בלאט 1 פון 1
ווער וועט (צייטווייליג) פארנעמען שש משזר'ס פלאץ...?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 1:58 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב, ליינענדיג די אלע תגובות און שקלא וטריא'ס אין די סוגיא פון אדנירם'ס יא גיין אדער נישט גיין אויף אפרוה פון קאווע שטיבל געטראכט אז ס'דארף זיין א ממלא מקום. א שטעלפארטרעטער, וועלכער זאלל אריינברענגען א רוח החיים אין שטיבל. וועלכער זאלל אויפקומען מיט פראוואקאטיווע געדאנקען און א פערספעקטיוו פון וואס דער סתם עולם-גולם האט נישט געטראכט. וואס וועט גורם זיין א לעבעדיגע דיסקוסיע דא אין שטיבל. ווייל מיר זעהן אז די רש"י אין אנהייב פ' ויצא איז מקויים געווארן. איך וויל נישט ברענגען דעם פסוק רש"י ככתבו. ווייל דאס וועט ארויפברענגען א שמייכל אויף די ליפן פון א סאך מענטשן...!
איז מיר איינגעפאלן עטליכע קאנדידאטן וועלכע זאללן זיין ראוי איבער צונעמען זיין תפקיד. איך וועל זיי דא פארשלאגן. איך וויל הערן וואס דער עולם זאגט...!
והנה:...דולה ומשקה...!: דער געוואגטער יונגל...!: ...ווער ס'האט נאך קאנדידאטן זאלל ביטע ארויפלייגן. איך קען מיך יעצט אויף די מינוט נישט דערמאנען פון נאך אנדערע ניקס...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 2:01 pm
דורך berlbalaguleh
יעצט דערמאנט פון נאך א חשוב'ן ניק וואס איך האלט ער וואלט געקענט זיין צוגעפאסט צו דעם תפקיד...פליקער...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 2:03 pm
דורך [NAMELESS]
איך וואוט פאר דולה...!:.. ער וועט אוועק בלאזן דער אמשינאווער ווינט וואס שש האט דא אריינגעברענגט און צוריק אויפהייבן די כבוד פון באבוב (די עכטע)...
נוסח טראמפ
Re: ווער וועט (צייטווייליג) פארנעמען שש משזר'ס פלאץ...?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 2:57 pm
דורך פליקער
א דאנק בערל פאר דיין וואוט פון קאנפידענץ, אבער איך בין מיט דיר אז דער געוואגטער איז א פיינע צויס, איך וואלט ציריק געבעטן כוכב וכו' און די באערדע פון די פאריגע פראיעקטן.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 5:14 pm
דורך שמעלקא'לע
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 5:20 pm
דורך קאצקע ציקער
אפשר שמעלקאלע... אדער אפשר יעדער איינער וועט זיך אינטערנעמען צו אויפרישן דאס פלאץ
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 5:59 pm
דורך סמבטיון
איך וואלט זייער געוואלט אז כוכב זאל צוריק אנהייבן פירן דאס רעדל.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 9:50 pm
דורך [NAMELESS]
שכח בערל, פליקער, צו טשוזן מיין נאמען. ס'איז מיר א כבוד.
די אמת איז, קיינער דארף נישט פירן קיין רעדל. קאווע שטיבל פארמאגט מער ווי איין רעדל, ק"ש איז א טרעקטער טרעילער מיט 200 רעדלעך. און אז יעדער פילט זיך היימיש אוטאמאטיש געבט מען צושטייער ברוח נדיבה דעם פעיר-שעיר, אזוי אז ס'גאלאפירט פול פאוער.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 9:54 pm
דורך קאצקע ציקער
אפשר קען 'לעיקוואד איבערנעמען...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 11:43 pm
דורך געוואלדיג
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
די אמת איז, קיינער דארף נישט פירן קיין רעדל. קאווע שטיבל פארמאגט מער ווי איין רעדל, ק"ש איז א טרעקטער טרעילער מיט 200 רעדלעך. און אז יעדער פילט זיך היימיש אוטאמאטיש געבט מען צושטייער ברוח נדיבה דעם פעיר-שעיר, אזוי אז ס'גאלאפירט פול פאוער.
קאווע שטיבל איז נישט קיין רבי׳סטעווע און ברויך נישט קיין ממלא מקום, יעדער וועט שרייבן כפי הנאתו ומינך תסתעיא מילתא.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 1:09 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער האט געשריבן:אפשר קען 'לעיקוואד איבערנעמען...