בלאט 1 פון 1

אינטערנעט און איר מצב און אמעריקא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:28 am
דורך טרויבן88
ארומפארנדיג היי יאר און די קעטסקילס איז מיר געווען אינטערעסאנט צי זען אז און היימישע באנגעלאו קאלאניס זענען געווען הייזער וואס האבן געהאט א סאטעליט טעלערל אויפן דאך, איך האב פאר א סעקונדע געטראכט אז אפשר הייבט זיך די מצב אן טוישן און דער עולם האט שוין טי ווי (TV) אינדערהיים געהעריג... אבער פארשטייט זיך אז מיר זענען יארן אוועק פון דעם מציאות... קוק איך ארויף אויפן טעלערל און איך ליין אפ וואס סשטייט דארט, שפעטער נעם האב איך ארויסגענומען די כלי און אויפגעזיכט די קאמפעני, און סאיז מיר שווארץ געווארן פאר די אויגן...
געמיינט האב איך אז מענטשן און אפגאהאניסטאן און די דריטע וועלט לענדער האבן נישט קיין אינטערנעט אדער נישט קיין שנעלע אינטערנעט, און דא און סאליווען קאנטי איז די מצב נישט ציפיל בעסער... איז די מעשה דארט איז אזוי, די קאמפעני huges net שטעלט צי אינטערנעט פאר פערציג דאללאר דאונלאוד ספיד פון 600 קילא בייט א סעקונדע און אפלאוד ספיד פון 125 קילא בייט א סעקונדע און דאס איז אויך נאר פאר 55 מעגא בייטס און נאך 50 מעגא בייט פארטאגס פון 2 ביז אכטע. און די טייערסטע פלאן איז 60 דאללאר פאר 1.25 מעגא בייט פאר 65 גיג און סקאסט 60 דאללאר. פארשטייט זיך אז סאיז דא צענדליגער קאמפעניס וואס פארקויפן פלענס אבער סאיז דא נאר אפאר הויפט פראוויידערס, קאמאו האט טאקע דעס יאר נאכאמאל אנאנסירט פלענער אריינציברענגן broadband אינטערנעט, אבער עס זענען שוין געווען אזאלכע פלענער אבער סאיז גארנישט געווארן דערפון,

סא אז דיין אינטערנעט ארבייט שוואך געדענק אז סאיז חברה וואס סהאט נאכקיינמאל נישט שנעל געארבייט...
נישט נאר אין אפגאהאניסטאן נאר אויך און דיין בעקיארד... אפגערעדט אז די אינטערנעט און אלאסקע איז די ערגסטע...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 8:10 am
דורך שמעקעדיג
פרעזידענט אבאמא האט במשך זיינע יארן אסאך גערעדט און פארלאנגט פון די אינטערנעט פראוויידערס אז מען זאל מפיץ זיין שנעלערע אינטערנעט אין די רורעל עריעס. איך ווייס נישט אויב עס האט צופיל אויפגעטון, אבער לכה"פ ער האט אנערקענט דעם פראבלעם און פרובירט צו ארבעטן דערויף, ליגט מיר אין קאפ אז ער האט אפילו באשטייערט א גרויסן סכום געלט דערפאר.

Re: אינטערנעט און איר מצב און אמעריקא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 9:47 am
דורך טרויבן88
שמעקעדיג האט געשריבן:פרעזידענט אבאמא האט במשך זיינע יארן אסאך גערעדט און פארלאנגט פון די אינטערנעט פראוויידערס אז מען זאל מפיץ זיין שנעלערע אינטערנעט אין די רורעל עריעס. איך ווייס נישט אויב עס האט צופיל אויפגעטון, אבער לכה"פ ער האט אנערקענט דעם פראבלעם און פרובירט צו ארבעטן דערויף, ליגט מיר אין קאפ אז ער האט אפילו באשטייערט א גרויסן סכום געלט דערפאר.

אבער איך האב געמיינט אז מרעדט פון מער פארשטופטע פלעצער

Re: אינטערנעט און איר מצב און אמעריקא

נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2017 5:25 am
דורך טרויבן88
נישט מער געדאכט, עס זענען דא מענטשן אין די סיטי (ניו יורק) וואס זייער איינציגסטע אינטערנעט אפציע אחוץ סעליולער איז סאטעליט... ס'דא מענטשן וואס האבן סאטעליט אינטערנעט אין די סיטי...
אנבליוועבעל