מיין באזוך אין תלמוד תורה 'אור עולם' (אסיף/וועקער #6)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
[NAMELESS]

מיין באזוך אין תלמוד תורה 'אור עולם' (אסיף/וועקער #6)

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]מיין באזוך אין תלמוד תורה "אור עולם"[/center]
[left]פון הרב ברוך בער מאשקאוויטש[/left]

[center]א.[/center]
[justify]וויבאלד אסאך איז שוין געשריבן געווארן וועגן די תיקונים און פארבעסערונגען אין די תלמוד תורה סיסטעם, דערפאר וועלן מיר דא מיט צופרידנקייט איבערגעבן א באריכט פון מיין באזוך אין דעם חדר "אור עולם", וואס האט שוין פארקערפערט אין זייער פראגראם און סדר היום אסאך אייגנארטיגע אייגנשאפטן וואס זענען שוין דערמאנט געווארן דורך פילע מחנכים און קריטיקירער.

איך האב אנגערופן דעם מנהל הרב אשר אנשיל שליט"א, און זיך פארבעטן מיר אריינצולאזן און מיטהאלטן א טאג אינעם חדר.

ענטפערט ער מיך מיט א שאלה (א איד ענטפערט דאך מיט א שאלה): "ווילסטו בייוואוינען און מיטלעבן א טאג אין חדר אלס תלמיד, דהיינו – כאילו דו ביזט דער יונגל? אויב יא דאן וועהל דיר אויס וועלכע כיתה דו ווילסט מיטלעבן אלס 'יונגל', אדער ווילסטו מיטהאלטן א טאג אין אונזער חדר אלס מלמד, און אויב יא - פון וועלכע נושא (סאבדזשעק"ט) מלמד?".

איך קוק אים אן מיט וואונדער, זאגנדיג אז איך פארשטיי נישט וואס דאס מיינט "וועלכע נושא מלמד"? מיינסטו צו זאגן וועלכע עלטער מלמד? ר' אשר אנשיל שמייכלט צו מיר גוטמוטיג, און ענטפערט מיר: "איך האב געמיינט אז דו קענסט זיך שוין עטוואס אויס מיט דעם מהלך פון אונזער חדר, אבער עס זעט אויס אז כ'האב מיך טועה געווען".

זייענדיג אין א היבשער פארלעגנהייט, זאג איך אים: "אדרבה, זאגט מיר טאקע און וועהלט אויס פאר מיר וואספארא טאג איך זאל מיטהאלטן?". ר' אשר אנשיל זאגט מיר מיט א שמייכל: "ר' ברוך בער, קום אריבער אויף מאנטאג און זיי דא זיבן דרייסיג, דאס מיינט צען מינוט פאר שחרית זיי שוין אנגעטוהן מיט טלית ותפילין, און שטעל דיך היפש פון פארנט, אזוי וועסטו אלעס קענען באאבאכטן און זעהן פון א קינד'ס שטאנדפונקט, און דערשפירן דעם טעם פון א יונגל וואס קומט דא אין חדר".

מאנטאג 7:25 בין איך שוין לאנג געווען גרייט מיט טלית ותפילין.

[center]***[/center]
רבותי, וואס איך האב מיטגעהאלטן דורכן טאג איז קענטיג געווען א פאזיטיווער איבערראשונג, און איך וועל דאס מיטטיילן מיט די לייענער אזויווי איך האב דאס באאבאכטעט פון מיין קוק-ווינקל:

מיט פארגעניגן זע איך ווי די קינדער קומען אריין מיט די 'נשמה שנתת בהם'. מיט א געמיטליכע און דערהויבענע שטימונג שטעלט זיך יעדער אויף זיין ארט, מיט שפאנונג ווארט איך צו זען און שפירן וואס די ליכטיגע נשמות וועלן אדורכגיין דעם טאג, און אט טראכטנדיג הער איך ווי דאס גאנצע שול - אלע קינדער און מלמדים - הייבן אן צו זינגען 'אדון עולם', כאילו עס איז ימים נוראים ביי שחרית, א שיינע שטייטע ניגון וואס ברענגט אריין דעם גייסט און דער ווילן זיך צו דערנענטערן צו בוכ"ע און זיך אדורכרעדן מיט אים.

דערנאך (איך מוז אביסל מקצר זיין, ווייל אויב נישט וועט דער ארטיקל זיין געווידמעט נאר אויף דעם שחרית און פרישטאג, אבער היום והמלאכה מרובה) זאגט איין יונגל די ברכות, און בשעת מעשה שטייט דער סגן מנהל/משגיח ר' חיים עוזר און ביי דעם ברכה פון 'פוקח עורים' טוט ער אהן זיין ברילן און קוקט זיך אום מיט א שמייכל, ביי 'מלביש ערומים' כאפט ער אן שולי בגדיו, ביי 'מתיר אסורים' צייגט ער כאילו די הענט זענען ארויס פון הענדקאפ"ס, און אזוי ווייטער. איך קוק מיך ארום, זעה איך ווי דאס איז ביי די קינדערלעך כאילו אן אנגענומענע זאך, אז ביים מאכן דעם ברכה צייגט מען און מען דאנקט טאקע פאר די אלע טובות וואס דער באשעפער גיבט אונז. איך טראכט צו מיר, אז איך בין שוין ב"ה א בן חמישים און נאך קיינמאל בעפאר האב איך נישט אזוי געדאנקט פאר דעם באשעפערס טובות אזויווי היינט.

בעפארן ברכה 'שעשה לי כל צרכי' ווערט שטיל, און איך הער ווי דער מנהל ר' אשר אנשיל רופט זיך אן: "היינט זאלטס עטס אינזין האבן דאס באקוועמליכקייט פון קנעפלעך און סנעפס און וועלקראו, וואס מאכט אלעס אזויפיל לייכטער". אינסטינקטיוו האב איך גענומען ממשמש זיין מיינע קנעפלעך, און יא עס האט זיך געשפירט מורא'דיג דער געדאנק אז איך האב אין מיין גאנצן לעבן בעפאר נאך קיינמאל נישט געדאנקט דעם באשעפער פאר דעם פשוט'ן באקוועמליכקייט.

מען ענדיגט שוין די ברכות און קרבנות, און מ'האלט שוין ביי הודו. ר' מיכאל ניסן דער משניות רבי גייט צו, און רעדט פאר נישט מער פון 120 סעקונדעס, און ערווענט ביים עולם צו אינזינען האבן היינט ביי "ויברך דוד", כאילו מען שטייט יעצט אין ירושלים מיט גאנץ כלל ישראל, און דוד המלך נעמט זיך זאגן די ווערטער (ווען מען האט דעמאלט גערעדט נאר לשה"ק): ברוך אתה ה' - געלויבט ביסטו דער אויבערשטער, פונקט ווי איינער רעדט צום צווייטן, וכו'.

איבערהיפנדיג ביז נאך עלינו לשבח - אלע קינדער זעצן זיך אראפ כאילו מען גייט יעצט לערנען פאר א שעה צוויי, דער סגן מנהל\משגיח ר' חיים עוזר שטעלט זיך אוועק און הויבט אהן צו זינגען "אני מאמין" (עס זענען דא עטליכע באקאנטע ניגונים, יעדן טאג זינגט מען איינע פון זיי).

דערנאך שטעלט זיך אויף ר' פנחס מנחם דער בעל מוסר וחסידות, צו רעדן (געווענטליך) פאר נישט מער פון פיר צו פינף מינוט, אויף דער מדה פון הכרת הטוב. איך טראכט צו מיר: 'ווי קומט דאס אהער נאכ'ן דאווענען בעפאר פרישטאג?', אבער ער איז גלייך געקומען צום פונקט זאגנדיג אז דאס גאנצע דאווענען איז דאך צו דאנקן און לויבן און בעטן דעם רבש"ע, און דאס קומט נאר ווען מען איז באמת מכיר טובה פאר אלעס וואס ער טוט. אזוי אויך דארף מען געדענקן, אז דאס וואס דיין מאמע האט דיך געקליידעט מיט ריינע באקוועמע בגדים (לויט דיין מאס), און דער קעכער האט געקאכט א נארהאפטיגע פרישטאג, זאל מען מכיר טובה זיין און אריינקלערן וואס איז 'יא גוט' פון דעם פרישטאג, און ווער עס איז שפירט טאקע אזוי זאל צוגיין נאכן עסן זיך צו באדאנקן פאר אים.
"אבער עס דארף זיין אמת'דיג און מיטן הארץ, און נישט נאר ווייל איך האב ענק יעצט אזוי געזאגט" - פירט ער אויס.

פארשטייט זיך אז נאך די קורצע אבער טרעפליכע ווערטער, האט דאס עסן פרישטאג ענדערש אויסגעזען ווי מען פארברענגט צוזאמען צוליב א סיום אדער עפעס אן אנדערע דערהויבענע מסיבה.[/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ב.[/center]

[center]9:20 אינדערפרי:[/center]
[justify]דער טיר פונעם כיתה ו' קלאס איז ברייט אפן, קיין מלמד זע איך נישט, אבער דער סגן מנהל\משגיח ר' חיים עוזר קומט אריין און זאגט: "אין צוואנציג מינוט קומט אריין ר' יחיאל מיכל דער הלכה מלמד, יעדער זאל אויפמישן וואו מען האלט, און יעצט לאמיר זינגען צוזאמען 'נכספה'". ער מאכט צו דעם טיר דריי פערטל, און דער גאנצער עולם זינגט דעם באקאנטן ניגון פון דער סעקולענע רבי זצ"ל. אזוי שטייענדיג אינדרויסן אבער גייסטיש אינעווייניג, בין איך איבערגענומען געווארן אזש איך האב געוואלט צוריק דרייען מיין זייגערל מיט עטליכע צענדליגע יארן ריקוועגס.

מען ענדיגט דעם ניגון, און ר' חיים עוזר ווינקט מיר אריינצוקומען. ווען איך טו אזוי, זע איך ווי זיי אלע שטעלן זיך אויף פאר מיר. איך האב עס קוים געקענט פארנעמען, אבער ר' חיים עוזר ראטעוועט מיך פון מיין פארלעגנהייט, און פרעגט דעם יונגל משה מרדכי: "זאג מיר נאר, פארוואס ווען א פרעמדע מענטש קומט אריין שטעלן זיך אלע אויף, אפילו ער איז נישט דיין רבי, טאטע, וכדומה? און דער יונגל ענטפערט: איך ווייס נישט אויב דאס איז אלס דעם פסוק 'מפני שיבה תקום והדרת פני זקן', ווייל דאס גייט ארויף אויף א זקן אדער ת"ח, אבער מסתמא איז עס פשוט אלס דרך ארץ פאר איינער וואס איז עלטער און ערוואקסן, אזויווי מען האט דא אויסגעלערנט.


[center]9:40 אינדערפרי:[/center]
אט קומט אריין ר' יחיאל מיכל בעל הלכה, און ער חזר'ט איבער בקיצור די נעכטיגע הלכות און לערנט ווייטער 'הלכות נטילת ידים' פאר פופצן מינוט. דערנאך געבט ער 5 מינוט איבערצו'חזר'ן וואס מען האט יעצט געלערנט, יעדעס יונגל חזר'ט איבער מיטן יונגל וואס זיצט דערנעבן.

צולעצט איז דא נאך פינף מינוט, וואס דעמאלט חזר'ט ער איבער אין קורצן די הלכות, און דערמאנט און מאנט אז דער וואס קען זאל שרייבן אינעם העפט די תמצית און קיצור וואס מ'האט היינט געלערנט. ער קוקט איבער איינעמ'ס העפט, און ווייזט אים וויאזוי צו פארבעסערן דעם סגנון און לשון. ער געזעגענט זיך פון דעם כיתה.

עפעס אינטערעסאנט האט פאסירט אינמיטן לערנען הלכה: דער טיר האט זיך געעפנט, און דארט איז געשטאנען ר' מאטל, וואס האט געווינקן צום יונגל יוסף חיים. דער יונגל האט זיך אויפגעהויבן און איז ארויס פון קלאס פאר בערך צען מינוט, און איז דאן צוריקגעקומען.


[center]10:10 אינדערפרי:[/center]
ר' נפתלי צבי דער גמרא מלמד קומט אריין, און מען הויבט אן דעם פראגראם מיטן זאגן די 13 אני מאמין'ס בקיצור אויף אידיש, עס גייט בערך אזוי: "אני מאמין באמונה שלימה - אונז גלויבן מיטן גאנצן הארץ, אז ס'איז דא נאר איין באשעפער וואס האט אליינס באשאפן די גאנצע בריאה, און ער איז עס מהוה און מחיה יעדע רגע אליינס, ער איז דער ערשטער און דער לעצטער, קיינער איז נישט אזויווי אים, מ'קען אים נישט משיג זיין און פארשטיין, ער האט נישט קיין צורה אדער א פארעם, נאר פאר אים דארף מען דאווענען, ער ווייסט וואס יעדער טראכט און טוהט, און ער באצאלט יעדעם לויט זיינע מעשים. אלע רייד פון די נביאים זענען אמת, און משה רבינו איז דער גרעסטער נביא, וואס האט אונז איבערגעגעבן דעם תורה וואס וועט זיך קיינמאל טוישן, און משיח וועט קומען במהרה בימינו, און עס וועט זיין תחית המתים, אמן".

וואס זאל איך זאגן? עס האט געהאט גאר אן אנדערע באדייט צו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס אויף א פשוט'ער אידיש.

דערנאך הייסט ער דעם יונגל יעקב יצחק צו זאגן די גמרא וואס מ'האט שוין געלערנט ביז יעצט, נאר די עברי מיט טייטש, ווען ער ענדיגט פרעגט דער רבי איבער צו יעדער קען שוין די עברי מיט טייטש. עטליכע פרעגן איבער צו פעסטשטעלן אז זיי קענען עס מיט א זיכערע קלאהרקייט.

יעצט הייבט דער רבי ווידעראמאל אן, מיטן זאגן דעם שקלא וטריא פונעם גמרא. ער הויבט אן פונעם משנה, און רעדט אויס די גאנצע שקלא וטריא וואס רבא האט געזאגט, און וואס איז שווער אויף דעם, און וויאזוי די גמרא האט עס געוואלט פארענטפערן, וואס איז נישט גוט געווען מיט דעם ענטפער און אזוי ווייטער. ער זאגט עס איבער א צוויי דריי מאהל, און דערנאך פרעגט ער אויב די קינדער פארשטייען. זיי פרעגן און ער ענטפערט, ביז ער שפירט אז דער קלאס האלט מיט און יעצט גייט מען צום קומעדיגן שטאפל (אפשר די שווערסטע).

מען לערנט די גמרא אינעווייניג: עברי, טייטש, מיטן פשט [שקלא וטריא] צוזאמען. ער פרעגט פון די קינדער, ווער פון זיי איז גרייט פארצולערנען פאר די גאנצע כיתה, עטליכע הענט הויבן זיך אויף, ער רופט ארויף צוויי קינדער - שאול'י און הערשי - צו זיין טישל, און ווייזט אן פאר שאול'י ביז וואו ער זאל זאגן און פון דארט און ווייטער זאגט הערשי.

שאולי הייבט אן די גמ' אויסרעדנדיג פונקט אזויווי ר' נפתלי צבי האט מסביר געווען, מיט די ווערטער: ס'איז געשטאנען אין די משנה... אויף דעם האט רבא געזאגט אזוי - אמר רבא וכו'. ר' נפתלי צבי מערקט אים אן, אז ער זאל טייטשן יעדעס ווארט קלאר, און אזוי גייט עס ווייטער מיט א קאך און א ברען. דערנאך זעצן זיך די צוויי קינדער אראפ מיט א פארשטענדליכע פארגעניגן, און ר' נפתי צבי זאגט עס נאך איינמאל פון אינעווייניג, און ער בעט פון די קינדער אראפצושרייבן די שקלא וטריא פון די גמרא, ער קוקט עס איבער מיט צופרידנהייט.

ער קוקט אויפ'ן זייגער, עס איז שוין שפעט, עס איז 11:25. ער זאגט זיי: איר קענט יעצט גיין שפילן [ריסעס] ביז 11:45.


[center]11:45 אינדערפרי:[/center]
יעצט קומט אריין ר' דוד אברהם דער חומש רש"י מלמד. ער הייסט א יונגל זאגן עטליכע פסוקים אינעם חומש, און דערנאך לערנט ער די רש"י'ס אויף די פסוקים.

נאך 25 מינוט לערנען מיט א געשמאק, גייט ר' דוד אברהם בעל חומש רש"י ארויס, און די קינדער האבן א פאזע (ריסעס) פאר 5 מינוט, אבער בלייבן אין כיתה.


[center]12:15 נאכמיטאג:[/center]
עס קומט אריין [דער שוין אויבנדערמאנטן] ר' פנחס מנחם בעל מוסר וחסידות, און זאגט: "עס איז שוין אדורך א וואך, וואס האט מען גערעדט און מסביר געווען דעם מצות עשה פון 'ואהבת את ה' אלוקיך', וואס דאס מיינט אהבת ה', און וויאזוי קען מען וויסן אויב מען איז שוין אנגעקומען און דערגרייכט ליב צו האבן דעם באשעפער. יעצט וועט מען מסביר וואס דאס מיינט אהבת ישראל, און ווי אזוי טוהט מען דאס למעשה, און וואס און וויאזוי מען באגייט זיך מיט איינער וואס שטערט דיך און איז דיך מצער וכו', און וויאזוי דאס איז געקניפט און געבינדן מיט אהבת ה'". ער זאגט אז עס וועט נאך נעמען כאטשיג איין גאנצע וואך צו דעקן דעם ענין.

ער קוקט אויפן זייגער און זעט אז עס איז שוין 12:25, וואס מיינט אז עס איז נאר געבליבן נאך פינף מינוט, געבט ער א פרעג: "קינדער, ס'איז נאך דא צייט פאר דעם ניגון 'אם אמרתי' פון רבי מאיר שפירא זצ"ל?", די קינדער ענטפערן אז זיי האבן שוין פאראיאר געלערנט דעם ניגון נאר מען האט עס שוין אביסל פארגעסן. ר' פנחס מנחם הויבט טאקע אן דעם ניגון, און עס זעהט אויס ווי ער ווערט עמאציאנאל, ביים דריטן מאהל זינגען דעם ניגון האבן אלע קינדער זיך שוין דערמאנט און מיטגעזינגען. מיט אן אנזעהבארע דערהויבנקייט און איינגעהאלטנקייט הויבט זיך ר' פנחס מנחם פון זיין זיץ און גייט ארויס. עס דערקענט זיך דער ווירקונג פון זיינע ווארעמע ווערטער באגלייט מיט זיין הארציגן ניגון, וואס לאזן איבער אן אומבאשרייבליכן איינדרוק אויף די הערצער פון אלע קינדער.

למעשה האט זיך עס פארשפעטיגט, און עס איז שוין געווארן 12:35.

די קינדער נעמען ארויס זייערע גמרות און חזר'ן עס איבער, יעדעס אינגל מיט דער וואס זיצט דערנעבן. איך באמערק מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם און מיט אינטערסאנטקייט, אז עס איז בכלל נישט דא קיין רבי אדער משגיח, נאר דער טיר איז ברייט אפן און ממילא הערט מען ארויס דעם קול תורה.


[center]1:00 נאכמיטאג:[/center]
דער מנהל ר' אשר אנשיל שפאצירט זיך אדורך, און זאגט פאר די קינדער: "ביטע גייטס נעמטס א פרוכט, און גייטס שפילן ביז לאנטש". א טאץ פון אויפגעשניטענע מאראנצן, און א טאץ געשיילטע און געשניטענע מייערן איז אויסגעלייגט, די קינדער גייען אדורך און נעמען איש כמתנת ידו, און גייען זיך שפילן.

א האלבע שעה גייט אדורך, און 1:30 קומען די קינדער אריין אין דעם עס-זאל צו עסן מיטאג. נאך פופצן מינוט, ארום 1:45, הויבט דער סגן מנהל\משגיח ר' חיים עוזר צו זינגען א ניגון פאר צוויי-דריי מינוט, און דערנאך גייט יעדער צוריק אין קלאס.


[center]1:50 נאכמיטאג:[/center]
יעצט קומט ווידעראמאל אריין ר' צבי מאיר בעל משניות. מען חזר'ט ערשט איבער דעם נעכטיגן שיעור פאר פינף מינוט, און דערנאך לערנט ער ווייטער פאר משניות מסכת בכורים פאר 15 מינוט. די קינדער חזר'ן עס איבער פאר נאך פינף מינוט ביז 2:25, מאכענדיג זיכער אז די קינדער האלטן מיט.

דערנאך גייט ר' צבי מאיר בעל משניות ארויס, און די קינדער האבן א פאזע (ריסעס) פאר 10-15 מינוט, אבער בלייבן אין כיתה. עטליכע קינדער שפילן זיך מיט א געים, עטליכע שמועסן, און עטליכע עסן עפעס א נאש.

די טיר עפענט זיך, און עודך - ר' מאטל ווינקט פאר אן אנדערע יונגל, און ער גייט ארויס פאר 15 מינוט.


[center]2:40 נאכמיטאג:[/center]
ר' יוסף מאיר בעל הידיעות קומט אריין, און רעדט ארום אביסל פון די היסטאריע פון די מסורה, וויאזוי די תורה איז איבערגעגעבן געווארן פון משה רבינו און ווייטער. די קינדער האבן אלע די העפטן אפן פאר זיך, און פארשרייבן זיך בקיצור די פונקטן, און אזוי ווארפט ער אריין ידיעות וואס זענען וויכטיג און אינטערעסאנט וועגן די מפרשי המקרא, און דורכדעם גיבט ער זיי צו פארשטיין וויאזוי זיי האבן אפגעלערנט א פסוק.

אגב דערמאנט ער אויך דעם סדר הלימוד ביי די תימן'ע אידן, און דערציילט אביסל פון זייערע אינטערעסאנטע און אייגנארטיגע וועג פון לעבן בכלל און זייער לערנען בפרט. מ'זעט אז אפילו עס איז סוף טאג, און די קינדער האבן אריינגעלייגט א פילפארביגע און פילפאכיגע ארבעט - וואס אפילו פאר מיר איז שווער געווען עס מיטצוהאלטן, דאך האבן די קינדער געטרינקן מיט דארשט יעדעס ווארט וואס ער האט נאר ארויסגעזאגט פון מויל.


[center]3:05 נאכמיטאג:[/center]
מען גייט יעצט דאווענען מנחה. אלע קינדער געפונען זיך שוין אויף זייער ארט, און דער מנהל ר' אשר אנשיל הויבט אן עפעס א ניגון אן ווערטער, עפעס אזויווי א מארש. מען זינגט פאר צוויי דריי מינוט, און מען דאוונט מנחה.

נאכ'ן דאווענען, אומגעפער ארום 3:25, שטעלט זיך ר' פנחם מנחם בעל מוסר וחסידות אויף, צו רעדן פער עטליכע מינוט, און איז ממשיך צו רעדן פון די מידה פון אינדערפרי - הכרת הטוב, און ער פארבינדט עס מיט דעם נחיצות פון האבן אן עין טוב, וואס דורכדעם קוקט מען אן יעדע זאך פאזיטיוו, און ממילא קען מען האבן הכרת הטוב.


יעצט גייען די קינדער צוריק צו לערנען ענגליש, אבער איך האב שוין גענוג געזען פאר דעם היינטיגן טאג. איך וויל עס איבערשמועסן מיטן מנהל ר' אשר אנשיל, אז ער זאל מיר געבן צו פארשטיין דעם סדר היום, וואס און פארוואס מען האט עס אזוי אויסגעשטעלט.

גיי איך מיר אריין צום מנהל שליט"א, אזויווי מיר האבן לכתחילה אפגעשמועסט זיך צו טרעפן ביי אים אין אפיס פיר אזייגער נאכמיטאג.[/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify][center]ג.[/center]

[center]פארוואס לייגט מען אזא דגוש אויפן זינגען ניגונים?[/center]
איך קום אריין צום מנהל ר' אשר אנשיל, וואס אנטפאנגט מיך מיט א ברייטן שמייכל, און זאגט מיר: "נו, וואס ווילסטו צום ערשט, זאגן דיין אויפפאסונגען און דיין אפשאצונג, אדער פרעגן אלעס וואס דו ווילסט און איך וועל פרובירן עס צו געבן צו פארשטיין?".

זאג איך אים, אז מיינע ווערטער זענען איבעריג, מיינע קאמפלימענטן האב איך נאך נישט גענוג גוט אויסגעפארעמט עס ארויסצוברענגען אין ווערטער, ממילא וועל איך אנהויבן מיט פרעגן:

"לאמיר אנהייבן מיט דעם, אז נישט די רייכע אויסוואל פון די לימודים, און אז עס איז פארהאנען אזויפיל אנדערע סארט לימודים, און אז מען צוטיילט דאס לערנען אויף עטליכע קורצע שיעורים, איז מיר אזא גרויסע וואונדער, ווייל דאס אלעס האב איך דאך עטוואס געוואוסט איידער איך בין געקומען דא היינט אינדערפרי. נאר וואס וואונדערט מיר דאס מערסטע איז, אז מען לייגט אזא גרויסן דגוש אויף זינגען: סיי ביי שחרית בעפארן דאווענען, און סיי נאכן דאווענען, ביי מנחה, און נאכמער - אז מען קומט גאר אריין אין כיתה אויסצולערנען ניגונים. עס נעמט דאך צו אזויפיל צייט, און וואס האט דאס מיט חינוך אדער אידישקייט?

מיט א רואיגע שמייכל ענטפערט מיר דער מנהל צוריק מיט א שאלה: "פארוואס אום שבת קודש, סיי ביים דאווענען און סיי ביי די סעודות פארברענגט מען אזויפיל מיט ניגונים, אנשטאט דאווענען אדער לערנען, און פארוואס ימים נוראים די הייליגסטע און פארכטיגסטע טעג זינגט מען ניגונים, און אזוי אויך ביי אלע דערהויבענע צייטן דורכן יאר, אדער ביי שמחות. נאר דער ענטפער איז גאר פשוט, אז מיר זינגען און לויבן דעם בורא עולם ביי יעדע געלעגענהייט, אונז זענען יהודים וואס מיינט די וואס לויבן [הפעם 'אודה' את ה'], און דערפאר איז דוד המלך 'נעים זמירות ישראל' (פון שבט יהודה) דער אויסדערוועלטער, ווייל ער האט געדינט דעם באשעפער מיט זמירות".

"דאס איז נוגע בכלל צו אידישקייט, און ביי חסידים האט מען געלייגט גאר א גרויסן דגוש אויף ניגונים שירות ותשבחות, אזוי ווייט אז אפילו ביי די ליטווישע וואס האבן אוועקגעמאכט די חסידים אלס 'זינגערס' כאילו ס'איז ביטול זמן (וואס מיינט ביטול תורה), האבן לעצטנס אויך פארמערט אין מאכן ישיבישע ניגונים, פארברענגנס, און קומזיצן".

"אבער נאכמער: אלס א חינוך מיטל איז עס זייער א שטארקע זאך, ווייל אריינקלערנדיג איז שווער צו טרעפן נאך אזא זאך ווי נגינה וואס טוט צוזאמענהאלטן אזויפיל פארשידנארטיגע פערזענליכקייטן. אדער אין פשוט'ע ווערטער: וואו נאך געפונסטו סיי ביי קינדער און סיי ביי ערוואקסענע, אז דער גאנצער עולם זאל אזוי מיטהאלטן און מיטארבעטן אינאיינעם ווי ביי נגינה, מען דארף נישט בעטן און מוטשען, ווייל עס עפנט אויף דעם הארץ. און דאס איז טאקע נאך א פארדינסט, אז נאכדעם וואס מען זינגט אזוי שיין מיטן גאנצן הארץ, דאוונט זיך עס גאר אנדערש. און אזוי אויך ווען מען לערנט אויס ניגונים אינעם קלאס פאר אלע קינדער - נישט קיין חילוק גוטע צו שוואכע, דאן טוט מען אויף אז אין סיי וואספארא מצב א קינד זאל זיך נאר געפונען, וועט ער זיך אויף עפענען און ארויסגעבן זיינע אינערליכע געפילן, און עס וועט אים בעז"ה מאכן שפירן בעסער און מער וויליג זיך אנצושטרענגען און לערנען שטערקער, און בכלל איז עס ווי א רפואה פאר יעדן מענטש".


[center]פארוואס דא שפילט מען בעפארן עסן מיטאג?[/center]
איך זאג פאר ר' אשר אנשיל, אז איך פארשטיי זייער גוט דאס וואס מען געבט פרוכט פאר די קינדער, יעדער ווייסט דאך אז עס איז דערפרישנד און געזונט, און ענדערש זאלן די קינדער עסן פרוכט ווי דזשאנק פוד. אבער פארוואס האט מען פארדרייט די יוצרות, און מ'געט פאר די קינדער צייט צו שפילן איידער זיי עסן לאנטש, אנדערש ווי אלע חדרים און שולעס וואס האבן איינגעפירט דאס שפילן און נאכדעם עסן מיטאג?

ר' אשר אנשיל ענטפערט ווידער מיט א פראגע: "ר' ברוך בער, דערמאן דיך נאר ביטע, בימים מקדם, ווען מ'האט טאקע געגעסן מיטאג און דערנאך געשפילט, אפשר געדענקסטו וויאזוי מיר האבן זיך געשפירט ווען מען איז צוריק אריין אין קלאס"?

זאגט איך אים: וואס הייסט, מ'איז געווען פארשוויצט און פארסאפעט, אויסגעמוטשעט און שוין ווידער הונגעריג. עס האט גענומען א האלבע שעה פשוט צו כאפן דעם אטעם.

"נו...", זאגט מיר ר' אשר אנשיל, "וואס האב איך נאך צוצולייגן צו דעם, דאס איז טאקע פארוואס ביי אונז אין 'אור עולם' געבט מען א פרוכט זיך צו דערקוויקן דאס הארץ, דערנאך שפילן זיך די קינדער אויס, און נאר דערנאך עסט מען מיטאג. אזוי שטייט דאך טאקע אין פסוק: 'בזיעת אפיך תאכל לחם', און דער רמב"ם זאגט טאקע אז מען זאל זיך מתעמל זיין בעפארן עסן, און נישט נאכן עסן, ווייל מען דארף געבן דעם מאגן די מעגליכקייט צו פארדייען די עסן רואיג. נאר אי איתמר הכי איתמר, די קשיא דארף זיין: וואו זענען אלע מבינים אינעם פעלד פון חינוך און פשוט'ע פארשטאנד וועגן געזונט, פארוואס האבן זיי ווייטער געלאזט זייער סיסטעם לויפן"?


[center]וואס טוט דא דער מענטש 'רבי מאטל'?[/center]
ווייטער פרעג איך דעם מנהל שליט"א: "ווער איז דער ר' מאטל, און מה מעשהו, וואס טוט ער און וואס וויל ער? איך זעה ווי ער נעמט ארויס קינדער דורכן טאג, און נאכדערצו איז מיר א וואונדער אז ער האט נישט קיין צו-נאמען".

מיט א שמייכל ענטפערט מיר דער מנהל: ר' ברוך בער, ס'איז שווער צו זאגן און ארויסברענגען מיט ווערטער וואס ר' מאטל טוט אלס. לאמיך אייך מסביר זיין, ר' מאטל האט א קליין אפיס ביים אנדערן זייט פונעם ת"ת, נישט ביי די געווענליכע אפיסעס. ר' מאטל'ס אויפגאבע איז צו האלטן חשבון אויף יעדן איינציגסטן יונגל פונעם גאנצן תלמוד תורה, פון ווען ער קומט אריין אלס קליין קינד אין חדר, נאך איידער מ'הויבט אן צו לערנען עברי, ביז ווען דער אינגל געזעגנט זיך פונעם ת"ת אלס בחור".

"דער ר' מאטל פיהרט זיך זיין אייגענע ווירטשאפט. דהיינו, ער נעמט ארויס יעדן איינציגסטן יונגל כאטשיג איין מאהל אין 3-4 וואכן, און ער שמועסט מיט אים כדי מיטצוהאלטן מיטן קינד'ס וואוילזיין סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, סיי זיין דאווענען און סיי זיין לערנען, סיי זיין חשק אין אלע מקצועות פונעם סדר הלימוד, און סיי זיין הבנה און זיין מיטהאלטן מיטן גאנצן כיתה, און אזוי אויך זיין באנעמונג צווישן חברים, און זיין צופרידנהייט סיי פון די מלמדים און חברים פונעם חדר, און סיי ביי די לימודים פון ענגליש. אזוי אויך וועט ער זיך צוביסלעך באקענען מיט דעם קינד'ס געשוואוסטער און עלטערן, וויאזוי ער שפירט זיך אינדערהיים בגשמיות וברוחניות. בקיצור ר' מאטל קען און פארשטייט צו יעדעס איינציגסטע קינד אדורכדרינגליך".

"און דערפאר, ווען ר' מאטל זאגט פאר א מלמד אדער אפילו פארן מנהל, אז לכאורה דארף מען זיך באגיין מיט א קינד אזוי צו אזוי, וועט דאס האבן דעם ריכטיגן ווירקונג. און אזוי אויך ווען ר' מאטל רופט אן א טאטע אדער א מאמע און טוט פארשלאגן א געדאנק, סיי צו דאס קינד דארף אביסל עקסטערע הילף אין די לימודים, און סיי אביסל חיזוק, אדער א קאמפלימענט אדער סיי וואס, וועלן די עלטערן געווענליך אננעמען זיין פארשלאג. און אזוי אויך ווען ר' מאטל זאגט פאר'ן אינגל סיי וואספארא קאמפלימענט אדער פאדערונג, וועט עס דאס קינד ענדערש אננעמען, ווייל ר' מאטל וועט קיינמאל נישט הייסן אדער באפעלן קיינעם, ער וועט נאר מציע זיין וואס צו טון, און דערפאר אויב דער מנהל אדער מלמד אדער טיטשער רופט אן די עלטערן בנוגע זייער'ס א קינד, וועט דער טאטע אדער מאמע זיך קודם אדורכשמועסן מיט ר' מאטל, ווייל ר' מאטל'ן קען מען רופן ביז 1:00 פארטאגס".

"איין וויכטיגע פונקט וואס איך מוז ארויסברענגען איז, אז ר' מאטל מיט זיין גאנצע איבערגעגעבנקייט צום תלמוד תורה און אלע קינדער פונעם חדר, איז בכלל נישט איינגעשטעלט און באקומט נישט זיין געהאלט פון אונזער ת"ת. נאר וואס דען? די עסקנים און מחנכים האבן פארשטאנען, אז פאר די הצלחה פונעם געדאנק אז עס זאל זיין אן איבערגעגעבענער יונגערמאן, א מומחה בחינוך הבנים און א מומחה בתכונות הנפש, און א מבין וויאזוי מען באגייט זיך מיט קינדער, עלטערן, מלמדים, מנהלים וכו', פעלט אויס אז דער מענטש זאל נישט זיין איינגעשטעלט און באצאלט פונעם מוסד זעלבסט. נאר זיי האבן מייסד געווען א נייע ארגאניזאציע מיטן נאמען "אחיעזר" (אויף ענגליש ווערט דאס אנגערופן "BIG BROTHER"), א ביישפיל ווי 'ארגון מלאכת שמים' וכדו', וואס זיי נעמען אויף די מומחים וואס גייען אדורך ספעציעלע טרענירונג מיט פארשטאנד וואס איז די אויפגאבע און אחריות פון דעם מומחה, און ער רעפערירט און פרעגט זיך נאך ביי די מנהלים פונעם ארגאניזאציע 'אחיעזר', און ווערט באצאלט דירעקט פון זיי. ממילא האט ער א פרייע האנט צו טוהן לויט זיין פארשטאנד, און ער ברויך זיך נישט אונטערווארפן צו דעם אנגעבליכן תלמוד תורה וואו ער געפינט זיך, און דארף נישט חנפ'ענען וכדו', ווייל ער ארבעט דאך פארן מוסד 'אחיעזר' און פון זיי באקומט ער באצאלט".

"נאר די תלמוד תורה מוז אים צושטעלן אן אפיס און מוז אים געבן א פרייע האנט צו טון אזויווי ער פארשטייט, און ביי סיי וואס פאר אן ענין עס זאל נאר אויסקומען רעדט מען זיך אדורך מיט די הנהלת המוסד אחיעזר".

"פארשטייט זיך אז דער עיקר הנאה פונעם מומחה האט דאך די תלמוד תורה, דערפאר דעקן זיי העלפט פונעם געהאלט (וואס זיי באצאלן פארן מוסד אחיעזר און נישט פארן מומחה), און די אנדערע העלפט פון די הוצאות שאפט מען פון די עלטערן, און פון אידן וואס פארשטייען די וויכטיגקייט דערפון, וויפיל דאס טוט ראטעווען די קינדער פון אוועקפאלן רח"ל, און וויפיל עס פארבעסערט די קאמוניקאציע צווישן קינדער און עלטערן, און צווישן קינדער מיט די מלמדים און הנהלה, און צווישן די עלטערן מיט די מלמדים און הנהלה".


[center]וואס איז די 'וויכטיגסטע לימוד' אין תלמוד תורה?[/center]
נאך איין שאלה פרעג איך דעם מנהל: קענט איר מיר זאגן וואס איז דאס וויכטיגסטע סדר, לימוד, אויפגאבע, אדער מלמד, פונעם גאנצן סדר היום און פון די איינגעשטעלטע אינעם חדר 'אור עולם'?

ר' אשר אנשיל ענטפערט אויפן פלאץ: "זאגט מיר צוערשט וואס איז די וויכטיגסטע מצוה פון אלע מצוות, אדער וועלכע גליד אין אייער גוף שפירט איר דאס מערסטע וויכטיג, אדער אין אייער קאר וועלכע טייל איז דאס וויכטיגסטע?"...

מיט א קאפ אנגעפולט מיט נייע געדאנקן, און א הארץ וואס טוט איבערפליסן מיט טיפע געפילן, טוה איך מיך געזעגענען פון ר' אשר אנשיל, און מיין מויל איז פול מיט הודאה און א ברכה אז דער "ת"ת אור עולם" זאל טאקע זיין אן אור פאר דעם גאנצן עולם, צו באלייכטן כלל ישראל, און ארויסברענגען דאס בעסטע פון אונזערע טייערסטע און בעסטע - אונזערע צאן קדשים.


-----
[הערת הכותב: איך בין געגאנגען באזוכן דעם ת"ת ביי מיר אין געדאנק. בעיני רוחי האב איך געזען דעם נייעם 'תלמוד תורה' – דערווייל פיקטיוו אינעם פאקטישן וועלט, און איך האב פארשריבן מיינע איינדרוקן לויט ווי עס האט זיך מיר אויסגע'משל'ט אין קאפ. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דאס זאל נתקיים ווערן כחלומותיו של יוסף הצדיק, און אזא תלמוד תורה סיסטעם ווי 'אור עולם' זאל בקרוב זיין א פאקט].[/justify]
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב געהאט א שמועס מיט איינע פון די מנהלים דארטן, זאגט ער מיר אז עס זענען נאך פאראן גרויסע פלענער אויפ'ן עתיד בעז"ה, ווי מ'וועט אויסלערנען די קינדער פירוש המלות פון דאווענען און תהלים (אויפן זעלבן שטייגער ווי די אני מאמין'ס אז א קינד וועט פארזאגן די טייטש פון יעדן שטיקל), מ'וועט זיי אויך אויסלערנען מער מענטשליכקייט בין אדם לחבירו אינדערהיים ווי אויפ'ן גאס, ווי אויך מער ידיעות (זיי פלאנען אפשר צו נוצן דעם 'קינדליין' פאר דעם צוועק, צווישן אנדערע), סיי אידישע און סיי וועלטליכע - כשר'ע פארשטייט זיך - וועלכע וועט זיי העלפן זיין אינפארמירט אויף די וויכטיגע יסודות פונעם סאציאלן און פינאנציעלן לעבן, בעפאר יעדן יו"ט וועט פארקומען א שיעור כללי צו וויסן די הלכות פון יו"ט ווי אויך דעם גוטן געפיל און ציל פונעם יו"ט, בכלל וועט זיין שמועסן אין השקפת החיים, תכלית החיים, ווי אויך וועט מען לערנען די יסודות פון מענטשליכקייט, ווי געזונטע סעלף עסטיעם, סעלף קאנטראל, געזונטהייט ענינים, און נאך אסאך גוטע חלומות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם: דו הערסט...? הערן איז דאך נישט געווען א חלק פון דיין קבלה. קודם א יישר כח. ווען איך האב געליינט די צווייטע שורה האב איך שוין דערשמעקט אז די וואונדערליכע תלמוד תורה וואו אלעס איז אזוי פערפעקט אויפ'ן פלאץ און אלעס קלאפט על צד היותר טוב, איז נאך דערווייל נישט ארויס מכח אל הפועל. נאר דאס אליינס אז ס'דרייען זיך שוין ארום אזעלכע מחשבות און פלענער איז שוין א גוטער סימן. א גוטע התחלה.
אבער דער פראגראם פון די וואונדערליכע תלמוד תורה איז א ביסל צו שטארק סטראקטשור'ד פאר מיין טעם. איך וואלט שנעל מיעד געווארן פון די אלע פראגראמען און טוישונגען אין פארלויף פונ'ם טאג.
ווען איך בין געווען א יונגל און אנגעהויבן גיין אין חדר, האביך געהאט א וואונדערליכן רבי. ר' בערל ראזנפעלד ע"ה. ער איז געווען זייער א פריינטליכער רבי. ער אליינס האט געהאט פיהר קלאסן. פון נוירסערי ביז כיתה ג'. און ר'האט אלעס געפיהרט אויפ'ן בעסטן פארנעם. ווען ער האט געענדיגט מיט די גאנץ קליינע קינדער האט ער געלערנט מיט די קינדער וועלכע זאגן שוין עברי אין א סידור. נאכדעם מיט די גרעסערע קינדער. פאר ער האט גענימען די 2'טע גרופ צו לערנען האט ער די ערשטע געשיקט שפיעלן, אין קלאס. פון וואס איז דאס שפיעלן באשטאנען...? קיין טויס ווי לעגאו און ביגוויהלס זענען דארט נישט געווען. דארט איז געווען א קלאזעט מיט שעלווס. און אונז האמיר אויספאנטאזירט די מעשיות פון חומש וואס די רבי האט אונז דערציילט. אזוי ווי די מערת המכפלה. אויך האמיר געשפיעלט א יוסף שפיעל אויף אונזער קינדערישן אופן...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ביים ליינען די ארטיקל אין דער אסיף אויסגאבע, האט מיר עפעס געשטער, עפעס גענאגט אין קאפ. איך וועל פראבירען אויסצושרייבען דערפון.

א. דער חדר איז גאר געוואלדיג אויסגעשטעלט. די פראבלעם איז אז קינדער זענען נישט אזוי. זיי זענען נישט קיין מאשינען און מ'קען נישט אויסשטעלען דער לערנען כאילו אלס איז געוואנדען אויף דער מלמד. נאך א שווערע דאווענען האבען זיי נישט קיין געדולד פאר א שיעור אויף הכרת הטוב, און בכלל זענען שיעורים בעסער ווי גארנישט, אבער אסאך פאלט דאך ארויס פון קאפ.

ב. אין אמעריקא הערשט א מין גלויבונג אז מ'קען רעדען צו א הרגש. דאס איז אבער נישט אמת. אסאך פון וואס ס'פעלט ביי געוויסע חניכים איז נישט וויסענשאפט, נאר געפיהל צו געוויסע זאכען. זינגען אני מאמין איז נישט קיין מיטל אריינצובאקען אמונה. לעבען מיט א פשטות פון די י"ג עיקרים (און קיין אנדערע נישט!) איז דער וועג. דאס קומט בעיקר פון שטוב, נישט פון מוסד. יא, דער אינפארמאציע דארף מען זיי געבען, אבער דער הרגש קען מען נישט.

ג. קינדער קאמאנדעווען ווייל זיי זענען קינדער, נישט ווייל זיי ווייסען נישט בעסער. א כתה פון ראבאט'ס איז א חרבן.

באופן כללי מערק איך אז דער נייעם מהלך פון נאכ'ן קריג, אז מ'דארף בויען קינדער נישט מחנך זיין, און פון דעם האט אויסגעשפראצט חסידות'ער/קהלות מיט תקנות און וועגען ווי אזוי ארויפצולייגען מדרגות אויף מענטשען, איז א דורכפאל. מדרגות און חומרות, ווי אויך אמונה און אלע מצות הלבבות זענען אינערליכע אויסדרוקען פון אהבה ויראה. מ'קען עס נישט פארוואנדלען אויף א מהלך צו מסורה.
און אין אמת'ן אריין, דער עקסטרעם פון אט דער גאנג איז העלבראנץ און ווייטער דארף מען נישט מאריך זיין
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק: מיט וואס דו זאגסט אין לעצטן פאראגראף ביניך נישט מסכים. דער חינוך וואס מ'האט געגעבן באלד נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט נישט געהאט קיין סאך פאזיטיוון תוכן. אבער ס'איז נישט געווען קיין שעדליכער.בבחינת, אים לא יועיל לא יזיק. די פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן מיט בערך 30 יאר צוריק, ווען די מענטשן וועלכע האבן געהאט זייערע אגענדאס זענען אריינגעקומען אין חינוך. און זיי האבן איינגעפיהרט אלע זייערע קרומע דיעות און בויכווייטאג. למשל, איינס פון די זאכן וואס זיי האבן איינגעפיהרט, איז, צו האלטן די תלמידים ותלמידות אומוויסנד. נישט געלערנט. נישט קיין אידישע אדער וועלטליכע היסטאריע. אדער געאגראפיע. אדער סאציאלע שטודיעס. מיט'ן ציהל אז די אומוויסנדע מענטשן וועלן נישט האבן די מעגליכקייט צו טראכטן. און מ'וועט א יעדע זאך מקטון ועד גדול. צו ס'מאכט יא סענס אדער נישט, גיין פרעגן א..."דעת תורא"...!

נ"ך טאר מען נישט לערנען מיט די קינדער. ווייל וואס וועט מען לערנען...? די סקאנדאלן, אינטריגעס און קאנספיראציעס וועלכע האבן זיך אפגעטון בבית המלכים...?! איז נאר געבליבן צו לערנען גמרא-תוס'. יעצט איז די שאלה, אויב די רעבעס/מלמדים וועלכע לערנען גמ' מיט די קינדער, קענען זיך אריינלייגן אין די היסטארישע תקופה אין וועלכע די חכמי התלמוד האבן געלעבט. צי דאס האט צו טון מיט הילכות טומאה וטהרה. אדער תרומות ומעשרות, וכו' אדער גאר הילכות שבת...! דער ענטפער איז אין רוב פאללן א גרויסער ניין...! איז נאר געבליבן די אלע משוגעת'ן און אמונות טפילות מיט וועלכע מיר לעבן היינט. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

א ערנסטע דיסאפוינטעט ארטיקל, שיינע געדאנקען באגלייט מיט בילדער, אבער נאר א פאנטאזיע עכט אנטוישנד.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בערל - ס'האט גענומען צייט זיך צו אנטוויקלען, אבער נאכ'ן קריג האט זיך אנגעהויבען דער סיסטעם עפאכע, ווי די גאנצע ארבעט און הצלחה האט נאר געקענט זיין אינ'ם סיסטעם. וואס מער סיסטעם אלס בעסער. נישט גרינדען א שיעור פאר א פאר אידן צו לערנען, נאר אוועקשטעלען א באוועגונג פון דף הקהלה צו משנה ברורה יומי. נישט ראטעווען אידען פון עבירות, נאר אריינבאקען אין די יונגווארג אן עקל צו די זאך צו א צווייטען. נישט ברענגען אידן נאנט צו תורה, נאר אוועקשטעלען א מויער און דער וואס איז אריין איז צום זאך.
די וואס וואוינען אין קליינע שטעט, האבען נישט אזעלכע געלעגענהייטן, און טאקע דערפאר זענען זיי אונטערשטעליג אין סיסטעם. דו און איך זענען נישט אויפגעהאדעוועט אין ברוקלין און דערפאר קען מען מיינען אז ס'איז א שפעטערע ערשיינונג.

לכאורה האבען די שורשים אנגעהויבען סיי ביים א.ג. טיילונג אין אונגארן און דער אגודה אין פולין.
מיר ליידן נאך די קאנסעקווענצען היינט צו טאגס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט