז מער ווערד ווי הונדערט ידידים וואס איך קען פון פריער.
גם השאר ממדינת הקפה אשר לא אפרט כי רבים הם, זענען מיר נענטער ווי סיי וועם.
אלזא, א טיפ אויף להבא: מאכט זיכער אנצוקניפן קשרי ידידות מיט וועם איר שפירט א נאנטקייט בדעה ובנפש, דאס וועט אייך באגלייטן יארן שפעטער.