בלאט 1 פון 2

די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 11:07 am
דורך פיקאסא
ב"ה מיר האבן געהאט די זכיה די לעצטע האלבע יאר מיטן ארויסגעבען די הערליכע זשורנאל "דער וועקער" וואס איז געווארען אויפגעכאפט דורך אירע טויזענטער ליינער איבער די גארע וועלט. ווי איך איך זעה האט דער עולם זייער הנאה געהאט דערפון, הן די הונדערטער חברים דא אין שטיבל, און הן די טויזענטער מענטשען וואס האבן דאס באקומען אויף סאציאלע מידיע, און ס'איז ב"ה אנגעקומן אסאך ווייטער ווי געראכטן. איך האב צוריק געהערט פון גאס פון מענטשען וואס כ'האב נישט ג'חלומט אז זיי ווייסן דערפון, ווי שטארק זיי האבן הנאה פון דעם וועקער. די סיבה פון דעם איז זייער פשוט, ווייל לעת עתה איז דאס די איינציגסטע זשורנאל וואס רעפזענטירט די מיינונגען פון רוב יהדות החרדית, און דעקט אקטועלע נושאים וואס ווערן נישט געדעקט און אלע אנדערע היימישע זשורנאלן מחמת די טעראר וואס ס'הערשט און אונזערע היינטיגע סיסטעם.

יעצט אז מ'האלט נאך די ביטערע טאג אז די עורך אחראי [tag]אדנירם[/tag] הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות, דארפן מיר מאכן א חשבון הנפש ווי מ'גיימער ווייטער גיין מיט די "הייליגע וועקער" - ווי ער פלעגט זיך אייביג אויסדריקן צו מיר בלשון חיבה - ווען מיר האבן גערעדט טעלעפאניש..

האמת אגיד, אז ווען איך האב געקלערט פון דעם געדאנק לכתחילה, האב איך ניטאמאל געטראכט פון מאכן אזא פראפעשענעל זשורנאל. מיר האבן ס"ה געטראכט פון צאמנעמען אלע לעצטיגע ארטיקלען וואס איז ערשינען אויפן שטיבל תחת פונדק אחד, און עס אויסשטעלן אין א שיינעם פארמאט כדאי שירוץ בהם הקורא. עד שבא חברנו [tag]אדנירם[/tag] און עס גענימען צו אן אנדערע לעוועל אינגאנצן, און באוויזן צו ארויסגעבען א געהעריגע זשורנאל מיט א גרויס חלק עקסקליוסיוו ארטיקלען כולם שוין לטובה, און עס אהער געשטעלט ווי א פראפעשענעל זשורנאל. ווי אויך איז צו געקומען נאך א שלב, אז כדאי דאס זאל מצליח זיין מוז דער וועקער ערשיינען מידי חודש בחדשו אזוי ווי אלע אנדערע זשורנאלן. ביז מיר האבן אלע געזעהן ווי ווייט מ'קען אנקומען -מיט די הילף פון אלע חברים דא- צו שניידן די פירות מיט די וועקער #5 און די קלימאקס מיט די פרעכטיגער וועקער #6 "אסיף".

דאס אלעס האט גורם געווען אנשטאטס דער וועקער זאל זיין מיין "האבי" צו מאכן און מיין פרייע צייט, און ארויסגעבען פון די חומר וואס איז שוין דא ווען אימער ס'דא פאר דעם צייט, איז עס געווארען א געוואלדיגע פרעשור אויף מיינע פלייצעס, און כ'קען זאגן מיט א זיכערקייט אז דער עולם האט נישט קיין מושג ווי לאנג דאס נעמט צו באווייזן. כבר מלתי אמורה, אז געלויבט השי"ת גייט מיין פרנסה זייער פיין, און איך ארבעט פאר איבער א דריי דידזשיט נאמבער פער שעה, און דער וועקער האט מיר צו גענומען א ים מיט שעות. אסאך ארבעט האב איך געדארפט אפזאגן לכבוד דעם. און כ'בין זיכער אז @שש האט געפילט די זעלבע. עפ"י חשבון האט דער אסיף מיר גענומען לכה"פ 60 שעה צו באווייזן, הן מיטן אויסשטעלן און הן מיטן זיכען פאסיגע בילדער, אריבערגיין און פאררעכטען די טעותים און זיכער מאכן אז אלעס ענדיקט זיך ביים סוף בלעטל וואס דעס איז אן עבודה קשה שבמקדש.

לפי חשבון הנ"ל וואלט איך לכאורה געדארפט מאכן לפחות $6000 אויפן לעצטע וועקער, און נישט קיין סאך ווייניגער אויף די פריערדיגע.. ביזדערווייל האט עס מיר נאר געקאסט געלד, און ס'איז אריינגעקומן זייער ווייניג געלד אינעם פעיפאל אקאונט, ווייל יעדער טראכט אז א צווייטע וועט געבען. כ'וויל קלארשטעלן אז כ'בין נישט דא צו מאכן געלד, אבער זייט זיכער אז כ'בין אויך נישט אויף צו פארלירן געלד.. אוודאי בין איך גרייט צו טוהן א חלק, אזוי ווי אלע חשוב'ע שרייבערס דא וואס לייגן אריין צייט און כחות שלא על מנת לקבל פרס, אבער די כמות פון שעות וואס איך לייג אריין איז ווי מ'זאל בעטן איין שרייבער דא צו שרייבן די גאנצע זשורנאל.

אשר ע"כ, כדאי צו ווייטער קענען אנגיין מיט די פראדזשעקט און ס'זאל האבן א קיום, וועל איך דא פארשלאגן עטליכע ריאליסטישע הצעות, און כ'האף אז איינס פון זיי וועט זיך אויסארבעטן לטב ולמוטב.

הצעה א' מ'זאל טרעפן איינער וואס זאל דאס איבערנעמען. הן דארף מען א פרישע עורך אחראי צו איבערנעמען @שש זצ"ל מיטן שאפן און נאכלויפען ארטיקלען און מגיה זיין וכו' און סיי א פרישע דיזיינער וואס קען אונטערנעמן די גאנצע מעשה אזוי ווי איך האב געטוהן ביז אהער. איך קען איבערגעבן אלע פיילס און פאנס און די דאומעין וכו'. איך גלייב אז מ'קען דעס באווייזן, אבער כ'גלייב נישט אז דאס איז א לעסטינג סעליושן. די ארבעט איז צופיל און מ'קען ווערן ארויסגעברענגט זייער שנעל.

הצעה ב' האבן איין עורך אחראי בראש, אבער איינטיילן די ארבעט און קלענערע חלקים, ווי אסאך מער חברים דא זענען אריינגעמישט דערין. ס'קען זיין צוטיילט כדלהלן. פארשאפן ארטיקלען, נאכלויפען די שרייבערס, מגיה זיין און פאררעכטען, דיזיינען, נאכאמאל מגיה זיין פון די דיזיינער טעותים, איין הויפט דיזיינער וואס נעמט צוזאמען פון די אנדערע דיזיינערס און שטעלט דאס צוזאמען מיט די מפתח וכו', איינער אחראי צו אפדעיטן די עולם אויפן שטיבל וכו' איינער אחראי אויף די פרינטינג חלק און עמעזאן. דער פלאן קען זיך לכאורה אויסארבעטן אויב דער הויפט רידאקטאר איז שטארק און איז אן טאפ פון די פראדזשעקט און זיכער מאכן אז אלע קליינע דיטאלן זאלן קלאפן.

הצעה ג', איך קען ווייטער טוהן די גאנצע ארבעט, נאר @שש'ס פלאץ דארף איינער איבערנעמען דורך א צווייטן. אבער נישט אויף צו פארלירן געלד. איך מיין אז דער וועקער האט מעסיוו פאטענטשעל און הלוואי קען איינער אויפקומען מיט א פלאן ווי אזוי מ'קען עס געהעריג פרינטן פאר ביליג, און פארקויפן אין די מאסן. דעמאלס וועט עס זיין ווי א אלגעמיינע מעגעזין וואס די בעלי בתים מאכן געלד, און פארשטייט זיך אז דעמאלס מאכן די שרייבערס זייערע פעיר שעיר. אדער קעמען אריינלייגן עדס דערין און לייזן אפאר טאלער אזוי. דאס איז מיין חלום, אבער ס'זעהט מיר נישט אויס ריאליסטיש לעת עתה.

הצעה ד', איך קען עס ווייטער פירן - מיט א נייע אחראי - אבער נישט ארויסקומען מער א יעדער חודש, נאר לויט וויפיל צייט איך האב. קען זיין איינמאל א חודש אדער איין מאל אין דריי חדשים, תלוי לפי הזמן. אדער קען איך עס אפילו ממשיך זיין אהן קיין עורך, און נעמען נאר די "חדשים גם ישנים" פונעם שטיבל זעלבסט.


בקשתי שטוחה לפניכם, ווער עס האט רעיונות, פארשלאגן אגער קען למעשה צוהעלפן אויף אן אופן זאל זיך לאזן הערן ברבים אדער באישי, און מיר וועלען זעהן ווי די זאך קאכט זיך אויס. אזוי ווי ביים אנפאנג פון דעם גאנצע רעיון האב איך געפרעגט דעם דעת הקהל, און יעדע האט געהאט אן אנדערע מהלך און געדאנק, און מיר האבן גענומען איין קו, אויף וואס כ'האב נישט קיין חרטה, אזוי האף איך דא צו הערן דעת הקהל מיט קאנסטראקטיוו איידיעס, אבער פארשטייט זיך אז מ'וועט נישט קענען צופרידן שטעלן א יעדעם איינעם, אבער מיטן באשעפערס הילף וועט כאטשיג עפעס ווערן דערפון, און מיר וועלן בעזהי"ת ממשיך זיין צו וועקען כלל ישראל.

המחכה לתגובתכם במהרה
ידידכם עוז
פיקאסא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 11:16 am
דורך נאטירליך
הצעה ג', איך קען ווייטער טוהן די גאנצע ארבעט, נאר @שש'ס פלאץ דארף איינער איבערנעמען דורך א צווייטן. אבער נישט אויף צו פארלירן געלד. איך מיין אז דער וועקער האט מעסיוו פאטענטשעל און הלוואי קען איינער אויפקומען מיט א פלאן ווי אזוי מ'קען עס געהעריג פרינטן פאר ביליג, און פארקויפן אין די מאסן. דעמאלס וועט עס זיין ווי א אלגעמיינע מעגעזין וואס די בעלי בתים מאכן געלד, און פארשטייט זיך אז דעמאלס מאכן די שרייבערס זייערע פעיר שעיר. אדער קעמען אריינלייגן עדס דערין און לייזן אפאר טאלער אזוי. דאס איז מיין חלום, אבער ס'זעהט מיר נישט אויס ריאליסטיש לעת עתה.

לכאורה איז דאס די בעסטע option, אז עס זאל מצליח זיין, און האבן די גרעסטע השפעה. אפשר פרובירט איינער צו אריין ברענגען פראנקפוטער פון עמי צו דאס אריין נעמען צו זיך.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 11:56 am
דורך שלום על ישראל
פיקאסא האט געשריבן:הצעה ב' האבן איין עורך אחראי בראש, אבער איינטיילן די ארבעט און קלענערע חלקים, ווי אסאך מער חברים דא זענען אריינגעמישט דערין. ס'קען זיין צוטיילט כדלהלן. פארשאפן ארטיקלען, נאכלויפען די שרייבערס, מגיה זיין און פאררעכטען, דיזיינען, נאכאמאל מגיה זיין פון די דיזיינער טעותים, איין הויפט דיזיינער וואס נעמט צוזאמען פון די אנדערע דיזיינערס און שטעלט דאס צוזאמען מיט די מפתח וכו', איינער אחראי צו אפדעיטן די עולם אויפן שטיבל וכו' איינער אחראי אויף די פרינטינג חלק און עמעזאן. דער פלאן קען זיך לכאורה אויסארבעטן אויב דער הויפט רידאקטאר איז שטארק און איז אן טאפ פון די פראדזשעקט און זיכער מאכן אז אלע קליינע דיטאלן זאלן קלאפן.

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 12:02 pm
דורך טאמבל סאס
סתם א זייטיגע זאך, ווילאנג מ'קען עס האבן בחינם וועט זיין א הפסד מרובה על העומד. לייגט עס אויף סקרייב אדער ערגעץ וואו מ'קען עס נישט דאונלאודן אדער קאפיען.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 12:22 pm
דורך mevakesh
לעניות דעתי גילט דא דער כלל תפשת מיעוט תפשת
א אויסגאבע וואס וועט האבן אונטער 50 בלעטער א חודש מיט ווייניג גרעפיקס וועט זיך האלטן לענגער
חוץ אויב עס וועט קאסטן געלט דעמאלטס קען עס יא פארען ווייטער פאר א לאנגע צייט אויף א הויכע לעוועל

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 12:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
[tag]mevakesh[/tag] מאכט גאר א גוטע פאינט. ווען ס'איז נאר פופציג בלעטער איז עס לייכטער פאר די ארבעטארער'ס, ס'איז ביליגער צו קויפען און ממילא פיהל מער מענטשען וועלען קויפען. און אויב איינער קען נישט איין חודש, קען ער בעטען א צווייטען. בקיצור, א פיינע איינפאל.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 6:18 pm
דורך פיקאסא
ייר כח פאר אלע וואס זענען אריינגעקומען אין אישי מיט הילף אנבאטען.

דא האט איהר איר א מער דיטעילד פלאן פון די ארבעט וואס עס פאדערט זיך כדאי אויסצוגעבן דער וועקער אלס א טיעם.
יעדער איז מכובד אריינצוטראכטן וואס זיי קענען העלפן מיט די פראדשעקט.

פארשטייט זיך אז נומער איינס אויף די ליסט זענען די שרייבערס וואס זיי זענען די הויפט שפילערס פון די גאנצע וועקער.
#2 איז די משגיח וואס דארף מאשר זיין וואס קען אריינגיין אין דער וועקער.
#3 איז לכאורה דאס שווערסטע אויפגאבע, די רעדאקטאר.
וכו' וכו'

לכה"פ #16 קען א יעדער זיין...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 7:06 pm
דורך שמעקעדיג
כ'קען באשטיין צו מגיה זיין, דאס איז מיר גרינג און פארנעמט נישט אזויפיל צייט.
מיינע ארטיקלען זענען ע"פ רוב נישט אזעלכע סמעטענע ווי די ריזיגע שרייבערס דא :(

דער וועקער איז א געוואלדיגע דורכברוך, פארט האב איך צומאל ספיקות צי דאס נעמט נישט אוועק די אטענשאן פונעם שטיבל זעלבסט.
קלענער/ווייניגער איז זיכער בעסער מכל הצדדים.

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 8:28 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
שמעקעדיג האט געשריבן:
דער וועקער איז א געוואלדיגע דורכברוך, פארט האב איך צומאל ספיקות צי דאס נעמט נישט אוועק די אטענשאן פונעם שטיבל זעלבסט.
.

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 8:31 pm
דורך פליקער
זייער שיין מסדר געווען, נישט קיין וואונדער אדנירם האט געקוויט. איך בין עוועלעבל צי ספעל טשעקן..
איך קען זיכען בילדער. אזוי ווי איך האב באדינט שש'ן

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 8:43 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
יא סאיז זיכער אז סאיז צופיל ארבעט פאר איינעם.

מדארף א ביזנעס פלאן אין אונהייבן מאכן געלד אנדערש גייט אייביג א צווייטער אויפגעבן.

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 8:50 pm
דורך ביליג
וואס איז מיט אדווערטייזמענטס ?
אפשר לייגט מען עס נאר אויף עמאזאן/ניוז סטענדס מיט א פרייז אז מען זאל יא מאכן געלט ?

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 9:03 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
ווי דערמאנט איז עמעזאן נישט קיין הכנסה

די איינציגסטע עצה אין סזאל בלייבן די מטרה איז עדווערטייזמינטס אין מקען עס באקומען בחינם

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 11:17 pm
דורך גר ותושב
פלאן
1 שרייבערס כל הרוצה יבוא ויכתוב.
2-3 משגיח רעדאקטאר @כוכב
4 מגיה @שמעקעדיג
5 זוכען בילדער @אבטולמוס
6-7-8 @פיקאסא אויב צו שווער דען טוב מעט בכוונה מהרבה שלא....
9 @פיקאסא איז מכובד עס ארויף צו לייגן דא אין שטובל
10 @ליטוואק פון בודעפעסט
11-12-13-14 נישט וויכטיג יעצט
15 @געוואלדיג
16 אני הקטן

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 11:23 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
קודם האב איך הנאה איז אונזערע חברים דא מאכן טריפל דיזשיטס א שעה און זענען נישט סתם ארבעטסלאזע ראצערלך. בכל אופן א דאנק אייך אלע און ספעציעל ראובן וואס ווי מען ברויכט לייגט ער צו א פלייצע, טראץ זיין פארנומענע צייט דרוכצוזיפן הויפנעס אלטע צייטונגען און ברענגן פרנסה פאר י"ח שבטי קה.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 12:28 am
דורך [NAMELESS]
אה. פרנסה פאר די שבטי קה אינקלאדעד בנימינ'ען...

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 6:38 pm
דורך נאטירליך
טייערע חברים

איך האב יעצט פרייטאג באקומען דעם וועקער, דעם ערשטן מאל איך האב עס באשטעלט אויף עמעזאן און געהעריג געליינט. אזא אויסגאבע מוז אנגיין עס איז בכח צו מאכן אן אמת'ע revelation. און ניין נישט מיט קיין נדבות מען דארף מאכן געהעריגע monthly subscriptions מיט עדס וכדומה.
עורו נא לאמיר זיך אליין אויפוועקן און ווער עס איז בכח דאס אויסצופירן למצוה גדול יחשב.

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 7:46 pm
דורך גר ותושב
דארף דער וועקער טאקע א וועקער?
@פיקאסא אפשר דאך?
אויב נישט אויף ראש חודש כסליו אפשר לכבוד חנוכה?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 10:24 am
דורך פיקאסא
גר ותושב האט געשריבן:דארף דער וועקער טאקע א וועקער?
@פיקאסא אפשר דאך?
אויב נישט אויף ראש חודש כסליו אפשר לכבוד חנוכה?



ווען אלע מענטשען וואס די האסט נאמאנירט וואלטן זיך אנגערופן, וואלט מען געקענט ווייטער גיין, אבער דערווייל איז אין קול ואין עונה.

איך האב גראדע נישט אויפגעגעבן האפענונג, א חבר מיינע א דיזיינער איז גרייט צו מאכן א חלק, מגיהים איז לכאורה אויך דא בשפע, מ'ברויך נאר איינער וואס איז עומד בראש מיט די גאנצע עול.
דערווייל איז דא מיטינגס אונטערן טיש, און כ'האף צו קענען מבשר זיין בקרוב בשורות טובות.

ביזדערווייל, לאמיר זעהן ווי די שטיבל גייט אהן אנעם וועקער, כדאי צו זעהן אויב דער וועקער נעמט אוועק פון שטיבל אדער נישט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 10:39 am
דורך פליקער
פיקאסא האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:דארף דער וועקער טאקע א וועקער?
@פיקאסא אפשר דאך?
אויב נישט אויף ראש חודש כסליו אפשר לכבוד חנוכה?



ווען אלע מענטשען וואס די האסט נאמאנירט וואלטן זיך אנגערופן, וואלט מען געקענט ווייטער גיין, אבער דערווייל איז אין קול ואין עונה.

איך האב גראדע נישט אויפגעגעבן האפענונג, א חבר מיינע א דיזיינער איז גרייט צו מאכן א חלק, מגיהים איז לכאורה אויך דא בשפע, מ'ברויך נאר איינער וואס איז עומד בראש מיט די גאנצע עול.
דערווייל איז דא מיטינגס אונטערן טיש, און כ'האף צו קענען מבשר זיין בקרוב בשורות טובות.

ביזדערווייל, לאמיר זעהן ווי די שטיבל גייט אהן אנעם וועקער, כדאי צו זעהן אויב דער וועקער נעמט אוועק פון שטיבל אדער נישט.

וועלכע שטיבל??

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 1:28 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
ני חברה ארויף מיט די ארבעל

ווער שיקט אריין ארטיקלען די חנוכה וועקער גייט איבערשטייגן די אסיף

Re: די עתיד פונעם "וועקער"

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 11:57 pm
דורך פליקער
איך וועל אי''ה אריין שיקן די זעקסטע קאפיטל 'קענסער 6'
אויב וועט זיין נויטיג אויך 'קענסער 7'.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 8:46 pm
דורך צום פינטל
וואס טיט זיך
די שווייגעניש איז די ערגסטע