שנאת ע"ה לת"ח – נוסח אייוועלט
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
שנאת ע"ה לת"ח – נוסח אייוועלט
ידידי ר' [tag]נאטירליך[/tag] האט צוגעצייכענט (און שנעל צוריקגעצויגען) צו א מאמר אין אייוועלט פון א נייעם ניק דאר 'אוהב שלום', וואס לדעתי האט אין דעם א געפערליכע גיפט, א גיפט וואס דרייט זיך אין פיהל פרומע מענטשענ'ס קעפ, און וויבאלד קיינער ענטפערט נישט אפ די סארט ארטיקלען, מאכט עס אזא רושם כאילו ס'איז נישט דא קיין תירוץ.
דער אוהב שלום איז מאריך אזוי לאנג ווי מתושלח'ס בארד, אבער אין א פאר ווערטער קען מען זאגען זיין טענה. ער רעדט צו א כולל יונגערמאן און ער טענה'ט אז וויבאלד אין תורה שטייט בזעת אפיך תאכל לחחם, טאר מען נישט זיין קיין כולל יונגערמאן. נאר איינער וואס לעבט א העכסט דערהויבענע לעבען פון אדם הראשון פאר'ן חטא מעג זיך נישט וויסענדיג מאכען פון דער קללה וואס איז געקומען צוליעב דעם חטא. טאמער אבער הערט ער אביסל קול מבשר מוצ"ש אין ביהכ"ס, און ער האט ליעב געוויסע מאכלים און ער שטייט נישט אויף גענוג פרי פארטאגס פאר די מיינונג פון אוהב שלום, איז ער נישט אויסגעהאלטען פאר'ן זיצען אין לערנען אגאנצע טאג אין כולל און נישט גייען ארבעטען.
איך וויל קודם דערמאנען א מעשה וואס איך האב אמאל געזען. ווען דער ערשטע באנד פון דער קצוה"ח איז ארויס ממכבש הדפוס, האט עס געמאכט א שטורעם אין דער עולם התורה. אלע האבען גערעדט פון דעם און נתפעל געווארען דערפון. הגאון ר' אפרים זלמן מרגליות זצ"ל האט מחליט געווען אפצושטאפען א באזוך ביי דעם נייע ליכט וואס האט ערשיינט אויף כלל ישראל. יעצט ווי באקאנט איז הגרא"ז געווען א גביר אדיר, מיט ריזיגע ביזנעסער אין גאנץ יוראפ על שמו. דער קצוה"ח האט דעמאלס געלעבט בדחקות גדול, אלס שטאט'ס רב אין א קליין שטעטעל רוזניאטוב אין גאליציא. ווען הגרא"ז האט איהם באזוכט, האבען זיי געשמועסט צוזאמען. אין מיט'ן האט דער קצוה"ח געגעבען א קרעכץ און געזאגט 'א בזיון התורה', קוקענדיג אויף זיין מצב. הגרא"ז האט געמיינט אז זיין כוונה איז געווען דער בזיון אז אזא איד ווי איהם דארף לעבען אין אזא מצב און ער האט זיך געוואונדערט אויף דער ישות פון די מימרא. דער קצוה"ח האט שנעל מסביר געווען זיין כוונה. "נארמאלעהייט, איז עס א בזין פאר אזא איד ווי אייך מיר צו קומען באזוכען. וואס הייסט? אזא עושר זאל זיך נידערען צו באזוכען אזא ארימאן?! נאר וואס? וויבאלד אונז זענען מיר ביידער לומדי תורה, האבען מיר א שייכות אהדדי און איהר האט זיך ערלויבט מיר צו קומען באזוכען. הייסט'ס דאס לערנען געמינערט אייער כבוד. דאס איז דער בזיון התורה"
ווען איינער זיצט און לערנט א גאנצע טאג, און צודערצו איז ער א פריינטליכע מענטש, ער האט א גוט ווארט פאר יעדעם, ער קען ליינען ווען מ'דארף א בעל קורא, ער קען דאווענען געשמאקפאר'ן עמוד אבער לויפט עס נישט נאך, ער קען זאגען א דרשה קארץ און שארף און צו דער זאך, אבער פאדערט נישט דער כיבוד, ער דארף נישט קיין געלט פון קיינעם און ער איז נישט צו באשעפטיגט זיך צו באטייליגען אין א משפחה שמחה צו חנוכה מסיבה, ער וואשט זיך טעגליך און קעמפט די בארד, ער שטייט אויף באצייטענס און העלפט זיין ווייב ווען זי דארף, זיין קינדער שיקט ער אין אלגעמיינע מוסדות נישט עליט, און זיי זענען אויך בדמותו כצלמו, איז עס לייכט זיך אנצורופען א מוקיר רבנן. א מענטש גיבט איהם דרך ארץ און ער קוקט ארויף צו איהם און ער זאגט זיין קינדער איהם צו שעצען, אבער נישט צוליעב זיין ת"ח'שאפט. ווען ער איז א ת"ח, זענען אלע מעלות געשמאקער, אבער די זייטיגע מענטשליכע מעלות זענען בעיקר ווס ציען איהם.
ווען זעט זיך קלאר דער כבוד התורה? ווען א ת"ח טוט עפעס וואס געפעלט מיר נישט. ווען איינער וואס זיצט און לערט און איז אבער נישט אינגאנצען אויסגע'ארבעט דער מדות, צו ער האט נישט דער נאטורליכע חן פון א צווייטען, און פון דעסטוועגען איז מען איהם מכבד. מ'זעט דער עיקר פאר אן עיקר און דער טפל פאר א טפל. אוודאי ווען ער טוט אן עוולה איז עס א פעלער, אבער ט'דען קען מען אפפרעגען דער גאנצע מענטש דערפאר? דער גמרא אין מו"ק יז. זאגט אונז תלמיד חכם שסרח אין מנדין אותו בפרהסיא שנאמר וכשלת היום וכשל גם נביא עמך לילה כסהו כלילה, א ת"ח וואס האט געטוהן אן עוולה, דארף מען נאך אלס מכבד זיין. דאס איז צוליעב דעם אז דער עיקר וואס מ'דארף זע'ען אויף דער מענטש איז דאס וואס ער איז א מרכבה לשכינה, ער איז איינער וואס קען דער אויבישטער'ס תורה, און די אנדערע זאכען זענען זייטיג.
אוודאי וועט דער מגושמ'דיגע קאפ דאס נישט קענען באגריפען אינגאנצען. א מגושם זעט בעיקר גשמיות, און טאמער דער ת"ח האט עפעס א פעלער אין זיין גשמיות, קוקט אן דער בעל הגשמיות ווי א מחוסר. דער ארבעט פון א איד איז צו דערהויבען זיין בליק אויף א רוחניות'דיגע, וואס דעמאלס וועט ער זע'ען דער עיקר מעלה פון א ת"ח און לייכט קענען פארגעבען א זינד אדער צוויי.
ווען איינער האט א שלעכטע בליק אויף תלמידי חכמים, זעט ער בעיקר די חסרונות זייערע. ער האט נישט קיין פראבלעם אז דער רבי ר' איך ווייס ווער זצוקללה"ה איז געזעסען און געלערנט און געדינט דער באשעפער א גאנצע טאג, ווייל ער איז דאך א העלד אין אנדערע זאכען אויך. ווען אבער איינער הערט אויס קול מבשר אין ביהכ"ס און ער לערנט א גאנצע טאג, איז ער גרייט צו געבען מוסר, אבער נישט אויף די הערען קול מבשר, נאר אויף די לערנען זיינער! ער זעט א פעלער און פלוצלונג איז זיין לערנען ווערטלאז, זיין עבודה גארנישט, די אלע מדרגות זיינער זענען אינדערערד, וויבאלד אין איין זאך איז ער נאך נישט אויסגע'ארבעט אלס א צדיק.
ווען מ'גייט אריין אין סיי וועלכע ביהמ"ד פון בית מדרש גבוה אין לעיקוואוד, זעט מען ערשט א קאווע שטיבעל, צו דער אריינגאנג צום בנין, און געווענדליך בשעת הסדרים דרייען זיך דארט א קבוצה יונגעלייט. אין יעדער בנין וואלט איך געזאגט ס'איז דא צווישען צען און צוואנציג מענטעשן דארט. אפשר אינדערויסען וועסטו זען נאך צען אויפ'ן טלפון צו רייכערין פאפיראסען. איינער מיט א שלעכטע אויג, משפט גלייך אפ די בני תורה ערשיינונג אלס א באנדע ליידיגייער'ס וואס זיצען אין קאוועשטיבלעך א גאנצע טאג. דאס אז אין ביהמ"ד אינעווייניג זיצען אין די צייט אכט צו ניין הונדרעט אדער מער יונגעלייט און פלאגען אין לערנען איז שוין נישט אינטרעסאנט צו דער פארשוין, ווייל ער זעט נאר שלעכטס. (דיסקלעימער: איך לערן שוין נישט אין ב.מ.ג. מער ווי צען יאר, איך בין נישט איינגעשטעלט דארט און איך האב גאנץ ווייניג צוטוהן מיט זיי). דאס טרעפען שלעכט'ס אין א הייליגע פלאץ איז געווענדליך א תוצאה פון נישט שעצען דער הייליגקייט.
דער אוהב שלום האט ממציא געווען א נייעם מצוה, וואס הייסט אויספאלגען די קללה פון אדם וחוה, און לויט זיין פארשטאנד איז דער לעבען אין ג"ע פונקט ווי א כולל יונגערמאנ'ס לעבען, און דעריבער מוז מען זיך זוכען וואס מער קללה. צער הריון, צער לידה און צער גידול בנים איז ער מקפיד אויף וואס שווערע, און נח האט גאר געזינדיגט דורכ'ן זיין דער מנחם מעצבון לבנו. א מצוה אויסגעזויגען פון פינגער כדי אויסצופיהרען אז דער כולל יונגערמאן וואס שטימט נישט טויזענט פערצענט איז גאר א זינדיגער!
דאס איז שנאת התורה כפשוטו, מיט נאך א שלייער פון פרומקייט\ע"ה (היינו הך).
ס'איז דא אבער א טיפערע פראבלעם, וואס מ'עט לאזען אויף מארגען בל"נ.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אייז קריעם האט געשריבן:[justify][/justify]באמת שיין ארויסגעברענגט די נקודה, בפרט די מעשה מיטן קצוה"ח איז thought prvoking
למעשה, וויאזוי לערנסטו אפ דעם טוב תורה עם דרך ארץ?
ווילסט פרעגען אויף יעדער איינער וואס לערנט אגאנצע טאג אן צו ארבעטען, סיי א ציס"ע סיי א פשוט'ער יונגערמאן.
ר' אלחנן וואסערמאן ברענגט א מדרש אז ס'גייט אויף מדות טובות.
ועוד, יעדער יונגערמאן מוטשעט זיך מיט דרך ארץ. ער שלעפט די קינדער צו בעיביסיטער און ער איז מסדר אנדערע עניינים. טאמער ער איז אינגאנצען פארשפארט, אזוי ווי אוהב שלום וויל, איז עס א פראבלעם.
אין אלגעמיין דארף מען וויסען אז פרקי אבות איז מוסר וואס מ'דארף אננעמען ווי מוסר, נישט קיין חיובים. און די סברות אונטער די מוסר איז א חלק דערפון. אז מ'זאל פון איין זייט מויל רעדען פון די שווערע נסיונות פון ארבעטען און נאכדעם זאגען אז אין כולל פעלט דער 'יגיעת שניהם משכחת עון' איז נישט אמת'דיג געטראכט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
לאמיר עס שטעלן אין אן אנדערע פראספעקטיוו. "בזיעת אפך תאכל לחם" איז נישט קיין מצוה. עס איז נישט קיין מצוה וואס מ'דארף אדער מ'קען אויספירן, עס איז א מציאות. קיין שום נברא קען זיך נישט ארויסדרייען פון די שוויץ צו ברענגן ברויט. און דאס איז נכלל אלע תלמידי חכמים גדולי ארץ. סא איך זע נישט דא קיין דעבאטע פון יא אויספאלגן די מצוה אדער נישט.
אן שוויץ איז נישט דא קיין ברויט!"
איך קען נאר זען א דעבאטע וואס 'זיעת אפך' טייטשט. 'זיעת אפך' קען אויך זיין מי 'שעמלו' בתורה. דער וואס איז עמל בתורה 'שוויצט' אויך. דער וואס האט א זכיה און איז זיך ממית באהלה של תורה, און ער האט פון וואו זיך אויסצוהאלטן, קען אויסמיידן די 'זיעת אפך' פון שטיין אויף א היילא טראק. אבער זיין זיעה איז איבער זרעים, מועד, נשים, נזיקין, קדשים, וטהרות.
אבער עס מיינט נישט אז דער וואס לערנט האט נישט די קללה. קענסט עס אנרופען א בעסערע ווערסיע פון 'זיעת אפך'. אבער שוויצן שוויצט יעדער.

- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
יישר כוח ליטוואק פאר דאן אנאליז. דברים כדברונות. מזעהט אז עפעס באדערט פאר דעם אוהב שלום, נאר ער ברענגט עס ארויס אויף א גאר פאלשע אופן. כ'האב נישט געליינט אלע תגובות דארט מחמת קוצר הפנאי, כ'וויל נאר מוסף זיין מיין צוויי סענט.
כדברי @פרייוויליג איז בזיעת אפך א מציאות, נישט א מצוה און נישט קיין ציווי. פאר די קללה איז געווען א שפע, דערנאך איז נאר דא א מציאות פון געלד נאר דורך שוויצן. פאר אוהב שלום וועל איך עס מסביר זיין אביסל טיפער.. הגע בעצמך, איינער וואס האט געשוויצט א גאנצן טאג ביים ארבעט, און קומט אהיים סוף טאהג זיך אויסצורוען וועסט איהם אויך שיקן ארבעטען יעצט לקיים מה שנאמר בזיעת אפך תאכל לחם? אוודאי נישט, ער האט געשוויצט, ער האט געלד און פאר יעצט איז ער מסודר. און אויב ער האלט אויס זיין זוהן צו זיצן און לערנען, איז אויך אלע געלד געקומען דורך שוויצן, און יעצט איז די זוהן מסודר. בקיצור איינער האט געשוויצט פאר די געלד, ווייל זינט די קללה וואקסט מער נישט קיין געלד אויפן בוים.
חוץ מזה, האקט ער דארט בתוך דבריו אז קיינער האט זיך נאך נישט ארויסגעדרייט פון די קללה פון ואל עפר תשוב. די גמרא אין מסכת שבת (בערך דף קנג) זאגט קלאר אז ס'יא דא וואס דרייען זיך ארויס דערפון. ס'דא יחידים וואס קומען צו צו דעם דרגה אז זיי ווערן נישט עפר. עיי"ש א מעשה באריכות. יתכן אז ס'פארהאנען מענטשען וואס דרייען זיך לגמרי אויס פון די קללה פון בזיעת אפך, אויב מ'איז זיך מייגע יומם ולילה, דארף ער אפשר טאקע נישט מקיים זיין בזיעת אפך תאכל לחם.
אויף א זייטיגע נקודה, דארף מען זיך יא מתבונן זיין. ווי חשוב און טייער א כולל יונגערמאן זאל נאר זיין - איז די עצם נעמען "מתן שכרה בצדה געלד" - ווי מ'רופט עס בלשון נקיה- נישט אזא דבר פשוט. אונז זאגן מיר יעדען מאל ביים בענטשען "ולא לידי מתנת בשר ודם". דהייני מיר בעטן דעם באשעפער זאל אונז צושיקען געלד אבער פליז פליז נישט דורך א צווייטן איד. גייט דא דער כולל יונגערמאן און אנשטאטס גיין ארבעטען גייט ער לערנען – וואס האלט טאקע אונטער די וועלט- און ווארפט זיך ארויף אויפן ציבור! די אלע געלד וואס ער באקומט האט איינער געשוויצט דערויף, און די ראש הכולל צו ווער איז געגאנגן נאך געלד פאר דעם און געשנארעט געלט פאר דיר. יא! די האסט רחמנות אויף די משולח וואס גייט נאך געלט אין ביהמ"ד, אבער וויסן זאלסטו אז די ביזסט די זעלבע ווי איהם, נאר אנשטאטס וואס די ביזסט אליינס די משולח, שיקסטו א צווייטע זיין שליח. אבער דיין ארעמע געהאלט קומט פון כספי הציבור וואס אידן ציפן אראפ זייער מעשר געלט און געבן דאס אוועק פאר דיר.
כ'האב נישט יעצט די מראי מקומות פאר מיר, די גמ' גדול הנהנה מיגיע כפו וכו' איז ידוע, אבער איך האב מיך שוין אנגעשטויסן זייער אסאך מאל אין פריערדיגע ספרים, וואס שרייבן קלאר אז כדאי זיך צו סומך זיין אויפן ציבור ברויך מען זיין אן ערנסטע עובד ה' מיט אסאך תנאים וכו'. ולא כל מי שרוצה לבא ליטול את השם יבוא ויטול. היינט קוקען עס די יונגערלייט אהן ווי א לכתחילה. מ'גייט אין כולל אפאר יאר און מ'נעמט געלט אהן קיין שום שולד געפיל. (יתכן אז ס'תלוי אין די מח' אויב מ'דארף אראפציפן מעשר געלד פון די כולל געהאלט צו נישט. אויב דאס איז ווי אן ארבעט אדער ווי צדקה ואכמ"ל). איינע וואס לעהבט טאקע טייט און געבט זיך נישט קיין עצה אהן דעם, קען מען נאך הערן, ס'איז אביסעל לייכטער. אבער א גרויס חלק נעמען דאס געלד פאר סתם, אדער צו לעבן א שוואוילטאג אדער צו אוועקפאקן אונטערן קישן. דאס איז לכאורה אן אביוז אין די סיסטעם. והשכינה מהו אומרת וכו'

זאגסט פארשידענע זאכען. ווען דער מוסר איז אז דער כולל יונגערמאן זאל זיך פיהרען בעסער, ביסטו גערעכט. יעדער מעג ווערען בעסער.
ווען אבער די טענה איז אז מ'זאל ארויסגייען פון כולל צוליעב די טענה צו יענער, איז עס א שנאת התורה.
אגב אורחא, אפילו איינער וואס האט געלט, שטעלט צו פיהל מער ווען ער באקומט געלט פון כולל. ווי אויך, דער וואס האלט איהם אויס וועט בעסער שפירען ווען זיין זוהן/איידעם באקומט דערויסענדיגע שטיצע. ס'איז נישט שווארץ און ווייס.
ווען אבער די טענה איז אז מ'זאל ארויסגייען פון כולל צוליעב די טענה צו יענער, איז עס א שנאת התורה.
אגב אורחא, אפילו איינער וואס האט געלט, שטעלט צו פיהל מער ווען ער באקומט געלט פון כולל. ווי אויך, דער וואס האלט איהם אויס וועט בעסער שפירען ווען זיין זוהן/איידעם באקומט דערויסענדיגע שטיצע. ס'איז נישט שווארץ און ווייס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:37 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
די טבע פון די וועלט איז אויסגעשטעלט אז מען דארף ארבייטן.
בני תורה וואס זענען עוסק אין תורה לפחות ווי די יונגערמאן אין זיין ארבייט, איז גאר א קליינע פראצענט.
די מציאות איז אז א כולל יונגערמאן וואס לערנט 8 שעה א טאג איז שוין די מצוין פון ביהמד"ר, א גרויסע פראצענט פון די בני תורה לערנען נישט מער ווי 5 שעה אין טאג.
א סדר הכולל ביי די חסידישע וועלט ערשטע סדר פון 10 ביז 2 וואס דאס איז 4 שעה, צווייטע סדר פון 3:30 ביז 6 צוויי האלב שעה, האלט מיר ביי 6 און א האלב שעה, און דאס איז ווען ער פילט אן שוין אן די סדר אן פארברענגן מיט די חברותא און אין קאווע צימער אדער הכנות... און נאכט סדר נאך א שעה און א האלב.
איז ווען די יונגערמאן נעמט עס מיט אן ערענסקייט דהיינו ווען ער קומט אין כולל טראגט ער אן עול א סדר היום וואס ער דארף היינט ארלעדיגן די רא"ש וואס ער איז געבליבן אומקלאר נעכטן זעהן צו ער גייט מיט שיטת תוס' אדער רש"י צו גאר א דריטע מהלך, און ווען די זייגער קלאפט 2 פארהאקט ער נישט די גמ', און ביים ענדיגן די סדר ווייסט ער קלאר וואס ער האט היינט מסדר געווען און וואס די המשך איז מארגן.
אזא יונגערמאן האט רעכט לכאורה בפרט ווען ער האט פרנסה.
די מציאות ווייזט אבער עכ"פ ביים חסידישע ציבור אז רוב כולל יונגעלייט שטיפען מער ווייניגער די טאג. יא מען לערנט אביסל און נאכדעם גייט מען ארויס זיך אפריען מיט א קאווע דערנאך רעדט מען אביסל אין לערנען הכנות קול מבשר און ב"ה די טאג איז פאראיבער.
און צום עולם וואס דער אוהב שלום רעדט האט ער רעכט. ער שרייבט טאקע עקסטרעמע דוגמאות אז כאילו ער מעג קיינמאל הערן קול מבשר וכו' אבער די נקודה איז ער גערעכט.
אלס שומעי לקחי מהרב יצחק לעבאוויטש האסטו @ליטוואק שוין זיכער געהערט זיין הגדרה אז די חילוק פון אמאליגע בעלי בתים און היינטיגע יונגעלייט איז וואס מען טוט ווען מען לערנט נישט, דהיינו די בעל הבית ארבייט און די כולל יונגערמאן גייט ליידיג, ווייל די צייט וואס זיי לערנען איז די זעלבע.
כידוע רגיל בלשונו בשם הרב מסאטמער זצ"ל א בעל הבית ברויך לערנען לפחות 8 שעה אין טאג.

שאלת. איך הדרך לאמונת חכמים. תשובה: אמונת חכמים תלויה באמונת החכמה בכלל.
קו"א ח"א מכתב קפב
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מסתמא רעדסטו פון יונגעלייט די ערשטע פאר יאר נאכ'ן חתונה. א לאנגווייליגע כולל יונגערמאן איז נארמאל נישט אזוי. ועוד והוא העיקר, מ'קען נישט קוקען פון איין טאג צו אן אנדערע. דער יונגערמאן, נאך א חודש, ווייסט מער ווי ער האט געוואוסט פריער? דאס איז ביי מיר דער קנה מדה. איך וועל מארגען ארויפלייגען א לענגערע שמועס אויף דעם.
די צוויי ברירות זענען נישט אדער היינטיגע יונגערמאן אדער אן אמאליגע בעלעבאס. די צווייטע ברירה איז אויך א היינטיגע בעלעבאס.
די צוויי ברירות זענען נישט אדער היינטיגע יונגערמאן אדער אן אמאליגע בעלעבאס. די צווייטע ברירה איז אויך א היינטיגע בעלעבאס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:37 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
די קנה המדה וואלט איך געזאגט לפחות ער נעמט דאס לערנען מיט א עול ווי א ארבייטס יונגערמאן מיט די ארבייט וכן לשמירת הזמנים ווי א ארבייטער.
דאס אז ער קען די נעקסטע חודש מער ווי די פריעדיגע זאגט נישט אויף התמדה און יגיעה, דאס איז גענוג תופס צו זיין מיט בלעטרן די ספרים, נישט קיין היתר צו בטל'ן צייט.
דאס אז ער קען די נעקסטע חודש מער ווי די פריעדיגע זאגט נישט אויף התמדה און יגיעה, דאס איז גענוג תופס צו זיין מיט בלעטרן די ספרים, נישט קיין היתר צו בטל'ן צייט.
שאלת. איך הדרך לאמונת חכמים. תשובה: אמונת חכמים תלויה באמונת החכמה בכלל.
קו"א ח"א מכתב קפב
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:37 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
און חוץ מכל זה נניח דו האסט א טענה, איז די רייד דארט אין אייוועלט נישט קיין שנאת ע"ה לת"ח בפרט זיי זענען דוגל בשיטת רבן הרב מסאטמער זצ"ל כידוע אז ער האט געשיקט כמעט יעדעם צו די ארבייט נאר יחידי סגולה נישט, דאס איז געווען זיין שיטה.
שאלת. איך הדרך לאמונת חכמים. תשובה: אמונת חכמים תלויה באמונת החכמה בכלל.
קו"א ח"א מכתב קפב
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ירמי' האט געשריבן:און חוץ מכל זה נניח דו האסט א טענה, איז די רייד דארט אין אייוועלט נישט קיין שנאת ע"ה לת"ח בפרט זיי זענען דוגל בשיטת רבן הרב מסאטמער זצ"ל כידוע אז ער האט געשיקט כמעט יעדעם צו די ארבייט נאר יחידי סגולה נישט, דאס איז געווען זיין שיטה.
ווילסט מיר זאגען אז ס'קען נישט זיין שנאת ע"ה ווייל ער איז נאר מסביר זיין רבינ'ס שיטה, און זיין רבי איז זיכער נישט קיין ע"ה. ביי מיר איז עס נישט אזוי. ווען איינער גיבט אונז א גאנצע שטיקעל תורה, וואס ער האט פון די אייגענע בויך פארפאסט, נישט געהערט פון זיין רבי'ן, איז ער שולדיגט דערויף. איך קען זאגען כל מיני פשטים אין דער סאטמאר רב, אבער אויסוויילען דער פשט וואס דרוקט אויס אזא זלזול אין תורה, איז זיין פעלער, נישט דער סאטמאר רב'ס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דער צווייטע טעות, און די גרעסטע, איז זיין צוגאנג צו לערנען. איינער וואס מיינט אז לערנען איז בלויז א מצוה, וואס יעדער דארף טוהן יעדער טאג, פונקט ווי דאווענען, הייבט נישט אן צו וויסען וואס מ'זוכט דא.
דער אויבישטער האט געמאכט א וועלט פאר א טעם, און דער טעם האט עס אריינגעלייגט אין זיין תורה. מ'דארף היטען תורה ווייל דער אויבישטער האט אונז פאר דעם באשאפען, און דער איינציגסטע וועג פון היטען תורה איז לערנען תורה. איינער וואס לערנט א שעה א נאכט וועט וויסען א ביסל און איינער וואס לערנט מער ווי דעם וועט קענען מער. דער יונגערמאן וואס לערנט ניין צו צען שעה א טאג, האט ביי זיך אין קאפ תורה. ער ווייסט וואס דער אויבישטער האט באפוילען לגבי וויאזוי צו שרייבען א גט, און וואס טוט מען ווען צוויי מענטשען טענה'ן זיך איבער א חפץ. ער קען היטען דער שבת קודש ריכטיג ווייל ער ווייסט די גדרים פון מוקצה וכדו', און זיין סוכה זעט אויס בעסער ווייל ער ווייסט פונקטליך וואס די הלכות זענען.
איינער וואס קוקט אן תורה לייכטזיניג, מיינט אז ס'איז דער עיקר אז מ'טוט ווי דער טאטע האט געטוהן (ליין: וויאזוי יעדער ארום מיר טוט) און דאס הייסט געהיטען תורה. ווען ער וויל רעדען פרום, וועט ער זאגען אז ער איז גאר גרייט מוסר נפש זיין פאר זיין טראדיציע'ס. אבער מיט תורה האט ער גאר ווייניג. מסורת סייג לתורה שטייט, נישט תורה אליינס. ער זעט נישט דאס לערנען תורה אלס דער צענטער, דער ציר, ארום וואס דער גאנצע עבודת ה' דרייט זיך. ער האט קיינמאל נישט באמערקט דער ערנסטקייט וואס דער אידישקייט קוקט אויף דאס לערנען תורה און איהר פרטי פרטים.
דער וועלט האט צו ווייניג לומדי תורה! אז מ'דארף מענטשען וואס קענען תורה, דארף מען אוועק קוקען פון קלייניקייטען ווי דער קללה. פונקט ווי דער שמויגער האט געקענעט אוועק קוקען פון דאווענן שבת פאר סוף זמן ק"ש כדי צו זיצען ביי א באטע ביז שפעט פרייטיג צונאכט, פונקט ווי דער איינער צינד נישט חנוכה לעכט די ערשט מינוט ווייל ער וויל די הכנה צום מצוה, פונקט ווי אלע זיין חסידישע הנהגות צו וואס מ'האט שווער געדארפט ארבעטען טרעפען א היתר כדי דער זאך זאל ווייטער גייען, אזוי אויך איז דער געפערליכע נויט פאר ת"ח וויכטיגער ווי סיי וועלכע קללה.
און דאס אז דער פארשוין אוהב שלום פארשטייט עס נישט איז ווייל איהם איז נישט וויכטיג דאס קענען תורה. אבי ס'וועט זיין פוס זעלנער פאר דער ביזנעס, וואס גייט מיר אן צו מ'היט טאקע תורה און מ'פארשט טאקע נאך וואס מ'דארף צו טוהן?!
מ'מיינט אז היינטיגע צייטען האט מען צופיהל לומדי תורה און מ'דארף שוין נישט ארבעטען דערויף. איך בין א פאר מאנאטען צוריק געווען אביסל געמישט אין א גט אויף וואס ס'איז געווען א שאלה. יא, ס'איז דא א שיינע פאר מסדרי גיטין אין דער טריי סטעיט, אבער רובם ככולם ווייסען וויאזוי צו שרייבען א גט, ווייל זיי האבען געזען אלטע כותבי גיטין, זאגאר גרויסע תלמידי חכמים, אבער זיי האבען קיינמאל נישט געלערנט הלכות גיטין בעיון. מ'פארלאזט זיך אויף די שוין געפקסנ'טע זאכען לגבי שמות גיטין, נישט פארשטייענדיג די יסודות דערפון און די מקורות, און דעריבער ווען א שאלה קומט אפיהר, ווייסט מען נישט וואס צו זאגען. (מיין נישט אז דאס האלט צוריק פון זאגען, די זענען פארצייטישע מושגים אז ווען מ'ווייסט נישט שווייגט מען. היינט איז א פארגעשריטענע וועלט וואס האט בעסערע מושגים) ביודעי ובמכירי קאמינא, אז איינער פון די גרויסע מסדרי גיטין דא אין געגענט האט מיר געזאגט אז ער האט קיינמאל נישט געלערנט די סוגיות אין הלכות גיטין בעיון, נאר ער ווייסט וואס צוטוהן ווייל ער איז געזעסען ביי פריערדיגע מסדרי גיטין! און דאס איז א גרויסע מסדר גיטין! יעצט וואס טוט מען? מ'האט געדארפט אפן ארט פסקנ'ן און ס'איז נישט געווען וועמען צו קלינגען. יא! א שטאט פול מיט לומדי תורה, און נאכאלס איז אזא זאך נישט געווען צום האבען. מ'האט איבערגעגעבען דער גט און געשיקט צו ר' זלמן נחמיה גולדברג אין א"י פאר'ן חתמנ'ן דער היתר, וואס האט צוריק געקלינגען, ואכמ"ל.
ס'איז דא צוויי 'מומחים בענייני אה"ע' אין אמעריקא, וואס האבען געשריבען תשובות אויף די עניינים. ווען א יונגערמאן זעט זייער תשובות נאכ'ן לערנען די סוגיות, זעט ער גלייך ווי לעכערליך זייער סברות זענען. נאר במקום שאין איש.... און פאר דערפאר דארף מען האבען נאך 'איש'ן' ווייל אזוי קען עס נישט ווייטער גייען. ביי די עגונות פון דער טויין טאווערס, האט מען געזען ווי א פאר רבנים מפורסמים, אבער עמי הארץ דגולים אין די זאכען, האבען אריינגעשפרינגען מיט תשובות של דופי והבל וואס מ'האט נישט מער געקענט טוהן ווי לאכען אדער וויינען.
ווען פיהל יונגעלייט לערנען בעיון, קומען ארויס מענטשען וואס קענען פסקנ'ן בעיון. ווען ווייניג לערנען בעיון, האט מען נישט דער אחד יוצא להוראה. ווען פיהל מענטשען לערנען בעיון, דערהייבען זיי די סטאנדארד פאר יעדעם, און דער וואס זוכט צו זיין אן אטאריטעט אויף א נושא, מוז עס האבען אין האנט פיהל מער ווי ווען זיי לערנען עס נישט.
יא, מו"צ'ן האט מען גענוג און נאך. מענטשען וואס קענען זאגען וואס ר' שלמה זלמן אויערבאך האט געהאלטען אויף דער כלי, און וואס הרב וואזנער האט געשריבען אויף אן אנדערע נושא. אבער מענטשען וואס קענען גרונטליך, וואס האבען א דעה צוצושטעלען א הלכה צו א מעשה, איז נאכאלס זייער זעלטען. מ'האט ווייט פון גענוג, און דעריבער פארהייליגט מען מענטשען וואס קענען נאר אביסל, און שרי חכמייא למיהוי כמוציייא.
דער חיזוק זיך אריינצולייגען אין חו"מ בעיון וואס איז געווארען לעצטענס, האט געצווינגען די דיינים צו קענען בעסער, ס'האט געברענגט נייע דיינים וואס דארפען פסקנ'ן בעסער. אין ב.מ.ג. האב איך אייער נעכטען באזוכט פאר עפעס א סבה און איך האב געזען א ביהמ"ד פון דריי הונדרעט יונגעלייט וואס לערנען הלכות מוקצה בעיון. ד.ה. אז זיי לערנען די סוגיא מיט ראשונים הדק היטב, זיי זענען מדייק אין די ראשונים הפוסקים און זיי גרונטעווען אין די מג"א'ס און די ביאור הגר"א'ס. זיי זוכען נאכצוגייען די יסודות פון די סברות, און אזוי וועלען זיי וויסען וואס מיינט מוקצה. ווען ס'איז נישט דא אזא ציבור, וועלען מיר אלע דארפען מדמה זיין מילתא למילתא פון א פסק פון דרייסיג יאר צוריק פון הגרשז"א, אדער גאר פון זעכציג יאר צוריק פון דער חזו"א. במקום צו פארשטייען די יסודות, וועט מען נאכגייען מעשה'לעך און תורה שטייט אין ווינקעל און קיינער וואלט זיך נישט געקימערט דערמיט.
(איך זעלבסט האב נאר אביסל געטוהן אין אה"ע און חו"מ, און אין או"ח שעם איך זיך צו זאגען אבער מער ווי ידיעת בית רבו האב איך נישט, דעריבער זענען מיין משלים מער פון חו"מ און אה"ע.)
פאר דערפאר איז דער כולל ערשיינונג ווייט פון אנטוויקעלט אינגאנצען. מ'דארף נאך פיהל כוללים און יונגעלייט כדי דער תורה זאל געלערנט געווערען בתפארתה בעיון ובהבנה. ס'ווערט בעסער און בעסער מיט די צייט, מער און מער סוגיות ווערען א חלק פון די סקארבאווע ידיעות פון אן ערוואקסענע בן תורה, אבער מ'איז נאכאלס נישט דארט.
יעצט אונזער אוהב שלום ווייסט נישט פון אזא ווירדע, ער איז נישט באקאנט אין וואס תורה מיינט און וואס מ'זוכט דארט. דער צדיק האט עפעס א פארבארגענער עבודה וואס פון דעם שלעפט ער ארויס פסקים כמפי משה מפי הגבורה, און דער יונגערמאן מעג נישט מער ווי גייען ארבעטען און לערנען א פאר שעה א טאג אלס א סגולה פאר יראת שמים, כדי ער זאל נישט חס ושלום האבען אן אומגעפילטערטע סמארטפאון, וואס קען פאראורזאכען א ריס צווישען איהם און דער געזעלשאפט, וואס פון דעם קען ארויסקומען אז זיין קינדער וועלען נישט נאכגייען אין די פיסטריט פון זייער גרויסעלטערען וואס זענען יא געווען אין דער געזעלשאפט, און דאס איז גאר א געפערליכע פראבלעם. דער וואס ווייסט פארוואס איז געליידענט מסביר צו זיין.
ואני וביתי נעבוד את ה'.
אפילו ווען איך קען נישט בלייבען א גאנץ לעבען אין כולל, פארשטיי איך און שעץ איך דער וואס טוט עס יא. ער איז פארבונדען מיט דער דבר ה', און וואס מער ער לערנט וואס מער פארבונדען ער איז. אז ס'איז 'נאר' זיבען שעה א טאג נישט אכט, איז עס אויך א געוואלדיגע ברכה, און טאמער ער לייגט צו נאך איינס, איז נאך בעסער וכן הלאה. אבער מזלזל זיין אין דער הישג פון האבען געהאט געלערנט די שעות וואס ער האט יא געלערנט, הייסט מזלזל זיין אין די דפים וואס ער האט געלערנט, אין די הלכות וואס ער האט משיג געווען, און די סברות וואס ער פארשטייט, און בעקיפין אין דער נותן התורה וואס האט עס אונז באפוילען.
און דאס איז דער קנה מדה טאקע. א יונגערמאן וואס גייט אזוי ליידיג אז פון חדש צו חדש האט ער גארנישט צוגעלייגט קיין ידיעות אין לערנען, ער איז נישט קיין גרעסערע תלמיד חכם ווי ער איז געווען א חודש צוריק, דארף ער שוין טאקע קלערען צו ער דארף שוין ארויסגייען פון כולל ארבעטען אדער זיך נעמען אין די הענט אריין און זיך אריינלייגען אין לערנען. דער עיקר פארדינס וואס כלל ישראל האט פון יונגעלייט וואס לערנען האט מען נישט פון איהם. אבער ווען ער לייגט צו ידיעות על גבי ידיעות, מה טוב חלקו וחבלו, זאל ער ממשיך זיין ווייל מיר אלע דארפען עס האבען.

ביסט גערעכט מיט די נקודה אז ביי די חסידישע ציבור פעלט די דערהער פון לימוד התורה.
אבער דאס זיצן אין כולל וועט נישט ברענגן דעם אוהב שלום צו אנערקענען די חשיבות התורה.
איך בין מסכים צו דיינע רייד אז די וועלט דארף נאך לומדי תורה וואס זאלן קענען בבירור די תורה, איך בין נישט זיכער צו די גורם פאר די ווייניג יודעי את התורה איז מחמת נישט זיצן אין כולל, והא ראי' די רב וואס האט דיר מגלה געווען זיין טריק פון קענען הל' גיטין אן לערנען דורך נאכמאכן די רבנים איז א בן תורה אין כולל ואפילו הכי האט ער עס גענומען מיט א לייכקייט, ווער ער ארבייט ווען אין אפיס וואלט ער נישט געקענט נעמען מיט אזא לייכזיניקייט דורך נאכמאכן וואס אנדערע טוען ער וואלט זיך געדארפט אריינטרענען ביז ער פארשטייט וואס ער טוט,
און דאס איז א חורבן ביי טייל כולל יונגעלייט וואס זענען מצליח שוין און האלטן זיך שוין ביים אחד מאלף יוצא להוראה, אז ער האט מער ווייניגער אפגעלערנט די קודס וואס די עולם פרעגט געווענליך.
די נקודות וואס דו ברענגסט ארויס האט נישט מיט די כולל יונגעלייט א שייכות דאס האט מיט די מחנכים וראשי ישיבות וואס זיי גיבן נישט א געשמאק און א דרך הלימוד.
די כולל יונגערמאן וואס טרעפט זיך אין כולל אן קיין ערענסטע עול צום לימוד באלאנגט נישט דארט.

בנוגע דיין קנה המדה אז מיט מוסיף זיין ידיעת התורה מיט יעדע חודש איז שוין גענוג צו זיין א כולל יונגערמאן איז מיר העכסט אינטערעסאנט.
דו גיסט א ווארף אריין ער לערנט א 9 10 שעה א טאג, אה דאס איז שוין א באזינדערע קנה המדה, צו מוסיף זיין ידיעת התורה אין א חודש פעלט נישט אויס א 9. שעה א טאג.
מיט דעם בין איך מסכים אז א יונגערמאן וואס נעמט ערענסט די לימוד לפחות ווי א ארבייטס יונגערמאן ביים ארבייט דאס הייסט שויו בגדר "תורתו אמנתו" און אזא יונגערמאן האט געווענליך נישט קיין ספיקות צו איבערלאזן די גמרא חוץ מחמת פרנסה היות ער פילט באמת א סיפוק וחיות וגעשמאק בלימודו,
כנראה אז אוהב שלום וחבירו זענען נישט בכלל זה.
דו גיסט א ווארף אריין ער לערנט א 9 10 שעה א טאג, אה דאס איז שוין א באזינדערע קנה המדה, צו מוסיף זיין ידיעת התורה אין א חודש פעלט נישט אויס א 9. שעה א טאג.
מיט דעם בין איך מסכים אז א יונגערמאן וואס נעמט ערענסט די לימוד לפחות ווי א ארבייטס יונגערמאן ביים ארבייט דאס הייסט שויו בגדר "תורתו אמנתו" און אזא יונגערמאן האט געווענליך נישט קיין ספיקות צו איבערלאזן די גמרא חוץ מחמת פרנסה היות ער פילט באמת א סיפוק וחיות וגעשמאק בלימודו,
כנראה אז אוהב שלום וחבירו זענען נישט בכלל זה.
שאלת. איך הדרך לאמונת חכמים. תשובה: אמונת חכמים תלויה באמונת החכמה בכלל.
קו"א ח"א מכתב קפב
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
[tag]ירמי'[/tag] - דער חילוק צווישען מיין קנה משה און דיינס איז אז איך באצי זיך צו די תוצאות און דו רעדסט פון דער וועג אהין. ווי פיהל שעות ער לייגט אריין, ווען ער קומט אן וכדו' איז מיר ווייניג נוגע. כלל ישראל דארף מענטשען וואס קענען, און ממילא דארף מען וואס מער צולייגען געלעגענהייטען אז יונגעלייט זאלען קענען. דאס איז אויך נישט פארזיכערט אז זיצען אין כולל איז דער ישועה, אבער א געלעגענהייט איז עס.
איך האב נישט גערעדט וועגען דער 'חסידישע ציבור', איך האב דייקא גערעדט פון די מצומצמים אין אייוועלט. גראדע האב איך באמערקט אז מאנכע האבען איהם יא אפגע'ענטפערט.
איין חילוק צווישען ליטוואקעס מיט חסידים איז דא בולט. די ליטווישע וועלט גייט נישט איינטיילען א מענטש וואס צו טוהן. ס'איז נישט דא קיין דיקטאטור. מ'האט אוועק געשטעלט א סיסטעם וואס איז שטארק מחשיב דאס זיצען אין כולל, ווייל אזוי וועט מען האבען יונגעלייט וואס קענען. און אפילו אז דער יונגערמאן קען נישט אינגאנצען, ער איז אבער א חלק פון דאס הייבען דער סטאנדארד פאר יעדער איינער. דער יחיד דארף טרעפען זיין פלאץ און טוהן וואס ס'איז גוט פאר איהם. ביי חסידים פאדערט מען פון דער כולל סיסטעם אויסצווויילען די וואס שטימען נישט און מאכען א כולל נאר פאר דער וואס שטייגט. דאס איז אן אנדערע מהלך ההנהגה בכלליות.