בלאט 1 פון 1

מאנעקין טשאלענדזש

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:27 pm
דורך פליקער
א נייע סארט ווייראל ווידיא ווי ווער עס האט הענט און פיס מיט א ווידיא קאמערע ווערט ריקארדירט ווי מען ווערט פארפרוירן אין צייט.

מען רופט דאס מענעקין טשעלענדזש ווי מען משל'ט אויס פאר די וועלט ווי מען איז א עץ אם עין, א פשוטע קלאץ מיט אויגן, מען טאר זית נישט רירן פון פלאץ, און פארשטייט זיך אז מען שטעלט יעדעם אויס מיט עפעס א טוויסט, איינעם מיט א האלבע פיצע, איינעם פונקט אינדערמיט פון א סניז, איינעם מיט דינפיס אויפן טיש וכו'

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Mannequin_Challenge
זאל די אשכול זיין און דינסט פאר אלע קליפס וואס קארסירן ארים פון אלע מיני מענעקין טשאלענדזשעס.

https://youtu.be/Ihkx2GkP1wc
https://youtu.be/hxd6ZsTtfYU
https://youtu.be/I2e2YXOvHf4
https://youtu.be/rq4QTXajbHo

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:34 pm
דורך קאצקע ציקער

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:51 pm
דורך איך אויך
וויאזוי עס אידישט זיך אזוי קריסטלט זיך. מיר האבען ק-קו-קוק-קוקו-קוקור-קוקורי-קוקוריק-קוקוריקא מאומן און משיחיסטן, זיי האבען אייס באקעט און מעניקין טשאלענדשעס.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2016 1:03 pm
דורך ישראל גלויבער

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 26, 2016 11:42 pm
דורך שמעון וואלף
לערנענדיג די וואך חומש רש"י האב איך געקלערט אז אליעזר איז לכאורה די ערשטע מקור אויף די מאנעקין טשאלענדזש.

והאיש משתאה לה, זאגט רש"י:
משתומם ומתבהל על שראה דבריו קרוב להצליח וכו' ואונקלוס תרגם לשון שהייה וגברא שהי שוהא ועומד במקום אחד לראות ההצליח ה' דרכו

Re: מאנעקין טשאלענדזש

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2016 11:48 am
דורך אני מת לחיות
[SMILING FACE WITH OPEN MOUTH AND SMILING EYES]

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

נשלח: זונטאג נאוועמבער 27, 2016 11:11 pm
דורך אייז קריעם
שמעון וואלף האט געשריבן:לערנענדיג די וואך חומש רש"י האב איך געקלערט אז אליעזר איז לכאורה די ערשטע מקור אויף די מאנעקין טשאלענדזש.

והאיש משתאה לה, זאגט רש"י:
משתומם ומתבהל על שראה דבריו קרוב להצליח וכו' ואונקלוס תרגם לשון שהייה וגברא שהי שוהא ועומד במקום אחד לראות ההצליח ה' דרכו

איי געס אשת לוט רעכנסטו נישט, זי איז באמת געווארן א מענעקין...