בלאט 1 פון 2
דאנאלד טראמפס קאבינעט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:41 am
דורך פרעזידענט-עלעקט
איך וויל בעטן אז יעדער זאל דא אין די אשכול שרייבן אלעס ארום די קאבינעט פון אונזער פרעזידענט עלעקט דאנאלד טראמפ יר"ה
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:48 am
דורך [NAMELESS]
פון דער ארויסגייענדער קאבינעט האסטו יא א השגה?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:01 am
דורך פרעזידענט-עלעקט
וואס א חילוק וואס די דורכפאל באראק "כוסעין " אבאמא האט געטון טראמפ איז ארומגענומען מיט גוטע מענטשן
דארפן מיר נאר וויסן ווער עס באקומט וואס
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:12 am
דורך [NAMELESS]
מ'טאר נישט פרעגן קשיות! ס'פעלט דיר אמונה אין דיין געטשקעלע טראמפ
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:14 am
דורך פרעזידענט-עלעקט
קענסט דיר גיין האקן קאפ אין וואנט ער "איז" פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:19 am
דורך קאצקע ציקער
פרעזידענט-עלעקט האט געשריבן:קענסט דיר גיין האקן קאפ אין וואנט ער "איז" פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
מיינט נישט ער איז גיט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 2:20 am
דורך פרעזידענט-עלעקט
קאצקע ציקער האט געשריבן:פרעזידענט-עלעקט האט געשריבן:קענסט דיר גיין האקן קאפ אין וואנט ער "איז" פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
מיינט נישט ער איז גיט
אמעריקאנע בירגער זענען גענוג קלוג
איי ווייס איך אז די וועסט זאגן אז זי האט 2m שטימען מער קומט יעצט אריין וואס אונזער נייע ירום הודו טאנעט אז ער וואלט קאמפיינט אין דעמאקראטישע סטעיטס צ.ב.ש. ניו יארק קאליפארניע וכדומה
אבער צוריק צום קאבינעט ווער וועט זיין סעקרעטערי אף סטעיט? ? אאוו.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 2:22 am
דורך פרעזידענט-עלעקט
אויב איינער ווייסט וואס אלע פאזיציעס זענען ערווארטן מיר א באשרייבונג
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 9:31 am
דורך שמעקעדיג
זאג נאר, נאך יאנואר 20 פלאנסטו צו טוישן ניק?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 9:33 am
דורך שמעקעדיג
Re: דאנאלד טראמפס קאבינעט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 10:39 pm
דורך גר ותושב
פרעזידענט-עלעקט האט געשריבן:וואס א חילוק וואס די דורכפאל באראק "כוסעין " אבאמא האט געטון
פרעזידענט-עלעקט האט געשריבן:קענסט דיר גיין האקן קאפ אין וואנט ער "איז" פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
פרעזידענט-עלעקט האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:פרעזידענט-עלעקט האט געשריבן:קענסט דיר גיין האקן קאפ אין וואנט ער "איז" פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
מיינט נישט ער איז גיט
אמעריקאנע בירגער זענען גענוג קלוג
לשיטתך אז די אמעריקאנע בירגער זענען קלוג פארגעס נישט אז זיי האבן אויסדערוועילט דער "כוסעין" אלס די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן און ביז דערוויל קענסטו זיך האקן קאפ אין וואנט.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 10:44 pm
דורך קאצקע ציקער
פרעזידענט-עלעקט האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:פרעזידענט-עלעקט האט געשריבן:קענסט דיר גיין האקן קאפ אין וואנט ער "איז" פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
מיינט נישט ער איז גיט
אמעריקאנע בירגער זענען גענוג קלוג
.
דו מיינסט מסתם צו זאגן אז די סווינג סטעיט בירגער זענען געניג קליג...
ווייל רוב אמעריקאנע האבן עים נישט געוואלט פארקערט זיי האבן געציטערט ער זאל ווערן פרעזידענט!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:50 am
דורך פרעזידענט-עלעקט
מיינט אז רוב אמעריקאנע בירגער פון קאליפארניע איז די עיקר ???
אין וויליאמסבורג למשל איז געווען סה 350 שטימען פאר ביידע צוזאמען אויב וואלט ניו יארק געקענט גיין פאר אים וואלטען סאך מער מענטשען געגאנגען שטימען
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 3:15 pm
דורך פרעזידענט-עלעקט
ווער באשלוסט וואס סהייסט א רויטע סטעיט אין וואס א בלויע???
איז מעגליך אז א רופאבליקען זאל געווינען ניו יארק
Re: דאנאלד טראמפס קאבינעט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:32 pm
דורך גר ותושב
פרעזידענט-עלעקט האט געשריבן:ווער באשלוסט וואס סהייסט א רויטע סטעיט אין וואס א בלויע???
איז מעגליך אז א רופאבליקען זאל געווינען ניו יארק
איז עס דען מעיגלעך אז די דעמאקראטן זאלן געוואונען טעקסעס? די זעלע סברה וואס די זאגסט אויף ניו יארק קען מען זאגן אויף טעקסעס אז מער דעמאקראטן וואלט דארט געוואוט ווען עס קען ווען מאכן א חילוק סוף כל סוף האט זי מער וואלן די אמעריקאנע עולם איז טאקע יא קלוג און נישט געוואוט פאר די שוטה אבער ער האט געוואונען די עלעקטוריל קאלעדז.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:51 pm
דורך ליפא
אונזערע קלוגע טאטעס זענען געווען נאך קלוגער פון דיר און פון די אלע ''קלוגע'' הויך עדויקעטעט (...) קלינטאן וואוטערס, האבן זיי זיכער געמאכט אז אויב עס וועט זיין איין סטעיט וואו עס וועלן זיך קאנצעטרירן זייער אסאך ''קלוגע'' מענטשן מיט איין שיטה און איין אגענדע וואס שפיגלט בלויז אפ א קליינעם ראיאן זאלן זיי נישט קענען ארויפצווינגן אויף אמעריקאנע פון אלע שיכטן און קרייזן א לאנג יעריגע קאריער קרימינאלקע פאליטישאן.
טראמפ!!!!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 7:20 am
דורך הוגה
[justify]
ליפא האט געשריבן:אונזערע קלוגע טאטעס זענען געווען נאך קלוגער פון דיר און פון די אלע ''קלוגע'' הויך עדויקעטעט (...) קלינטאן וואוטערס, האבן זיי זיכער געמאכט אז אויב עס וועט זיין איין סטעיט וואו עס וועלן זיך קאנצעטרירן זייער אסאך ''קלוגע'' מענטשן מיט איין שיטה און איין אגענדע וואס שפיגלט בלויז אפ א קליינעם ראיאן זאלן זיי נישט קענען ארויפצווינגן אויף אמעריקאנע פון אלע שיכטן און קרייזן א לאנג יעריגע קאריער קרימינאלקע פאליטישאן.
ליתר דיוק, דאס איז נישט די סיבה פארוואס די founding fathers האבן אוועקגעשטעלט די עלעקטארעל סיסטעם. זיי האבן עס אעקגעשטעלט ווייל זיי האבן נישט עכט געטראסט די פשוטי המון עם און זייער פלאן איז געווען אז די עלעקטארעל קאלעדזש וועלן זיין פארמירט פון אינטעלעקטואלן וכדומה. עס איז געווען א מיטל צו האלטן די פרעזידענט ווייניגער משועבד צום המון עם. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז יענע בענעפיט איז נישט ארויסגעקומען דערפון נאר אנדערע בעניפיטן, ובתוכם דאס וואס ליפא שרייבט.
.[/justify]
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 12:26 pm
דורך פרעזידענט-עלעקט
אויב קלינטאן געוואונט יעצט מישיגן פענסלעוועניא וויסקאנסין ווערט זי פרעזידענט אדער עס איז צו שפעט?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 12:28 pm
דורך [NAMELESS]
ווערט זי פרעזידענט. אבער ס'איז כמעט נישט מעגליך אז זי זאל געווינען די דריי סטעיט'ס
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 11:59 am
דורך גיבור
פרעזידענט - עלעקטעד טראמפ האט היינט געמאלדן אז ער שטעלט דייוויד פרידמאן פאר די אמבאסאדער אין מדינת ישראל,
דייוויד וואס איז א שטארקע רעכטע און שטיצט שטארק די מתנחלים האט שוין געמאלדן אז ער נעמט עס אהן בכבוד, און האפט בקרוב אנצוהייבן צו דינען די יודישע פאלק פונעם הויפטשטאט ירושלים.
דאס איז גאר גוטע נייעס פאר די רעכטע לאגער אין מדינת ישראל.
(אזוי אויך איז עס סימבאליש גוטע נייעס פאר די פרומע, וואס פירן אהן א שטארקע קאמף מיט די רעפארמער, נאך וואס דייוויד דערקלערט זיך א ארטאדאקסישע יוד, בשעת ווען די יעצטיגע אמבאסאדער דן שפירו האלט זיך א רעפארמער, און זיין ווייב שטיצט שטארק די נשות הכותל.)
Re: דאנאלד טראמפס קאבינעט
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 17, 2016 6:57 pm
דורך פליקער
זיין סטעטמענט וועט נאכפאלגען מיט פיל אידישע נפשות, קיינער האט נאך דערווייל איינגעזען ירושלים אלס די הויפט שטאט פון ארץ ישראל חוץ מדינת ישראל, און א גרויסע מלחמה איז פארגעקומען פאריאר ווען איינער האט געקלאגט אמעריקע פארן שרייבן אין זיין גרין קארד דאכצעך אז זיין פלעיס אוו בערט איז דזשעלוסעלעם, און נישט דזשעלוסעלעם איזריעל, אמעריקע האט דאס קלאר נישט איינערקענט, און לפי דעתי וועט עס מאכן א פיינעם שטורם אויב דאס וועט ווירקלעך פארקומען, אדער וועט עס האבן אזא זכות קיום ווי דער וואנט וואס ער פלאנט צי בויען.
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 12:52 pm
דורך [NAMELESS]
מעכיל פלין טראמפ'ס נעשאנעל סעקיוריטי עדוווייזער איז אונטער פייער נאך א ליעק איבער זיין דיסקאסירן פארן איינשווערונגס צערעמאניע, מיט דער רוסישער אמבאסאדאר איבער די סאנקציעס.
ער האט דעמאלדס ליגענט געזאגט איבער דעם, און דער ווייסער הויז האט עס אויך געלייקענט.
דעמאקראטן רופן פאר א באלדיגע רעזיגנאציע!
Re: דאנאלד טראמפס קאבינעט
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 12:46 am
דורך החוקר
:ברעיקינג
אין ליכט פון די סקאנדאל און קריטיק ארום מייקל פלין'ס טרעפונגען מיטן רוסישן אמבאסאדער, האט ער רעזיגנירט פון אמט.