בלאט 1 פון 1
עמ. איי. טי (MIT) האט געמאכט אן אינטערעסאנטע קאנצעפט
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 8:41 pm
דורך החוקר
עס איז א טעסט וואס שטעלט פאר פארשידענע אומשטענדן מיט וואס א דרייווערלאזע קאר קען זיך אנשטויסן, און דארף מאכן אן החלטה וואס איז ווייניגער רשעות'דיג.
http://moralmachine.mit.edu
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 9:59 pm
דורך ונבנתה העיר
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:14 pm
דורך ונבנתה העיר
אינטערעסאנט.
אני הקדוש בין אלעמאל געגאנגען נאך מער איבערלעבער. אויב איז עס די זעלבע דאן זאלן די מענטשן אין די קאר פגר'ן.
Re: עמ. איי. טי (MIT) האט געמאכט אן אינטערעסאנטע קאנצעפט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:17 am
דורך החוקר
ונבנתה העיר האט געשריבן:אינטערעסאנט.
אני הקדוש בין אלעמאל געגאנגען נאך מער איבערלעבער. אויב איז עס די זעלבע דאן זאלן די מענטשן אין די קאר פגר'ן.
איך האב געטראכט ענדליך, אבער מיט נאך א שטערקערע סברא, א מענטש אין די קאר וואס האט סיטבעלטס, האט לכאורה א בעסערע שאנס ווי דער וואס ווערט צוטרעטן פון א קאר, און אויב האט ער נישט נו וואס איז דער פארבייגייער שילדיג.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:38 pm
דורך גנדי
מיין מאראלישע סברה.
די מענטשען אינדערויסן האבן א דין קדימה. ווייל די פאסאזשירן האבן גענומען די ריזיקע פון גיין אין די קאר. די פיסגייער זענען גארנישט שולדיג. חוץ אויב די פיסגייער גייען אריבער אויף רויט, דאן האבן זיי גענומען א ריזיקע און דארפן זיין מער פארזיכטיג.
אויב די אפציע איז צו בלייבן אין די ליניע און הרגנן מענטשען אדער טוישען ליניע און הרגנן אנדערע מענטשען האלט איך איז אייביג שב ואל תעשה. ווייטער פארן געשעהט פון זיך אליין אבער גיין הייסן א קאר טוישן ליניע איז א קום ועשה צו הרגנן מענטשן דאס טאר מען נישט אפילו אויב סאיז ווייניגער מענטשן אדער ווייניגער חשובע מענטשען. א חוץ אויב דאס זענען הונטלעך.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:00 pm
דורך מודיעין
אויף די צווייטע שאלה בנוגע טוישן ליניע און הרג'נן ווייניגער מענטשן, אין חזו"א (סנהדרין סי' כ"ה) איז ער דן אויף די שאלה און ער האט א צד צו זאגן אז מזאל גיין אויף א וועג וואס הרג'ט ווייניגער מענטשן אפי' ער טוט א מעשה עיי"ש סברתו, אבער כמדומה אז למעשה איז ער נישט מכריע.
Re: עמ. איי. טי (MIT) האט געמאכט אן אינטערעסאנטע קאנצעפט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:07 pm
דורך קל וחומר
די פוסגייער ברויכן קוקן בעפאר זיי גייען בפרט ווען די קארן ווערן געטריבן אוטונאמיש אהן קיין שכל המחליט.
טאמער האבן זיי נישט געקוקט דמם בראשם.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 2:16 pm
דורך [NAMELESS]
מודיעין האט געשריבן:אויף די צווייטע שאלה בנוגע טוישן ליניע און הרג'נן ווייניגער מענטשן, אין חזו"א (סנהדרין סי' כ"ה) איז ער דן אויף די שאלה און ער האט א צד צו זאגן אז מזאל גיין אויף א וועג וואס הרג'ט ווייניגער מענטשן אפי' ער טוט א מעשה עיי"ש סברתו, אבער כמדומה אז למעשה איז ער נישט מכריע.
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=297909#p297909