בלאט 1 פון 1

קדושים תהיו

נשלח: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 5:43 pm
דורך געוואלדיג
ואלו דורשים לשבח

[justify]די שבת האב איך זיך אנגעטראפן מיט א גליון וואס האט מיר פשוט בארואיגט אז עוד לא אפסה תקוה עז זענען נאך דא נארמאלע מאענטשן אויף די וועלט,

כלפי מה הדברים אמורים, שבת זעה איך אויף די טישן אויסגעלייגט כמנהג בעה"ב חשובים א נייע גליון מיטן נאמען קדושים תהיו, נעמענדיג דאס אין האנט גיב איך אזא ערשטע בליק און שוין איז דאס מיר נישט געפאלן, נאך א גליון צו קינדער וועגן אינטרענעט, אבער אלס איינער וואס מיין פאלעסי איז צו ליינען יעדע אויסגאבע בעינים אלו, אולי רעדן זיי צו דער זאך האב איך דאס נישט געלייגט גלייך אין גארביטש.

נעמענדיג דאס אין האנט און ליינענדיג בין איך נתפעל געווארן פונעם תוכן און איך וויל זיי זאגן איין זאך תחזקנה ידיכם און ירבו כמותכם בישראל.

וואס איז דאס קדושים תהיו?

א חבורה פאר קינדער צו זיך אפשיידן פון סמארטפאונס וכדו',

וואס איז אזוי גוט מיט דעם? און מיט וואס איז עס אנדערש פון אלע טעראריסטישע מהלכים?

איז אזוי
1. זיי שרייבן אין די הקדמה אז "כאטש וואס פילע עלטערע האבן א היתר און מעגן נוצן א סמארטפאון, פארט איז עס נישט קיין טובה פאר יונגע קינדער און זיי זענען דאך נישט נכלל אינעם היתר, און זיי רייסן נישט אראפ די עלטערן וואס נוצן דאס.
2. מען מעג זיין א חבר אין די חבורה נאר מיט רשות פון די עלעטערן.
3. מען שרייבט זיך איין נישט צו נוצן א סמארטפאון, אבער "בלויז פאר 6 חדשים" אנדערש ווי די טפשים וואס פאדערן פון קינדער צו חתמ'ענען אז זיי וועלן נישט נוצן א סמארטפאון עד זיבולא בתרייתא.
4. זיי ברענגען דארט אפאר מעשיות, איינע פון זיי אין פון א יונגל וואס איז אראפגעפאלן אוןו זיך צוקלאפט און ווען איינער האט איהם געוואלט געבן א טעלעפאון צו רופן זיינע עלטערן האט דער אינגל באמערקט אז עס איז א סמארטפאון האט ער דאס נישט געוואלט נוצן, שרייבן זיי צו א הערה צו די מעשה אז דער אינגל האט זיך נישט ריכטיג געפירט ווייל בייי הצלת נפשות און אפילו נאר ביי הצלת אבר מעג מען אוודאי נוצן אזא פאון.

תחזקנה ידיכם.[/justify]

Re: קדושים תהיו

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 10:43 am
דורך א איד
איך האב אנגעהויבן שרייבן אן אשכול וועגן די גליון, והזריז נשכר, געוואלדיג האסט מיר אויסגעכאפט.
מען דארף דאס מחזק זיין, בגוף ובממון.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 1:29 pm
דורך שמעלקא'לע
זייער א גוטע מהלך.
שמאל דוחה וימין מקרבת.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 1:41 pm
דורך שלום על ישראל
ווי באקומט מען דאס?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 1:55 pm
דורך אברך משי
אלזא חברה! כ'פאָרכט זיך גאר שטארק אז די זענען די שלוחים פון דער טייוויל אליין וואס פארמאסקירן זיך מיט אן אזויגערופענעם הייליג שלייער פון קדושים תהיו

Re: קדושים תהיו

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 2:18 pm
דורך א איד
ווער איז דער טייוול אליין, פון וועם דו רעדסט?
די חבורה איז שוין אלט כמעט א יאר, נאר אין בארא פארק, קוקט אויס אז זיי ווילן זיך אויסשפרייטן ווייטער.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:32 pm
דורך געוואלדיג
געזעהן שבת אין ביהמ״ד אויף די טישן.
שלום על ישראל האט געשריבן:ווי באקומט מען דאס?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 4:28 pm
דורך [NAMELESS]
אבטולמוס האט געשריבן:בעסער פון די ערגערע איז נאך נישט גוט. דער גאנצער מהלך פון מאכן דעם סמארטפאן פאר א מאנסטער און ברעינוואשן די קינדער איז אפגעפרעגט אין מיינע אויגן.

לאמיך קלארער ארויסברענגען די נקודה.

איך האב אמאל געזען אן אלטן קול קורא פון רבנים, לכאורה אין די תש"מ'ס, וואו זיי ווילדעווען אנטקעגן די... טעיפ-ריקארדער'ס!

מ'שטיינס געזאגט, ס'איז א מאדערנע זאך, דברים אשר לא שערום אבותינו, וחדש אסור מן התורה, און דערפאר איז לא יזכר ולא יפקד אזא זאך אין א תלמוד תורה, ח"ו, היל"ת, ה"י!

די קול קורא איז אנטשטאנען פון עטליכע סעיפים און הלכות מפורטות, אזוי אז מיר קענען ניטאמאל מצדיק זיין און זאגן אז ס'איז געווען עפעס א כלליות'דיגע איסור צו וואס זיי האבן נישט פארשטאנען [ליידער, דאס איז שוין א "תירוץ"!].


ווען איך האב געזען דעם קול קורא, און די חתימות הרבנים - ביניהם אזויגערופענע נארמאלע רבנים, האב איך גענצליך פארלוירן טראסט אין אונזערע רבנים קולטור, לעד ולנצח נצחים. און די גזירה שוה צו די מערכות קעגן די סמארטפאן, קומט שוין פון זיך אליין.

איך זע בעיני רוחי, ווי אין פופציג יאר ארום וועלן אידן ליינען די בריוון פון די רבנים אקעגן די סמארטפאן - וואס יעדער וועט שוין דאן נוצן [אדער נישט, ווייל ס'וועט שוין לאנג זיין 'אאוט-דעיטעד'], און שעפן פון דעם חיזוק ווי פאררוקט זיי זענען.



דער עיקר, אידעלעך, לאמיר זיך מחזק זיין און איבערזאגן נאך פילצאליגע מאל: חדש אסור מן התורה, ואסור לשנות כקוצו של יוד.

Re: קדושים תהיו

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 5:01 pm
דורך קל וחומר
שלום עליכם הרב שש. יהא שובך לברכה.