בלאט 1 פון 1

'בעקבתא דמשיחא ראדיקאליזם יסגא' ("אסיף")

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:26 pm
דורך בעל מדות
[justify][center]א בריוול צום טאטן[/center]

...פארשוויצט און פארסאפעט רוקט מעכל אראפ דעם פאדערשטן חלק פון זיין ליגשטול, געבנדיג אביסל בלוט צירקולאציע פאר די אויסגעמוטשעטע פיס אויף וואס ער שטייט שוין דעם גאנצן טאג, ער שעפשעט שטיל בעטנדיג אויב איינער קען אים ברענגען א גלעזל וואסער, און מיט רעכט צו זיינע שוואכע קרעפטן. ער האט היינט געהאט גאר א שווערע טאג, א טאג פון איבעראשונג און אנטוישונג, אסאך ארדערס ארויסגעשיקט, און אסאך ארדערס זענען צוריקגעקומען.

מעכל פארמאגט א געשעפט אויף די געוועב, ער איז שיין מצליח און קען שוין צאלן פאר אן ארבעטער. ער פלעגט זיך מוטשענען פאר לאנגע יארן, ביז ווען א גוטע ידיד האט אים געגעבן דעם געדאנק פון גיין אנליין.

ער ארבעט שווער צו מאכן א דאלער - אדער ווי אנדערע וואלטן געשריבן: 'על המחיה ועל הכלכלה', און איז איינס פון די סוקסעס געשיכטעס פון מענטשן וואס זענען געווארן אויפגעראכטן דורכן מתנה פון השי"ת וואס ווערט גערופן דער אינטערנעט.

מעכל האלט ביים אריינפאלן אין שלאף, זיינע אויגן קלעבן, אבער ער מוז פארטיגן זיינע לעצטע ביזנעס ענינים, ער ציט ארויס זיין סעלפאן פון בוזעם טאש, און גיבט אזא שטילע זיפץ: "לאמיר זען וואס טוט זיך דא".

מישנדיג אהער און אהין אין זיין געפילטערטן דעווייס, ערלעדיגט ער עטליכע וויכטיגע אימעיל-ענטפערס וואס שטייען ביים שוועל פון דארפן ווערן אפגעענטפערט, און דאן מיט די לעצטע ערנערגיע שפאנט ער צום שלאף צימער.

אויפן וועג - אדורכגייענדיג די קאך - זאגט מעכל'ס עלטערע טאכטער: "טאטי, משה יאנקל האט דיר געמאכט עפעס א בריוו, ער האט געזאגט איך זאל דיר זאגן אז עס ליגט ביי דיין בעט". "ש'כח רבקה'לע" - ענטפערט מעכל תיכף, גייענדיג צו זיין שטוב.

מעכל טרעפט אן ענוועלאופ ביי זיין געלעגער, עס שטייט אויפגעשריבן אין קינדערישע אותיות, מיט א פוירפל מארקער: "פון משה יאנקל צו טאטי". מעכל איז נייגעריג וואס דער בריוו באדייט, עס איז נישט משה יאנקל'ס נאטור צו שרייבן בריוו, ער פליקט דאן אויף דעם ענוועלאופ, ארויסנעמענדיג עטליכע קאלירפולע פאפיר, מעכל צינדט אן די פלעשלייט פון זיין סעלפאן, צו קענען בעסער זען די אינהאלט.

ער נעמט דעם ערשטן פאפיר, עס איז א קארטל, מיט א בילד פון אן אויסטערלישער באשעפעניש, מען קען זען אז דער וואס איז דערמיט אויפגעקומען האט א מאס שעפערישקייט (קע"ה), עס איז א געמאלן בילד פון דער חיה וואס מיר טארן נישט עסן, מיט פיס פון א פראש, און א בארד. עס שטייט צוגעשריבן אין רויטע אויתיות: "איך קוק אזוי אויס ווייל איך האב געהאט א סמארטפאון"! דער קומענדיגער קארטל איז א קלארע מעסעדזש פון די יונגע קינדער צו די עלטערן וואס האבן גע'אסר'טע כלים, מיט א דראונג און דערקלערונג: "די כלים שעדיגן אונזערע הערצער, און טוען אריינברענגען די נ' שערי טומאה, מיר ווילן נישט וואוינען אין שטובער ווי עס זענען פאראן סמארטפאונס".

מעכל האט באקומען א שטאך אין הארץ, געבנדיג א קוק נאכאמאל אויף די ענוועלאופ, מיט די האנט געשריבענע אותיות "פון משה יאנקל, צו טאטי".

עטליכע טעג פון שווערע הארעוואניע איז אריבער אויף מעכל, ער האט קאנפיסקירט משה יאנקל'ס אלע קארטלעך און משוגעת פאפיר וואס ער האט באקומען פון א מלמד אין חדר, און אים געגעבן א חינוך לעקציע, באגלייט מיט א מילדע שטראף. מעכל איז אבער ארויסגעקומען מיטן הנחה אז זיין זוהן איז געפאלן א קרבן צו א ראדיקאל.

[center]שבת גוי!!![/center]

יוסף מענדל, איז א חשוב'ע מיטגליד אין א קהילה אין איינע פון די שטעט ווי עס הערשט א צעריסענער מיינונג איבער די עירוב פון שטאט. אין זיין קהילה וואו עס איז אנגענומען אז די עירוב איז 100 פראצענט אויסגעהאלטן, טוט מען זיך באנוצן דערמיט, ווען יעדער פארשטייט אז עס זענען פאראן שיטות, מיינונגען, און אנדערע גירסאות.

זינט יוסף מענדל וואוינט קעגנאיבער א בית המדרש ווי עס נעסטיגן קעגנער פונעם עירוב, טוט יוסף מענדל דורכגיין שווערע גייסטישע צייטן יעדעס איינציגער שבת, ער און זיין פאמיליע.

עס איז אים אומפארשטענדליך וויאזוי אזעלכע זאכן קענען פאסירן, עס טוט אים וויי. מען שרייט אים נאך "שבת-גוי" פארנט פון זיין פאמיליע, מען שרייט אים נאך "שעם-זיך!", שפאצירנדיג מיט זיין ווייב, מען שרייט אויף אים "כופר", ווען ער שפאצירט מיט זיין בר מצוה בחור'ל. "טאטי" - פרעגט אים זיין קליינע אינגל פון 5 יאר, "פארוואס שרייען אויף דיך אייביג טאטעס?".

יוסף מענדל איז אין צער, זיינע קינדער וועלכע פארשטייען נאכנישט קיין באגריפן ווי אנדערע שיטות, קוקן אן זייער געשעצטער טאטע ווי א סארט מיסטריעזער קרימינאל וואס איז פארטשעפעט מיט די גאנצע שטאט. "טאטי", פרעגט אים זיין מיידל אמאל, "אויב איז טראגן א עבירה, און די מענטשן זענען אזוי אפגעהיטן פון עבירות, פארוואס קוקן זיי אויף מאמי און דערנאך שרייען זיי אויף מאמי יעדע וואך, און פארשעמען איר פארנט פון אונזערע נישט אידישע שכנים, איך האב געזען איין וואך ווי מאמי וויינט"...

[center]אין גראסערי[/center]

שטייט דארט עריק ביים רעדזשיסטער. ער איז איינס פון עטליכע איינגעשטעלטע אין א כשר'ע גראסערי, ער באלאנגט צו די היספאנישע ראסע, און ער טוט זיין פליכט מיטן ארבעטן שווער און פרובירט צופרידנצושטעלן זיין בעל הבית.

עס איז דוקא נישט קיין גרינעם דינסטאג, עס איז געדעכט-בלוי אינדרויסן, א הערליכע וועטער, אלעס שמייכלט, עריק קייט גאם, און ווארט אז א פרישע קונד זאל אראפלייגן די פראדוקטן צו באצאלן.

מיטאמאל מערקט עריק אז דער קומענדיגער איינקויפער ערשיינט, שטופנדיג א שווערע וואגן.

עס איז זעליג. זעליג איז איינע פון די מענטשן וואס האלטן, אז השי"ת האט אים מכתיר געווען אלס אונטערטאן און געהילף אים צו העלפן שטופן זיין וואגן, און פירן די וועלט.

זעליג'ס אגענדעס זענען כסדר זיין ערשטע זאך. ער איז באגרעניצט צו עטליכע נושאים, און דארט באשטייען אלעס אין זיין מיקראסקאפיש-פיצינקע וועלט. זיינע ידיעות, פלענער, חידושים, אינספיראציע, אלעס נעמט אריין ציוניזם, פובליק סקול, און עטליכע אנדערע צילן.

למשל אים פאראינטרעסירט ניטאמאל ווער עס וועט זיין פרעזידענט, ווי יענער רב וואס האט געוואלט מאכן א 'שלא עשני גוי' און האט זיך פאראינטרעסירט ווער דער פרעזידענט איז, ווילנדיג אינזין האבן א חשוב'ע גוי. ביי אים איז דער פרעזידענט בכלל נישט חשוב, ער ווייסט ניטאמאל וואס דער פרעזידענט איז, ער ווייסט נישט וואו דער פרעזידענט וואוינט, אים איז וויכטיגער צו וויסן ווען ביבי קומט קיין ניו-יארק.

איז זעליג שטופט א וואגן, אנגעפולט מיט באנאנעס, טרויבן, און אנדערע גראסערי פראדוקטן. ער קומט אן צום רעכענער, ער רוקט אוועק זיינע אויגן ברעמען און קוקט צום זייטיגן צדקה פושקע, אדרעסירנדיג עריק'ן אין א שוואכע ענגליש: "דיד יו העוו טו סעלל דער שטערן?" (איר פארקויפט דער שטערן?). עריק פרעגט: "וואס?", און זעליג פרעגט נאכאמאל צו זיי פארקויפן מאגאזינען, "לייק בוקס וויט קאלירפול פיקטשערס" גיבט ער צו פארשטיין דעם חכם. "יעס", ענטפערט עריק א צופרידענער, אז ענדליך כאפט ער וואס זיין באגער איז.

זעליג לייגט זיינע צוויי פינגערס אויפן גלעזער, שטופט זיי ארויף צו די אויגן און לאזט באטראכטן דעם מאגאזין ווינקל, וואו עס ליגן אויסגעלייגט פולע פוליצעס מיט אויסגאבעס און צייטונגען.

מיטאמאל זאגט זעליג פאר עריק: "...איים נאט בייאינג טודעי, טעל יור באס דעט איים נאט בייאינג ביקאז הי העז טרייפענע מעגעזינס אין היס סטאר! פארגעט עבאוט איט, סארי טו יו"...

זעליג איז שוין לאנג אינדרויסן שפאנענדיג צום נעקסטן געשעפט אין די רייע, צו טעראריזירן און אנדרייען שטיקעס, בו בעת ווען עריק מוטשעט זיך צו אויפקומען מיט א לעזונג איבער וואס דא האט פאסירט. ער רופט שנעל זיין בעל הבית וועלכע קומט צו שפאנען, און דערציילט אים וואס דא האט פאסירט.

- "אוי וויי" - זאגט דער בעל הבית, "וואס וועט זיין מיט אונז דא. נו, איך וועל שוין קעיר נעמען דערפון", זאגט ער צום צעמישטן ארבעטער, וואס האט נארוואס געהאט א חלק אין א חילול שם שמים סצענע.

[center]אינעם מוסד'ס אפיס[/center]

נטע קרייזלט זיינע פיאות צום לעצט, ער ווישט אפ די הארעלעך וואס ער האט די לעצטע עטליכע מינוט ארויסגעפליקט פון זיין קליין בערדל. ענדליך קומט אן זיין צייט, און דער איד ביים צווייטן זייט צייגט אים אז ער קען אריינקומען. געוויס איז נטע אביסל אנגעצויגן, ער שטייט בעפארן אריינלייגן זיין ערשטע קינד אין א מוסד. דער מנהל המוסד נעמט יעצט אויף די נייע עלטערן. ער זעצט זיך אוועק קעגנאיבער דעם מנהל, און לאזט זיינע אויגן באטראכטן דעם פיש טאנק וואס ליגט אזוי שיין ביים עק פון צימער.

"א גוטן" - זאגט דער מנהל, "ווי הייסט א איד"? "אה, ר' נטע, יא, איך ווייס נישט אויב דער סעקרעטאר האט אייך שוין געזאגט, מיר האבן אן אישו, עס איז דא א פראבלעם מיט אייער טאכטער".

נטע גייט איין פון אנגעצויגנקייט, און גיבט א טיפער אנגעצויגענער אטעם. "פארוואס?" פרעגט ער, "וואס גייט פאר?".

דער מנהל עפנט א פייל פון צעטלעך, הייבט אן רעדן און מסביר זיין מיט א שטאטע געדולדיגקייט: "אונזער הנהלת המוסד האט געמאכט ריסוירטש אויף וויאזוי איר פירט אייער פאמיליע, און די רעזולטאטן שטימען נישט מיט די פרינציפן וויאזוי מיר פירן אונזער מוסד. אייער ווייב גייט נישט צניעות'דיג אין גאס, זי לייגט מער ווי א כזית "איבערמאכונג" (מעיק-אפ), בכלל האבן מיר נישט געפונען די שול ווי איר זאלט דאווענען שבת צופרי, מען האט אייך געהערט הערן ראדיא אין קאר, מיר קענען נישט אין אזא שוואכע דור נעמען א מיידל פון אזא שוואכע שטוב" - - -

* * *

וועלקאם צו צוויי טויזנט און זעכצן. צייטן וואס ראדיקאלן בוזשעווען אן מאסקעס, און שלעפן דעם דור אויף זייער וואגן.

אין די היינטיגע צייטן, ווען א חלק כלל ישראל גייט צום לינקן זייט פון בארג, און א חלק גייט צום רעכטן (איך רעד פונעם בארג וואס אנדערע גייען דערפון גענצליך אראפ), דארף מען זיך גאר שטארק קלאמערן, און וואקלען, נישט צו נעמען קיין טריט וואס וועלן שלעפן צי שטארק אהער אדער צי שטארק אהין. עס הערשט א זארג, און עס איז זיכער אז דער באשעפער פרואווט זיין פאלק מיט עפעקטיווע נסיונות.

פון איין זייט וויל מען זיין וואויל און גוט, און שפירן א חלק פון א פאלק וואס לעבט א העכערע לעבן, גייסטיג און צופרידן, צופרידנשטעלנדיג א גאט מיטן אויספירן זיינע געבאטן און געבעטן, מיטן פירן א לעבן וואס דארף צו זיין אנגעפולט מיט ספיריטואלע הרגשים, מיט אינספיראציע און געשמאק, פארשטייט זיך קומענדיג אין פארעם פון רעליגיע מיט צוימונג, דערנידערונג, און אנדערע שוועריגקייטן וואס דאס איז ווארשיינליך דער צד החסרון צו וואס יעדע זאך איז צוגעקלעבט.

אבער פון צווייטן זייט טרעפט מען זיך גאר אפט אין קאמפליצירטע דילעמאס, און אין שווערע פארצווייפלענישן. די קאפ שווינדלט. 'הזאת נעמי?' פרעגט זיך עס ווי פון זיך אליין, 'איז דאס א פאלק וואס רופט זיך אויסדערוועלט? איז דאס דער ראסע וואס קלאפט זיך דער רוקן מיטן שרייען און טריאומפירן "עם חכם ונבון?", פאלגן מיר א תורה וואס גאט האט געשריבן? לעבן מיר ווי אונזערע זיידעס האבן געלעבט? אדער פארקערט, מיר זענען פארקראכן און זיך זעלבסט איינגעבאקסלט און אריינגעוויקלט אין קלעב וואס קלעבט פון ביידע זייטן'.


מיר זענען היינט גאר אפט אויסגעשטעלט אדורצוכגיין סצענעס ווי דאס, אז מען זאל אריינגיין אין א בית המדרש דאווענען אדער עפעס אנדערש, און ווערן קאנפראנטירט דורך א צעהיצטע אפרוח'ל וועלכע האט נאכנישט קיין שתי שערות, וואס שטעלט פאר זיין מיינונג דורך אייך איבערגעבן אין האנט א צעטל וואס ערקלערט אז אין דעם בית המדרש טאר מען נישט אריינברענגען קיין סמארטפאון.

דאס הייסט, אז עס ווירבלט א מערכה וואס נאכנישט געווען אין די היסטאריע פון כלל ישראל, אז מען זאל איינשפאנען די צאן, די יונגע פלייש וואס קוקן און עקספרימענטירן די זאך פון "לעבן", מיטן זיי רעקרוטירן און פולשטענדיג איינשפאנען אויף נאכצושרייען מענטשן וואס זענען עלטער ווי זיי, צוליב אן אנשויאונג און שיטה.

מען האלט דא מיט, ווי קינדער ווערן איינגעשפאנט און געמוטיגט מיט די אפציעלע גוטהייסונג פון די עלטערן, אריינצושטופן צעטלעך אין טירן פון אנדערע פאמיליעס, ארויפקלעבן אנטי סעלפאן סטיקערס אויף אויטאס וואס באלאנגען פאר מענטשן, טון און אדורכפירן טעראר שטיק, גרויליגע מיסיעס וואס וועלן נאך זיכער צוריקקומען אויף א פארנעם וואס וועט צייגן אז "נישט דאס איז דער וועג".

מיר זען זאכן, מיר בלוטיגן פון אינעווייניג און האבן רחמנות פון אינדרויסן. פארגאנגענע וואך זענען צוויי קינדער יארגאנג 11 אריינגעקומען צו א געשעפט, און אויסגעשאסן א בינטל קארטלעך אין די מאס פון א ביזנעס קארד, וואס דערויף זענען געשטאנען ווילדע דראאונגען צו דעם געשעפט אייגנטומער, וואס דאס וועלן מכלומר'שט מאכן דעם אייגנטומער מער איד ווי ער איז ביז אהער.

און ניין, נישט אז עמיצער זאל יעצט פילעווען, פארפירן און זאגן: 'וואס הייסט? קומסט דא זאגן אז אינטערנעט איז נישט א געפאר? ובפרט פאר יונגע קינדער?'. געוויס נישט זאגן מיר דא.
ראדיקאליזם האט זיך אנגעטון נייע קאלירן, און אויב האבן מיר אמאל געמיינט אז דער שרעקעדיגער ווארט ווערט נאר באנוצט אין ארטיקלען וועלכע באשרייבן טאליבאן אדער אייסיס, טוט דאס היינט ארויסקומען פון אירע ראמען, אריין ביז אין די לאגער פון ארטאדאקסישע אידן.

זאל איך יעצט טרעפן דעם טאטן וואס האט געשיקט זיין זוהן אין געשעפט, אדער קלעבן סטיקערס אויפן אויטא פונעם סמארטפאון באנוצער, קען זיין איך וועל פון אים הערן אז דאס מיינט קנאות. אין א שמועס מיט עמיצן, האט ער מיר אנגעטייטלט אויף די געשיכטע וואס שטייט אין חומש, אז דער קנאי פנחס האט אומגעברענגט זמרי בן סלוא צוליב טון זאכן נגד התורה.

אסאך קען מען ארומרעדן, אסאך קען מען דעבאטירן, וואס איז זיכער איז אז די געשיכטעס מיינען נישט דאס וואס זיי זעען אויס. ווען מיר שטייען ווען אין די צייטן פון אזעלכע העכערע פערזענליכקייטן, וואלט דאס אפשר געווען אנגענומען צי טון, נעמליך סאבאטאזשירן אנדערע פארן גיין אין אן אנדערן דירעקציע, אדער נישט מיטשפאנען.

די פראגע איז, פארוואס אויב רעדט מען פון יענע צייטן וואס קנאות האט געשיינט און מען האט געמארדעט דעם ווידערשפעניגן טוט מען זיך נישט אויפפירן מיט אלעם אזוי. אויב וויל מען ברענגען א ראיה פון די דעמאלסדיגע מענטשן, דארף מען זיך אויך פרובירן מצמצם צי זיין און טראכטן: העי! יענע צייטן האט מען נישט אזויפיל ליגנט געזאגט, געשווינדלט, גערויבט, זיך געשלאגן, און אויסגעשפילט רעגירונגען, עס איז נישט אז מ'קען נעמען חלקים, און די אנדערע לאזן אוועקפאלן.

ליידער איז דאס געזיכט פארשמירט. עס איז שוין גאנצעטע מאנאטן וואס אין די העדליינס זענען געווען ארעסטן. אידן זענען געווארן ביליג אין די אויגן פון פעלקער. דאס באדייט פון א דזשו, גייט סינאנים מיט פאלשקייט, ביליגקייט, רויב.

וואס זאגט א גוי ווען ער זעט ווי עטליכע הונדערט חסידישע ברוקלינער איינוואוינער ערשיינען פלוצים צו א געוויסע געגנט, וואו עס זענען געווארן עוועילעבל עטליכע פאזיציעס פאר סעקשאן 8. וואס טראכט א איד? וואס טראכט א מענטש וואס פארשטייט אז עס איז פאראן געזעץ, און א באגריף פון קידוש אדער חילול ה'?

אלזא עס איז קלאר ווי ביטער, אז זאכן דארפן א וועיק-אפ קאלל. געוויס דארף מען זיך איינצוימען און לייגן א פילטער אויף די אינטערנעט, אבער פון דא און ווייטער איז אלעס מסודר?

יעדן טאג טרעפט מען אנדערע ביטערע געפארן, היינט איז דאס אינטערנעט, און מארגן איז דאס סנודס.

* * *

אט די מחשבות האמערן אין מיין מח, טראכטנדיג פון א געשיכטע וואס איז זיך פארלאפן מיט עטליכע יאר צוריק, און איך האב דאס נאך קיינמאל נישט פארעפנטליכט אדער באשריבן.

פאסירט האט עס מיט א שיינע פאר יאר צוריק. איך בין דאן געווען א בחור אין די יונגע ישיבה קטנה יארן, איך בין געווען 'עוורידזש' ווי מען זאגט, נישט געוואוסט קיין איבעריגס, און נישט געזוכט צו וויסן.

אין די שול ווי מיר דאווענען איז פאראן א משמש וואס פארזארגט דעם בית המדרש מיט אלע אירע געברויכן, און צוליב די פילע ארבעט וואס עס מאכט זיך ביי אים יעדע ערב שבת ויום טוב, האט ער אויפגענומען עטליכע בחורים וואס זאלן אים צוהעלפן מיט די ארבעט. זאל דאס זיין פארקויפן וויין אדער אנדערע ארבעט וואס זאל זיך מאכן.

איין טאג איז אנגעקומען מיין רייע, און איך בין געווארן געאפפערט דורכן משמש צו קומען ארבעטן יעדן פרייטאג, און בבחינת 'פארוואס נישט?' האב איך דאס אנגענומען, מיר האבן באשטימט א פרייז וואס ער וועט מיר צאלן, און ערלויבעניש פון מיין טאטע האב איך זיך אויך ערלעדיגט.

וואך-איין וואך-אויס בין איך דארט געווען, געארבעט אביסל, געמאכט אפאר דאלער צו די זייט, זיך געשפירט וויכטיג, און באקומען א פארשטאנד צו מסחר.

מאכט זיך אן אפדעיט, ווען איין פרייטאג בין איך ערשינען אין משמש שטוב, און צו מיין נייגער באמערק איך אז דער שטיבל איז געווארן איינגערישט מיט נייע איינריכטונגען, טייל זאכן זענען נאך געליגן אין שיינע באקסעס, איבעראל האבן זיך געצויגן ווייערס, און דער משמש האט מיר תיכף מסביר געווען, אז שוין יארן וואס ער ארבעט אן א חשבון, מענטשן 'שרייבן אויף' און באצאלן נישט, זיין גאנצע אפאראט באשטייט פון צעפלויגענע פאפירן, ער חלומ'ט שוין יארן פון איינשטעלן א פארגעשריטענע סיסטעם מיט א קאמפיוטער וואס זאל פאר אים רעכענען און האלטן חשבון, און ער זאל קענען אפ-אטעמען פון די הונדערטער פיילס, צעטלעך, חשבונות, און קאלקולעיטערס וואס זענען אנגעהויפנט אויף זיין טישל, ער שטעלט אויך אריין סורוועילענס קעמערעס ווי אין יעדע פובליק פלאץ, אזוי אז אויב מאכט זיך אמאל א גניבה זאל ער קענען איבערקוקן.

אט, צייגט ער מיר אויף די באקסעס, זענען די נייע פראגראם וואס אסאך אנדערע משמשים נוצן, זיי זענען אויסגעהאלטן און פראקטיש, ספעציעל אהערגעשטעלט, אויסגעשטעלט, און געווידמעט פאר היימישע משמשים, איך וועל האבן דא א סקענע"ר, א קאמפיוטער, א געהעריגע סאפיסטיקירטע סיסטעם וואס זאל אויפהערן מיט די קארופציע דא, און "ווער ווייסט וויפיל טויזענטער דאלער זענען מיר אין מיסט געגאנגען דורכאויס מיינע יארן ביז אהער", און פרעג מיר נישט פארוואס איך האב זיך היינט דערמאנט, ווייל די פראגע האט נישט קיין ענטפער, כאטש יעצט האב איך דאס ענדליך געטון.

די קומענדיגע וואכן זענען די זאכן געווארן שיין מסודר, יעדער האט הנאה געהאט פונעם טויש, דער משמש געוויס, און אויך די הונדערטער איינקויפער דארט, וואס זענען געווען צעפרידן אז איינמאל פאר אלעמאל איז דער שמש שטיבל שיין אהערגעשטעלט, און נישט זיי זאלן דארפן ווארטן עטליכע מינוט ביז ווילאנג דער אומערפארענער בחור'ל באקראצט זיך מיט די קאמפליצירטע דיסקאונט פרייז אויפן קאלקולעיטער.

נו, איך בין דאך א בחור, ווער ווייסט צי דאס איז אוסגעהאלטן, האט מיר דער משמש געזאגט אז צייטווייליג בין איך פארבאטן צו נוצן דעם מאשין, און ער וועט מיר און די אנדערע בחורים - זיינע געהילפן - געבן אנדערע ארבעט ווי רעכענען וויינען, ווילאנג ער פרעגט זיך נאך צו דאס איז אויסגעהאלטן אז בחורים זאלן מעגן סקענען די וויין, און זיך באנוצן מיט די פראגראם, ווייל למעשה איז דאס א קאמפיוטער, און ער האט זיך דאך נישט אויסגעקענט מיט די פארשידענע אפציעס וואס קאמפיוטערס פארמאגן, נישט וויסנדיג צו ער איז ערלויבט דאס צו טון.

א שטיק צייט שפעטער האט מען אונז - בחורים - מודיע געווען, אז מען האט אדורכגערעדט דאס גאנצער ענין מיטן דומ"ץ בית המדרש (א גאר ערנסטע פוסק, און מענטש מיט פארשטאנד, וואס איז אריבערגעקומען צום משמש שטיבל ווען עס איז געווען פארמאכט און מען האט אים אלעס געצייגט), און צוליב וואס דער קאמפיוטער איז גאר שטארק אויסגעשפארט פון סיי וועלכע מעגליכקייט – אפגערעדט אז עס נישט געווען פארבינדן צום געוועב, נאר עס האט געדינט די ראלע פון א קלאציגער ראבאטישער מאשין צו רעכענען און האלטן חשבון – דערפאר איז עס מסודר, אז כאטש וואס מיר זענען בחורים איז דאס נישט קיין פראבלעם אז מיר פארמאגן צוטריט צו די סיסטעם, אויך איז די פלאץ אלעמאל אונטערן אויפזיכט פונעם משמש וואס דרייט זיך דארט במשך די גאנצע צייט. אפילו מיט אונזערע עלטערן, און די הנהלת הישיבה ווי מיר האבן דאן געלערנט, איז דאס געווארן אויסגעשמועסט, אזוי אז אלעס האט אויסגעקוקט העכסט פארשטענדליך.

דער משמש האט אונז אנגעהויבן טרענירן וויאזוי מען דארף אריינסקענען די וויינען, אריינשרייבן וויאזוי דער מענטש באצאלט, אז דער קאמפיוטער זאל קענען ענטפערן וויפיל רעשט מען דארף אים צוריק דערלאנגען, און דאס גאנצע איז באשטאנען פון עטליכע "ענטער" קנעפלעך, פשוט און ראציג, אבער א געוואלד פון פארשריט קעגן די וועכנטליכע סיסטעם ביז אהער, איך האב געפארטיגט מיין סעסיע קוים ווארטנדיג אויפן קומענדיגן פרייטאג, ווען דער דזשאב וועט ווערן פיל לייכטער און גרינגער, שוין קענענדיג דעם נייעם פראגראם.

נישט חלומ'ענדיג אז דער פרייטאג וועט אמאל דורך מיר באשריבן ווערן, האב איך ווי וועכנטליך געטון מיין ארבעט, געגאנגען צום שול, און געהאלפן דעם משמש מיט זיינע פילע פליכטן.

איז בעפאר מיר גייען ווייטער לאמיר אייך פארשטעלן א איד מיטן (געוויס פיקטיוון נאמען) נאמען איסר, אזא פארשוין וואס אלעס מוז גיין אין זיין שפאן. גראדע וואלט איך אים רעספעקטירט זייענדיג א לב טוב, טוענדיג אסאך חסד מיט מענטשן, אבער מיט די געזיכט פון א 'וואנעבי קנאי' וואס האט נישט געקענט פארדייען די פאקט אז אין דער שול וואו ער דאוונט וועט זיך דער משמש אריינברענגען א קאמפיוטער, נישט האבנדיג אפילו דאס מינדענסטע השגה פארוואס א קאמפיוטער קען זיין שעדליך (זייט וויסן אז מען רעדט נאך בעפאר די צייטן וואס סיי ווער זאל רעדן איבער אינטערנעט אדער סמארטפאונס, עס איז נאך געווען אין די צייטן פון בלעקבערי, ווען דער אינטערנעט האט נאכנישט געמאכט פאלן פליגן טעגליך, און עס זענען נאך געווען שטובער וואס האבן נישט געהאט קיין מת).

זיץ איך מיר פונקט אליין אין שטיבל, דער משמש איז נישט דארט כרגע, קיינער איז נישט דארט, נישט די אנדערע בחורים געהילפן, און נישט קיין קונדן, ווען איסר שפאצירט אריין.

איך האב אויף אים באמערקט א געפערליכע אנגעצויגנקייט, ווי עס ברענט אין אים עפעס, זיין פנים האט געקרענקט, ער איז אריין אין די צימער וואו די וויינען ליגן, ארויסברענגענדיג אפאר פלעשער צו די טישל וואס איך האב אקופירט, עס לייגנדיג פארנט פון מיין געזיכט, דאן האט ער זיך ווייטער ארומגעדרייט אהין און צוריק, ווארטנדיג אויף א געלעגנהייט, אדער טראכטנדיג צי עס לוינט זיך צו טון וואס ער וויל יעצט טון.

למעשה האט ער געכאפט אן אטאקע, איינס-צוויי-דריי! און מיטאמאל זע איך זיינע ארעמעס שטרעקן זיך אויס צום קאמפיוטער, ער געבט דאס א ווילדע שלעפ ארויס פון ארט, מיטשלעפנדיג פיל מיט ווייערס און צעטלעך געבט ער א נעם דעם גאנצן טייערן מאשין, און טראךךך!!! דאס אומגלויבליכע פאסירט פארנט פון מיינע אויגן. מיט א כעס געמישט פון אייפער און רינעדיגע שפייעכץ, האט ר' איסר שנעל געטון דעם נעקסטן מאנעוורע מיטן כאפן דעם באקסל וואס אנטהאלט די אינפארמאציע פונעם קאמפיוטער און דאס אויך אראפגעקראכט צום הארטן ערד, זיך ווארפנדיג מיט גאר האקעלע און טייערע חפצים ווי זיי זאלן זיין שפילצייג, ער האט דאן נאכאמאל גענומען דעם קאמפיוטער-סקרין וואס האט שוין געהאט אויף זיך א ריזיגן קראך, און דאס אראפגעווארפן נאכאמאל, און א דריטע מאל, ווילאנג ער האט שוין געשפירט אז ער איז פארטיג, און דער מאשין איז קאפוט.

דאס אלעס האט ער געטון מיט א שלל פון ליארמען, קולות און געפילדער. די גערודער וואס ער האט פאראורזאכט האט געשאקלט די ווענט און שאפעס פון דעם קליינעם שטיבל וואס איז געווען צעציטערט פון דעם באסאוון ערדציטערניש.

צווישן די געשרייען און פראטעסט אויסרופן, האב איך געקענט הערן בערך עפעס ווי: "וואספארא חוצפה איז דאס צו געבן פאר קליינע בחורים, צוטריט צו קאמפיוטערס? דאס איז דאך שומו שמים!, מען וועט דאס נישט צולאזן אין אונזער שול! דאס איז נישט געהערט געווארן אזאנס".

ער האט דאן געכאפט דעם סקרין, און ארויסגעלאפן דערמיט צו די גאס. מיינע פארפרוירענע גלידער האבן אים ספאנטאן נאכשפאצירט און באמערקט ווי ער טוט נעמען דעם צעקאליעטשטן חרוב'ן סקרין, און טוט דאס אריינשליידערן אין א ריזיגע מיסט קאסטן דערנעבן.

דא זענען שוין אנגעקומען מענטשן פון ארום, יעדער איז זיך צוזאמגעלאפן, די געפילדער וואס איז געווען - איבער מיר דער הויפט מחותן אין בילד - האט צובראכן מיין הארץ. איך האב חרטה געהאט פארן ארבעטן ביי דעם משמש, און פארן אמאל געבוירן ווערן. אלעס האט גערודערט איבער דעם אקט, טייל פארדאמענדיג דאס אלס געמיין, טעראר, גניבה, און משוגע, און אנדערע וואס פרובירן אים אראפמאלן אין שענערע קאלירן, מיטן פרובירן אים צו פארשטיין.

יעדע צווייטע ווארט האט געהאט מיין נאמען אין זיך, מען האט גערעדט א גאנצן צייט דארט איבער "די בחורים", "די בחורים", און ווען דער משמש איז ערשינען איז אים טונקל געווארן פאר די אויגן צו טרעפן זיין שטיבל אין טאטאלע כאאס, מיט טייערע מאשינען צעהאקט, גלאז פון די סקרין צעפלויגן איבעראל, און מאשינען אין ווערד פון טויזענטער דאלארן, חרוב אן קיין טראפ עקזיסטענץ אדער לעבן, צעשפליטערט אן קיין מיטארבעט אדער געפיל.

איך בין דאן געווארן א גאנצע ציל פון אויספארשונג צו די פארשידענע זשורנאליסטן אין שול (וואס באריכטן די נייעס ערשטהאנטיג צו זייערע ווייבער...), און צו אלע נייגעריגע רכילות-ברענגער וואס מוזן וויסן פונקטליך אלעס.

די געשיכטע האט מיר איבערגעלאזט זייער שאקירט און איך האב זיך נישט באוויזן יענע שטיק צייט אין דער עפנטליכקייט, זיך שעמנדיג אז וועגן מיר האט דער משמש פארלוירן אסאך געלט, און אז וועגן מיר האט פאסירט אזא צעקוקטע געשעעניש.

יארן שפעטער און איך שטוין נאך ביז יעצט.

איך האב שפעטער געהערט אז מען האט גערופן דעם ר' איסר צו דין תורה און ער האט געדארפט באצאלן פארן משמש די ווערד, אויך האב איך געהערט אז אסאך האבן אים אריינגע'פסק'ט פארן טון אזא זאך, אבער ביי דעם משמש עקזיסטירט מער נישט קיין קאמפיוטער, ער האט דאן אריינגעביסן אין א ברוינעם עפל, און נישט געהאלטן ביים פארלירן נאך אפאר ציינער. ער אפערירט נאך נעבעך אויף אזא נישט פראקטישע וועג, פארמאגנדיג שוין נייע ארבעטערלעך, פרישע בחורים'לעך וואס טוען די דזשאב.

אזא אקט טוט אויף וואס? עס ברענגט איינעם צו אידישקייט? מיר האט עס זיכער דערווייטערט. איך בין געווען ערשיטערט פאר מאנאטן. האט דאס געברענגט כבוד פארן אויבערשטן? איך גלייב אז נישט. ער האט געברענגט אסאך צער פאר א צווייטער איד, עגמת נפש, בזיונות, אים שאדן געמאכט געלט, אים צעגרונד געלייגט זיין ערליך פארדינטע באקוועמליכקייט, און אט דאס איז א ראדיקאל.

מיר האבן אלעמאל געוואוסט אז א שיטה וואס פארטיילט ליטעראטור, א שיטה וואס פרובירט איבערצורעדן מיט צעטלעך, ביכער, העפליכע פראזן, און א שיינע שפראך, איז עפעס פארטונקלט. מיר האבן דאס געזען נאר אין די מיסיאנערישע באוועגונגען. ביי אונז אידן האט מען מיט שטאלץ געוואוסט אז מיר האבן א סארט אמת וואס אונזער תורה האט, און דאס איז וואס פירט אונזער מאראל, און נישט אז מיר זאלן טון אקטן פון טעראר, בעשעריי, נאכשרייעריי, פראטעסט, אטאקעס, חוצפה, און אנדערע זאכן וואס שמעקן פון ראדיקאלע שטימונגען, זאכן וואס מיר האבן נישט ליב ווען מען טוט דאס צו אונז, זאכן צו וואס מיר זענען סענסיטיוו, און זענען קאנטער אפעקטיוו ביג-טיים.

אט אזא געשיכטע איז איינס פון אסאך, ווי מענטשן ערציען די קינדער מיט א נייע תורה, מיט א מאדנע מסורה, אזאנס וואס פארשעמט וואס מיר דארפן עכט ארויפקוקן, אזאנס וואס איז אזוי היפאקריטיש און נישט סטאביל, אז דאס גייט אריין צו נייע גרעניצן וואס מיר האבן נישט געזען ביז היינט, ברענגענדיג קאנסעקווענצן וואס מיר האבן נישט געזען ביז היינט.

"בעקבתא דמשיחא 'חוצפא' יסגא", מיינט מען דעם 'ראדיקאליזם' וואס ברענגט צום 'חוצפא יסגא'.

עס איז צייט מיר זאלן פרובירן נישט צו לאזן די ראדיקאלן ערציען אונזער יונגווארג, און פארשריפטן אונזער לעבנסשטייגער, ויפה שעה אחת קודם.[/justify]

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:34 pm
דורך שמעלקא'לע
א טאטע וואס טוט קעגן שו"ע אדער אפילו קעגן די רצון פון די רבנים, איז גרינגגעשעצט אין די אויגן פונעם קינד.
פארפאלן, ווילסט ער זאל דיר ארויפקוקן? הייב אהן טון צו ד זאך!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 3:15 am
דורך berlbalaguleh
בעל מידות: ייש"כ פאר דעם הערליכן ארטיקל וואו דו לייגסט אראפ די מציאות פון אידישן לעבן אין יאר 2016. וואו די קליינע אפנויגונגען פון די לעצטע 40 יאר פון מאכן פונ'ם עיקר א טפל.און פון טפל אן עיקר האבן געברענגט די גוטע רעזולטאטן מיט וועלכע מיר דארפן זיך ספראווען היינטיגע טעג.

איך וויל נאר מאכן א קליינע הערה. דער זעלבער זעליג, וועלכער האט בויקאטירט די גראסערי (וועלכע געט איהם קרעדיט אויף איינצוקויפן בשפע רב. און דער בעה"ב מוטשעט איהם נישט צו באצאללן. אפילו דער בילל איז שוין אריבער 3,000 דאללער.) פארברענגט ליל ששי מיט דרוקן און ווארפן פאשקווילן אויף רבנים און מוסדות וועלכע ער האלט אז זיי גייען נישט אויפ'ן ריכטיגן דרך, לשיטתו. אויך. זיין רעבעצין גייט איינקויפן קליידער פאר די קינדער, וועלכע פארן אין קעמפ פאר'ן זומער. און זי לאזט איבער א טשעק פאר 700 דאללער . און דער טשעק קראכט. ווען דער בעה"ב פון סטאר פרובירט צו רופן דעם אנגעגעבענעם נאמבער אויפ'ן טשעק זעהט ער אז ס'ארבעט נישט. אויך אין זיין ביהמ"ד געט ער טשעקס וועלכע זענען חוזר.

מ'מוז דאך אבער טון עפעס א השתדלות פאר פרנסה. האט זעליג זיך איינגעשריבן פאר שטאטישע פראגראמען אויף 2 פארשידענע נעמען מיט אנדערע סאושיעל סעקיוריטי נאמבערס. ווייל פון די סחורה האט ער געניג. ער האנדלט מיט די רעגירונגס נומערן, וועלכע ער באקומט בדרך לא דרך, און פארקויפט, אדער פארדינגט זיי פאר גוט געלט.

ווילט זיך איהם פרעגן. אויב אין די זעלבע תורה וואו ס'שטייט אז ס'איז א מצוה צו פארברענען דעם טמא'נעם ציוניסט'ישן פאן אום יום העצמאות און פורים. און ווארפן פאשקווילן. שטייט אויך אז מ'טאר נישט באגנב'נען קיין מענטשן. אידן אדער גויים. יחידים אדער מוסדות...!
(באזירט אויף א מעשה שהיה)...!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 11:02 am
דורך שמעקעדיג
שמעלקא'לע האט געשריבן:א טאטע וואס טוט קעגן שו"ע אדער אפילו קעגן די רצון פון די רבנים, איז גרינגגעשעצט אין די אויגן פונעם קינד.
פארפאלן, ווילסט ער זאל דיר ארויפקוקן? הייב אהן טון צו ד זאך!

הא??? כ'לייען גוט? :shock:

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 11:24 am
דורך mevakesh
זייער א ווייטאגליכע טעמע פאר מענטשן וואס האלטן מיט טאג טעגליך די סארט עקסטרעמיזם
די שאלה איז נאר למעשה וואס קענען מיר טוהן?

לעניות דעתי קענען מיר נישט איבערקומען עקסטרעמיזם מיט א אפענע קאמף זיי וועלן אייביג מצליח זיין ווייל ווי דער שפריך ווארט גייט they have no God אלע מיטלען זענען כשר פארן הייליגען ציהל זיי קענען מזיק זיין און איך פרוביר צו זיין ערליך
אבער דאס מיינט נישט אז מיר דארפן זיך לאזן און אויפגעבן עס קען זיין אז איך בין נאאיוו אבער איך האלט אז יעדער איינער קען זיך האלטן פעסט פאר זיך מיט וואס מען האלט אלס ריכטיג און טוהן אין די פריוואטע לעבן ווי מען פארשטייט ריכטיג און איבערגעבן פאר די קינדער מיט א קלארקייט וואס מען האלט פאר ריכטיג און דאס קען צום לעצט האט דעס אן השפעה אויפן כלל אויך אז מען זעהט מענטשן טוהן וואס זיי שפירען אלס ריכטיג מיט אויפריכטיגקייט

די פראבלעם איז אבער אז די המון אפילו מען איז נישט איינשטימיג מיט די עקסטרעמיזם זענען נישט זיכער אין זיך און זענען נישט גענוג דרייסט אוועק צושטעלן קלארע יסודות פאר זיך
מען דארף אריינגעלייגען ארבייט און קאפ קלאר צו מאכן פאר זיך וואס מען האלט פאר ריכטיג און זיך האלטן פעסט און עס איבערגעבן פאר די קינדער

מיין יונגעל זאגט מיר די וואך טאטי דו האסט א סמארטפאן מען טאר נישט איך בין נישט געווארען ווילד און פארלוירען נאר איהם קלאר געזאגט אז עס איז נישט קיין דרך ארץ צו רעדן אזוי און איך מיין אז דאס קינד פארשטייט זייער קלאר וואס איך האלט
(איך זאג זיי אלס אז א סמארטפאן דארף א פילטער און מען דארף עס נוצן מיט א מאס)

אונז טארן נישט ווערן פארנומען מיטן קעמפן פארן כלל נאר זיכער מאכן אז די אייגענע גארטן איז ווי ריינער וסוף הכבוד לבוא

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 7:40 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז דא א כלל גדול. ס'איז נישט מעגליך צו טון א מצוה דורך טון אן עבירה. די פאררוקטע ליידיגגייערס וועלכע שטייען אונטער די גאנצע עקסטרעמיזם משוגעת אקעיגן די סמארטפאונס בכל צורה ובכל מקום שהוא. זיי פארגעסן אז עובר זיין אויף אינס פון די עשרת הדיברות קען בשום אופן נישט ברענגען מקיים צו זיין מצוות אדער היטן פון עבירות. אזוי ווי רש"י הק' איז מסביר אין פ' קדושים. אויפ'ן איש אמו ואביו תיאו ואת שבתותי תשמורו. אז כאטש א קינד איז מחויב מורא צו האבן (און מכבד זיין) פון זיין טאטע און מאמע. דאך, אויב דער טאטע הייסט איהם מחלל שבת זיין איז ער נישט מחוייב צו פאלג. זאגט רש"י אז ער דארף זאגן מיט דרך ארץ פאר'ן טאטן..."לא כך כתוב בתורה?,,,! נישט אזוי ווי די פארדרייטע בי.טי.'ס האלטן.

כ'האב דעם שבת געזעהן א קונטרס'ל אין ביהמ"ד וואו זיי טענה'ן נאך אז זיי זענען גערעכט מיט זייער פאררוקטן און רשעות'דיגן התנהגות...!