אנטנינוס ורבי
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 6:24 pm
רבקה אמינו באקומט די וואך א בשורה: "ויאמר ה' לה, שני גוים בבטנך", זאגט רש"י הק' גיים כתיב, דאס מיינט צו מרמז זיין אויף אנטנינוס ורבי (וואס זענען געווען גלגולים פון יעקב און עשו - ילקוט ראובני בשם החסד לאברהם), וואס פון זייער טיש האט זיך קיינמאל נישט אראפגעקערט קיין שום מאכל, נישט זומער און נישט ווינטער, צוליב זייער גרויס עשירות. מיר וועלן אצינד זיך אביסל באקענען מיט די שייכות צווישן אנטנינוס דער רומישער קייסער און רבינו הקדוש ר' יהודא הנשיא מחבר המשניות, און עטוואס פארשטיין די ברכה וואס רבקה אמינו האט באקומען.
ווער איז אנטנינוס?
ווער רבינו הקדוש רבי יהודא הנשיא, אדער "רבי" איז געווען, דארפן מיר פאר קיינעם נישט דערציילן. ער איז געווען פון די פיפטע דור מתקופת התנאים, דער נשיא פון סנהדרין און דער מסדר המשניות.
אבער ווען עס קומט צום קיסר אנטנינוס ווייסט מען אביסל ווייניגער, ווער איז געווען דער רומישער קייסער, פון וואנעט האט ער געשטאמט, און פארוואס האט ער געהאט אזעלכע נאנטע און גוטע באציאונגען מיט דער נשיא פון כלל ישראל?
אנטנינוס פיואס, איז געבורין געווארן אום יאר ג' אלפים תתמ"ו לפ"ק. ער איז געווען באוואוסט אלץ א גוטער און רחמנות'דיגער קייסער, און אין זיינע יארן האט געהערשט שלום איבער די גאנצע געגנט וואו ער האט געקעניגט. ספעציעל איז ער גוט געווען פאר אידן, און ער האט מבטל געווען די גזירות קעגן אידן, בפרט די שטרענגע גזירה קעגן ברית מילה, און ער האט זיך שפעטער מגייר געווען.
אנטנינוס ראטעוועט רבינו הק'
די ערשטע באגעגעניש צווישן רבינו הקדוש און אנטנינוס איז געווען ווען ביידע זענען נאך געווען אונטער אכט טאג. די גמרא דערציילט אין מס' עבודה זרה די גאר אינטערסאנטע געשיכטע: אין יענע טעג האט די פארשאלטענע מלכות רומי נישט געלאזט די אידן מקיים זיין די הייליגע מצווה פון ברית מילה.
אין יענע תקופה איז רבינו הק' געבוירן געווארן צו זיין גרויסן טאטן דער נשיא רבן שמעון בן גמליאל. ווי יעדער פארשטייט האט דער גרויסער תנא נישט געהאלטן ביים אויספאלגן דעם רשעות'דיגן באפעל, אבער מ'האט געדארפט וועבן א שטיקל פלאן וויאזוי צו אדורכגיין די שווערע אינטערזיכונגען פונעם רוימישן אינספעקטאר, ווייל אויב כאפט מען א איד ביי די מעשה איז ער גע'הרג'עט געווארן רח"ל.
אבער רבן שמעון בן גמליאל האט נישט געמאכט קיין סוד דערפון, און מיט שמחה גע'מל'עט זיין געבוירן קינד. ווען דער רומישער הערשער פון יענע געגנט האט געהערט איבער דעם, האט ער תיכף אריבערגערופן רשב"ג און אים געפרעגט: איז אמת אז איר האט פארלעצט דעם קעניג'סס געזעץ? זאגט דער נשיא: ניין, כ'האב מקיים געווען דעם קעניג'ס געזעץ, דער באשעפער האט באפוילן דורכצופירן א ברית מילה, און זיינע געזעצן פאלג איך ליבערשט ווי די רומישע געזעצן!
ענטפערט דער הערשער: "לויט די רומישער געזעץ בין איך געצווינגען אייך צו שיקן קיין רוים, כאטש וואס איך רעספעקטיר אייך אזוי, און מיר וועלן שוין געוואויר ווערן וועמענ'ס געזעץ איז וויכטיגער!" דער נשיא מיט זיין רעביצין זענען געפירט געווארן מיט עטליכע סאלדאטן וואס האבן אויף זיי אבאכט געגעבן אויפן וועג קיין רוים, וואו די צוויי וועלן פאר'משפט ווערן.
אונטערוועגנס האט מען זיך אפגעשטעלט איבערצונעכטיגן ביים שטוב פון אנטנינוס'עס מאמע, וואס האט זיך געקענט מיט רבי שמעון בן גמליאל'ס רעביצין. האט די גאסטגעבערין געפרעגט וואס זיי זוכן דארט, און זי האט אלעס דערציילט. האט די מאמע פון אנטנינוס געזאגט אז זי האט ממש יעצט געבוירן א קינד - וואס איז ווי פארשטענדליך נישט גע'מל'עט - און זי קען נעמען איר קינד צום קייסער... אזוי האט מען טאקע געטוהן, מ'האט פארטוישט די קינדער, און ווען דער קייסער און רוים האט פעסטגעשטעלט אז דאס קינד איז נישט גע'מל'עט, איז ער געווארן זייער אויפגעברויזט אויף דער מסור, און אים גע'הרג'עט, אין די צייט וואס ער האט פריי געלאזט די עלטערן.
שפעטער אויפן וועג צוריק ווען מ'האט צוריק געטוישט די קינדער, האט די מאמע פון רבינו הק' געזאגט: "וויבאלד דורך דעם קינד אנטנינוס האט געראטעוועט מיין קינד, בין איך פארזיכערט אז די צוויי וועלן זיין זייער נאנט צווישן זיך אין די שפעטערדיגע יארן". און אזוי איז טאקע געווען.
געטוישט די בריוו
וויאזוי רבינו הק' האט זיך באצויגן מיט כבוד פארן שר של עשו אנטנינוס אזויווי דער זיידע יעקב האט געטוהן, ווערט ארויסגעברענגט אין בראשית רבה (פרשה ע"ה סי' ה). רבינו הק' האט געבעטן פון ר' אפס ער זאל שרייבן א בריוו צו אנטנינוס. האט ר' אפס אנגעהויבן די בריוו "פון יהודא הנשיא צו אדונינו המלך אנטנינוס".
איז געגאנגען רבי און צוריסן דעם בריוו, הייסנדיג אים שרייבן "פון דיין קנעכט יהודא צו אדונינו המלך אנטנינוס". פרעגט ר' אפס פון רבי: פארוואס טוט דער רבי פארשעמען זיין כבוד און רופט זיך קנעכט? איז געקומען רבי'ס ענטפער: וואס בין איך אנדערש פון דער זיידע יעקב וואס האט געשריבן פאר עשו "כה אמר עבדך יעקב"?!
ווען דער בריוו איז אנגעקומען - דערציילט די מדרש תנחומא (וישלח ה') - האט נישט געשמעקט פאר אנטנינוס דער וועג וויאזוי רבי איז זיך מכניע פאר אים און רופט זיך עבד. הערשט ווען רבי האט אים געזאגט אז יעקב אבינו האט שוין אזוי געשריבן, האט ער מסכים געווען.
תחיית המתים ביי רבי אין שטוב
רבינו הק' האט געהאט א נאנטער קשר מיטן רומישן קייסער אנטנינוס, און זיי פלעגן זיך אפט טרעפן. ווי פארשטענדליך האט אנטנינוס נישט געקענט אפיציעל קומען צו רבי, ווייל די רומיים זענען נישט געווען ספעציעל בארימט מיטן גלייכן צו די אידן, דערפאר האט אנטנינוס אויסגעגראבן א טונעל פון וואנעט ער פלעגט קומען צו רבי אונטערערדיש, אנדעם וואס איינער זאל באמערקן.
אזויווי א קייסער גייט נישט אליין, האט ער מיטגענומען צוויי באדינער, איינעם האט אנטנינוס מסדר געווען ביי רבי'ן אין טונעל (גע'הרג'עט כדי ער זאל נישט דערציילן איבער די טונעל און די באזוך) און דער צווייטער האט ער מסדר געווען ווען ער איז צוריקגעקומען אהיים.
דער קייסער האט אפגעשמועסט מיט רבי אז ווען ער קומט זאל קיינער נישט דארט זיין. איינמאל אנקומענדיג צו רבי אין שטוב איז דארט געזעסן זיין תלמיד ר' חנינא בן חמא. פרעגט אנטנינוס: האבן מיר נישט אפגעשמועסט אז קיין שום מענטש וועט נישט דא זיין ווען איך קום? זאגט אים רבי אז דאס איז נישט קיין מענטש בכלל.
אויב אזוי - ענטפערט אנטנינוס - זאל ער מיר רופן דער באדינער וואס שלאפט אינדערויסן (ער איז גע'הרג'עט געווארן פריער דורך אנטנינוס). איז ר' חנינא בר חמא ארויס און געזען דעם טויטער, האט ער מתפלל געווען און דער באדינער איז צוריק לעבעדיג געווארן!
ווען דער לעבעדיגער באדינער איז אריינגעקומען, האט אנטנינוס געבעטן פון רבי, אז אפילו אזעלכע וואס זענען נישט מענטשן זאלן זיך אויך נישט געפינען דארט ווען ער קומט באזוכן...
דער קייסער איז מכבד דעם נשיא
יעדן טאג האט אנטנינוס באדינט רבי מיט גרויס כבוד און דרך ארץ. ער האט יעדן טאג געברענגט פאר רבי צו עסן און טרינקען, און ווען רבי האט געוואלט ארויפגיין אויפן בעט, איז געגאנגען אנטנינוס און זיך אונטערגעלייגט אז רבי זאל אויף אים ארויפקריכן, און ער האט זיך געבעטן ביי רבי ער זאל אויף אים ארויפגיין.
האט אים רבי געזאגט אז עס איז נישט קיין כבוד פארן קייסער פון רומי אזוי צו טון, האט אים אנטנינוס געזאגט הלוואי וועט ער דאס טוהן אויך אויף יענע וועלט, און רבי האט אים צוגעזאגט גן עדן.
עס איז באקאנט די געשיכטע אז איינמאל איז אנטנינוס געווען ביי רבי אום שבת קודש און זייער הנאה געהאט פון די מאכלים. קומענדיגן מאל האט ער געגעסן פון די זעלבע מאכלים, אבער עס האט נישט געהאט די זעלבע געשמאק, פרעגט ער פון רבי: פארוואס פעלט די גוטע טעם? זאגט אים רבי אז דאס לעצטע מאל איז געווען דערין א מורא'דיגער געווירץ מיטן נאמען "שבת" וואס מאכט אויסטערליש גוט דאס עסן, און אינמיטן וואך אדער ביים קייסער אין פאלאץ איז דאס נישטא צו באקומען...
האט ער זיך מגייר געווען?
עס איז פארהאן א מחלוקת אין ירושלמי (מגילה פרק א' הלכה י"א) צו אנטנינוס האט זיך מגייר געווען אדער נישט. די וואס זאגן אז ער האט זיך יא מגייר געווען פארציילן אויך פארוואס.
אנטנינוס האט אמאל געפרעגט פון רבי: איך וועל קענען עסן א שטיקל פון די לויתן אויף יענע וועלט? זאגט אים רבי, יא! פרעגט ער צוריק: פון די לויתן יא און פון די קרבן פסח נישט?
זאגט אים רבי, וואס זאל איך טוהן אז די תורה שרייבט ביים קרבן פסח "כל ערל לא יאכל בו", איינער וואס איז נישט גע'מל'עט טאר דאס נישט עסן? איז אנטנינוס געגאנגען און זיך גע'מל'עט, און ער האט זיך מגייר געווען.
ר' חזקיה בר אבהו זאגט בשם ר' אליעזר: ווען משיח וועט קומען וועלן די גרים אויך מיטגיין, אין שפיץ פון אנטנינוס דער רומישער קייסער!
דער גוף און די נשמה
גאר אסאך אינטערסאנטע שמועסן טרעפן מיר אין חז"ל, וואס איז פארגעקומען צווישן אנטנינוס און רבי. אין מס' סנהדרין (צ"א ע"א) ווערט דערציילט: אנטנינוס האט געזאגט פאר רבי זיין מיינונג, אז אויף יענע וועלט קען מען זיך ארויסדרייען פון א שטראף, דער גוף וועט זאגן אז די נשמה איז שולדיג, והא ראיה ווען מ'איז טויט און מ'האט נישט די נשמה טוט מען נישט קיין עבירות, און די נשמה וועט צוריקווארפן די שולד אויפן גוף, מיטן זעלבן תירוץ, זינט דער נשמה איז נישט מיטן גוף איז מען נישט חוטא...
ענטפערט רבי מיט א משל: א קעניג האט פארמאגט א הערליכער גארטן מיט שיינע זאפטיגע פרוכט. די שומרים פונעם פעלד זענען געווען בעלי מומים, איינער בלינד און דער צווייטער הינקעדיג. ויהי היום האט זיך זיי פארגלוסט צו גנב'נען פון די שיינע פירות, איז דער הינקעדיגער אויפגעקראכן אויפן בלינדער, און אפארגעריסן די פירות מיט וואס זיי האבן זיך צוטיילט.
איין טאג האט דער מלך באמערקט אז עס פעלט פון די פירות, האט ער אפירגענומען די שומרים און געפרעגט ווער האט זיך דערוואגט צו נעמען די פרוכט? זאגט דער הונקעדיגער: קען איך דען נעמען? כ'האב דאך נישט קיין פיס אנצוקומען ביזן בוים! זאגט דער בלינדער: קען איך דען נעמען? איך זעה נישט וואו די פירות געפינען זיך!
וואס האט דער קעניג געטון? ארויפגעלייגט דעם הינקעדיגן אויפן בלינדער, און אזוי זיי באשטראפט. די זעלבע זאך - זאגט רבינו הק' פאר אנטנינוס - נעמט דער באשעפער די נשמה, ער לייגט עס צוריק אריין אינעם גוף און אזוי באשטראפט מען אויף יענע וועלט.
די שמועס מיט רמזים
אין גמרא ווערט געברענגט נאך אן אינטערסאנטער געשיכטע: אנטנינוס האט געמאלדן פאר רבי אז ער וויל אז זיין זוהן אסוריוס זאל קעניגן אנשטאט אים, און אז דער שטאט טבריה זאל פטור ווערן פון צאלן שטייערן, אבער ער ווייסט אז די סענאט (מיניסטארן) גייען אים פאלגן בלויז מיט איין זאך, וויאזוי קען ער ערלעדיגן אז ביידע זאלן צושטאנד קומען?
האט רבי געברענגט צוויי מענטשן, איינער זאל רייטן אויפן צווייטן און דער וואס איז אויבן געזעסן האט באקומען א טויבעלע אין די הענט, און געהייסן פאר דער פון אונטן, זאל באפעלן זיין חבר וואס זיצט העכער אים אפצולאזן דעם טויבעלע. האט אנטנינוס פון דעם פארשטאנען וויאזוי זיך צו פירן: ער וועט אויפנעמען זיין זוהן פאר קעניג, און דער זוהן וועט באפרייען טבריה פון די שטייערן.
שפעטער האט ער זיך אויסגערעדט פאר רבי אז זיינע מיניסטארן רודפ'ן אים אויף טריט און שריט, און ער האט מורא עפעס צו טוהן און זיי באשטראפן ווייל זיי וועלן מאכן אן אויפשטאנד אויף אים. איז רבי אריין אין א גארטן און יעדן טאג ארויסגעריסן איין רעטעך. פון דעם האט אנטנינוס פארשטאנען אז ער זאל הרג'ענען איין מיניסטאר אויפאמאל, ווייל אויב וועט ער זיך נעמען צו יעדן אויף איין מאל, וועט מען זיך נוקם זיין אין אים.
א ענליכער געשיכטע איז געווען ווען אנטנינוס האט געבעטן פון רבי אן עצה, נאכן באמערקן אז די אוצרות המלוכה ווערן אויסגעליידיגט. ער האט געשיקט א שליח פרעגן וואס צו טוהן, איז רבי אריין אין גארטן, ארויסגעריסן די גרויסע ירקות, און איינגעפלאנצט קליינע.
ווען דער שליח האט עס איבערדערציילט פאר אנטנינוס, האט ער פארשטאנען אז ער דארף אוועקשיקן די מיניסטארן וואס זענען שוין צו גרויס און היימיש אין פאלאץ, און אויפנעמען קלענערע מענטשן פאר דעם פאסטן, און די גניבות האבן זיך טאקע אפגעשטעלט.
האט אנטנינוס צוריקגעשיקט דעם שליח און געבעטן פון רבי אפצושרייבן די עצות געהעריג אין א בריוו, האט ער נישט געוואלט, מורא האבנדיג אז עס וועט אריינפאלן אין די הענט פון די רומיש'ע שרים, וואס וועלן זיך נוקם זיין אין אים.
ווען אנטנינוס איז געשטארבן האט רבי געזאגט "נתפרדה החבילה", דער גוטער פאר האט זיך אפגעטיילט.
עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן איבער די שייכות צווישן די צוויי, תם ולא נשלם, ואי"ה עוד חזון למועד.