בלאט 1 פון 1

געפינען נאדלעך אין די פארציעס עסן אויף א דעלטא פלייט

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 3:00 pm
דורך zamel
שטעלט אייך פאר איר פארט אויפן פליגער און איר באקומט שוין ענדליך אייער פארציע עסן וואס איר ווארט שוין אזוי לאנג צוקוקענדיג ווי די איידעלע סטוארט טיילט שוין פאר די לעצטע האלבע שעה און זי האלט נאכנישט ביי האלב פליגער און ענדליך איר באקומט שוין איר בייסט אריין מיט א פרישקייט און איר טרעפט זיך אן מיט א נייען נידל אין מויל, אט דאס האבן נעכטן די דעלטא פלייט רייזענדע געפילט.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 3:56 pm
דורך שמואל הלוי
zamel האט געשריבן:אט דאס האבן נעכטן די דעלטא פלייט רייזענדע געפילט.

ממש ביי יעדן? אדער נאר ביי איינעם?

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 6:43 pm
דורך שמיטה
נישט געזעהן אין ערגעץ די מעשה נאר דא, אבער ס'איז נישט מסתבר אין אין יעדע פארציע זאל זיין א נידל.

אויב יא, איז עס ווארשיינליך א טעראר אטאקע אויף א פליגער

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 6:53 pm
דורך שמואל הלוי
וואלט ער געדארפט שרייבן "אט דאס האט א דעלטא רייזענדער געשפירט", פונעם לשון "די דעלטא רייזענדע" איז משמע אז יעדער.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 7:05 pm
דורך שמעקעדיג
שמיטה האט געשריבן:נישט געזעהן אין ערגעץ די מעשה נאר דא, אבער ס'איז נישט מסתבר אין אין יעדע פארציע זאל זיין א נידל.

אויב יא, איז עס ווארשיינליך א טעראר אטאקע אויף א פליגער


די מעשה האט ווירקליך פאסירט, און די FBI און אויטאריטעטן זענען העפטיג פארמישט אין דעם אויספארשונג. מען האט געטראפן די נידלעך אין 5 פארציעס (אויב כ'געדענק גוט) אבער נאר איינער האט אריינגעביסן...

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 8:08 pm
דורך איך אויך
zamel האט געשריבן:שטעלט אייך פאר איר פארט אויפן פליגער און איר באקומט שוין ענדליך אייער פארציע עסן וואס איר ווארט שוין אזוי לאנג צוקוקענדיג ווי די איידעלע סטוארט טיילט שוין פאר די לעצטע האלבע שעה און זי האלט נאכנישט ביי האלב פליגער און ענדליך איר באקומט שוין איר בייסט אריין מיט א פרישקייט .

נו וועגן דעם ארדער איך אייביג א קאשער מיעל מען טיילט זיי אייביג די ערשטע.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 8:10 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:
zamel האט געשריבן:שטעלט אייך פאר איר פארט אויפן פליגער און איר באקומט שוין ענדליך אייער פארציע עסן וואס איר ווארט שוין אזוי לאנג צוקוקענדיג ווי די איידעלע סטוארט טיילט שוין פאר די לעצטע האלבע שעה און זי האלט נאכנישט ביי האלב פליגער און ענדליך איר באקומט שוין איר בייסט אריין מיט א פרישקייט .

נו וועגן דעם ארדער איך אייביג א קושער מיעל מען טיילט זיי אייביג די ערשטע.

יא, אלע ספעשל מיל׳ס טיילט מען ערשט וויל ס׳איז גרונגער צו געבן נאכדעם די געווענטליכע מיל׳ס פאר יעדער וואס האט נאך נישט

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 8:45 pm
דורך DotCom
די נידלעך האט מען געטראפן צושפרייט אויף 3 פליגער'ס, אלע זענען געקומען פון אמסטערדאם, האלאנד, און געגאנגען קיין אמעריקע, מינעאפאליס, אטלאנטא און סיאטעל.

זיי שפעקולירן נאך די מעגליכע סיבות, יעצט קוקט עס אויס אז פראנקסטערס אדער באליידיגטע ארבעטער'ס אין די עירליין קעיטערינג האבן דאס אנגעדרייט, טעראריזם איז פארשטייט זיך נישט אויסגעשלאסן.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 9:38 pm
דורך zamel
זייער שיין אז מען האט געמאכט אן עקסטערן אשכול אפגעטיילט פון אנדערע קורצע נייעסלך

און צו דיר שמואל זיי נישט אזוי קריטיקירינדיג(גוט געספעלט) איך ווייס אז איך בין נישט קיין שרייבער אבער כדי די וועבזייטלעך זאלן אנהאלטן דארף מען זיך אנשטרענגען און יא שרייבן, קומט א שמואל און הייבט אן פארפירן היתכן די האסט געשריבן א שלעכט ווארט, יא די מעגסט מעורר זיין און זאגען אז די מעשה איז אנדערש אבער איט דעפענדס די וועי יע סעיונג איט. איי האופ יאא געט מיי פאינט.

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 11:40 pm
דורך יונגערמאנטשיק
איך אויך האט געשריבן:
zamel האט געשריבן:שטעלט אייך פאר איר פארט אויפן פליגער און איר באקומט שוין ענדליך אייער פארציע עסן וואס איר ווארט שוין אזוי לאנג צוקוקענדיג ווי די איידעלע סטוארט טיילט שוין פאר די לעצטע האלבע שעה און זי האלט נאכנישט ביי האלב פליגער און ענדליך איר באקומט שוין איר בייסט אריין מיט א פרישקייט .

נו וועגן דעם ארדער איך אייביג א קאשער מיעל מען טיילט זיי אייביג די ערשטע.



נאר וועגן דעם, אדער ס'פארהאן נאך א סיבה? :lol:

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:34 am
דורך שמואל הלוי
zamel האט געשריבן:זייער שיין אז מען האט געמאכט אן עקסטערן אשכול אפגעטיילט פון אנדערע קורצע נייעסלך

און צו דיר שמואל זיי נישט אזוי קריטיקירינדיג(גוט געספעלט) איך ווייס אז איך בין נישט קיין שרייבער אבער כדי די וועבזייטלעך זאלן אנהאלטן דארף מען זיך אנשטרענגען און יא שרייבן, קומט א שמואל און הייבט אן פארפירן היתכן די האסט געשריבן א שלעכט ווארט, יא די מעגסט מעורר זיין און זאגען אז די מעשה איז אנדערש אבער איט דעפענדס די וועי יע סעיונג איט. איי האופ יאא געט מיי פאינט.

איך האב דיר קריטיקירט? איך האב פארפירט אז דו האסט געשריבן א שלעכט ווארט? איך האב פשוט געוואלט פארשטיין האב איך געפרעגט, און אויב שפירסטו ווי איך האב דיר קריטיקירט בעט איך דיר דא איבער ברבים.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 1:28 pm
דורך zamel
שמואל הלוי האט געשריבן:
zamel האט געשריבן:זייער שיין אז מען האט געמאכט אן עקסטערן אשכול אפגעטיילט פון אנדערע קורצע נייעסלך

און צו דיר שמואל זיי נישט אזוי קריטיקירינדיג(גוט געספעלט) איך ווייס אז איך בין נישט קיין שרייבער אבער כדי די וועבזייטלעך זאלן אנהאלטן דארף מען זיך אנשטרענגען און יא שרייבן, קומט א שמואל און הייבט אן פארפירן היתכן די האסט געשריבן א שלעכט ווארט, יא די מעגסט מעורר זיין און זאגען אז די מעשה איז אנדערש אבער איט דעפענדס די וועי יע סעיונג איט. איי האופ יאא געט מיי פאינט.

איך האב דיר קריטיקירט? איך האב פארפירט אז דו האסט געשריבן א שלעכט ווארט? איך האב פשוט געוואלט פארשטיין האב איך געפרעגט, און אויב שפירסטו ווי איך האב דיר קריטיקירט בעט איך דיר דא איבער ברבים.

מחול לך מחול לך