קאווע שטיבל טוישט שיפטס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

קאווע שטיבל טוישט שיפטס

שליחה דורך שמואל פרימו »

[center]דער סדר העולם גייט...
[/center]

א מענטש ווערט געבוירן, ער וואקסט אונטער, ער ווערט צוואנציג יאר, מיינט ער אז ער גייט אייננעמען די וועלט. ער קוקט אן די עלטערע מענטשן אלס פרימיטיווע נארישע מענטשן וואס זענען אויסגעדינט און אויסגעראסטערט, און נישט נאר דאס, נאר אפילו ווען זיי זענען געווען יונג זענען זיי אויך געווען נאריש און נישט געטאן צו די זאך. אצינד איז ער דער אני ואפסי, ער איז דא מיט פרישע כוחות, ער לייגט אריין די ענערדזשי און הויבט אן דרייען א רעדל, ער הויבט אן מיט גרויסע חלומות, אבער וואס א יאר שפעטער ווערט ער געוואויער אז זאכן גייען נישט אזוי ווי ס'געשיקט זיך, ער קלערט נאך אלס אז ער וועט אויפרידערן א וועלט, ער ווערט דרייסיג און דאן פערציג, ביי די זעכציג זעט ער זיך שוין אן אויסגעדינטע כלי.

קומט צו גיין זיין אייניקל, דער יונגער צוואנציג יעריגער שטינקער, און ער חלומ'ט אז דער זיידע ווייסט נישט בחייכון וביומיכון און ער איז דער וואס וועט עס מאכן, ער הויבט אן צו רידערן א וועלט און זיך אריינמישן וואו ער קען נאר... יארן ריקן זיך אונטער און ער דערזעט זיך אויפן זעלבן ארט פונעם זיידן.


...
א מוסד ווערט געפירט, עס קומען אריין יונגע עסקנים, דרייען איבער א וועלט, פארשטייען אז דער וועג ווי אזוי מען האט געהאנדלט ביז יעצט איז געווען מיסמענענדזשט, מען דארף איבערמאכן די גאנצע סיסטעם, די פריעדיגע ראשי-הקהילה זענען געווען סתם זעצערס. אט קומען אריין יונגע חברה, דרייען א רעדל, שאפן געלט און בויען איבער די שטיבלעך, מאכן קאמפיינס און שאפן עסקנות...

די יונגע ווערן עלטער און זעען אז זאכן פארן נישט אזוי פון מינוט אויפן צווייטן, די אלטע זענען נישט געווען אזעלכע זעצערס... א יאר רוקט זיך אונטער און דאן נאך א יאר, זיי דערזעען זיך שוין ביי די זעכציג, זיי רעטייערן שוין און די יונגע שנוקעס שטויסן זיי ארויס פון קהל...

...
קאווע שטיבל לעבט זיך, פאראן א קופערניקוס, א אדנירם, א לעיקוואד און וואס נישט, אלע רידערן און אלע דרייען און קלערן אז זיי וועלן מתקן זיין די וועלט. עס גייט דורך א טאג נאך א טאג, די אלטע ווערן אלט, שש מיט לעיקוואד זאגן זיך אפ, די אלטע זענען שוין מער נישטא...

פאר א קורצע תקופה ראסטערט קאווע שטיבל, ביז מיטאמאל באווייזן זיך יונגע שנוקעס אינעם שלום-עליכם אשכול, זיי וועלן מתקן זיין די וועלט און זיי וועלן זיין די קומענדיגע כוכבים אין שטיבל.


והארץ לעולם עומדת.
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

סא וואט יא אר סעיאיג איז אז די וועלט איז יעצט פונקט ווי ביי די אכצן יאר הינדערט, מינוס אפאר יונגע היצקעפ וואס האבן געטרייט עפעס צו טוהן אינצווישן...
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמואל פרימו: כאטש איך האלט נישט פון דיר און נישט פון דיינע מיינונגען. אבער דא מוז איך מודה זיין אז די האסט א פוינט. .Tu tienes una puenta...!

אויך וויל איך מודיע זיין פאר ווער ס'הערט אדער איז אינטרעסירט, בכלל. אז איך גיי דא אויפהערן שרייבן פאר מיין 10,000'סטע תגובה. ווייל איך וויל נישט זיין קיין אורח הכבוד. ס'איז נישטא פאר וועם און נישטא פאר וואס...מיינע אשכולות אדער אפילו תגובות בלייבן (עפ"י רוב) שימלען אן קיין ענטפער אדער אינטרעסע אין א נארמאלן מענטשליכן וויכוח, דעבאטע אדער אויסטויש פון מיינונגען. קודם שטייט עס טעג און וואכן אן אן ענטפער. נאכדעם קומט איינער פון די גרויסע בעלי המימרא דא און פארן ארויף דערויף אן איבערלאזן א זכר...! איך פארגין דעם גרויסן כבוד פאר אזעלכע נעגאטיווע (אויבער) חכמים ווי דער חסיד פון ווארשע (אדער דער היפוך)... :roll: :o :(
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

בערל, ווי וועסטי אויסגעבן דיין טעם זקנים ווען די לאזט אונז איבער? עמיר דיר כאטשיג קענען הערן אויף קול מבשר איבערגעבן זכרונות?
אז מ'רעדט שוין, אויפ'ן פראגע בויגן פון די ארונימ'ס שבתון פאר למעלה מששים'ס דארף מען איינשרייבן מיט וועם מ'וויל שלאפן. ביסטי נאך אוועילעבעל?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זיי מאכן אזא שבתון? ...Wow! So cute
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

וואס איז טאקע דו הסבר אז ס'וואקסט נישט אויף פרישע אינגע קאפארניקס און לעקוואדס?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ווייל היינט איז שוין וואטס עפפ טיימס די כוכבים בלייבן אין זייערע גרופס אין דארט שיטן זיי פערל ווערטער
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

פארוואס זענען אלס פארהאן אפשפעטערס פון די וואס ווילן מתקן זיין די וועלט? ווייסן זיי דען נישט אז די גיטס וואס מיר פארמאגן יא היינט איז צו פארדאנקען אזעלעכע וואס האבן דווקה יא גע'חלום'ט מתקן צו זיין די וועלט, און דווקה אנטקעגן דעם שטראם. היינט איז דא גענוג חומר צו ליינען, אז שפעטן פון די וואס פראבירן צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ, איז פראסטע איגנאראנץ און פארביסנקייט.

יא, מען קען מתקן זיין די וועלט, אבסעלוט, היה ויהיה, און טאקע דו אויכעט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

קאצקע ציקער האט געשריבן:ווייל היינט איז שוין וואטס עפפ טיימס די כוכבים בלייבן אין זייערע גרופס אין דארט שיטן זיי פערל ווערטער

ווי בין איך?
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

דארף מען טאקע קאווע שטיבל פאר דברי חכמה? צו פעלן דען דברי חכמה אויפן געוועב? קאווע שטיבל האט פארשפראכן רעוואלוציע און דאס דערווייל נישט דערליווערט, קאווע שטיבל'ס עקזיסטענט איז דעריבער מינדערוויכטיג כעת, צו די לעבעדיגע שרייבערס זענען דא אדער נישט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף האט געשריבן:בערל, ווי וועסטי אויסגעבן דיין טעם זקנים ווען די לאזט אונז איבער? עמיר דיר כאטשיג קענען הערן אויף קול מבשר איבערגעבן זכרונות?
אז מ'רעדט שוין, אויפ'ן פראגע בויגן פון די ארונימ'ס שבתון פאר למעלה מששים'ס דארף מען איינשרייבן מיט וועם מ'וויל שלאפן. ביסטי נאך אוועילעבעל?

שמעון וואלף: ייש"כ. אבער ווען איך בין אריינגעקומען שרייבן און ליינען דא אין קאווע שטיבל איז דאס געווען א פלאץ וואו ס'איז געווען געשמאק צו הערן און ארויסזאגן אלע ערליי מיינונגען אן מורא אדער פחד פון אריבערגיין די פארטיי ליניעס אדער זיין פאליטיקלי קארעקט. למשל, ס'איז געווען דא א זר זהב, וועלכער האט זיך פאררעכנט פאר'ן קעניג פון שטיבל. מיט זיינע ברייטע ידיעות און הומאריסטישע אויסדרוקן. מ'האט נישט געמעקט אדער געווארנט קיינעם פאר אויסדרוקן א מיינונג. נאכדעם איז זיך אנגעקומען דער פיש'לע הערינג מיט זיינע הענט אויפ'ן חלק אחוריים (כנוסח גער.) און ר'האט אנגעהויבן מעקן און שיקן ווארענונגען. נאכדעם איז ער אפגעשטארבן. נאכדעם איז אויפגעשטאנען אן אנדער'ער חכם און ר'האט דא ארום געהאצקעט. ביז ער איז אויכעט אפגעשטארבן. דערנאך איז געקומען א דריטער און א פערטער. אזוי ווי ס'שטייט אין די אנפאנג פרשיות פון בראשית ...ויחי... וימות...ביז ס'איז געקומען אדנירם...ממש אזוי ווי ס'שטייט אין פרקי אבות. עשרה דורות מנח ועד אברהם...פון שש'ן האביך שטארק הנאה געהאט. פון זיינע ברייטע ידיעות און זיינע גוטע מידות...! אבער לאמיר זיך ארומקוקן ווער ס'זענען היינט די גדולי הדור. חוץ א פאר אנשטענדיגע און הומאריסטישע ניקס ווי דיך (מקצת שבחו בפניו.) און וואלווי. און ירח בן יומו. און רויטע וואנצעס (וועלכער שרייבט שוין אויך נישט אזוי אפט ווי ר'האט אמאל געשריבן.) אדער געוואלדיג. ווער איז דער כוכב עולה דא אין שטיבל...דער ליטוואק פון בודאפעסט...א מין בריאה וועלכער האט נישט אין זיך דעם מינימאלסטן מאס פון אנשטענדיגקייט אדער מענטשליכקייט. מיט א פארקרומטן, ליטווישן שכל. וואס זעהט און הערט און רעאגירט צו א יעדע זאך אדער מצב משה קאפויער. שמעקעדיג איז אויכעט שוין סעמי-רעטייערט. נו, ווי זאלל ער האבן צייט. ער מוז דאך ליינען און שרייבן אויף איי-וועלט אויך...!

בקיצור. ס'איז א כמעט ליידיגער זאל. און ס'בלאזט א קאלטער, אומעטיגער ווינט. אזוי ווי אין גן עדן אין היכל פון די ערליכע שותפים. מ'זאגט אז אין גן עדן איז דא א היכל פאר שותפים וועלכע זענען געווען ערליך און האבן נישט באגנב'עט איינער דעם אנדער'ן. און דער היכל איז ליידיג. און מ'ווארט ווען ס'וועט אריינקומען דארט איינוואוינער'ס. דא אין קאווע שטיבל פון 2016, איז אויך אזוי. און ווער ווייסט פון 2017, וויאזוי ס'וועט נאך אויסזעהן...! (עכ"ל)... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף: אויף דעם פראגע בויגן וואס מ'פארטיילט אין ארונים-סאטמאר מיט וועם מ'וויל שלאפן. האביך דעם פאלגנדן ענטפער. נאך זיך קוילערן פאר געלעכטער, פארשטייצעך... :lol:

איך בין נישט געי, ח"ו. און איך האב א ווייב, ב"ה עמו"ש. אזוי אז איך בין נישט קיין קאנדידאט פאר דעם פראגראם פון קהילתנו הקדושה...מוחל טובות... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאך א פאר ניקס צו צו לייגן צו די רשימה פון די אנשטענדיגע (עלטערע) ניקס פון וועם איך האב הנאה. נולד מאוחר, שבת אחים און ליפא. איך רעד נישט פון די גאר נייע ניקס וועלכע האבן נאך נישט ארויסגעוויזן זייער מהות. הן לטוב אדער למוטב...!
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

berlbalaguleh האט געשריבן:שמואל פרימו: כאטש איך האלט נישט פון דיר און נישט פון דיינע מיינונגען. אבער דא מוז איך מודה זיין אז די האסט א פוינט. .Tu tienes una puenta...!

אויך וויל איך מודיע זיין פאר ווער ס'הערט אדער איז אינטרעסירט, בכלל. אז איך גיי דא אויפהערן שרייבן פאר מיין 10,000'סטע תגובה. ווייל איך וויל נישט זיין קיין אורח הכבוד. ס'איז נישטא פאר וועם און נישטא פאר וואס...מיינע אשכולות אדער אפילו תגובות בלייבן (עפ"י רוב) שימלען אן קיין ענטפער אדער אינטרעסע אין א נארמאלן מענטשליכן וויכוח, דעבאטע אדער אויסטויש פון מיינונגען. קודם שטייט עס טעג און וואכן אן אן ענטפער. נאכדעם קומט איינער פון די גרויסע בעלי המימרא דא און פארן ארויף דערויף אן איבערלאזן א זכר...! איך פארגין דעם גרויסן כבוד פאר אזעלכע נעגאטיווע (אויבער) חכמים ווי דער חסיד פון ווארשע (אדער דער היפוך)... :roll: :o :(

איך האב פרובירט אביסל אויפצולעבן דא מיטן שרייבן לענגערע אינטערעסאנטע ארטיקלען, אבער וואס קען איך טון אז מיין מיינונג ווערט פארשריגן און דער עולם איז נישט צופרידן?...
הערט אויס, נישט איז נישט...
סאו אויף וועמען האט מען דא טענות? ווען מען פארטרייבט דעם ציבור וואס טויג, לויפן זיי זיך זוכן גליקן ערגעץ וואו זיי זענען יא וועלקאם.
גענוג קלאר?
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמעלקא'לע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שמואל פרימו: כאטש איך האלט נישט פון דיר און נישט פון דיינע מיינונגען. אבער דא מוז איך מודה זיין אז די האסט א פוינט. .Tu tienes una puenta...!

אויך וויל איך מודיע זיין פאר ווער ס'הערט אדער איז אינטרעסירט, בכלל. אז איך גיי דא אויפהערן שרייבן פאר מיין 10,000'סטע תגובה. ווייל איך וויל נישט זיין קיין אורח הכבוד. ס'איז נישטא פאר וועם און נישטא פאר וואס...מיינע אשכולות אדער אפילו תגובות בלייבן (עפ"י רוב) שימלען אן קיין ענטפער אדער אינטרעסע אין א נארמאלן מענטשליכן וויכוח, דעבאטע אדער אויסטויש פון מיינונגען. קודם שטייט עס טעג און וואכן אן אן ענטפער. נאכדעם קומט איינער פון די גרויסע בעלי המימרא דא און פארן ארויף דערויף אן איבערלאזן א זכר...! איך פארגין דעם גרויסן כבוד פאר אזעלכע נעגאטיווע (אויבער) חכמים ווי דער חסיד פון ווארשע (אדער דער היפוך)... :roll: :o :(

איך האב פרובירט אביסל אויפצולעבן דא מיטן שרייבן לענגערע אינטערעסאנטע ארטיקלען, אבער וואס קען איך טון אז מיין מיינונג ווערט פארשריגן און דער עולם איז נישט צופרידן?...
הערט אויס, נישט איז נישט...
סאו אויף וועמען האט מען דא טענות? ווען מען פארטרייבט דעם ציבור וואס טויג, לויפן זיי זיך זוכן גליקן ערגעץ וואו זיי זענען יא וועלקאם.
גענוג קלאר?

טאקע אזוי? ווער פארשרייט דיינע ארטיקלען? כקען נישט גלייבן אז אזעליכע אומרעכטן גייען עמטליך פאר אויף ק״ש, איך לייען גראַדע דיינע ארטיקלעך און כ׳האב גאר שטארק הנאה דערפון און איך גלייב אז רובא דרובא פון ק״ש באלעקט זיך די פינגער מיט דיינע מאמרים און בליציגע רעיונות, בלי ספק. כ׳גלייב אויך אז אזא תכשיט ווי אייך הרב ר׳ שמעלקע׳לנו האט זיכער געלערנט די ערשטע סעיף אין שו״ע ולא יתבייש מפני בני אדם המלעיגים עליו בעבודת השי"ת.(דאכצעך אז מיר האבן עס אפילו געלערנט צוזאמען בחברותא אין ישיבה, יא? אויב נישט אפשר אין אנדערע גילגול)

קאווע שטיבל קען פארנעמען יעדעמס מיינונגען ווילאנג מלייגט נישט קיין בילדער פון נשים און כפירה רח״ל, און זיכער דיינע ריינע רייכע ארטיקלעך. נישט אזוי?
ר׳ שמעלקע ווי לאוו יו! לאז אונז נישט איבער פאריותמט
החותם בצער רב
הק׳ שבת אחים
חונה פה שיכון וויזניץ סטעטן אייעלנד נ״י

איך מיין עס ערנסט בלייב מיט אונז, סאיז א כבוד אייך צו האבן דא אין ק״ש! באמת!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

טאקע די ארטיקלען נישט, אבער פאר קיינעם שמעקט נישט צו הערן אז ער איז א דזשיהאדיסט, אפילו פאר אזא ידען ווי שמעלקא'לע!
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: קאווע שטיבל טוישט שיפטס

שליחה דורך קל וחומר »

נו, אפשר איז כדאי זיך צו בארעכענען בעפאר מ'לאזט א מיינונג וואס איז אנדערש ווי רוב טראכטער דא זיכער צו מאכן אז עס זאל האבן גענוג דעקונג מסברא או מקרא.

אסאך מאל קען זיך עס דוכטן אז איר זענט אריינגעקומען מיט אן אגענדע און די הערליכע ארטיקלען דינען דעם אגענדע (וד"ל).

ווען מ'לאזט שארפע מיינונגען ברויך מען קענען מסביר זיין בטוטו"ד וואס און פארוואס.
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך שמעלקא'לע »

אנא דאס זאגעכדעך, אז איך האלט לכאורה אנדערש ווי דער ציבור דא אין ק"ש, בינעך א פורש מן הציבור, איז מיין מקום נישט דאהי...
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: קאווע שטיבל טוישט שיפטס

שליחה דורך קל וחומר »

יעדער איז בארעכטיגט מיט א מיינונג ווילאנג ער קען עס דעקן.
טאמער קען ער נישט, דאן איז מען בארעכטיגט אים צו צימבלען מיטן 'ראדיקאל' כינוי ביז ער וועט טרעפן דעקונג אדער בוחר זיין לקבל שכר על הפרישה.

גענוג קלאר?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שמעלקא'לע האט געשריבן:אנא דאס זאגעכדעך, אז איך האלט לכאורה אנדערש ווי דער ציבור דא אין ק"ש, בינעך א פורש מן הציבור, איז מיין מקום נישט דאהי...


ד.ה. אז דו האסט טאקע נישט קיין דעקונג? אז דו ווייזט אויף למשל פארוואס איינער וואס פאלגט נישט א תקנה פון רבנים נישט צו האבען א סמארטפאון אהנע א שטארקע צורך לפרנסה האט שוין נישט קיין רעכטען מחנך צו זיין די קינדער זיינער, וועט מען דיר נישט אנשרייען. אבער היינט אז דו האסט געלאזט פאלען אזא דבר תמהוני אן דעם וואס דו זאלסט זיך אפילו באמיען זיך צו פארענטפערען, האסטו אויפגערעגט אנדערע אהנע א מטרה.

עכ"פ בעט מען דיר איין זאך. ווייז אויף דיינע רייד. זעסט דאך אז איך האב אן אנדערע מיינונג ווי פיהל דא אין שטיבעל אין פארשידענע עניינים, און אחוץ בערעלבעלעגלה, אויף די טעג וואס ס'געלונגט נישט אין ביהכ"ס, האט קיינער נישט קיין אגענדע קעגען מיר.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איינער פון די חשוב'ע שרייבערס דא אין קאווע שטיבל וועלכער איז לעצטנס צו געקומען. און זיינע מאמרים זענען מלא תוכן איז העניך. זיינע ברייטע ידיעות און שכל הישר זענען שטארק דערפרישנד. דאס געט צו אן עקסטער חן צו דעם ניווא פון קאווע שטיבל. (לעומת די נעגאטיווע...)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: פערזענליכע אטאקע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעלקא'לע האט געשריבן:טאקע די ארטיקלען נישט, אבער פאר קיינעם שמעקט נישט צו הערן אז ער איז א דזשיהאדיסט, אפילו פאר אזא ידען ווי שמעלקא'לע!

שמעלקא'לע: איין זאך זעה איך אז דו ליידסט שטארק אויף די מידה פון עניוות... :lol:

אנא. בכל לשון של בקשה. איך וויין פאר דיר (אדער אפשר לאך איך פון דיר...) בלייב דא אין קאווע שטיבל. איך וועל מיך בענקען נאך דיינע זיסע מאמרים, וועלכע זענען מלא וגדוש מיט ידיעות אין תורה און מילי דעלמא. לאז אונז נישט איבער. כ'האב שוין נישט קיין כח צו וויינען...כ'האב ערשט באוויינט דעם געפאלענעם שטערן אדנירם. ס'נאכנישט אריבער די שלושים...קוק אויף וועם דו לאזסט אונז דא איבער. נעם מיך כאטש מיט צו דעם נייעם, וואונדערליכן פלאץ וואו דו גייסט...(נישט אייוועלט אדער להבדיל פאליש... :lol: )
פארשפארט