בלאט 1 פון 1

ווען עס וויינט א הארץ

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:28 pm
דורך בר-כוכבא
ווען עס וויינט א הארץ,
קענען טרערן נישט באנעמען;
שווייגן אויגן, שרייט די נשמה.
ווען תהום מיט טרויער ברימט,
הערט נאר דער,
וואס קיין אויער פארמאגט.


די פיס מאכטלאז זיך אראפלאזן,
איידער פארזינקען דער מענטש עס ווערט.
א פארשטיקט געבעט, אבער --
דעם טרערן-פלוס פארהאלט:


הער, אה גאט, וואס אלעס קען:
האסט מיר לעבן געשאנקען,
און דערצו אלץ דערלאנגט.
מיינע אויגן מיט טרערן פול,
הארץ יאמערט אין דער שטיל.
ווען א הארץ עס וויינט --
געוואלד שרייט די נשמה.
הער, אה גאט מיינס:
כ'בין עלנט אליין;
שטארק מיך,
פחד פון מיר פארטרייב.
די ווייטאג אזוי גרויס --
ווייטער ווי אנטלויפן כ'קען.
ברענג דעם סוף,
ווייל דער כוח מיינס,
פארלאזט מיך ער האט.


ווען א הארץ ס'וויינט,
די צייט אנטשטומט ווערט.
ס'לעבן ווי נישטיג און קליין,
פאר די אויגן שפילט זיך אויף.


אהין וואו כולו פרעמד,
פיס מיט עקשנות אנטשוויגן.
א קרעכץ -- מסתמא דער לעצטער,
דער תהום-ברעג צווינגט ארויס:


הער, אה גאט, וואס אלעס קען:
האסט מיר לעבן געשאנקען,
און דערצו אלץ דערלאנגט.
מיינע אויגן מיט טרערן פול,
הארץ יאמערט אין דער שטיל.
ווען א הארץ עס וויינט --
געוואלד שרייט די נשמה.
הער, אה גאט מיינס:
כ'בין עלנט אליין;
שטארק מיך,
פחד פון מיר פארטרייב.
די ווייטאג אזוי גרויס --
ווייטער ווי אנטלויפן כ'קען.
ברענג דעם סוף,
ווייל דער כוח מיינס,
פארלאזט מיך ער האט.


[איבערגעזעצט פון דא]

Re: ווען עס וויינט א הארץ

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 6:15 pm
דורך מפוזרי
אויסערגעווענליך!

שוייגן אויגן, שרייט די נשמה. אוי וויי געוואלד...

Re: ווען עס וויינט א הארץ

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 6:20 pm
דורך מפוזרי
"די ווייטאג אזוי גרויס -- ווייטער 'ווי' אנטלויפן כ'קען." ס'קומט מסתמא 'וואו', כאטש ס'האט אזוי אויך א פשט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 6:26 pm
דורך הוגה
דער ניגון רייסט ביים הארץ און שרייט פון די טיפעניש אינעם נשמה. קיינער לייגט עס נישט אזוי גוט אראפ ווי שרית חדד.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 7:36 pm
דורך זבולון
Wow.
דאס איז מעכטיג powerful. דאס איז איינס פון מיין פעיווערייטס.

יעיד עלי יודע תעלומות, אז איך האב שוין לאנג געהאט אין מיין דרעפטס א פלאן דאס צו איבערטייטשן, ולא עלתה בידי. כ'זעה דו האסט געמאכט א געוואלדיגע ארבעט.

Re: ווען עס וויינט א הארץ

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 8:18 pm
דורך קל וחומר
מפוזרי האט געשריבן:אויסערגעווענליך!

שוייגן אויגן, שרייט די נשמה. אוי וויי געוואלד...

ער האט לכאורה געמיינט אז די ווארט איז ד(ו)מה...
די ווארט איז דמעה.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 8:24 pm
דורך נעגעל וואסער
הוגה האט געשריבן:דער ניגון רייסט ביים הארץ און שרייט פון די טיפעניש אינעם נשמה. קיינער לייגט עס נישט אזוי גוט אראפ ווי שרית חדד.



קול באשה אלערט!
ציונישע פאן אלערט!..

דאכצעך אז די ניגון פלעג איך הערן נאך יעדע טעראר אטאקע אין א"י אויף די איזאעלישע ראדיא.


הערלכיכע ארבעט @בר-כוכבא.
נאר א שאד מ'קען נישט זינגן אידיש אויף די ספרד'ישע הבהרה...

Re: ווען עס וויינט א הארץ

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 8:28 pm
דורך קל וחומר
הוגה האט געשריבן:דער ניגון רייסט ביים הארץ און שרייט פון די טיפעניש אינעם נשמה. קיינער לייגט עס נישט אזוי גוט אראפ ווי שרית חדד.

כ'גיי משוגע פאר די שטיקלעך מיט די פידלעך ביי בערך 4:00.

Re: ווען עס וויינט א הארץ

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 10:40 pm
דורך בר-כוכבא
קל וחומר האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:אויסערגעווענליך!

שוייגן אויגן, שרייט די נשמה. אוי וויי געוואלד...

ער האט לכאורה געמיינט אז די ווארט איז ד(ו)מה...
די ווארט איז דמעה.


כ׳האב עס אזוי געשריבן ווייל ס׳איז שענער אזוי.
ביי איבערזעצונגען איז א סך מאל שווער צו בלייבן געטריי צום טעקסט.

Re: ווען עס וויינט א הארץ

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 6:27 am
דורך פערינא
דודי קנאפלער, שלמה גערטנער, פליז זינגטס עס און אידיש פאר אונז.