בלאט 1 פון 3

הרב יונתן זאקס - מלפנים רב הראשי למדינת בריטניה ("אסיף")

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 2:59 pm
דורך [NAMELESS]
[justify][center]דער גאון, דער טעאלאג, דער פילאזאף, דער דיפלאמאט, דער לארד, דער הוגה דעות

הרב יונתן זאקס שליט"א – מלפנים רב הראשי פון ענגלאנד[/center]



[center]א.
פארווארט.
[/center]
ווען מיר ווילן רעדן פון א גדול בישראל, ווייסן מיר גלייך די 'גרויסע נעמען', א שטייגער ווי הגאון רבי חיים קנייבסקי, הגאון רבי אליהו דוב וואכטפויגל, הגאון רבי אהרן לייב שטיינמאן, הגאון רבי שמואל אויערבאך, א.א.וו.

ווידעראום ווען מיר רעדן פון א שטאטס רב, אדער נאך בעסער – א רב המדינה, קומען גלייך ארויף אזעלכע נעמען ווי הרב פאדווא פון לאנדאן, הרב שלעזינגער פון גענף, הרב בלייך פון קיעוו, און פארשטייט זיך – הרב בערל לאזאר פון רוסלאנד.

פון דארט קענען מיר ווייטער שפרייזן צו הוגי דעות אין כלל ישראל אין די לעצטע תקופה, א שטייגער ווי הרב אביגדור מיללער זצ"ל, הרב שמשון דוד פינקוס זצ"ל, הרב יוסף דוב סאלאווייטשיק זצ"ל, און הרב משה שפירא שליט"א.

אז מיר ווילן רעדן פון געלונגענע רעדנער'ס, קומט ארויף אין קאפ די נעמען פון הרב י.י. דזשעיקאבסאן שליט"א, הרב יונתן ריאטי שליט"א, צו גאר הרב עזריאל טויבער שליט"א.

ווילן מיר אנכאפן אידן וואס זענען עסקנים, דיפלאמאטן, מקורבים למלכות, יכלה הזמן והרשימה לא תכלה, איז ממילא אטו כי רוכלא ליחשב וליזול? ס'יאווען מער עסקנים מיט יעדן פארבייגייענדן טאג.


וואס איז אבער ווען מיר ווילן משלב זיין די אלע נקודות, און טרעפן דעם פאסיגן פערזאן וואס זאל ארייננעמען אין זיך די אלע טיטלען. דאן וועלן מיר צו אונזער איבערראשונג דאס טרעפן אין איין איד אויפן וועלט: הגאון רבי יעקב צבי זאקס שליט"א, מער באקאנט אלס הרב 'יונתן' זאקס.

[center]
048.jpg
[/center]
ער איז א גאון, א מחבר פון כמעט דרייסיג [!!!] ספרים – אלע פון זיי "בעסט-סעלער'ס", א געוועזענער רב הראשי פון גאנץ מלכות בריטאניע, א בארימטער פילאזאף און הוגה דעות, א 'דאקטאר' מיט א דאקטאראט, א באקאנטער שתדלן און דיפלאמאט המקורב למלכות, א כאריזמאטישער מענטש, א ריכטיגער פה מפיק מרגליות וואס האלט דעם עולם צוגעשמידט צו זיינע דרשות, און בקיצור – א מושלם וואס מיר אלע דארפן קענען לערנען, און זיך לערנען פון אים, ווי פון זיינע גלענצענדע געדאנקן.


די אינטרעסאנטסטע זאך איז, אז אין די 'היימישע' וועלט איז זיין נאמען נישט אזוי באקאנט, טראץ זיינע פילע פעאיגקייטן און גלענצנדע כשרונות. דאס האט אים אבער נישט צוריקגעהאלטן פון ווערן ברייט בארימט איבערן גארער וועלט, וואו סיי אידן און סיי גוים זענען מלא התפעלות פון אים, און רעדן איבער אים מיט גרויס הערצה.

ער איז א ריכטיגער אוהב את הבריות ומקרבן לתורה, און ער האט א פונקטליכע מהלך און וויזיע וויאזוי א איד דארף זיך פירן, אז זיין לעבן זאל אים זיין זיס, און אז זיין לעבן זאל זיין מיט א תכלית.

לאמיר פרובירן זיך צו דערגרינטעווען אביסל אין זיין מהות, ביאגראפיע, און אין זיינע דעות והשקפות.

ויעק"ב גלל את האבן מעל הבאר, כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים.[/justify]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 3:09 pm
דורך [NAMELESS]
[justify][center]ב.

אלה תולדות יעק"ב.[/center]

הרב יעקב צבי זאקס שליט"א, באקאנט אלס הרב יונתן זאקס [צוליב זיין שם לועז Jonathan Henry Sacks], איז געבוירן ביום כ"ז אדר א' תש"ח [March 8 1948], אין לאנדאן עיר הבירה פון ענגלאנד.

אין זיין יוגנט, האט ער נישט געלערנט אין קיין היימישע מוסדות, און כמדומה - ניטאמאל אין קיין אידישע מוסדות, ער איז געקומען פון זייער א פשוט'ער ערליכער שטוב. אבער ער איז געווען א פלייסיגער לערנער, און אזוי האט ער זיך דערזען אלס בחור אינעם פרעסטידזשפולן "קעימברידזש" [Cambridge] אוניווערזיטעט. ער האט געלערנט פילאזאפיע, אין וואס ער האט זיך שטארק אויסגעצייכנט, און האט באקומען די חשוב'סטע ערשטע-קלאס דעגרי אויף פילאזאפיע.

[center]
fxkB805024.jpg
[/center]
נאך זייענדיג א סטודענט אין קעימברידזש, איז ער אמאל געפארן קיין אמעריקע, וואו חברים האבן אים צוגערעדט צו גיין באזוכן און רעדן מיטן ליובאוויטשן רבי'ן, הרה"ק רבי מנחם מענדל זי"ע, וואס איז געווען באוואוסט אלס ריז אין תורה, הלכה, חסידות, פילאזאפיע, און אין וויסנשאפט, און דורכדעם האט דער ליובאוויטשער רבי געהאט א שפראך מיט פארברענטע חסיד'ישע אידן, מיט ראשי ישיבות, מיט עמך אידן, און מיט פרייע אידן. דער יונגער 'זשאנאטאן זאקס' האט געוואלט אדורכרעדן מיטן ליובאוויטשן רבי'ן שאלות און ענינים אינערהאלב רעליגיע, גלויבן, און פילאזאפיע.

צו זיין גרויסן וואונדער האט דער ליובאוויטשער רבי גאר געזען אין אים אן איש מיוחד לקרב לבבות ישראל לאביהם שבשמים, און האט אים שטארק צוגערעדט אז ער זאל זיך אריינלייגן אין הלכה, כדי צו קענען ווערן אן עווענטועלער דיין צו קענען אויפטון פאר אידישקייט.

ער האט מחליט געווען אז 'גם מזה וגם מזה אל תנח ידך', און צוזאמען מיטן פארזעצן צו גיין אין אוניווערזיטעט אין New College אין אקספארד, און אין King's College אין לאנדאן, האט ער אויך געלערנט אין ישיבת עץ חיים אין לאנדאן, אלס תלמיד פון הגאון הרב פראפעסאר נחום אליעזר ראבינאוויץ שליט"א - כהיום ראש ישיבת ההסדר 'ברכת משה' אין מעלה אדומים, זייענדיג זיך משלים אין הוראה.

[center]
הרב פראפעסאר נחום אליעזר ראבינאוויץ ראש ישיבת ההסדר ברכת משה במעלה אדומים.jpg
[/center]
אין יאר 1981 האט הרב זאקס באקומען צוויי געגארטע אויסצייכענונגען: פון אוניווערזיטעט האט ער באקומען א דאקטאראט/PHD, און פון ישיבה האט ער באקומען היתר הוראה. פון דא און ווייטער, גייט הרב זאקס גיין מעלה מעלה אין ביידע הינזיכטן, זייענדיג א בארימטער אלטוועלטליכער פילאזאף, און עווענטועל ווערנדיג דער הויפט רב פון בריטאניע.

ער איז אבער א ראציאנאלער דענקער, וואס איז דוגל בשיטת הרמב"ם, און האלט אז אידישקייט האט זיך געוואנדן צו מיסטיציזם נאר נאכן זיך אפבריען פון די אלגעמיינע ראציאנאלע סביבה. נאך גירוש שפאניע האט קבלה געהאט א גרויסע אויפוואכונג, און אזוי אויך נאכן צווייטן וועלטס קריג – ווען די אידן האבן פארלוירן 'טראסט' אינעם אינטעלעקטואלן וועלט.

[center]
6088080981093490357yes1130.jpg
[/center]
בכלל איז הרב זאקס פארבליבן א ריכטיגער בריטישער אינטעלעקטואל, און איז א חסיד נלהב פון שעיקספיר, וכלשונו: "שעיקספיר איז א מתנה פון גאט פאר מענטשהייט". ער האלט אויך מיט די באלל שפילערייען, און איז טיף פארמישט אין פאליטיק – הגם זיינע ווערטער זענען געמאסטן. בכלל.[/justify]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 3:20 pm
דורך [NAMELESS]
[justify][center]ג.

ויהיה לי לעטרת צב"י.[/center]

נאך לערנענדיג הוראה, איז זיין נאמען שוין געגאנגען ווייט, און אין יאר 1978 איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב פון 'גאלדערס גרין' ביהכ"נ, און פינף יאר שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן אינעם פרעסטידזשפולן Marble Arch שול אין צענטראל-לאנדאן, א פאזיציע וואס ער האט אנגעהאלטן פאר די קומענדיגע זיבן יאר.

אין די זעלבע צייט האט ער אויך געדינט אלס מנהל פון בית המדרש לרבנים [ראביניקל קאלעדזש], וואס איז – דרך אגב – די עלטסטע רבנ'ישע סעמינאר.

אין יאר 1991 איז דער כאריזמאטישער - און נישט ווייניגער אינטעלעקטואלער - הרב זאקס אויפגענומען געווארן אלס הויפט רב פון בריטאניע [און אין ענגליש: Chief Rabbi of the United Hebrew Congregations of the Commonwealth], אן אמט וואס ער האט ערפילט בנאמנות פאר די קומענדיגע צוויי און צוואנציג יאר, ביז 2013, ברענגענדיג גרויס כבוד פאר די אידן פון ענגלאנד בפרט, און אידן איבערן גארער וועלט בכלל.

[center]
sacks.jpg
[/center]
ביי זיין איינצוגס רעדע, האט ער געזאגט אז ער וויל ברענגען א תקופה פון איבערבוי, וואס זאל אויפלעבן דאס בריטישע אידנטום'ס כח פון קריעטיוויטעט. ער האט געזאגט אז די באנייאונג זאל זיין באזירט אויף פינף צענטראלע יסודות:

1. ליבשאפט צו יעדן איד.

2. ליבשאפט זיך צו לערנען.

3. ליבשאפט פאר גאט.

4. צוגעבן צו די בריטישע סאסייעטי.

5. צוגעבינדנקייט צו ארץ ישראל.

הרב זאקס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס אומר ועושה, און האט זעלבסט געגרינדעט פארשידענע ארגאניזאציעס און קאמיטעען וואס זאלן זיך אפגעבן מיט די נקודות, צו מאכן א מהפיכה אין בריטישן אידנטום און זיי ארויפברענגען העכער אויפן לייטער לעיני כל הארץ.

[center]***[/center]
ווי הרב זאקס זאגט, האט ער געהאט דריי רבי'ס וואס האבן אים געלערנט וויכטיגע יסודות אין לעבן. דער רמב"ם האט אים געלערנט די וויכטיגקייט פון משלב זיין תורה מיט חכמה/וויסנשאפט, הרב יוסף דוב סאלאווייטשיק זצ"ל [מבאסטאן] האט אים געלערנט אז ער זאל זיך נישט שרעקן פון אדאפטירן גוטע פונקטן פון אן אנדערע קולטור, און דער ליובאוויטשער רבי האט אים געלערנט צו זיין א מנהיג פון מנהיגים, נישט פון חסידים [=מיינענדיג צו זאגן, אז די ליובאוויטשע מהלך פון שליחות און קירוב, האט אוועקגעשטעלט א סיסטעם פון מנהיגים פאר אידן איבערן גארער וועלט].

ער האט – שטרענג צו זיין אידעאלאגיע – מחליט געווען צו לאזן הערן דעם דבר ה' ברמה פארן ברייטן פובליקום אין גאס, און ער האט איינגעשפאנט די אלגעמיינע נאציאנאלע מידיא דערפאר, געבנדיג לעקציעס און דרשות אויף ראדיא, טעלעוויזיע, און נאציאנאלע פרעסע. זיינע לעקציעס זענען נישט געווען דוקא איבער אידישע אנגעלעגנהייטן, נאר אויך איבער פאלקסישע טעמעס, וואו ער האט אויפגעטרעטן אלס וועלט בארימטער הוגה דעות און טיפע דענקער.

[center]
img690141.jpg
[/center]
ער פלעגט רעדן אויף BBC Radio 4’s Thought for the Day אויף א רעגולערע באזיץ, און פלעגט שרייבן א מאנאטליכע קאלום אין די וועלטבארימטע לאנדאנע טיימס. יעדעס יאר האט ער געגעבן א 'ראש השנה מעסעדזש' אויף BBC פארן אלגעמיינער עולם, האבנדיג געשוואוירענע צוהערער פון אלע שיכטן און מאסן פון בריטישן פאלק, אידן ווי גוים צוגלייך.

ער ווערט פאררעכנט פאר אן אומגעווענליך געלונגענער רעטאריקער, און א גלענצנדע רעדנער וואס ווערט כסדר פארבעטן צו רעדן, און עס איז גענוג א קורצע בליק אויף יוטיוב כדי צו כאפן זיין גרויסע חשיבות, וואס זיי זענען אפטמאל גאר פאפולער.

זיין השפעה איז געווען אזוי ווייטגרייכנד, אז ער איז געווארן אן אפיציעלער עצה געבער פאר די בריטישע פרעמיער מיניסטארן. דאס האט פאסירט נאכדעם וואס דער פרעמיער מיניסטער דזשאן מעידזשער האט געליינט אן ארטיקל פון הרב זאקס איבער די נושא פון פארברעכנס. ער איז אזוי אנטציקט געווארן דערפון, אז זינט דאן האט ער זיך אנגעהויבן אדורכרעדן מיט אים אין געזעלשאפטליכע טעמעס. דאס איז שוין פארבליבן א 'מנהג' פאר די קומענדיגע פרעמיער מיניסטארן, טאני בלעיר און גארדאן בראון, ברענגענדיג א קידוש שם שמים אז דער אידישער רעליגיעזער פירער האט געהאט פיל א גרעסערע השפעה אין רעגירונג ווי די הויפטן פון די ענגלישע קירכע.


נישט נאר די פרעמיער מיניסטארן האבן זיך כסדר אדורכגערעדט מיט אים, נאר ער האט אנגעהאלטן גאר נאנטע קשרים מיט רוב מיניסטארן אין די רעגירונג, און אויך די הויפטן פון די אפאזיציע, אזש ביזן בריטישן קעניגליכן שטוב, ובפרט טשארלס – דער פרינץ פון וועילס. זיי פלעגן זיך אדורכרעדן מיט אים נישט איבער אידישע אנגעלעגנהייטן, נאר איבער נאציאנאלע זאכן ווי חינוך, משפחה, און בריטישע נאצינאלע אידענטיטעט.

זייענדיג דער הויפט רב אין ענגלאנד, איז זיין נאמען געגאנגען גאר ווייט, אז פון ארץ ישראל האט מען אים נאכגעשיקט פארשידענע פרייזן פאר זיינע אויפטואונגען, צווישן זיי דער 'פרס ירושלים', און א פרייז פון 'בן גוריון' אוניווערזיטעט.

אין יאר 2009 האט אים די בריטישע קעניגן באקרוינט מיטן געשעצטן 'לארד' טיטל, באקומענדיג א בענקל אינעם 'הויז פון לארד'ס' אלס 'באראן זאקס פון אלדגעיט' אין לאנדאן.

ער איז אויך אויפגענומען געווארן אלס באזוכנדע פראפעסאר [-וואס קומט פון צייט צו צייט געבן לעקציעס], אין פארשידענע אוניווערזיטעטן אין ענגלאנד, די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, און מדינת ישראל, און במשך די צייט האט ער ערהאלטן נישט ווייניגער פון 16 דעגרי'ס פון האנאר.

[center]***[/center]
חוץ פון זיין הנהגה בפועל, האט ער ארויסגעגעבן צענדליגע ספרים און ביכער, און השקפת התורה און אין פילאזאפיע, וואס זענען אלע צוכאפט געווארן פון די פאליצעס, דורך אידן ווי גוים צוגלייך ["ניין און ניינציג פראצענט פון די לייענער, זענען ניטאמאל קיין אידן" – איז הרב זאקס מעיד], און זענען על פי רוב געווען 'בעסט-סעללער'ס'. אויסצוגן פון זיינע ביכער, זענען ציטירט געווארן אין בריטישע צייטונגען מער פון סיי וועלכע אנדערע שרייבער!!

א בליק אין די ספרים געבט ארויס די סוד פון זייער הצלחה: ער שרייבט מלא ידיעות, היבש טיף, מיט א שפראך פון א דענקער, און באנוצט זיך מיט פילאזאפיע, היסטאריע פון מענטשהייט, און די נייעסטע פארשונגען אין די תחומים פון פינאנץ און געזעלשאפט, און באגלייט מיט אידישע מקורות. דאס אלעס שרייבט ער מיט אן עלעקוואנטער שפראך, און מיט א קלארע שריפט פון א פראפעסיאנאלע שרייבער.

פון זיינע איבער דרייסיג [!!!] ספרים/ביכער וואס זענען געשריבן געווארן אין ענגליש, זענען אפאר איבערגעזעצט געווארן אויף עברית. זיי זענען די פאלגענדע ספרים:

"משבר וברית" – מאדערן און פאסט-מאדערן אידישע השקפה.

"רדיקלית אז, רדיקלית עכשיו" – וואס די עלטסטע רעליגיע אויפן וועלט – אידישקייט, האט איבערגעלאזט פארן וועלט.

"לכבוד השוני" – וויאזוי מיר קענען פארמיידן א צוזאמשטויס פון פארשידנארטיגע קולטורן.

"לרפא עולם שבור" – דאס לעבן רופט פאר אחריות.

"השותפות הגדולה" – צווישן רעליגיע און וויסנשאפט.

"לא בשם האל" – קעגן ווילדע אקטן אין נאמען פון רעליגיע.

[center]
1120201323759.jpg
[/center]
אסאך פון זיינע ביכער האבן געוואונען ליטעראטורישע פרייזן, אריינגערעכנט דער פרעסטיזשפולער Grawemeyer פרייז פאר רעליגיע.

[center]***[/center]
כדי מגדיר צו זיין אין איין פאראגראף וואספארא מהפיכה הרב זאקס האט באוויזן אין זיין קאדענציע אלס רב הראשי, לאמיר געבן א בליק אויף די אידישע חינוך סיסטעם: ווען הרב זאקס האט אריינגעטרעטן אין אמט, האבן נאר 25% אידישע קינדער געלערנט אין אן אידישער חינוך אנשטאלט, ווען הרב זאקס האט אפגעטרעטן פון אמט, האבן גאנצע 70% באקומען א אידישע חינוך, אויף וואס הרב זאקס האט זיך אויסגעדריקט מיט צופרידנהייט: "עס איז די ערשטע מאל אין היסטאריע פון ענגלאנד, וואס דער יונגערער דור קען בעסער אידישקייט ווי דער פריערדיגער דור".

ער האט אפילו באוויזן צו שאפן די נויטיגע פאנדן פון די רעגירונג, אז זיי זאלן שטיצן די אידישע מוסדות, א זאך וואס האט זיך אים גוט איינגעגעבן.

נאך צוויי און צוואנציג יאר וואס הרב זאקס האט געדינט אלס הויפט רב אין ענגלאנד, זייענדיג א ריכטיגער מרים קרנם של ישראל, האט ער - אין עלטער פון 65 יאר אלט - איבערגעגעבן די הנהגה פאר הרב אפרים מירוויס, אום סעפטעמבער 2013.

[center]
BTFkje4CIAApaBx.jpg
[/center]
[center]
773.jpg
[/center]
ביי א דינער וואס איז אפגעהאלטן געווארן אפצוצייכענען די ענדע פון זיין גלאררייכער רבנות פאסטן, האט פרינץ טשארלס פון וועילס אים אויסגערימט מיט הפלא'דיגע שבחים, זאגנדיג צווישן אנדערע אז זאקס איז א: "ליכטיגקייט אויף אונזער נאציאן", "א נאנטע פריינט", און "א ווערטפולע יועץ", וואס זיינע הדרכות אויף סיי וואספארא נושא האט קיינמאל נישט פארפאסט צו זיין פון פראקטישן ווערד און שטארק באגרינדעט, אין א סארט קלוגשאפט וואס איז גאר שווער סתם אזוי אפירצוקומען!

נאכן רעטייערן פון רב הראשי פאסטן, האט הרב סאקס אנגענומען א פראפעסאר-שיפ אין YU און אין NYU, און אין נאך פארשידענע פלעצער. אזוי אויך האט ער געגרינדעט א וועבזייטל http://www.rabbisacks.org/, וואו מ'קען הערן זיינע געשמאקע שיעורים, און ליינען זיינע הערליכע מאמרים. אין צייטונג 'די דזשואיש פרעס' האט ער אויך א וועכנטליכע פרשה קאלום. ראו ותחי נפשכם.[/justify]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 3:32 pm
דורך [NAMELESS]
[justify][center]ד.

ויעק"ב איש תם – הולך בתמימות.[/center]

הרב זאקס איז באוואוסט מיט זיין אזוי גערופענע 'ליבעראלער' אוניווערסאלער וועלט אויסקוק. בעצם קען מען זאגן אז עס זענען דא צוויי הויפט יסודות אין זיין פילאזאפיע: די וועלטס אויסקוק אלס כלל, און דאס אידישע פאלקס תפקיד אלס פרט.

אין זיין בוך 'לכבוד השוני', שלאגט זיך הרב זאקס מיטן באקאנטן מהלך וואס [ווערט אנגעקוקט אלס] אפלטון האט אוועקגעשטעלט, אז ס'איז נאר דא איין אבסעלוטער אמת, צו וואס יעדער איינער דארף שטרעבן אנצוקומען, און אלעס אנדערש איז נישט אמת.

הרב זאקס האט געשריבן, אז 'קיין איין רעליגיע האט נישט דער מאנאפאל אויפן רוחניות'דיגן אמת'. דער פאסט-מאדערנע הנחה וואס ער האט גאר אריינגעלייגט אין אידישע רעליגיע (ווי דערמאנט שפעטער), האט געברענגט בייז בלוט אין חרד'ישע קרייזן אין ענגלאנד און אין ארץ ישראל, וואס האבן עס אנגעקוקט אלס שטיקל 'כפירה' אינעם אבסעלוטער אמת פון די אידישע רעליגיע. הרב זאקס האט דאס טאקע אביסל צענזורירט אין די נעקסטע מהדורה אין זיין בוך.

[center]
786.jpg
[/center]
מצד שני, האט הרב זאקס קלאר געמאכט אז ער האלט נישט פונעם ליבעראלן מהלך פון געבן לעגיטימאציע פאר סיי וואספארא קולטור און מענטש, וואס געבט נישט צו צום וועלט, און אוודאי נישט צו עקסטרעמיסטן וואס זעען בכלל נישט קיין 'וועלט' פאר זיך. אבער ער האט אפילו אנגעגריפן די מערב וועלט קולטור פון שעצט נישט גענוג שטארק דאס פאמיליע לעבן, און האט אנגעמערקט אז אייראפע געפונט זיך אין א דעמאגראפישע בראך "צוליב דעם וואס עס פעלט פון אומגלויביגע די חשיבות פון פאמיליע און קהילה-לעבן וואס רעליגיע שטעלט צו".

יעדע קולטור און יעדע רעליגיע, האט וואס צוצוגעבן פאר מענטשהייט. ווי הרב זאקס זעלבסט דערציילט, פלעגט ער אסאך רעדן דערוועגן מיטן געוועזענעם בריטישן פרעמיער מיניסטער גארדאן בראון, און איבער וויאזוי מיט צו ארבעטן מיט די מוסולמענער – וואס פארמאגן א גרויסע אנוועזנהייט אין ענגלאנד, און ספעציעל אין לאנדאן. 'מיר ווילן נישט אז דער מוסולמענער זאל נישט זיין א מוסולמענער, נאר אז ער זאל תורם זיין פון זיין קולטור פאר מענטשהייט'.

דער יסוד דערפון ליגט גאר אין אידישן רעליגיע. "מיר זענען די איינציגסטע מאנאטעאיסטישע רעליגיע [=אמונה בא-ל אחד], וואס זאגט נישט 'אונזער וועג איז די איינציגסטע וועג'. מיר האבן נישט פרובירט מגייר צו זיין די וועלט, און אפילו נישט איינצונעמען די וועלט. עס איז איינמאל געווען א קעניג מבית החשמונאים וואס האט פרובירט מגייר צו זיין די אדומים, און דאס איז געווען דער מערסט נישט אידישע זאך שייך. קיין איין גוטע זאך איז נישט ארויסגעקומען דערפון, קוק נאר אויף הורדוס [=וואס האט געשטאמט פון די געצוואונגענע אדומ'ישע גרים, און האט עווענטועל איבערגענומען די מלוכה, אויסטיילנדיג צרות פאר חכמי ישראל, און ערמארדנדיג די קעניגליכע משפחה מבית החשמונאים]. דערפאר זאגן מיר, אז חסידי אומות העולם האבן אויך א חלק אין עולם הבא, און דערפאר דינגען מיר זיך אויפן קריסטליכן געדאנק וואס זאגט אז עס איז נישטא קיין אויסלייזונג אינדרויסן פון קירכע".

"מיר ווייסן, אז יעדער איינער האט א חשוב'ער קול צו לאזן הערן. כאטש די הלכה איז ווי די בית הלל, חזר'ן מיר אבער אויך איבער די שיטות פון די בית שמאי. אידישקייט איז א דיאלאג פון אלערליי געדאנקן".


אינעם בוך 'לא בשמי' שרייבט הרב זאקס, צווישן אנדערע: "צו אפט געפונען מיר אין רעליגיעזע היסטאריע, אז מענטשן האבן גע'הרג'עט אין נאמען פונעם גאט פון לעבן, מענטשן האבן געזוכט מלחמות אין נאמען פונעם גאט פון פרידן, פיינט געהאט אין נאמען פון גאט פון ליבשאפט, זיך געפירט מיט אכזריות אין נאמען פון גאט פון רחמנות. ווען דאס פאסירט, רעדט גאט, מיט א קליין כמעט אומדערהערבארע קול, אונטערן רעש פון די מאסן וואס רעדן אין זיין נאמען. וואס זאגט גאט אין אזא צייט? 'נישט אין מיין נאמען!'".

פאר אט די סארט געדאנקן וואס הרב זאקס פארקויפט אין זיינע ביכער און רעדעס, האט ער באקומען דעם פרעסטיזשפולן 'טעמפעלטאן פרייז', אין ווערט פון אנדערטהאלבן מיליאן דאלער – העכער ווי דער נאבעל פרייז. ער האט דאס באקומען אנהייב יאר, צוליב זיינע גייסטישע ירושה וואס ער לאזט איבער פאר מענטשהייט, בנוסף צו זיין טיפע פארשטאנד אין וועלטס עקאנאמיקס, וואס ווי דזשעניפער סימפסאן – וואס פירט אן דער 'טעמפעלטאן פרייז' – האט זיך אויסגעדריקט: "ער האט שטענדיג מקדים געווען זיין צייט, און אדאנק זיין פירערשאפט קען די וועלט ארויסקוקן פאר א בעסערע צוקונפט – א זאך וואס מיר אלע דארפן יעצט".

[center]***[/center]
כלל ישראל האט אבער א באזונדערע תפקיד פאר די וועלט: "ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש". א כהן איז דער וואס דינט גאט, און איז כביכול דער מתווך צווישן פשוט'ער מענטש און גאט. ער לערנט אויס דאס פאלק, ער הייבט אויף דעם פשוט'ן מענטש פון זיין מגושמ'דיגע וועלטל, און ער צייגט אים וואס איז טוב און וואס איז רע. דאס זעלביגע דינט כלל ישראל אלס 'ממלכת כהנים' פאר די אלגעמיינע וועלט, און אונזער תפקיד איז צו דערהייבן די גאנצע וועלט צו א העכערע מצב, פיזיש און גייסטיש.

אידישקייט דארף זיין חלק פון אן אלטוועלטליכער רעכענונג, נישט דורך ארויפצווינגען רעליגיע – צו וואס הרב זאקס איז זיך שטארק מתנגד, און נישט דורכ'ן אפ'פסק'ענען א צווייטן. און ווי ער דרוקט זיך אויס דערוועגן: "דאס פסק'ענען לאז איך איבער פאר גאט. ער פסק'ענט געווענליך אפ מענטשן סאך מער נאכגעביג ווי אונז מענטשן...".

הרב זאקס איז אזוי אויסגעשפראכן דערוועגן, אז ביי א געזעגענונגס סעודה וואס איז אפגעראכטן געווארן לכבודו, לרגל זיין אפדינען פון אמט אלס הויפט רב פון בריטאניע, האט ער אפילו אטאקירט די היינט צוטאגיגע חרדי'שע סארט אידישקייט וואס "סעגערירט זיך פון די וועלט און פון אנדערע אידן", זאגנדיג אז די גרעסטע פראבלעם איז מיט די צוויי גרעסטע פארמען פון אידישקייט, "די וועלכע נעמען ארום די וועלט און ווייזן צוריק אידישקייט, און די וואס נעמען ארום אידישקייט און ווייזן צוריק די וועלט".

[center]
772.jpg
[/center]
דאס אז צענטריזם שרימפט איין, איז "ערגער פון מסוכנ'דיג. עס איז אן אויפגעבונג פון דער ראלע פון אידן און אידישקייט אין דער וועלט. מיר זענען דא צו אנגאזשירן מיט דער וועלט, צו זיין געטריי צו אונזער אמונה און א ברכה צו אנדערע, אומאפהענגיק אין זייער רעליגיע".

ווען מ'האט אים געפרעגט אויב ער האלט אז דאס אידישע רעליגיע שטייט העכער אנדערע רעליגיעס און קולטורן, האט ער – אלס ארטאדאקסישער רב – פארט געטראפן די וועג ארויס, זאגנדיג "איך האלט אז אידישקייט איז אנדערש פון אנדערע קולטורן. איך באנוץ זיך נישט מיטן טערמין 'חשוב'ער' אדער 'העכער'. זי איז אנדערש, מיט דעם וואס זי מאכט פלאץ אויך פאר אנדערע".

די שאלה וויאזוי מיר קענען זאגן 'אתה בחרתנו מכל העמים', אויב זי פארקויפט זיך נישט אלס העכער און חשוב'ער, פארענטפערט ער דורכן משלב זיין דעם יסוד מיטן ערשטן יסוד. כלל ישראל האט זיך מיט וואס גרויסצוהאלטן, וויבאלד זי איז געווען די פאן טרעגער פון אקצעפטירן פרעמדע מיינונגען, און אפילו פרעמדע רעליגיעס. דאס האט אויסגעטרעטן א וועג פאר די וועלט וויאזוי זיך צו באגיין מיט פרעמדע קולטורן און מיינונגען, און דאס איז דער שליחות פון כלל ישראל ביז יעצט – צו פארזיכערן אז איש באמונתו יחיה, יעדעס פאלק מעג זיין אנדערש, און טאקע מיט דעם שטעלט זיך אוועק א שיינע אוניווערסאלע וועלט.

[center]
60880786090636183103yes1130.jpg
[/center]
דערפאר האט די אידישע רעליגיע באוויזן אדורכצולעבן אימפעריעס, גירושים, און א צוויי טויזנט יעריגער גלות. און דאס איז די ספעציעלקייט מיטן אידישן רעליגיע אין צוגלייך צו קריסטנטום און איסלאם, וואס ביי די רעליגיעס איז נאר דא איין גאט, איין אמת, און איין וועג, ווידעראום אידישקייט פארמאגט איין גאט, אבער אסאך שפראכן, און אסאך וועגן וויאזוי צוצוקומען צו גאט. נאכמער, אין תנ"ך זענען זיך אידן כביכול 'מתווכח' מיט גאט, א זאך וואס מ'וועט נישט געפונען אין קיין שום אנדערע רעליגיע. ווייל דאס איז אויך א וועג צוצוקומען צו גאט, און דערפאר געפונט דאס פלאץ אין אידישן גלויבן.

"ווען משה רבינו געבט פאר די אידן, בסוף ימיו, די לעצטע מצוה פון די תורה – כתיבת ס"ת, זאגט ער פאר זיי: "ועתה כתבו לכם את השירה הזאת", ער זאגט נישט 'את התורה הזאת', נאר 'את השירה הזאת'. דער 'ערוך השולחן' איז מסביר, 'יופי של שירה הוא ריבוי הקולות', די הארמאניע וואס קומט ארויס פון א כאר איז דווקא ווען יעדער פארמאגט אן אנדערע סארט שטימע. אידישקייט איז א שטיק מורכב'דיגע הארמאניע, וואס קומט פון זען זאכן פון אנדערע פרעספעקטיוון".

דאס איז גלייכצייטיג דער ענטפער פארן אומוויסנדער איד, וואס פארשטייט נישט פארוואס ער זאל אנהאלטן א אידישער אידענטיטעט אין יאר 2016, און זיך נישט אסימילירן צווישן די אלגעמיינע באפעלקערונג - טענה'ט הרב זאקס. וויבאלד אן זאגן דער פשוט'ער 'אתה בחרתנו' וואס שמעקט פון ראסיזם פארן אלגעמיינער ליבעראל, ליגט דא אויך א טיפערע געדאנק, היסטאריש באזירט, וואס אונזער תפקיד אלס 'כלל ישראל' איז פאר די גאנצע אינטערנאציאנאלע וועלט.

[center]***[/center]
ווי הרב זאקס ערקלערט, איז דער אממערסטנס אינטרעסאנטער פילאזאף - פון זיין שטאנדפונקט - געווען ניטשע. "ער האט געגלייבט אין אלעס וואס אידישקייט שטופט אוועק. ער האט מבחין געווען, אז דער גרעסטער אויסוואל אין מענטשליכער היסטאריע איז אלס געווען, צווישן די געדאנק פון שטארקייט אדער די שטארקייט פון געדאנק. אידישקייט פארנעמט זיך מיט די שטארקייט פון געדאנק".

"מיר זענען קיינמאל נישט געווען ספעציעל שטארק, אבער מיר האבן זיך שטענדיג געזארגט פאר חינוך, ביהמ"ד, און חיי הרוח. דאס איז אויך זייער א וויכטיגע זאך וואס אידישקייט האט געגעבן פאר די וועלט. מיר זענען די ערשטע פאלק וואס האט איינגעפירט אן אוניווערסאלער חינוך סיסטעם פאר אלע אירע קינדער, און מיר האבן דאס געטון 1,800 יאר בעפאר דער געדאנק איז אדאפטירט געווארן אין ענגלאנד".

צו פארשטיין וואס די אידישע צוגאנג צו א זאך איז, געבט הרב זאקס די פאלגענדע ביישפיל: "די בירגער פון אתונה [אטענס] האבן פאר'משפט סאקראטעס'ן צום טויט, פארן פארדארבן די יוגנט דורכן זיי מוטיגן צו פרעגן שאלות. דאס וואס איז געווען א חטא אין אתונה, ווערט פאררעכנט אין אידישקייט אלס די גרעסטע מצוה: מ'קען נישט אנהייבן די ליל הסדר אן די שאלות פון די קינדער. ביי אונז, איז דער נידריגסטער דרגה א 'שאינו יודע לשאול'".

[center]
044.jpg
[/center]
ווען ריטשארד דוקינס האט אנגעהויבן מיט א קאמפיין אז רעליגיע איז געמאכט פאר נאאיווע און נארישע מענטשן, האט אים הרב זאקס אנגעמערקט איבער די גרויסע מאס אידישע נאבעל פרייז געווינער. נאכדעם וואס דוקינס האט דאס איינגעזען, האט ער זיך אויסגעדריקט אז ריכטיג, זעט אויס אז דאס אידישע רעליגיע אז עפעס אנדערש. "ער האט פארשטאנען אז נישט אלע אידישע נאבעל פרייז געווינער זענען געווען רעליגיעז, אבער זיי זענען אלע געקומען פון א מסורה וואס איז געווען רעליגיעז במשך כל הדורות. ער האט פארשטאנען אז אידישקייט מוטיגט א געדאנקנסגאנג וואס ברענגט אויף שאלות, און דאס איז אן אומגעווענליכער ערשיינונג היינט צוטאגס, צו זיין רעליגיעז און אין די זעלבע צייט צו פרעגן שאלות".

ווי א ריכטיגער שטאלצער איד, טענה'ט הרב זאקס אז ער האלט אז אידישקייט איז די איינציגסטע קולטור אין היסטאריע וואס איר גאלדענע עפאכע געפונט זיך אין די עתיד און נישט אין די עבר. ווי ער דרוקט זיך אויס: "די אידן, מער פון יעדע אנדערע פאלק, האבן געהאט די רעכט זיך אראפצוזעצן אין 1945 און באוויינען זייער 'נאכבא' [=די פאלעסטינער באצייכענען דאס אנשטייאונג פון מדינת ישראל, אלס 'נאכבא', ווען זיי באוויינען זייער פארלירן די 'פאלעסטינער שטאט']. און טראצדעם, האבן די אידן געקוקט פאראויס און נישט אויף צוריק".

"ווען משה רבינו האט געפרעגט פון גאט וואס זיין נאמען איז, האט אים גאט געענטפערט: אהי-ה אשר אהי-ה. כמעט אלע קריסטליכע איבערזעצונגען האבן זיך געשטרויכלט אין פארשטיין פשט אין דעם אויסדריק. זיי האבן עס איבערגעזעצט אלס 'איך בין וואס איך בין', 'איך בין די יסוד פון קיום', וואס דאס איז די גריכישע וועג פון פארשטיין גאט. זיי האבן נישט געכאפט אז 'אהי-ה אשר אהי-ה' מיינט 'איך בין דער גאט פונעם עתיד'".[/justify]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 3:35 pm
דורך [NAMELESS]
[justify][center]ה.

כה תאמר לבית יעק"ב.[/center]

ווי שוין אויסגעשמועסט, איז הרב זאקס' השקפה כללית, אז די תפקיד פון כלל ישראל איז צו זיין אן 'אור לגוים', א וועגווייזער פאר מענטשהייט וויאזוי זיך צו פירן: "לתקן עולם במלכות ש-די". דערפאר איז נישט קיין חילוק ווי גרויס כלל ישראל איז אין צאל, נאר ווי גרויס עס איז אין אנשי רוח ובעלי השפעה, וואס זענען דא אויף צו פארבעסערן די וועלט.

די פאלגענדע הערליכע תורה'דיגע און פילאזאפישע געדאנק, וואס הרב זאקס זעלבסט האט געזאגט, וועט עס אמבעסטן ארויסברענגען.

[center]
1120201333020.jpg
[/center]
אין איינוועגס וועלן מיר זיך באקענען מיטן געוואלדיגן כח פון הרב זאקס, אייביג צו ברענגען ראיות צו זיינע געדאנקן פון פערזענליכקייטן און ערציילונגען פון תנ"ך, וואו מ'קען זען זיין געוואלדיגער אויסגעקאכטקייט אין די כתבי קודש:


"אנהייב פרשת 'כי תשא', ווערט משה באפוילן אפצורעכטן א ציילונג פון אידישע קינדער. א מאדנע ציילונג. משה ווערט באפוילן נישט צו ציילן די מענטשען דירעקט, נאר אומדירעקט. יעדע איד דארף געבן א האלבע שקל, און נאר דורך דעם וועג וועט מען אויסרעכענען זייער צאל. אט אזוי שטייט אין פסוק (שמות ל, יב): "כִּי תִשָּׂא אֶת רֹאשׁ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לִפְקֻדֵיהֶם, וְנָתְנוּ אִישׁ כֹּפֶר נַפְשׁוֹ לַה' בִּפְקֹד אֹתָם, וְלֹא יִהְיֶה בָהֶם נֶגֶף בִּפְקֹד אֹתָם".

זעהט אויס אז ס'איז מסוכן צו ציילן אידן. און דאס ווערט באשטעטיגט מיט א געשעעניש יארן שפעטער, אין די צייטן פון דוד המלך. דוד האט באשלאסן אפצורעכטן א ציילונג פון די מענטשן פון זיין פאלק. יואב, זיין מיליטער גענעראל, בעהט זיך ביי אים שטארק ער זאל זיך צוריקהאלטן דערפון (שמואל-ב כד, ג): וַיֹּאמֶר יוֹאָב אֶל הַמֶּלֶךְ, וְיוֹסֵף ה' אֱלֹקֶיךָ אֶל הָעָם כָּהֵם וְכָהֵם מֵאָה פְעָמִים, וְעֵינֵי אֲדֹנִי הַמֶּלֶךְ רֹאוֹת, - וואונטשט אים יואב אָן - אבער א ציילונג, פארוואס? "וַאדֹנִי הַמֶּלֶךְ לָמָּה חָפֵץ בַּדָּבָר הַזֶּה?".

אבער די קעניג'ס ווערטער זענען שטערקער פון יואב'ס, און ער רעכט אפ דעם ציילונג, און ער ציילט אפ די מיליטער-פאסיגע אין ישראל און אין יהודה. ביי דעם פאַזע האט דוד חרטה, און זאגט פאר גאט (שם, י): "וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל ה', חָטָאתִי מְאֹד אֲשֶׁר עָשִׂיתִי, וְעַתָּה ה' הַעֲבֶר נָא אֶת עֲו‍ֹן עַבְדְּךָ, כִּי נִסְכַּלְתִּי מְאֹד". טראץ די תשובה פון דוד, זענען די רעזולטאַטן געווען שרעקליך. א מאָרד האט געשלאגן ביים פאלק און געלאזט פאלן צענדליגע טויזענטע.

דער ענין זעהט אויס פארהוילן. פארוואס איז מסוכן צו ציילן אידן? די תורה-מפרשים ברענגען ארויף אין זייערע קאָמענטאַרן אויף דעם פסוק, אנהייב אונזער פרשה, פארשידענע פארשלאגן. רש"י זאגט, אז ס'איז דא אין ציילן א "שלעכט אויג". רבינו בחיי דערמאנט, אז ווען מענטשען ווערן געציילט, ווערן זיי געציילט איינצלווייז און נישט אלע צוזאמען. פאר א רגע איז יעדער א יחיד אפגעטיילט פון די פארזאמלונג. די סכנה איז ווען א יחיד זאל גע'משפט ווערן לויט זיין איינע אייגענע מידות און זכותים, וואס זענען מעגליך נישט גענוג אים צו קרעדיטן ביים פראצעס. ספורנו זאגט אז א ציילונג טוט אונז דערמאנען וואס אלץ האט זיך געטוישט, דאס ברענגט אן אויפמערקזאמקייט צו די לעבעדיגע און די טויטע צוגלייך. און דאס איז אויך מסוכן, ווייל עס ברענגט ארויף די שאלה "מיט וועלכע זכות בין איך דא, צווישען די לעבעדיגע (וואס ווערן געציילט), און אנדערע נישט?". כדי אויסצושליסן דאס, פארלאנגט זיך אזויווי אַן "זעהל אויסלייז", א געשאנק פארן בית המקדש און פאר די עבודת ה' דארט.

איך וויל פארשלאגן נאך א פירוש - אפילו נאָר אלץ א דרש, אָן וועלן טענה'ן אז דאס איז דער פשוט'ער לאגיק פונעם פסוק. פארוואס טוען פעלקער ציילן זייער באפעלקערונג? כדי אפצושאצן זייער מאכט. מיליטערישע מאכט (צאל מענטשן וואס מען קען איינרוקן), עקאנאמישע מאכט (די צאל פון שטייער צאלער), אדער די דאָמאָגראַפישע מאכט (די סומע געוואוקס ארויף אדער אראפ, פון די פאלק). יעדע סארט ציילונג איז געבויט אויף איין זאך: נומערן האבן מאכט, א כח. אויב די נומערן זענען גרויס, איז דער פאלק שטארק.

און טאקע דערפאר איז מסוכן צו ציילן אידן. אונז זענען א קליין פאלק. דער פארשטארבענער שרייבער מילטאן הימלפארב שרייבט, אז דער צאל פון אידן אויף די וועלט קומט נישט צו די ווערט פון סטאטיסטישע טעות אין די כינע-באפעלקערונג ציילונג. אונז זענען א פיפטל פון א פראצענט פון די וועלטס באפעלקערונג, מיט א נארמאלע מאס-מעסטער זענען אונז קלענער פון צו זיין א משמעות אין רעכענונג. דאס איז נישט נאר ריכטיג אין אונזערע טעג. אזוי איז אויך געווען אין די צייטן פון די תורה. אין איינע פון זיינע עפילאג רעדעס אין ספר דברים, זאגט משה (דברים ז, ו): "לֹא מֵרֻבְּכֶם מִכָּל הָעַמִּים חָשַׁק ה' בָּכֶם וַיִּבְחַר בָּכֶם, כִּי אַתֶּם הַמְעַט מִכָּל הָעַמִּים". עס איז מסוכן צו ציילן אידן, ווייל אויב אידן וואלטן געגלייבט, אפילו נאר פאר איין רגע, אז "מאכט", כח, ליגט אין "נומערן", וואלט אונזער פאלק שוין פון לאנג זיך געבראכן פון יאוש.

[center]- - -[/center]
וויאזוי קען מען, אויב אזוי, יא אפשאצן די "מאכט" פון אידישן פאלק? אין מיינע אויגן, די ענטפער פון די תורה איז וואונדערליך שיין. בעהט פון די אידן זיי זאלן געבן, און צייל זייערע תרומות. פון א נומער פראספעקטיוו זענען אונז קליין, אבער מיט טערמינען פון געבן פאר די ציוויליזאציע און פארן מענטשהייט, זענען אונז שטארק.

טראכט נאר פון די גרינדער פון מאדערנע-טראכטער: אין פיזיקס, איינשטיין; אין פילאזאפיע, וויטגנשטיין; אין סאציאלאגיע, דירקהיים; אין אַנטראָפּאָלאָגיע, לוי-שטראוס; אין פּסיכיאַטריע, פרויד; אין עקאנאמיע, א גאנצע קייט פון טראכטער דורכברעכער'ס, פון דעיוויד ריטשארד דורך מילטאן פריעדמאן ביז אלען גרינשפאן און דזשאסעף שטיגליץ (און נאך פערציג נאבעל פרייז געווינער פאר עקענאמיע); אין ליטעראַטור, גדולי עולם פון פרוסט ביז קאפקא און פון עגנון ביז באשעוויס-זינגער; אין מוזיקה, קלאסישע קאמפאזיטארן ווי מאהלער און שיינבערג, און פאפולערע קאמפאזיטארן ווי אירווינג בערלין און דזשארדזש גערשווין, צוזאמען מיט אסאך גרויסע זינגער'ס און אנפירער'ס.

אידן האבן באקומען צוויי און פופציג נאבעל פרייז אין רפואה. זיי האבן צושטייער געגעבן אויסערגעווענדליך אין די פעלד פון געזעץ אין פארשידענע לענדער (צום ביישפיל, צוויי פון די וואס זענען געשטאנען אין שפיץ פון די געזעץ סיסטעם אין ענגלאנד אין די לעצטע צענדליגע יארן זענען אידן, די לארד'ס פיטער טעילער און הערי וואלף, כאטש אידן זענען א האלב פון א פראצענט פון די בריטישע באפעלקערונג). און אונז האבן נאכנישט דערמאנט דאס אידישע באשטייערונג אין פעלד פון אינדוסטריע, פינאנצן, אקאדעמיע, מידיע און פאליטיקע (צוריק צו ענגלאנד, אין די רעגירונג פון דזשאן מעידזשער איז געווען א צייט, וואס דער אויסערן מיניסטער און דער אינערן מיניסטער זענען ביידע געווען אידן: מייקל האווארד און מעלקאלם ריפקינד; אין יאר 2010 זענען די אנפירער'ס פון ביידע "הייזער פון אויסדערוועלטע" געווען אידן, דזשאון בערקוי און בארוניט היימאן).

אין די פאראייניגטע שטאַטן זענען אסאך גרויסע געזעצן געבער'ס אידן: לואיס בראנדייס, בענדזשאמין קארדאזא, פעליקס פראנקפורטער און רות באדער-גינזבערג. אין פּסיכאטעראפּיע (א אידישע ערפונדונג), טעראפי און טעארטיק זענען נאך אלץ באוואוסט די מערסטע - אהרן בעק, דער ערפינדער פון קאַגניטיוו טעראַפּי, און מארטין סליגמאן דער פיאניר אין פאזאטיווע פּסיכאָלאָגיע. האליוואד איז אין פאקט א אידישע שאפונג. אין די פעלדער פון קונסט, מוזיק, היילונג און אקעדעמישע לעבן, שטייגט די צושטייער פון אמעריקאנער אידנטום פיל העכערן פראפארציע.

און וועגן מדינת ישראל, די לאנד פון אידן - זי פירט דעם גאנצן וועלט אין פעלד פון אַגריקולטורע אין מדבר'ישע צושטאנד, זי שיקט ארויס עקספערטן צו דריטע-וועלט לענדער און צו מערב אוניווערזיטעטן צוגלייך, זי געפינט זיך אינעם ערשטן פלאץ אין די וועלט מיט די צאל פון פאטענטן לויט די באפעלקערונג קאפצאל, און מיט די צאל פון מענטשן מיט דיפלאמע'ס, אין די לעצטע יארן גיט זי ארויס נאבעל פרייז געווינער אין וויסנשאפט, און ספעציעל אין כעמיע.

אבער העכער אלעם שטייט דעם אידישען צושטייער אין ספּיריטואַלן לעבן. זי איז ספעציעל און אסאך, און נישט נאר דאס, נאר זי האט אפילו אוועקגעשטעלט דעם אנטוויקלונג פון דעם גאנצן מערב וועלט ציוויליזאציע. דער קליינער פיצעלע פאלק האט אויף א געוויסע וועג באשאפן א קיין-ענדע-שטראם פון אבות, כהנים, משוררים, נביאים, חכמים אין הלכה און אין אגדה, פוסקים און קאמענטירער, פילאזאפן און מיסטיקער, גרויסע חכמים און צדיקים, אין א מאס וואס מ'קען כמעט נישט מעסטן.

מ'רעדט נישט דא פון איין פאל אז אידן איז געלונגען צו מאכן אן איבערקערעניש, נאר פון א נאכאנאנדער ערשיינונג, יאָרהונדערט נאך יאָרהונדערט, און דאס אלץ נישט איינמאל, און אין שווערע צושטאנדן וואס קיין שום אנדערע פאלק ווייסט נישט ענדליך צו דעם. איינמאל און נאכאמאל האט זיך די אידישע פאלק אויפגעוועקט פון חורבן, און צוריק באנייט מיט א דורכברוך פון שאפונגען. דער חורבן פונעם בית ראשון האט געבוירן דעם בבל'ישע מהלך פון לערנען תורה. דער חורבן פונעם בית שני האט געשטופט דאס אנטוויקלונג פון שרייבן תורה שבעל-פה: דער מדרש, משנה און תלמוד. די רייבעריי מיט די קראים און נוצרים האט אונז געברענגט די גרויסע פרשנים אויף מקרא. די פראוואקאציע פון ניאו-אפאלטאן און ניאו-אריסטאטעלעס וואס האט אויפגעשטעלט דעם מוסולמענישער וועלט, האט אויפגעוועקט א גאלדענע שורה פון אידישע פילאזאפיע אין שפאניע צווישען יארהונדערט צוועלף און פערצן.

אויב ווילט איר אפשאצן די כח פון אידישן פאלק, בעהט פון די אידן צו געבן, און ציילט זייערע נדבות. דאס איז דער גלאררייכע געדאנק מיט וואס די פרשה הייבט זיך אן אין פרשת כי תשא.

[center]- - -[/center]
געזאגט האב איך אז דאס איז א דרש - אבער ס'איז מער פון נאר א השערה. כאטש אויף איין פלאץ זעהט אויס פון תנ"ך אז דאס איז דער הסבר. אין ספר שופטים, פרקים ו-ז, ווערט ערציילט וועגן די מדינים וואס האבן וויי געטוהן פאר אידן און נאכאנאנד בא'גנב'עט זייערע פעלדער. גאט האט באפוילן גדעון בן יואש מלחמה צו האלטן מיט זיי. גדעון האט איינגעזאמלט א גרויסע מיליטער, צוויי און דרייסיג טויזנט מענטשן. גאט האט צוריקגעזאגט מיט א ווארט, וואס איז ווארשיינדליך די מערסט מאדנע אין געשיכטע פון וועלטליכע מיליטעריע (שופטים ז, ב): "רַב הָעָם אֲשֶׁר אִתָּךְ מִתִּתִּי אֶת מִדְיָן בְּיָדָם", און ער האט געזאגט פאר גדעון צו לאזן צו וויסן טון פאר די אידן, אז אלע דערשראקענע זאלן אהיימגיין. צוויי און צוואנציג טויזנט מענטשען האבן אזוי געטוהן. נאר צען טויזנט זענען געבליבן. אבער אויך יעצט זאגט ה' אז "עוֹד הָעָם רָב".

ער האט באפוילן גדעון צו פירן די מלחמה לייט אראפ צו די וואסער, און זעהן וויאזוי זיי גייען טרינקען דערפון. ניין טויזענט און זיבן הונדערט מלחמה לייט האבן זיך געביקט אויף זייערע קניען און געטרינקען די וואסער דירעקט פונעם טייך. נאר דריי הונדערט האבן געשעפט וואסער מיט די הענט און אזוי געברענגט די וואסער צום מויל. גאט זאגט פאר גדעון צו באפרייען א גרעסערע-רוב פון די מלחמה לייט, און איבערלאזן נאר דריי הונדערט מלחמה לייט: גאר א קליינע צאל אויסצופירן א מיליטערישע אפעראציע, און אוודאי א מלחמה קעגן א שטארקע מיליטער. דאן זאגט גאט פאר גדעון: "בִּשְׁלֹשׁ מֵאוֹת הָאִישׁ הַמֲלַקְקִים אוֹשִׁיעַ אֶתְכֶם, וְנָתַתִּי אֶת מִדְיָן בְּיָדֶךָ". אין א פלוצים'דיגע נאכט איבערפאל, באנוצנדיג זיך מיט קולות וואס האט זיך געהערט ווי א גרויסע מיליטער איז אונטערוועגנס האט דער קליינער גרופע פון גדעון באזיגט דעם קריג.

עס דערקענט זיך, אז פאר אונז איז עס מער פון סתם א מלחמה מעשה. דער תנ"ך איז א רעליגיעזע טעקסט, נישט קיין מיליטערישע. וואס גאט זאגט צו גדעון - וואס גאט זאגט פאר אונזערע עלטערן און פאר אונז די לעצטע פיר טויזנט יאר - איז, אז כדי צו באזיגן אין א אידישע מלחמה, אין א ספּיריטואַלן קריג, צו באזיגן א געווינס פארן הארץ, זעהל, און נשמה, דארף מען נישט קיין גרויסע נומערן. מ'דארף איבערגעגעבנקייט, זיך דערלערנען, דאווענען, א בליק אויף פאראויס, א שטארקייט, אידיאלאגיע, און האפענונג. מ'דארף מענטשן וואס זייער נאטור איז נייטיג צו געבן צושטייער.

הייס זיי געבן און צייל די געגעבאכטס. דאס איז דער מערסט פונקטליכע וועג וואס איז אלץ געשריבן געווארן, צו מעסטן דעם כח פונעם פאלק".


[left]קרעדיט פארן שיינעם דבר תורה: ידידי הרב [tag]קאווע טרינקער[/tag].[/left][/justify]

Re: הרב יונתן זאקס - מלפנים רב הראשי למדינת בריטניה ("אסיף")

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 3:39 pm
דורך פליקער
איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פון די אשכול, איך בין אנציקט און גאר געבינדען צי זיינע וועכענטליכע ארטיקלעך, קאווענענט, און פארמאג זיין הגדה של פסח און אויך זאג איך נאך זיינע זאכן, ווען איך קען, פארשטייט זיך בשמי.. ווייל ווער קאן אים דען, פון היינט וועט זיך עס טוישן,

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 3:46 pm
דורך [NAMELESS]
[justify][center]ו.

וויאזוי דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל האט אים פארוואנדלט פון א פשוט'ער קאלעדזש סטודענט אין א גדול בתורה ומחשבת ישראל.[/center]


אין ר"ח כסלו תשע"ב איז פארגעקומען דער באקאנטער 'כינוס שליחים העולמי' פון ליובאוויטש, ווי טויזנטער ליובאוויטשע חסידים וואס דינען אלס שליחים איבערן גארער וועלט, אויפשטעלנדיג א נעץ פון קירוב, חסד, און תורה, קומען זיך צאם יאר-יערליך און הערן פארשידענע דרשות חיזוק און עצות א.א.וו.

איינע פון די הויפט רעדנער איז געווען הרב זאקס, וואס האט איבערראשט דעם עולם דערציילנדיג איבער ליובאוויטשער רבי'ס שייכות מיטן זיין פערזענליכן עולם הרבנות. מער פון אלעם, ווערן מיר געוואויר גאר אסאך אינטרעסאנטע פרטים פון הרב זאקס' פערזענליכן לעבן, און וויאזוי פון א פשוט'ער 'קאלעדזש בוי' איז אויפגעוואקסן אזא ריז אינערהאלב עולם הרבנות ומחשבת יהדות. און ווי פארשטענדליך, וויאזוי דער ליובאוויטשער רבי איז פערזענליך 'שולדיג' דערינען.

זיין רעדע - פאר אומגעפער פינף טויזנט ליובאוויטשער שליחים פון איבער דער גארער וועלט - איז געווען אויסנאמליך גוט, שטארק אינספירירנד, און איז פאררעכנט געווארן פאר איינע פון די בעסטע גאסט-רעדנער דרשות אין היסטאריע.

[center]
hkNe5895442.jpg
[/center]
לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פאר הרב זאקס זעלבסט:

"איך וויל אייך דערציילן איבער וויאזוי דער רבי האט געטוישט מיין לעבן. איך האב מסכים געווען צו דערציילן דערוועגן נישט ווייל מיין מעשה איז עפעס א ספעציעלע מעשה, עס איז נישט. נאר די סארט ערציילונגען דערמאנען אונז וואס דאס איז חב"ד, און וואס מאכט איר אזוי ספעציעל.

דאס איז אן ערציילונג מיט דריי קאפיטלען. דאס ערשטע האט פאסירט אין יאר 1968, ווען איך בין נאך געווען א סטודענט אין אוניווערזיטעט. איך האב שוין געוואוסט פון תנועת חב"ד דורך געוויסע ליבאוויטשע חסידים וואס האבן שוין דעמאלס באזוכט אין קעימברידזש אוניווערזיטעט, און איך האב נהנה געווען פון זייערע פעולות. אין זומער 68' בין איך געפארן קיין אמעריקע כדי צו טרעפן די גרויסע רבנים פון יענע צייט, און איינע פון די רבנים וואס איך האב באגעגענט האט מיר געזאגט: דו מוזט זיך באגעגענען מיטן רבי'ן!

איך בין אנגעקומען צו 770 איסטערן פארקוועי, און כ'האב געזאגט צום ערשטן חסיד וואס איך האב אנגעטראפן: איך וויל ביטע רעדן מיטן רבי'ן. דער חסיד האט זיך צולאכט. "דו ווייסט וויפיל טויזנטער מענטשן ווארטן צו טרעפן דעם רבי'ן? פארגעס דערפון", האט ער געזאגט. איך האב אים צוריקגעענטפערט: "איך פאר ארום די פאראייניגטע שטאטן, אט האט איר מיין מומע'ס טעלעפאן נומער אין לאס אנדזשעלעס, אויב איך וועל קענען אריינגיין צום רבי'ן, זאלסטו זיך פארבינדן מיט מיר". אפאר וואכן שפעטער האט דער טעלעפאן אין לאס אנדזשעלעס געקלונגען אויף א מוצאי שבת. מ'האט זיך פארבינדן פון ליובאוויטש: דער רבי וועט דיר אויפנעמען דאנערשטאג.

יענע תקופה האב איך נישט געהאט קיין סאך געלט, און כ'האב מיך געמוזט באנוצן מיט פובליק טראנספארטאציע. זענט איר שוין אמאל געפארן מיט א באס פון לאס אנדזשעלעס קיין ניו יארק?... פאר 72 שעות רצופות בין איך געזעצן אין באס!!

איך בין אנגעקומען צו 770, אריין צום לייברערי פון ליובאוויטשער רבי, און אים פארגעלייגט מיינע פילאזאפישע און אינטעלעקטואלע פראגעס. ער האט מיר געענטפערט פילאזאפישע און אינטעלעקטואלע ענטפער'ס. אבער דאן האט ער געטון עפעס וואס קיין אנדערע מענטש האט נישט געטון. ער האט ארומגעטוישט אונזער אמט, און האט מיר גאר אנגעהויבן פרעגן פראגעס: "וויפיל אידישע סטודענטן געפונען זיך אין קעימברידזש? וויפיל פון זיי זענען פארמישט אין אידישן לעבן? וואס טוסטו כדי צו אריינברענגען נאך סטודענטן אין אידישן לעבן?"...

[center]
images (1).jpg
[/center]
איך בין נישט געקומען דארט צו ווערן א שליח. איך בין געקומען כדי צו פרעגן אפאר פשוט'ע פראגעס, און פלוצלינג האט ער מיר אנגעהויבן פרעגן שווערע פראגעס. האב איך געטון וואס מ'טוט אין ענגלאנד. די בריטישע זענען מומחים אין אויסטרעפן פארפלאנטערטע תירוצים פארוואס זיי טוען גארנישט...

איך האב אנגעהויבן צו זאגן: "אין דעם סיטואציע וואס איך געפון מיך אין---", און דער רבי האט געטון עפעס וואס – לפי ידיעתי – איז געווען אנדערש ווי זיין שטייגער.

ער האט מיך איבערגעהאקט אינמיטן רעדן, און געזאגט: "קיינער 'געפונט זיך נישט' אין א סיטואציע. דו האסט זיך אריינגעלייגט אין א ספעציפישע סיטואציע, און דו קענסט דיך אריינלייגן אין א צווייטע סיטואציע".

יענע רגע האט געטוישט מיין לעבן.

איך בין געשטאנען דארט, א 'גארנישט' פון ערגעץ נישט, און קעגן מיר איז געווען איינע פון די גרויסע וועלטס אידישע פירער, וואס האט מיר געשטופט נישט אנצונעמען די סיטואציע אזויווי עס איז, נר עס צו טוישן. דאן בין איך געקומען צום הבנה, וואס איך האב שוין איבערגע'חזר'ט אסאך מאל: די וועלט האט געמאכט א טעות. מענטשן האבן געמיינט אז די הצלחה פון דער רבי איז געווען מיט דעם וואס ער האט געהאט טויזנטער תלמידים. אבער זיי האבן פארפאסט די מערסט-וויכטיגע פאקט: א גוטע מנהיג באשאפט תלמידים, אבער אן אויסגעצייכנטער מנהיג באשאפט מנהיגים!

און דאס איז וואס דער רבי האט געטון פאר מיר, און פאר אנדערע טויזנטער אידן.

די קאפיטל האט געהאט א סופרייז ביים ענדע. איך האב געדארף ארויסצופארן פון אמעריקע קיין ענגלאנד אויף א זונטאג, סוף אויגוסט אדער אנהייב סעפטעמבער. א טאג פריער, אום שבת, בין איך געווען ביי א 'פארברענגען' מיטן רבי, און די חסידים האבן מיר געזאגט: "דו פארסט צוריק קיין ענגלאנד? נעם דיר מיט א באטל וואדקע, גיי צו צום רבי'ן אינמיטן זינגען ביים פארברענגען, דער רבי וועט זאגן לחיים אויפן וואדקע, און אזוי וועסטו האבן וואדקע פונעם רבי'ן".

איך האב אזוי געטון, און כ'בין צוגעגאנגען צום רבי'ן פארנט פון טויזנטער מענטשן, און אים געבעטן צו זאגן לחיים. דער רבי האט געקוקט אויף מיר מיט וואונדער.

- "דו פארסט?", האט ער געפרעגט.

- "יא", האב איך געענטפערט.

- "פארוואס?".

- "איך דארף זיך אומקערן צו קעימברידזש, די 'סעמעסטער' גייט זיך שוין אנהייבן".

דער רבי האט זיך געוואנדן צו מיר, און געזאגט: "אבער אין קעימברידזש הייבט זיך דער סעמעסטער נישט אן ביז אקטאבער!".

איך האב נישט געוואוסט - און איך ווייס נאכאלס נישט - וויאזוי דער רבי האט דאס געוואוסט. אבער ער איז געווען גערעכט.

- "איך מיין אז ס'איז כדאי דו זאלסט בלייבן אויף ראש השנה", האט ער געזאגט. און איך בין טאקע געבליבן.

ראש השנה האב איך געהערט די תקיעת שופר פון רבי'נס מויל. דאס איז געווען איינע פון מיינע ערהאבנסטע מאמענטן פון מיין לעבן. די ריינקייט פון די קלאנגען, ד חסידים וואס זענען געשטאנען אויף יעדעס שטיקל ליידיגע שטח ווען זיי פרובירן א בליק צו טון אויפן רבי'ן במשך די תקיעות. איך האב געהערט די קלאנגען וואס האבן מחבר געווען הימל און ערד. די אפקלאנגען פונעם שופר זענען פארבליבן מיט מיר פון דעמאלס ביז היינט. דאס איז געווען דער אונטערנעמונג וואס ער האט געווארפן אין מיין ריכטונג: צו זיין א מנהיג.

[center]
magazin_4_c.jpg
[/center]
מיין לעבן האט זיך נאכנישט געהאט פארענדערט. כאטש איך האב נאך געשפירט די כח פון דאס וואס דער רבי האט פארגעשטעלט פאר מיר, האב איך מיך אומגעקערט אין אוניווערזיטעט. דערפאר, נאכן באקומען מיין דעגרי, בין איך געפארן צו כפר חב"ד וואו איך האב געלערנט אין ישיבה פון הרב גפני. שפעטער האב איך מיך אומגעקערט קיין ענגלאנד, איך האב חתונה געהאט, און כ'האב אנגעהויבן צו לערנען פילאזאפיע. איך האב געמאכט מיין דאקטאראט אבער כ'האב געשפירט אז כ'האב נאכנישט געענטפערט אויפן רבי'נס רוף. איך האב געלערנט סמיכה, און באקומען די 'רבנות' טיטל. איך האב געטון וואס איך האב געדארפט צו טון אלס איד, און יעצט קען איך ממשיך זיין מיינע חשבונות.

און דאן בין איך באגאנגען מיין צווייטע "טעות"... איך בין נאכאמאל געפארן באזוכן דעם רבי'ן.

[center]***[/center]
יאנואר 1978: מיינע ליובאוויטשע פריינט האבן מיר געזאגט פונקטליך וואס איך דארף טון. "דו דארפסט שרייבן דיין שאלה אויף א צעטל, און געבן פאר די רבי דריי אפציעס. דער רבי וועט אויסוועלן איינע פון די אפציעס וואס דו וועסט פארלייגן פאר אים".

איך האב געשריבן צום רבי'ן די מעגליכקייט וואס זענען געשטאנען פאר מיר. "איך וויל אנהייבן א קאריערע און עס שטייען פאר מיר דריי אפציעס. די ערשטע אפציע, אפשר וועל איך וועל זיין אן אקאדעמיקער, הלוואי וועל איך איין טאג זיין א פראפעסאר, אדער א הויכראנגיקע מיטגליד פון קעימברידזש אוניווערזיטעט. די צווייטע אפציע, וויבאלד איך האב געלערנט עקאנאמיקס אין אוניווערזיטעט אפשר זאל איך דאס נעמען אלס פרנסה. די דריטע אפציע, צו זיין אן אדוואקאט, א לויער, איך בין דאך געווען א מיטגלידער אין פלעצער ווי מ'האט געלערנט די מקצועות.

איך בין אריין אויף 'יחידות' נישט וויסנדיג וואס דער רבי וועט אויסוועלן. אבער דער רבי איז אדורך די רשימה און האט נישט אויסגעוועלט קיין איינע פון די מעגליכקייטן.

איך האב געקלערט צו מיר: "דאס איז אקעגן די כללים!".

דער רבי האט מיר נישט געגעבן קיין מעגליכקייט צוריקצוענטפערן. ער האט מיר געזאגט אז פאר ענגלאנד פעלט רבנים, און דערפאר 'דארפסטו אוועקשטעלן רבנים'. ער האט אפילו אנגעכאפט די נאמען פון אן אוניווערזיטעט וואו מ'האט מסמיך געווען רבנים אין ענגלאנד, און ער האט מיר געזאגט אז איך דארף אליינס זיין א רב כדי מיינע תלמידים זאלן קענען קומען און אויסהערן מיינע דרשות און זיך לערנען פון זיי. איך בין געווען אביסל צומישט, אבער אויב דער רבי זאגט צו טון, טוט מען. איך האב אפגעלאזט מיינע דריי אמביציעס, איך האב אנגעגרייט פרישע רבנים אין אקאדעמיע דערפאר אין לאנדאן, און איך בין אליינס געווען א רב אין גאלדעס גרינס און אין מארבל ארטש.

און עטס ווייסטס וואס? עפעס זייער 'פאני' האט פאסירט אין וועג.

דווקא נאכן איבערלאזן מיינע דריי אמביציעס, דווקא ווען איך בין געגאנגען אין פארקערטן דירעקציע, האט עפעס זייער לאכעדיג פאסירט. די אלע דריי זאכן האבן זיך פארווירקליכט. איך בין געווארן א הויכראנגיקער מיטגליד פון די קעימברידזש אוניווערזיטעט. איך בין געווארן א פראפעסאר - דאס יאר דין איך אלס פראפעסאר אין דריי באזונדערע קלאסן, איינס אין אקספארד און צוויי און לאנדאן אוניווערזיטעט. איך האב געגעבן די צוויי חשוב'סטע דרשות אין עקאנאמיקס, די Mais lecture און די Hayek lecture. איך בין געווארן אן אדוואקאט פון עהרע, און איך בין פארבעטן געווארן צו רעדן פאר זעקס הונדערט אדוואקאטן, די לארד טשאנסלאר, און די פרינצעסין אננא.

ווען מ'לייגט אידישקייט אין שפיץ פון וויכטיגקייטן - פארלירט מען גארנישט.

און איך האב מיך אויך געלערנט עפעס זייער טיף: צומאל, דער בעסטער וועג וויאזוי צו דערגרייכן דיינע אמביציעס, איז צו אויפהערן נאכצולויפן נאך זיי, און געבן פאר זיי די מעגליכקייט דיר נאכצולויפן.

דאס איז געווען דער צווייטער קאפיטל.

[center]***[/center]
דער דריטער קאפיטל איז געווען אין יאר 1990. דאס ענגלישער אידנטום האט געזוכט א נייע רב הראשי. עס איז געווען קלאר אז איך גיי זיין איינע פון די קאנדידאטן, אבער איך האב נישט געוואוסט אויב איך בין צוגעפאסט פאר די תפקיד, און אויב די תפקיד איז פאסיג פאר מיר. איך האב זיך אדורכגערעדט מיט מיין ווייב און משפחה, און מיר האבן מחליט געווען צו שרייבן צום רבי'ן און בעטן זיין עצה.

איך האב געשריבן אין בריוו די צדדים לכאן ולכאן, די מעלות און חסרונות פון דער אמט, און דער רבי האט מיר צוריקגעשיקט א יוצא דופן'דיגער ענטפער, אנעם שרייבן אפילו איין ווארט.

בעפאר דער רבי איז געווארן מנהיג פון חב"ד, האט ער געפירט די הוצאה לאור פון חב"ד – קה"ת. דערפאר האט ער געקענט די סימני הדפוס מיט וואס מגיהים באנוצן זיך. איך האב געשריבן 24 ספרים און איך האב נאכאלס נישט קיין מושג וואס די סימנים זענען... אבער דער רבי האט געקענט די סימנים.

איך האב געפרעגט: זיי זענען מיר מציע דעם אמט, should I accept. דהיינו, צו זאל איך אקצעפטירן. דער רבי האט געשריבן דער צייכן וואס ווייזט אויף ארומטוישן ווערטער [=אן 'עראו' פון ביידע זייטן], וואס האט עס פארוואנדלט אין די פאלגענדע זאץ: I should accept. דהיינו, איך זאל אקצעפטירן.

[center]
P641082.jpg
[/center]
און אזוי, דרייצן יאר נאך איך בין בכלל געווארן א רב, בין איך געווארן דער רב הראשי פון ענגלאנד. אינעם מסגרת פון דעם אמט האב איך געטון וואס איך האב נאר געקענט – איך ווייס נישט ביז וויפיל איך האב מצליח געווען – צו טון וואס דער רבי האט געוואלט איך זאל טון: בויען אידישע שולעס, פארבעסערן דאס אידישער חינוך אין ענגלאנד, און נישט צו באשאפן תלמידים – נאר מנהיגים.

[center]***[/center]
איך האב געטון נאך א זאך, עפעס אומגעווענליך, און איך וויל עס מסביר זיין.

איך האב נאכנישט דערציילט דערוועגן ברבים, אבער אין א געוויסער שטאפל בין איך געווען פארמישט אין די הנהלה פון ליובאוויטשע מוסדות אין לאנדאן. דאס איז געווען אין די 70'ס און 80'ס ווען דער רבי האט מפתח געווען אן אינטרעסאנטער 'מבצע' – "שבע מצוות בני נח", נישט נאר זיך צו פארלייגן אויף אידן נאר אויך אויף גוים.

איך האב געכאפט אז אין מיין נייער אמט אלס רב הראשי קען איך דאס טון. איך האב אנגעהויבן אויפטרעטן אויף BBC, ראדיא, טעלעוויזיע, איך האב געשריבן ארטיקלן פאר צייטונגען. איך האב געשריבן ביכער וואס זענען געמאכט פאר אידן ווי נישט אידן צוגלייך, און זייער השפעה איז געווען עפעס אויסערגעווענליך ספעציעל. וויפיל מער איך האב גערעדט, האבן זיי געוואלט הערן אלס מער – וואס האט אויפגעוויזן אז זיי זענען געוויס נישט אידן... נישט נאר איך האב געזען אין דעם די בליק אויף פאראויס און דער רבי'ס פארשטאנד פארצוזען וויאזוי די גאנצע וועלט איז שוין גרייט צו הערן די 'מעסעדזש', נאר איך האב געלערנט נאך עפעס, און איך וויל איר זאלט דאס שטענדיג געדענקן:

גוים שעצן אידן וואס שעצן זייער אידישקייט, און גוים שעמען זיך מיט אידן וואס שעמען זיך מיט זייער אידישקייט.

דער רבי האט מיר אויסגעלערנט וויאזוי מקיים צו זיין דער ציווי הפסוק: "וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך" – די גאנצע וואלט דארף קענען זען וויאזוי מיר שטאלצירן זיך מיט אונזער אידישקייט.

אזוי, אין דריי קריטישע מאמענטן אין מיין לעבן, איז דער רבי געווען מיין באגלייטער מיר אוועקצושטעלן, טראצדעם וואס איך האב דאס דאן נישט פארשטאנען, מיט א בליק אויף צוריק זע איך ווי פארשטאנדיג זיין עצה איז געווען.

רוב מענטשן קוקן אויפן פרעמדן און זעען דער וואס שטייט פאר זיי. גרויסע מענטשן קוקן אויפן פרעמדן, און זעען וואס זיי זענען באמת. אבער די גרעסטע פון די גרויסע לייט – און דער רבי איז געווען איינע פון זיי – קוקן אויפן פרעמדן און זעען וואס זיי קענען זיין. דאס איז א גדלות.

[center]
XX-53814113140107.jpg
[/center]
א יעדער איינער פון ענק, שלוחי חב"ד, איז אן עדות צו דעם אז דער רבי האט נישט נאר געטוישט לעבן, נאר ער האט אויך געטוישט דאס לעבן פון מענטשן וואס אין זיי געפונט דיך דאס לעבן פון אנדערע. דורך ענק, און דורך די ספעציעלע מענטשן וואס שטיצן ענק און ערמעגליכן דאס ממשיך זיין פון ענקערע פעולות!".[/justify]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 3:52 pm
דורך [NAMELESS]
[justify][center]ז.

עפילאג: אהבת יונת"ן.[/center]

ביים ענדיגן זיין צוויי און צוואנציג יעריגער דינסט אלס הויפט רב פון בריטאניע, האט מען אים געפרעגט וואספארא 'מעסעדזש' ער האט צו זאגן, וואס ער האט בייגעוואוינט אלס הויפט רב.

[center]
1384463269234_b.jpg
[/center]
הרב זאקס האט געענטפערט מיט ווערטער, וואס זענען פאסיג עד ימינו אלה, און איז גוט אויף איינצוקריצן אין הארץ, ביים פארענדיגן דעם באשרייבונג איבערן איש חי ורב פעלים.

אלו דברי המהרי"צ מלאנדאן:

"אויב איר פרעגט מיר וואס איך האב אממערסטנס געהאלטן אין קאפ די פארלאפענע 22 יארן, עס איז די שאנס צו זען די דיפערענץ וואס אמונה מאכט פאר מענטשנס לעבנס.

איך האב עס געזען טון איר ארבעט אין אידישע קהילות אין בריטאניע, מאכנדיג מענטשן באזוכן די קראנקע, געבן הכנסת אורחים פאר די איינזאמע, און צו העלפן די מענטשן אין נויט.

דו דארפסט נישט זיין רעליגיעז צו זיין מאראליש, אבער ס'מאכט א ריזיגע דיפערענץ צו זיין חלק פון א קהילה וואס געבט זיך איבער צו ברענגען א ברכה צו אנדערע.

איך האב געזען אמונה העלפן האלאקאוסט איבערלעבער, איבערצולעבן, און נישט זיין טראומאטיזירט פון זייערע זכרונות. איך האב עס געזען העלפן מיין טאטן איבערלעבן פיר שווערע אפעראציעס אין זיינע אכציגער יארן, אז ער – וואס איז געקומען צו דעם לאנד אלס פליט – זאל דא זיין צו קענען זען ווי זיין זון ווערט אויפגענומען אלס רב הראשי. עס איז געווען אמונה וואס איך האב געלערנט פון אים, וואס האט מיך אנגעהאלטן ביים אדורכגיין געוויסע פון די שווערסטע קריזיסן פון מיין לעבן.

אמונה האט געברענגט אונזערע מענטשן – נאך באלד פערציג דורות צוריק, ווען אברהם און שרה האבן געהערט גאטס רוף איבערצולאזן זייער היים, און אנהייבן א רייזע וואס איז יעצט נאכנישט געענדיגט, און וועט נישט זיין געענדיגט ביז מיר לערנען זיך צו מאכן שלום איינע מיטן אנדערן – צו אנערקענען אז נישט נאר אונז, נאר אויך אונזערע פיינט, זענען באשאפן אין גאטס געשטאלט.

[center]
220px-Sirjonathansacks.jpg
[/center]
אמונה איז נישט וויסנשאפט. עס איז נישט איבער 'וויאזוי' די וועלט איז באשאפן געווארן, אבער עס איז איבער 'פארוואס'. איך גלייב אז גאט האט באשאפן די אוניווערס מיט ליבשאפט און פארגעביגקייט, בעטנדיג פון אונז ליב צו האבן און פארגעבן אנדערע, און טראצדעם וואס עס איז אפטמאל זייער שווער, גלייב איך אז עס מאכט עס פארט בעסער ווי ווען מיר טראכטן אז די אוניווערס האט פשוט 'פאסירט', און אז מענטשהייט איז א פשוט'ער עקסידענט פון ביאלאגיע.

און יא, צומאל זעט עס אויס, אז מיר האבן פונקט גענוג רעליגיע אונז צו מאכן פיינט האבן איינע דעם אנדערן, און נישט גענוג רעליגיע אונז צו מאכן ליב האבן איינע דעם אנדערן. אבער דער ענטפער דערצו איז מער אמונה, נישט ווייניגער. אמונה אין גאט וואס בעטן אונז ליב צו האבן אנדערע, אזויווי ער האט אונז ליב.

דאס איז אמונה'ס דעסטינאציע, און עס איז נאך דא א וועג צו גיין"...


[center]
30897944891100490388yes1130.jpg
[/center][/justify]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 3:54 pm
דורך [NAMELESS]
[center]אן אינטרעסאנטער בילד וואס איך וויל דא פאראייביגן [טרעפטס נאך א רב מיט אזא בילד...]:

14930132599_7256ed734d_b.jpg
[/center]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 3:58 pm
דורך moshav zekeinim
זייער זייער שיין. איך רוף אים ר׳ יונתן אייבשיץ בדורינו.

אזוי אין איינאטעם שרייבן א קלאסישער ארטיקל מיט א פאלקס מעשה מיט סקולענער רבי....

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:11 pm
דורך ונבנתה העיר
א גאר געוואלדיגער ארטיקל, שש, הגם כ'האב א שטיקל נגיעה.

Re: הרב יונתן זאקס - מלפנים רב הראשי למדינת בריטניה ("אסיף")

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 4:36 pm
דורך mevakesh
הערליך שיינער ארטיקעל הגם איך בין אויך נוגע בדבר (נישט אלס לובאביטש)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 6:42 pm
דורך קאווע טרינקער
I love you
@אדנירם

Re: הרב יונתן זאקס - מלפנים רב הראשי למדינת בריטניה ("אסיף")

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 7:27 pm
דורך נעגעל וואסער
הערליכע ארטיקל @שש! ס'דערקענט זיך די עבודה רבה אין דעם.
איך האב אסאך געהערט פון איהם אבער קיינמאל נישט עכט געוויסט וואס פאר א היימישע שפראך ער רעדט. איך האב געזעהן אויף יוטוב זיין שיעור וואס ער האט געזאגט דעם פארגאנגענעם סוכות אויף קהלת און ער האט מיר זייער אינספיירד. טיפזיניגע געדאנקען, הערליך אראפגעלייגט און מלא תוכן. טעמו וראו כי טוב!
איך האב עס איבערגעזאגט און שטוב און זי האט עס זייער געגליכן.

ווי קעמען זעהן אדער ליינען אלע זיינע לעקציעס?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 7:51 pm
דורך זבולון
אדנירם האט געשריבן:אינעם בוך 'לא בשמי' שרייבט הרב זאקס, צווישן אנדערע: "צו אפט געפונען מיר אין רעליגיעזע היסטאריע, אז מענטשן האבן גע'הרג'עט אין נאמען פונעם גאט פון לעבן, מענטשן האבן געזוכט מלחמות אין נאמען פונעם גאט פון פרידן, פיינט געהאט אין נאמען פון גאט פון ליבשאפט, זיך געפירט מיט אכזריות אין נאמען פון גאט פון רחמנות. ווען דאס פאסירט, רעדט גאט, מיט א קליין כמעט אומדערהערבארע קול, אונטערן רעש פון די מאסן וואס רעדן אין זיין נאמען. וואס זאגט גאט אין אזא צייט? 'נישט אין מיין נאמען!'".


טעות, וצ"ל "לא בשם האל".

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 7:57 pm
דורך זבולון
זייער שיין באשריבן, עס דערקענט זיך אז עס איז אריין דערין א געוואלדיגע ארבעט.

עס איז נאך דא עטליכע וויכטיגע אספעקטן איבער דעם פיגור וואס דארפן באהאנדלט ווערן.

בעצם, מיין וואונדער איבער דעם מענטש איז נישט נאר די מארקעטינג ווי אזוי ער דעליווערט די אידישע רעליגיע (אדער רעליגיע בכלל) אין א קלוגע וועג. נאר מער באוואונדער איך די נאמנות צו זיין מהלך וואס ער טראגט, שטעלנדיג צוזאם א בילד פון תורה-טריי און אהבת-הבריות ביינאזעם.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 11:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זייער שיין באשריבען!

אבער איך מערק דא א כלליות'דיגע פראבלעם אין ק"ש. יעדער איינער וואס מ'באשרייבט, ועורט שוין פאררשכבה"ג'ט פאר זיין פאר מעלות. אנשטאט'ס ארויסברענגען די מעלות פאר זיך, ווערט שוין דער גאנצע מענטש פארוואנדעלט פאר א 'גדול בתורה' וכו'. איך האב עס שוין געזען ביי אנדערע וואס צוליעב געוויסע מעלות זייערע, זענען זיי אויסגערימט ביז גאר אויף אלע געביטען אין תורה.

אין דער אלגעמיין, מיינט א גדול בתורה א גדול אין תורה שבע"פ, א גדול אין גמרא תוספות, אין טוש"ע וכו'. הרב זאקס איז אן עם הארץ מופלג אין די זאכען. ער האט געלערנט סמיכה, און ביי מאנכע איז דאס גענוג צו הייסען א גדול בתורה. זיין וויסענשאפט אין אידישע פילוסופיה, ווען ס'איז פון א גרונטליכע אפלערנען פון די ספרי המקור, וואלט געווען טאקע וויכטיג. נאר איך בין נישט זיכער ס'איז אזוי. ער איז געגאנגען שטודירען פילוזופיה אין קאלעדזש, דארט האבען זיי קורסעס אין פארשידענע פילוזופיה'ס, כולל אידישע. פון דארט ווערט מען קיין גרויסע ת"ח אין תורת הפילוזופיה. דאס דארף, פונקט ווי אלע לערנען הצלחות, זיך אריינלייגען אין די תורה, מיט אלע קנייני התורה. ער האט דאס קיינמאל נישט געוויזען.

געווענדליך אויך מיינט דער טיטעל 'גדול בתורה' אלס אן אוטאריטעט אין תורה. א מענטש וואס זיין מיינונג האט א געוויכט ביי די וואס טוהן אין די זאכען. פונקט ווי א גרויסע דאקטאר איז נישט דער וואס א סאך מענטשען גייען צו איהם, נאר דער וואס אנדערע דאקטוירים רעדען זיך דורך מיט איהם, אזוי אויך דער גדול בתורה טיטל. נישט וויפיל בחורים גייען צו זיין שיעור, נאר וויפיהל תלמידי חכמים פרעגען זיך נאך ביי איהם זייער שאלות אין לערנען און הלכה. הרב זאקס איז טאקע דער פארשוין? איינער האט עס באוויזען? ער האט געשריבען ביכער פאר די גאס, אבער פאר הויכגעשעצטע אידישע פילוזופען איז ער א מ"ד? נישט מער ווי דער ראביי אויפ'ן ראדיא זונטאג איז א מ"ד אויף הלכה, און דער דאקטאר אויפ'ן ראדיא איז אין מעדיצין. פאר די גאס איז גוט, אבער אויפ'ן אמת איז גאנץ שוואך.

יא, ער איז א נואם בחסד עליון, ער רעדט קלאר און גלויבט קלאר. ער איז א פיינע אמבאסאדאר פאר תורה געטריי אידישקייט, פיהל בעסער ווי זיין פארגייער וואס איז געווען מער רעכט ווי איהם. ער טוט א געוואלדיגע ארבעט אין דער וועלט. און דאס קען מען אויסרימען טאקע. אבער גדול בתורה איז ווייט פון באשטעטיגט.

דאס אז פיהל מער אידישע אפשטאמיגע קינדער באקומען א אידישע חינוך אין ענגלאנד היינט האט גאנץ ווייניג צו טוהן מיט איהם. דער וואס ווייסט אביסל וואס טוט זיך ווייסט פון אליעזר (בענדזשאמין) פערל צו זאגען, ער ווייסט וואס איז געווען מיט דזשאן מעידזשער און נאך זאכען. ער איז פארצופאל געווען רב הראשי אין בריטניה אין יענער צייטען.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 11:52 am
דורך איך אויך
ביסט כשר גערעכט אבער ווייסט דאך וויזוי זאכן ארבייטן אויף ק''ש, ווייל ר' זאקס האט זיך געוואגט צו טרעפן מיטן ראש הטומאה דער פויבסט און איז פאניע בראט מיט קארדינאלן קומט עם שוין א רשכבה''ג.

פון די אנדערע זייט קען נישט אוועמאכן די קרעדיט וואס עס קומט זיך עם. לדוגמה פון דער רב הראשי 'רעוורענד' הערמאן אדלער האבען פרומע רבנים און פרומע אידן געהאט אויסצושטיין ציפקע צרות. פונקט היינט געליינט אין א אינטרעסאנטע ספר הזכרונות אז דער תור הזהב פון די רבנות הראשית באנגליה איז געווען בימי הרב הערץ זצ''ל וואס איז געווען א מיזוג נדיר צווישן ביידע וועלטן.

Re: הרב יונתן זאקס - מלפנים רב הראשי למדינת בריטניה ("אסיף")

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 12:36 pm
דורך mevakesh
ליטוואק דו האסט בעיקר איין טענה אז דו זעהסט נישט זיין קענען הלכה וואס איך הער
אבער פון דא ביז זאגן אז ער איז א עם הארץ מופלג איז א שטיקל שפרונג
און לגבי מחשבה אפגעזעהן ווי ער האט געלערענט און צו מען קען ווערן דארט א למדן ווען מען קוקט אריין אין זיינע ספרים זעהט מען א גאר אויסגעקאכטקייט אין ספרי יסוד אין יהדות
הגם ער איז מער פונעם רמבםס חדר ווי פונעם כוזרי'ס חדר

Re: הרב יונתן זאקס - מלפנים רב הראשי למדינת בריטניה ("אסיף")

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 12:52 pm
דורך mevakesh
איך אויך האט געשריבן:פון די אנדערע זייט קען נישט אוועמאכן די קרעדיט וואס עס קומט זיך עם. לדוגמה פון דער רב הראשי 'רעוורענד' הערמאן אדלער האבען פרומע רבנים און פרומע אידן געהאט אויסצושטיין ציפקע צרות. פונקט היינט געליינט אין א אינטרעסאנטע ספר הזכרונות אז דער תור הזהב פון די רבנות הראשית באנגליה איז געווען בימי הרב הערץ זצ''ל וואס איז געווען א מיזוג נדיר צווישן ביידע וועלטן.

מאיר בר אילן אין זיינע זכרונות דערמאנט ער דעם רב הערמאן אדלער און טרייבט ליצנות פון איהם ווי ער פרובירט צו ווייזן אז ער קען לערנען און ווי ער האט נאך קיינמאל געטוהן א טובה פאר א מענטש עיי'"ש ותמצא נחת

Re: הרב יונתן זאקס - מלפנים רב הראשי למדינת בריטניה ("אסיף")

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 7:02 pm
דורך טאמבל סאס
איך האב געהערט נאכזאגן פון אים אז היינט האט רב סאקס שוין אביסעלע געטוישט זיין מיינונג איבער ליובאוויטש, באצייכענענדיג זיי אלס "טאטאליטעריאנס"

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 12:21 am
דורך ארי נוהם
יעצט אפגעליינט דעם הערליכן אשכול. אדנירם, איינס און א גוטס!

אבער אויב די ביאגראפיע איז שיין באשריבען געווארען, איז אבער דער זאקס זעלבסט גארנישט קיין אזא תנא קמא, און אפילו נישט אזא תנא בתרא, ווי דו ווילסט עם אראפלייגען. טאקע א שיינע חוקר און פילאסאף, אבער פון דא ביז א תלמוד חכם איז פאלג מיר א גאנג. איך זוך נאך זיין ערשטע ספר פון שאלות ותשובות אדער סתם לומדות און הלכה. ער האט זיכער הוראה, אבער דאס איז נישט זיין שטארקע פונקט מילד גערעט.

מער פון דעם גלייך איך נישט זיינע שיטות וואס דו האסט דא אויסגע'משל'ט. סאיז טאקע זייער פאפולער כהיום אין אונזער לינקע ענווייראמענט מיט גאלאבאלע שטרעבונגען פון פאראייניגען א וועלט, סאיז פיל מער פאפוליסטיש ווי איבערקייען אלטע ווארע, אבער פאפוליסטיש מיינט נישט אמת'דיג (והא ראי, קוק אן אונזער פאפוליסטישע פרעזידענט טראמפ). זיין אגענדע פון כלל ישראל'ס זיין א אור לגויים איז זייער זיס ביי א דרשה, אבער ביטער כמו גאל אויב מנעמט עס אן אלץ פאקטישער ציל אין לעבן. עס איז טאקע איין ריכטיגע נקודה וואס ווערט געברענגט מיט צענדליגע אנדערע נקודות בהשקפת היהדות, אבער איז זיכער נישט קיין הויפט ציל, און איז קיינמאל נישט געווען דער צענטער פון אידישען גלויבען.

מיר האבן א נ"ך, און נאר איין מאל זעהן מיר אז יונה הנביא איז געגאנגען זיין א אור לגויים (און אפילו ער איז געווען אומבאקוועם דערמיט). אין גמרא געפונען מיר גארנישט מער פון תיקון עצמי וכלל ישראל, אור לגוים? א פייג און א גרוגרת. "לתקן עולם במלכות שד"י" איז פונקט גוט פאר א תפילה אין עלינו, אבער נישט קיין וועג וויאזוי מיר האבן געלעבט און געטראכט די לעצטע 2000 יאר און גלות. אבסעלוט נישט. סאיז גוט פאר אונזער וועלט נאכן רענאסענס ווען מיר לעבן מיט אלע געשמאקע ליבעראלע ווערדן, דעמאלס קומט מען זיך פיין שמעקן מיט אזעלכע ארגומענטען.

און פון דא צו זיין נארישסטע ווארט, אז די תורה שטייט נישט העכער אנדערע רעליגיעס, וואס וויאזוי דו זאלסט נאר דרייען זיינע ווערטער זעט מען די טיפשות פון זיכן צו טאנצען אויף צוויי חתונות אויף איינמאל. דאס איז א ווילד פרעמדע ליבעראלע השקפה, פון ווי ער איז יונק אלע זיינע יונווערסאלע געדאנקען, און ער פעקעזשט עס שיין אין רמב"ם אא"וו, אבער אין רמב"ם זעלבסט וועט מען נישט טרעפן אזעלכע ארגומענטען, ווייל ער איז געווען א שטאלצער איד וואס האט געזאגט קלאר זיין מעלה אלץ איד.


איך בין להדיא קיין מתנגד צום ליבואוויטשער רבי רמ"מ, אבער זיין הייסע אדיקות אין עם, און די דריי שטאפלדיגע מעשה וואס האט עם פארגלייבט אין ליבוואטיש, מאכט מיר טראכטען אז ער איז פשוט נישט גענוג היימיש געווען צו כאפן די נואנסן פון ארטאדאקסישע אידישעקייט, נישט בעבר אין זייער השקפה און נישט בהווה מיטן אנקוקן א גדול בישראל. ער איז נישט געווארען פארגאפט פון ליבאוויטשער רבי'ס לומדות אדער אפילו שיחה, נאר פון אויסערליכע זיטען וואס האבן עם טאקע געמאכט פאר א וועלטס פירער אבער נישט דאס האט עם געמאכט אלס גדול "בישראל". דאס איז טיפיקל התפעלות פון א טאם-דיק-ענד-הערי, אדער א נישט היימישע קאלידש גרעדואירטער, וואס פאלט אריין אין א נייע וועלט.

און פון דארט, פון זיין אומבאקאנטקייט מיט מסורה'דיגע השקפה און אנקוקען א זאך, פון דארט קומט זיין מעכטיגע פילאסאפיע. טאקע פון קאנט און ניטשע, שיין פארפאקט אין רמב"ם.


איך נעם נישט אוועק זיין פקחות, ת"ח שאפט, פילאסאפיע, אויסגעקאכטקייט בספרי חקירה, עסקנות, און אלע גוטע זיטען. פריוואט, האב איך אפילו ליב אויסצוהערן זיינע צוקער זיסע דרשות, נאר די בילד זאל ערגענץ ווערן אן פאלן פאר דעם הערליכען גלאנץ זיינעם.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 1:01 pm
דורך קאווע טרינקער
Happy birthday