מערת המכפלה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 11:16 pm
מיר וועלן אי"ה ממשיך זיין מיט אונזער וועכנטליכן פראיעקט פון ידיעות אין די וואכעדיגן פרשה, דאסמאל איבער די היסטאריע פון מקום מנוחת אבותינו ואמהותינו הק', אין "מערת המכפלה".
אנהייב פון די וואכעדיגן פרשה, לערנען מיר איבער די מקח וואס אברהם אבינו האט געהאט מיטן שווינדלער עפרון החיתי, ווען ער האט אפגעקויפט די מערת המכפלה. וועלן מיר אביסל שרייבן איבער ידיעות ארום מערת המכפלה, איבער אירע אייגענטומער במשך די דורות, איר אויסשטעל און איבער פארשידענע באזוכער וואס האבן דארט באזוכט, און וואס עס טוט זיך דארט היינט צוטאג'ס.
אין די ערשטע טעג
מערת המכפלה איז דער פלאץ וואו עס זענען באערדיגט די הייליגע אבות ואמהות, עס געפינט זיך אונטער א הערליכע געביידע אין מזרח זייט פון חברון, אינעם מערה ליגן אדם און חוה, אברהם און שרה, יצחק און רבקה, און יעקב מיט לאה.
אזוי אויך ווייסט יעדער פון די מדרש וויאזוי חושים בן דן האט אראפגערוקט עשו'ס קאפ וואס האט זיך אראפגעקוילערט און אריינגעפלויגן אין מערת המכפלה, און דארט ליגט זיין קאפ ביזן היינטיגן טאג.
דער וועג וויאזוי אברהם אבינו האט אנטדעקט דעם פלאץ ווייסט דאך יעדער חדר אינגל, ווען אברהם אבינו האט צוגעגרייט פאר די מלאכים דאס עסן, איז א קעלבל אנטלאפן ביז צום מערת המכפלה, און אזוי האט מען געטראפן די מקום קבורה פון אדם און חוה. אברהם אבינו האט דאס אפגעקויפט בכסף מלא פון דער בעה"ב עפרון החיתי, טראץ די איבערגעטריבענע פרייז וואס ער האט געבעטן דערפאר.
די הערליכע היסטארישע געביידע
דער פראכטפולער היסטארישער פעסטונג וואס איז געבויט העכער די מערה איז גאר אלט, ממש א היסטארישע שטיק, עס איז פון די געציילטע בנינים פון יענע תקופה וואס זענען אין אזא גוטע צושטאנד.
די אנגענומענע טעאריע איז עס איז געבויט געווארן אין די צייטן פון בית המקדש השני, וויבאלד דער געביידע האט גאר שטארקע ענליכקייטן צום מעכטיגן פאלאץ "בנין הורדוס", דערפאר ווילן היסטאריקער זאגן אז הורדוס המלך האט אויך געבויט די בנין העכער מערת המכפלה.
אנדערע זאגן אבער אז די בנין פון מערת המכפלה איז מיט א שיינע פאר יאר עלטער פון בנין הורדוס, דער בנין איז געבויט געווארן דורך די אדומיים, אייניקלעך פון עשו, וואס האבן עס געבויט לכבוד דעם קאפ פון זייער זיידע, און הורדוס האט נאכגעמאכט דעם געבוי.
אונטער די ביזאנטישע הערשאפאט אין ארץ ישראל (אין סוף תקופת התלמוד) האט מען צוגעלייגט דארט די טורעמע'ס ארום די געביידע, אזויווי די רוימישע סטיל פון בויען בימים ההם.
א באזוך אין מערת המכפלה
במשך די דורות האבן אסאך באזוכט אויפן פלאץ און אפגעשריבן זייערע מעמוארן. די ערשטע פון וואס מיר ווייסן איז דער הייליגער נשיא כלב בן יפונה וואס איז געווען פון די מרגלים, און ווי די גמרא דערציילט איו מס' סוטה האט ער זיך משתתח געווען על קברי אבות און מתפלל געווען געראטעוועט צו ווערן פון די שלעכטע עצת מרגלים.
דער הייליגער רמב"ם האט דארט באזוכט אין א זונטאג, ט' חשון בשנת ד"א תתקכ"ו, און ער האט באשטימט דעם טאג פון זיין באזוך אלס א יו"ט פאר זיך און די אייניקלעך. רבינו עובדיה מברטנורא האט אויך דארט באזוכט, ער שילדערט זיין באזוך וויאזוי ער פלעגט זיצן לאנגע וואכן אין חברון, וויבאלד ער גלייכט זייער די חברונ'ע אידן, וואס זענען ווייניג אין צאל, און וואוינען אפגעזונדערט פון די אראבער, אנדערש ווי די ירושלימ'ע אידן.
שפעטער אביסל איז געווען געצוימט פאר אידן צו זיין אין מערת המכפלה, ווי עס שרייבט דער רייזענדער רבי משולם פון וואלטורא, מ'קען אריינגיין בלויז מיט דער "שר מערת המכפלה" וואס איז א נאבעלער מאן, כאטש וואס די איינוואוינער זענען פיינע מענטשן, לאזן זיי אבער נישט אריין אין די מערה זעלבסט וויבאלד עס איז דא דארט אן אראבישער געבעט-הויז, און די אידן האבן די מעגליכקייט בלויז צו מתפלל זיין פון א פענסטער וואו מ'קען זען די קברים.
ווי ער שרייבט ווייטער, כאפן זיך אידישע ווייבער אריין צום מערה אנגעטון ווי אראבקע'ס, און זיי דערציילן אז עס ברענען העכער די קברים הערליכע גאלדענע לייכטער פול מיט לעכט. נאך א רייזענדער ר' שמואל ב"ר שמשון שרייבט אין יאר ד"א תתק"ע אז ער איז דארט געווען און מ'דארך אראפשטייגן 24 שטיגן ביז מ'דערגרייכט די קברים, וואס זענען הויכע פעלזנשטיינער.
די שרעקליכע רציחות אין חברון
אין יאר תרפ"ט זענען די אראבער ווילד געווארן נאכדעם וואס די ציונים האבן זיי אויפגערייצט (עס איז געווען א שיינע פאר יאר איידער הקמת המדינה, אבער דע ציוניסטישע אקטיוויסטן האבן דורכגעשפירט שרעקליכע טעראר אקטן צו פארטרייבן די ענגלענגער און די אראבער פון ארץ ישראל), און דער גייסטליכער מופטי 'כאעדזש אמין אל כוסעיני' האט צוגעזאגט שטיקער גן עדן פאר יעדן אראבער וואס מארדעט א איד רח"ל.
עס איז דעמאלט פארגעקומען א פראטעסט מיט ראיאטן דורך די ציונים ביים כותל המערבי, פון דארט האבן זיי זיך ארויסגעלאזט צום אראבישן מארק צו ווארפן א שרעק, זיי האבן גע'גנב'עט און געפלינדערט אומשולדיגע פארקויפער, און דאס האט שוין ארויסגענומען די אראבישע רוצחים פון די כלים, און זיי האבן זיך מיט א רציחה ארויסגעלאזט איבער די חברונ'ע גאסן, און בלוטדורשטיג אומגעברענגט צענדליגע קדושים מיט שרעקליכע מיתות משונות. עס האט זיך געענדיגט גאר ביטער, מיט 133 לוויול און 232 שווער פארוואונדעטע אידן ה"י.
דעמאלט האט מען פארטריבן די אידן פון חברון, און מער נישט אריינגעלאזט קיין אידן צום מערת המכפלה. די ענגלענדער – וואס זענען געווען גאר אויפדעברויזט אויף די ציוניסטישע שטיק פון וואס זיי האבן טאג טעגליך געליטן – זענען געשטאנען אויפן וואך, און זיכער געמאכט אז א איד וואס דערוואגט זיך צו קומען נאנט אהין, גייט נישט אוועק פון דארט מיט גאנצע ביינער.
אונטער מדינת ישראל'ס אקופאציע
אינמיטן סוכות, י"ח תשרי תשכ"ט האט מדינת ישראל צוגענמען די מאכט פונעם אראבישן קאדי אין חברון, און זיך דערקלערט אלץ די בעלי בתים פון מערת המכפלה. קורץ נאך די זעקס טאג מלחמה אין א"י, האט מען געווארפן גראנאטן אויף אידן וואס זענען געקומען דארט מתפלל זיין. אלס נקמה אקט האט די ציוניסטישע מיליטער אראפגעריסן אפאר שטיגן פון די מערה און דאס צוגרונד געלייגט.
אום פורים תשנ"ד, האט א צולאזטער ציוניסטישער כוליגאן אנגעטון אין איזראעלישע מיליטערישע מונדירן מיטן נאמען ברוך גאלדשטיין, אדורכגעפירט א שרעקליכע מארד וואו ער האט אויסגע'שחט'ן 29 מוסלעמנער און פארוואונדעט 125 אנדערע, בשעת זיי האבן געפלעפלט אין זייער חאגע, ביים געבעט הויז אינעם מערת המכפלה. מען האט אים אויפן פלאץ אומשעדליך געמאכט, און א שטיק צייט האבן אידן געציטערט אהינצוגיין.
זאל השי"ת העלפן אז בקרוב זאלן אויפשטיין די ישיני עפר, די אבות ואמהות וואס ליגן דארט, בביאת הגואל בב"א.