בלאט 1 פון 2

ר' בן ציון שענקער vrs ר' יענקעלע (לייזער)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:34 am
דורך moshav zekeinim
איך פלעג א סך מאל טראכטן צו זיך, וויאזוי וואלט געווען ר' יענקעלע פשעווארסקערס אנזעהן ווען נישט וואס ער ווערט אן איידעם ביי ר' איציקל. און ווען נישט ער ווערט דורך זיין שווער געשטערט פון אפ'גט'ן זיין רעביצין און ווען נישט ער ווערט מיניפולירט קיין אנטווערפן אוועק פון זיין באליבטער איסט סייד. זיין געשמאק און שיחות כמעיין המתגבר, זיין ליבליכקייט און צוגעלאזנקייט, האט ער דאך געהאט אפילו אן א זיין אן איידים ביי ר' איציקל. און ער פלעגט טאקע פאקטיש מפיץ זיין פון זיין אוצר אין יאנג איזראעל בעת ער איז געווען כל כולו מנותק פון ר' איציקל. וואלטן דאס מענטשן מיט די יארן אפרישיעטעט אזויווי מען האט עס ווען ער איז געווען אונטער זיין שווערס הויף, אדער וואלט ער סתם געווען א באטאמטער אידל מיט נישט מער ווי א גוטער נאמען אין זיין געגנט אינעם איסט סייט אדער וויליאמסבורג?

יעצט ווען עס איז אויסגעפאלן זיין יארצייט, בעיצומו של האבלות בין אלו הדבוקים בצלילי האצילות אויפן פטירה פון דעם שופר פון ניגוני מאדזיץ וואס איז די לעצטע צעהן יאר פארוואנדלט געווארן ווי דער סענטראלער גייסט פון אטענטיש חסידישע מוזיק, און ממש פארוואנדלט געווארן אין א רבן של ישראל פאר אלע וואס האבן געוואלט נתקרב און העכער ווערן דורך געהויבענע מוזיק, האב איך אנגעהויבן צו קלערן פון א שטיקל בילד וויאזוי ר' יענקעלע וואלט געקענט אויסזעהן אין די וועלט אפילו אן זיין שווערס אים האלטן מיט שטריק צו זיין הייפל.

איך האב פלוצלינג אנגעהויבן צו באמערקן א שטארקער ענדליכקייט צווישן ר' יענקעלע און ר' בן ציון, זיי האבן ביידע פארמאגט א געוואלדיגער ענוה און צוגעלאזנקייט. זיי האבן ביידע ליב געהאט צו שמועסן און זיין מיט מענטשן, און נישט מבחין געווען צווישן יונג און אלט, ביידע האבן ליב געהאט אמת'דיגקייט און נאטור. ביידע האבן זיי עוסק געווען א גאנץ לעבן מפרסם צו זיין מורשת רבותיהם, ר' בן ציון די נגינה, און ר' יענקעלע די סיפורים און פנינים. ביידע זענען געווען פיאנערן אין קאסעטן, פון די מערסט פארשפרייטע סעריע קאסעטן ביים היימישן עולם במשך צענדליגער יארן זענען געווען די קאסעטן פון ר' בן ציון אין נגינה, און פון ר' יענקעלע אין סיפורים ופנינים. אלזא, עס איז נישט אויסגעשלאסן אז ר' יענקעלע אלס אידל אין די איסט סייד וואלט געענדיגט אזויווי ר' בן ציון. א לעגענדע אין קוועליגקייט, השראת אחווה, שמחה, געשמאק, נארמאלקייט, גראדקייט, און ענוה.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:38 am
דורך אני מת לחיות
מושב זקנים
כל זמן שמזקינים...
מאך זיכער ס'זאל זיין דעתן מתיישבת עליהם

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:42 am
דורך moshav zekeinim
מת לחיות, טוה מיר א טובה און יאג אפ פון מיין אשכול. פארוואס ביסטו דא אריין געקומען בכלל?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:57 am
דורך moshav zekeinim
איך בעט די גבאים זאלן פארמעקן דעם טראל מת לחיות

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 2:27 am
דורך [NAMELESS]
moshav zekeinim האט געשריבן:מת לחיות, טוה מיר א טובה און יאג אפ פון מיין אשכול. פארוואס ביסטו דא אריין געקומען בכלל?

יא... איך בין מיט דיר... ס׳פילט שלעכט ווען איינעם פארדרייט אשכולות... מיר פילן דיין צער....

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 3:08 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זיין א נארמאלע צוגעלאזענע מענטש דארף צו זיין דער פשטות, נישט קיין אויסנאמליכע מעלה. נאר ר' יענקעלע'ס מעלה איז געווען כאטש דעם וואס ער איז געווען א וועלטס רבי, וואס צוליעב דעם וואלט ער געדארפט זיין א קאניבאל ועוד, און פון דעסטוועגען איז ער געווען א פריינדליכע צוגעלאזענע מענטש. ווען ער איז סתם א פארציילער פון באבע מעשה'ס, ט'מיט וואס זאל ער זיך בארימען? א משל דערצו איז דער מחבר פון 'שיח זקנים' (זקנות).

נאך א זאך, רב"צ האט עפעס געגעבען צו דער וועלט, נעמליך פיינע ניגונים. וואס האבען מיר פון פאנטאזיע'ס און וואונדער געשיכטעס וואס ווייזען גארנישט אויף?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 10:15 am
דורך בן נריהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
בן נריהו האט געשריבן:
פילייכט ווייזן זיי - די ערצעהלונגען - ביז ווי וועלעכע הויכען עס קאן איין ערליכע מאן דערגרייכן, זאל ער נאר א ווילן האבן?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 10:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ליין איבער די ביכער י"ג אורות, דאס קען נישט זיין דער ציל, ולא עוד אלא אפילו ווען מ'דערציילט נאר אזעלכע מופתים, האט עס א קליינער השפעה אויף די מענטשהייט. ס'איז אזוי מופשט פון דער מציאות אז קיינער קען זיך נישט פארשטעלען אז ס'האט עפעס מיט איהם. דער וואס קען יא אזוי פארשטעלען, זאל וויסען אז ס'איז דא פילען פאר די זאכען, און ספעציעלע הייזער ווי מ'קען וואוינען אינאיינען מיט נאך אירע וואס לעבען אין די מצב.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 10:51 am
דורך איך אויך
berlbalaguleh האט געשריבן:[quote=]...דער ליטוואק פון בודאפעסט...א מין בריאה וועלכער האט נישט אין זיך דעם מינימאלסטן מאס פון אנשטענדיגקייט אדער מענטשליכקייט. מיט א פארקרומטן, ליטווישן שכל. וואס זעהט און הערט און רעאגירט צו א יעדע זאך אדער מצב משה קאפויער.
.. :lol: :roll:
[/quote]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 11:00 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק, עצה טובה קמ"ל אז אפאר מאל זאלסטו שרייבן דיינע תגובות אויף ענגליש אז מ'זאל געדענקען אז דו ביסט נאר א ליטוואק און מ'דארף עס נישט נעמען ערענסט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 11:02 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
I not speak English so good, better yiddish

ס'איז סתם אזוי פיהל לייכטער צו אטאקירען דער מענטש ווי איידער רעדען פון די נושא.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 11:13 am
דורך [NAMELESS]
ח"ו, כ'האב נישט אטאקירט. איך האב אבער געמיינט צו זאגן אז מ'קען דיר נישט מסביר זיין און מ'דארף דיר נישט מסביר זיין, ווייל דו ביסט א ליטוואק. און דו האסט שוין דיין אייגענע אמונות.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 11:31 am
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:[quote=]...דער ליטוואק פון בודאפעסט...א מין בריאה וועלכער האט נישט אין זיך דעם מינימאלסטן מאס פון אנשטענדיגקייט אדער מענטשליכקייט. מיט א פארקרומטן, ליטווישן שכל. וואס זעהט און הערט און רעאגירט צו א יעדע זאך אדער מצב משה קאפויער.
.. :lol: :roll:
[/quote]
איך אויך: דאס האב איך דאך געשריבן אין אנ'אנדער'ן אשכול. און אנדערע מאטיווירונגען. ווי קומט עס דא אריין...???!!!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 11:34 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:I not speak English so good, better yiddish

ס'איז סתם אזוי פיהל לייכטער צו אטאקירען דער מענטש ווי איידער רעדען פון די נושא.

ליטוואק פון בודאפעסט: איך האב עפעס מגיב צו זיין אויף דעם. אבער איך וועל עס נישט טון פאר 2 טעמים...:איינס. ווייל איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול....: 2... ווייל איך בין נישט אזוי ווי א געוויסע בריאה. און איך בין נישט קיין טראלל. אדער א קאנסיעטעד סנאב...איי האופ סאו... :lol: :roll:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 11:43 am
דורך berlbalaguleh
מושב זקנים: איך וויל נאר קארעקטן היסטארישע פאקטן. אין דיין פתיחת האשכול לייגסטו אראפ ר' יענק'עלע פשעווארסקער זצ"ל, כאילו ער האט נישט געהאט קיין ערך עצמו. און זיין גאנצע מהות איז נאר געווען אין שאטן און אין זכות פון זיין שווער. אויך אז ער האט געהאט אינזין אדער געוואלט אפ'גט'ן זיין רעבעצין...!

ערשטנס. דער היסטארישער פאקט איז אז ער איז געווען צוזאמען מיט זיין שווער ר' איציק'ל פשעווארסק'ער אין סיביר. דארט האט ר' איציקל איינגעזעהן זיין גדלות בתורה ויראת שמים און מידות טובות.

צווייטנס. איך, און קיין שום אנדערע מענטשן האבן נישט געהערט די שמועות אז ער זאלל וועללן, אדער פלאנירן אפצוגט'ן זיין רעבעצין. לויט ווי איך בין אינפארמירט האבן זיי געלעבט באהבה ואחווה שלום וריעות. אזויפיהל יא. ר' יענקעלע'ס רעבעצין איז געווען איבערגעגעבן בלב ונפש צו היטן אויף איהר אלטן טאטע'ס געזונט. (בעיני ראיתי.)...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 11:55 am
דורך מיר'ער בחור
berlbalaguleh האט געשריבן:
צווייטנס. איך, און קיין שום אנדערע מענטשן האבן נישט געהערט די שמועות אז ער זאלל וועללן, אדער פלאנירן אפצוגט'ן זיין רעבעצין. לויט ווי איך בין אינפארמירט האבן זיי געלעבט באהבה ואחווה שלום וריעות. אזויפיהל יא. ר' יענקעלע'ס רעבעצין איז געווען איבערגעגעבן בלב ונפש צו היטן אויף איהר אלטן טאטע'ס געזונט. (בעיני ראיתי.)...!
כבוד הבעל עגלה זאל לעבן פון ווי נעמט איר אז קיין אנדערע מענטשן האבן נישט געהערט דערפון ? , איך אין אלע מיינע חברים האבן שוין יא געהערט פון דעם (ס'אפילו דא עפעס א מעשה מיט ר' הערשעלע ספינקער ז"ל וואס פלעגט עם מקרב זיין באותו תקופה אין עפעס אמאל ווען ר' יענקעלע איז געווען אין וויליאמסבורג אויף א שבת ,שמחה , צו וואס האט ער עם צוריק מורא'דיג מכבד געווען .....) ?!?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:01 pm
דורך berlbalaguleh
מיר'ער בחור: דעם חלק פון די קעגנזייטיגע כיבודים גלייב איך 100%. אבער דעם חלק אז ר' יענקעלע האט געפלאנט אפצוגט'ן זיין רעבעצין האביך קיינמאל נישט געהערט ביז היינט. אבער ס'איז מעגליך...איך מאך עס נישט אוועק. איך קען אנ'אנדער'ן צדיק איבער וועלכן ס'איז געווען רומארס אז ער טראכט וועגן אפ'גט'ן זיין (צווייטע) רעבעצין. טייל פון זיינע בני משפחה האבן אים אפילו צוגערעדט דערצו. דאס איז דער מקור פון גרויסע, און ווייטגרייכנדע אינערליכע משפחה/חסידות מחלוקת...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קארעקטען היסטארישע פאקטען?!

צווישען ר' יענקעלע און זיין רביצין האט געהערשט שלום ושלוה אחוה ורעות?!

אפשר מיינט מען גאר אן אנדערע ר' יענקעלע....

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 8:08 pm
דורך איך אויך
אקעי לאמיר כאטשיק קלאר שטעלן די פאקטן. די בת יחידה פון ר' איציקל איז ליידער געווען משוגע און גייסטיש אומגעזינט און ר' ינקלה האט אסאך מיטגעמאכט מיט איר. צו ער האט איר אמאל געוואלט גטן האב איך נישט געהערט ספעציפיש אבער עס איז גאנץ מסתבר.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 10:29 pm
דורך moshav zekeinim
ר' יענקעלע האט געהאט אויסצושטיין לעבנסלענגליכע השפלה פון זיין שווער און רעביצין. ער האט ניטאמאל געהאט א מיינונג אויף זיינע אייגענע קינדער, נישט אין חינוך און נישט אין שידוכים. זיין שווער דער אנדרייער האט אים ניטאמאל געלאזט זיך גט'ן. ר' יענקעלע איז געווען ווי א פרעמדער געוואוקס דארטן, ער האט נעבעך געמוזט צוקוקן ווי זיין שווער לייגט צוגרינד זיין עלסטער טאכטער רחל וואס האט עווענטואל געפירט צו איר שוידערליכער זעלבסמארד, און האט נעבעך גארנישט געקענט טון.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 1:31 pm
דורך moshav zekeinim
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זיין א נארמאלע צוגעלאזענע מענטש דארף צו זיין דער פשטות, נישט קיין אויסנאמליכע מעלה. נאר ר' יענקעלע'ס מעלה איז געווען כאטש דעם וואס ער איז געווען א וועלטס רבי, וואס צוליעב דעם וואלט ער געדארפט זיין א קאניבאל ועוד, און פון דעסטוועגען איז ער געווען א פריינדליכע צוגעלאזענע מענטש. ווען ער איז סתם א פארציילער פון באבע מעשה'ס, ט'מיט וואס זאל ער זיך בארימען? א משל דערצו איז דער מחבר פון 'שיח זקנים' (זקנות).

נאך א זאך, רב"צ האט עפעס געגעבען צו דער וועלט, נעמליך פיינע ניגונים. וואס האבען מיר פון פאנטאזיע'ס און וואונדער געשיכטעס וואס ווייזען גארנישט אויף?


איך זעה נישט מיט וואס נגינה איז ווערדפולער ווי דברי פנינים. ביידע זענען געשמאק אויף אן אנדער אופן. דער פאקט איז אז מענטשן האבן זיך פארסמאקעוועט מיט ר' יענקעלעס קוואל פון דברי פנינים. דער צוגלייך צווישן די צוויי איז אבער אין זייער כושר השראת אחווה און געשמאק.

וואס איך וויל דא ארויס ברענגען איז אז אזויווי ר' בן ציון האט געענדיגט ווי א אויסגערופענער פערזענליכקייט אן א זיין א רבי, אזוי וואלט ר' יענקעלע אויכעט געקענט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 1:52 pm
דורך berlbalaguleh
מושב זקנים: יישר כח פאר די דברי תבונה והשכל. זיי זענען כמים קרים על נפש עייפה...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 2:48 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בן נריהו האט געשריבן:
פילייכט ווייזן זיי - די ערצעהלונגען - ביז ווי וועלעכע הויכען עס קאן איין ערליכע מאן דערגרייכן, זאל ער נאר א ווילן האבן?