גניבה פארמיטן געווארן אין אלט וויליאמסבורג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
zamel
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 2:24 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

גניבה פארמיטן געווארן אין אלט וויליאמסבורג

שליחה דורך zamel »

די פארגאנגענע נאכט האט זיך א איד דערוועקט אויף קליימער סט. בערך 3:30 ווי זיין געווענליכע שטייגער צו דינען דעם בוכ"ע אין די פארטאגס שעה'ן, ארויס בליקענדיג פון זיין פענסטער דערזעט ער פלוצים צווי גוים זיך ארום קוקען אויף די גאס אויף אלע זייטן און דערנאך זענען זיי אריין אין וויזניץ'ע ביהמ"ד אויף 6 LEE , דער יונגערמאן האט גלייך גערופן שומרים צו פארציילען וואס ער האט נאר יעצט צוגעזען, שומרים האט גלייך אראפגעשיקט איינע פון זייער געטרייע וואלאניטרען, אנקומענדיג אויפן פלאץ האט שומרים נאך א שנעלע באראטונג ענדערש גערופן די פאליציי און זיי מכבד געווען מיטן אריינגיין אין שיל.

אריינקומענדיג אין שיל האבן די פאליציי געמערקט ווי די גוים ארבייטן אויפצוברעכן די סעיף אין איינע פון די שטיבלעך מיטן ציל צו גנבנען ספרי תורות מיט פארשידענע תשמישי קדושה וואס ליגט דארט באהאלטן.

כלל ישראל האט זיך דערוועקט צופרי מיט די גוטע בשורה אז מען האט פארמיטן די גניבה.

שמועות פורחות אז דאס אינסייד ארבייט אויף דעם וויל איך אנפרעגן דעם עולם וואס האלט דער עולם איז דאס אינטערגעשטעלט? אויב יא פון וועם? וואס איז זיין ציל?? און אזוי ווייטער

פה אלט וויליאמסבורג

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר